הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 10:20 pm

מטעמים האט געשריבן:אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.

1) א בחור א מחוצף
2) גייסטישע פראבלעם
3) רעדיא
4) סעלפאונס
5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה
6) קומט פון א שוואכע ישיבה
7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט.
8) קדושה פראבלעמען
9) רייכערט
10) קומט שפעט

יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.


זייער קלאר עס ארויס געברענגט.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 1:47 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.

1) א בחור א מחוצף
2) גייסטישע פראבלעם
3) רעדיא
4) סעלפאונס
5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה
6) קומט פון א שוואכע ישיבה
7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט.
8) קדושה פראבלעמען
9) רייכערט
10) קומט שפעט

יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.


זייער קלאר עס ארויס געברענגט.


לאמיר נאר צו לייגן איין פוינט.
א "קהלה" וועלכע שטעלט צו אלע סערוויסעס פאר אירע מעמבערס, דארף האבן א מהלך פון העלפן יעדעם איינעם. אזוי ווי די ת"ת פארמאגט "חדר עזרה", און מסתמא אין בית רחל איז אויך פארהאן אזאנס, אזוי וואלט געדארפט זיין אין ישיבה פאר בחורים וועלכע מאיזה סיבה פאסן זיי נישט אריין אין די אלגעמיינע מהלך הישיבה, זאל מען פאר זיי מאכן באזונדערע מסגרת, וואס איז פאסיג און נויטיג פאר זיי.
אבער....! דער מנהל פון די ישיבה, ווערט נישט קיין רשע, שייגעץ, רוצח, אכזר וכו' וכו', פאר נישט וועלן האלטן אין ישיבה די בחורים וועלכע פארמאגן די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, ריכטיג, די הנהלת הקהלה והמוסדות דארפן צו שטעלן פאר זיי א מסגרת, אבער די ישיבה איז געשטעלט פאר די רוב בחורים וועלכע קענען יא מער ווייניגער זיך צו פאסן דערצו, און פאר זיי איז דער מנהל געשטעלט, ער איז אויסדרוקליך נישט געשטעלט צו מאכן א "מיהאלדי" פאר די בחורים וועלכע קענען נישט לערנען אין די אלגעמיינע ישיבה.
יא, ריכטיג, די הנהלת הקהלה והמוסדות וואלטן ווען אליינס געדארפט עפענען אזא "מיהאלדי" סארט ישיבה, נישט ווארטן ביז א צווייטער עפענט עס, און נאכדעם זיין ברוגז פארוואס ער רופט עס סאטמאר, אבער דאס איז א טענה אויף די "הנהלת הקהלה והמוסדות", זיי זענען באאויפטראגט דערויף, און פון זיי דארף מען עס פאדערן, אבער די מגידי שיעור און מנהלים, משגיחים וועלכע ארבעטן אין די ישיבה וועלכע איז דא מאמענטאל, קענען נאר טוען וואס איז פאסיג און נויטיג פאר א געהעריגע ישיבה.

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז א מנהל אין חדר קען נישט אויפהאלטן א "חדר עזרה" אינערהאלב די אלגעמיינע סיסטעם פונעם ת"ת, און דער מנהל דארף אפילו נישט האבן די מינדעסטע אהנונג וויאזוי דאס ארבעט, וואס מ'טוט דארטן, ווייל דעם מנהל האט מען גענומען פאר די אלגעמיינע קינדער, נישט פאר די ספעציעלע קינדער מיט הילף געברויך.
אלזא, ווי לאנג די חדר וואלט נישט געהאט קיין חדר עזרה, וואלט דער מנהל גארנישט געקענט טוהן פאר די קינדער, ער וואלט געדארפט זאגן פאר יעדן טאטן "זיך דיר א חדר וואס איז געמאכט פאר אים", אדער "איך קען אים נישט העלפן", און דאס קינד וואלט זיך אנגעליטן אין חדר, וויבאלד דער מלמד און מנהל האבן נישט קיין מהלך פאר אים.
ב"ה אז ס'שוין דא היינט די ספעצילע חדר עזרה וכדו', וואס גיבט הילף פאר אלע וואס ברויכען עס, אזוי ווערן מסתמא הונדערטער קינדער געראטעוועט.

דאס זעלבע בנוגע די ישיבה, אויב איז דאס א טענה, איז עס א טענה אויף די הנהלה, ראשי קהלה, מויל מאכערס וכדו', די עומדים בראש זענען מחוייב צו מאכן א מסגרת פאר בחורים וועלכע פאסן נישט אריין אין די אלגעמיינע סטאנדארט, אבער...! נישט דער מנהל, משגיח, מגיד שיעור איז דער שייגעץ ווען ער זאגט אז דער בחור פאסט נישט אריין דא, דער מנהל - וואס איז געווארן אויפגענומען אלס מנהל אין א געהעריגע ישיבה, וואס איז געשטעלט אויף לערנען און דאווענען - קען גארנישט טוהן פאר אזא בחור וואס קען זיך נישט אריינפאסן אין אזא מסגרת, ער קען אים נישט צושטעלן דאס וואס דער בחור וויל, און ער האט נישט פאר אים קיין עצה בתוך מסגרת הישיבה.

אלזא, דארף מען אויסדרייען די אמפערס מיט קריטיק, שמוץ, שימפעריי, צו די הנהלת המוסדות, קהלה, פארטיי וכדו', און פון זיי פארלאנגן צו טוהן עפעס דערוועגן.
לעצט פאראכטן דורך ווערעצקי אום מאנטאג נובעמבער 06, 2017 2:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 1:57 pm

.
צווישן וכך היה אומר און וכך היה מונה פאלט מען זיבן מאל כורעים (קרעדיט הרב שאול קליין שליט"א)
הנני מוכן לקבל מזומן... קרעדיט הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו
כאפט אייך אריבער

מיר וועלן מעגליך נעמען אוועקאציע

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:57 pm

לו חכמו ישכילו זאת
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:18 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
אלזא, דארף מען אויסדרייען די אמפערס מיט קריטיק, שמוץ, שימפעריי, צו די הנהלת המוסדות, קהלה, פארטיי וכדו', און פון זיי פארלאנגן צו טוהן עפעס דערוועגן.


עס איז דא א לעגטימע און פארשטענדליכע ענטפער פארוואס די הנהלת המוסודת און די קהילה איז נישט שולדיג, עס איז אבער שווער צו שרייבען אין א פובליק פארום, פרעג מיר באישי, איך וועל דיר עס מסביר זיין.

איך הין זייער נייגעריג צו הערן פארוואס, אפשר זענט איר מיר מסביר אין אישי?!
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

popo
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

תגובהדורך popo » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 12:00 pm

האט איינער די נומבער פון עזר לישיבות?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט