הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 3:50 pm

רט מי יודע

ס'וועט מוראדיג באדערען פאר א טאטע אז מ'האט אים נישט אויסגעזאגט זיין קינדס פראבלעמען,

נארמאלע טאטע'ס און מאמע'ס קענען בדרך כלל יא העלפען זייערע קינדער (פארשטייט זיך נישט אליין, נאר מיט הילף פון פראפעשענאל'ס), און א מנהל מיט מיט א געזונטן 5'טען חלק וועט וויסן וויאזוי צו דערציילן דעם טאטען, און געווענליך וועט דער מנהל ניטאמאל לאזן דעם טאטען קער נעמען דערפון נאר ער אליין וועט ערלעדיגן די נויטיגע הילף

און אין אזא פאל אויב וועט דער מנהל דארפן פארשיקן דעם בחור, וועט דער טאטע בדרך כלל נישט נאר שטערן נאר אפשר אפילו מיטארבעטען דערמיט,
זוכט איר דוי?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 3:51 pm

און פארגעס נישט , גארנישט קען נישט ביטן די תפילות פון עלטערען
זוכט איר דוי?

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:03 pm

שלום עליכם צהלה.

יא! איך בין פארהייראט און איך פארמאג עטליכע קינדער אין חדר.

אז איר זענט מחולק, זענט איר וועלקאם צו שרייבן פארוואס, סתם שרייבן אז איינעמ'ס תגובה פאסט פאר אונטער אכצן יעריגע שטרייכט גארנישט אונטער אויסער אז דו ביזט א גרויסע חסיד פון דיין שארפן מוח וואס דערהייבט נישט עפעס וואס דו באטיטעלסט אלץ נאריש.

צום ענין אין קורצן

1) זאלן אלע געווארפענע בחורים זיין נאר פון די ענינים וואס מ'קען נישט זאגן פארן טאטן וואלט געווען גאנץ נאענט צום עולם התיקון (איך בין קאטעגאריש מחולק מיט די 'נישט זאגן' פאךעסי. העכסטענס רעד צו דעם רב ווי דער טאטע באלאנגט, און יענער זאל באגלייטן דעם פאטער על הדרך, אבער סתם גארנישט טוהן דערצו, נישט זאגן, און לייגן דעם בחור און שאול תחתית, איז א פיל גרעסערע עוולה ווי דאס נישט זאגן פארן טאטן)

2) מיין מאמע דארף נישט גיין צו טעראפי ב"ה.
רעדן צום מנהל איז פארשטייט זיך נישט קיין פראבלעם, אבער דאס מאכן בצורה אז 'מוזט רעדן צום מנהל' און דערנאך וועט מען זעהן צו מ'נעמט דיך אריין, כאילו דיין פארבלייבן אין ישיבה איז מוטל בספק. איז רשעות קעגן די זעלבע עלטערן וואס דו ווילסט נישט מצער זיין מיטן פארציילן אז זיין בחור טויג נישט.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:05 pm

El Rushbo האט געשריבן:שלום עליכם צהלה.

יא! איך בין פארהייראט און איך פארמאג עטליכע קינדער אין חדר.

אז איר זענט מחולק, זענט איר וועלקאם צו שרייבן פארוואס, סתם שרייבן אז איינעמ'ס תגובה פאסט פאר אונטער אכצן יעריגע שטרייכט גארנישט אונטער אויסער אז דו ביזט א גרויסע חסיד פון דיין שארפן מוח וואס דערהייבט נישט עפעס וואס דו באטיטעלסט אלץ נאריש.

צום ענין אין קורצן

1) זאלן אלע געווארפענע בחורים זיין נאר פון די ענינים וואס מ'קען נישט זאגן פארן טאטן וואלט געווען גאנץ נאענט צום עולם התיקון (איך בין קאטעגאריש מחולק מיט די 'נישט זאגן' פאךעסי. העכסטענס רעד צו דעם רב ווי דער טאטע באלאנגט, און יענער זאל באגלייטן דעם פאטער על הדרך, אבער סתם גארנישט טוהן דערצו, נישט זאגן, און לייגן דעם בחור און שאול תחתית, איז א פיל גרעסערע עוולה ווי דאס נישט זאגן פארן טאטן).

זייער אסאך פון דיע טאטעס האבן נישט קיין רב..... ודוק.... [אלמלא האבן זיי ווען א רב, וואלט דער רב שוין לאנג געהאלפן]..

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:08 pm

@זבחי.
ביזט מעגליך גערעכט, אבער ווען דו פארציילסט נישט פארן טאטן און דו לייגסט אין שאול תחתית מיטן לאזן ישיבה-לאז טוסטו אפ פיל מער שאדן, ווי די קאנסעקווענצן פון יא פארציילן

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:14 pm

El Rushbo האט געשריבן:@זבחי.
ביזט מעגליך גערעכט, אבער ווען דו פארציילסט נישט פארן טאטן און דו לייגסט אין שאול תחתית מיטן לאזן ישיבה-לאז טוסטו אפ פיל מער שאדן, ווי די קאנסעקווענצן פון יא פארציילן

איך פארשטיי ביידע זייטן, ובכהאי גוונא, שב ואל תעשה עדיף, אז דער מנהל האט מורא אז דער טאטע ווערט ווערן הארץ קראנק ווען ער וועט געוואויר ווערן די מעשים אשר לא יעשו אויף זיין צדיק'ל, איז שב ואל תעשה עדיף, זייער מעגליך אז דער מנהל איז בארעכטיגט עס לאזן אויפן רבוש"ע זאל פירן ווי אזוי דער בוכ"ע וויל!, פארפאלן, רוב פראבלעמען אויף דעם עולם השפל האבן נישט קיין מענטשליכע לעזונג...
עס איז דא א ווארט פונם גערער רבי'ן, אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט פארן רבוש"ע 'האנכי הריתי את כל העם הזה אשר תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האמן את היונק', משה רבינו האט גע'טענה'ט איך בין נישט דער פאטער און דער טאטע פון כלל ישראל, איז דאך משמע פון דעם אילו וואלט ער יא געווען זייער טאטע, וואלט נישט גילטיג געווען די טענה 'הצאן ובקר ישחט להם, אם כל דגי הים יאסף להם ומצא להם', ווייל א טאטע דארף זיין א טאטע פאר זיין קינד אן קיין הגבלות, לענינינו, דער מנהל האט גבולים, וויפיל ער האלט אז ער איז מחויב צו טוהן, און וויפיל ער קען טוהן,
אבער די עלטערן דארפן צישטעלן א ישיבה פאר זייער זון, פאר יעדע פרייז אין די וועלט, קיין שום תירוץ וועט עס נישט פארענטפערן פארן טאטן 'פארוואס האסטו נישט געטוהן פארן חינוך פון דיין קינד'!!, קיין שום אמתלא אדער אונס, וועט עס נישט מישב זיין, אבער אויף א מנהל איז די טענה נישט שייך

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:20 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:טאטעס קענענן נישט העלפן קיין בחורים מיט פראבלעמען, זיי ווערן פארלוירען אין זייערע הרגשים און זיי מאכען נאר ערגער, פינטעל.

פאר א סיבה טיען אזוי אלע מנהלים וראשי ישיבות, זיי טיען עס נישט פאר שלעכטקייט נאר פון זייער עקספיריענס.

אלזא, א בחור מיט פראבלעמען איז נידון ל........
דער ראש ישיבה איז א B&H מענדעזשער און פייערט אים, ער איז בכלל נישט אין חיוב פון ערבות, נניח, אבער דער טאטע אויך טאר נישט וויסן דעם פראבלעם, ומה יעשה הבן שלא יחטא???????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:23 pm

שוידערליך צו זעהן דא תגובות וואס גרעניצט זיך מיט חיזוק לרציחה
מילא די מנהלךים קענען אמאל זיין שוגגים פון גרויס פרעשור און דארפן טאקע באקומען התעוררת פון דא און נאך עד היכן הדברים מגיעים
אבער גיין געבן חיזוק למעשה רשע לכתחילה האב איך נישט געגלייבט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:23 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:@זבחי.
ביזט מעגליך גערעכט, אבער ווען דו פארציילסט נישט פארן טאטן און דו לייגסט אין שאול תחתית מיטן לאזן ישיבה-לאז טוסטו אפ פיל מער שאדן, ווי די קאנסעקווענצן פון יא פארציילן

איך פארשטיי ביידע זייטן, ובכהאי גוונא, שב ואל תעשה עדיף, אז דער מנהל האט מורא אז דער טאטע ווערט ווערן הארץ קראנק ווען ער וועט געוואויר ווערן די מעשים אשר לא יעשו אויף זיין צדיק'ל, איז שב ואל תעשה עדיף, זייער מעגליך אז דער מנהל איז בארעכטיגט עס לאזן אויפן רבוש"ע זאל פירן ווי אזוי דער בוכ"ע וויל!, פארפאלן, רוב פראבלעמען אויף דעם עולם השפל האבן נישט קיין מענטשליכע לעזונג...
עס איז דא א ווארט פונם גערער רבי'ן, אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט פארן רבוש"ע 'האנכי הריתי את כל העם הזה אשר תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האמן את היונק', משה רבינו האט גע'טענה'ט איך בין נישט דער פאטער און דער טאטע פון כלל ישראל, איז דאך משמע פון דעם אילו וואלט ער יא געווען זייער טאטע, וואלט נישט גילטיג געווען די טענה 'הצאן ובקר ישחט להם, אם כל דגי הים יאסף להם ומצא להם', ווייל א טאטע דארף זיין א טאטע פאר זיין קינד אן קיין הגבלות, לענינינו, דער מנהל האט גבולים, וויפיל ער האלט אז ער איז מחויב צו טוהן, און וויפיל ער קען טוהן,
אבער די עלטערן דארפן צישטעלן א ישיבה פאר זייער זון, פאר יעדע פרייז אין די וועלט, קיין שום תירוץ וועט עס נישט פארענטפערן פארן טאטן 'פארוואס האסטו נישט געטוהן פארן חינוך פון דיין קינד'!!, קיין שום אמתלא אדער אונס, וועט עס נישט מישב זיין, אבער אויף א מנהל איז די טענה נישט שייך

האב נישט אזוי רחמנות אויפן טאטן'ס הארץ
ער וועט זיך גרינגער ספראווען מיטן זון'ס ערליכקייט ווי מיטן זיין אן א ישיבה, רוב טאטעס פארשטייען פראבלעמען פון בחורים, זיי זענען נישט געבוירן אלס טאטעס, זיי זענען אלע געווען בחורים, און רוב פראבלעמען זענען אמאל אויך געווען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:25 pm

מי יודע האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:טאטעס קענענן נישט העלפן קיין בחורים מיט פראבלעמען, זיי ווערן פארלוירען אין זייערע הרגשים און זיי מאכען נאר ערגער, פינטעל.

פאר א סיבה טיען אזוי אלע מנהלים וראשי ישיבות, זיי טיען עס נישט פאר שלעכטקייט נאר פון זייער עקספיריענס.

אלזא, א בחור מיט פראבלעמען איז נידון ל........
דער ראש ישיבה איז א B&H מענדעזשער און פייערט אים, ער איז בכלל נישט אין חיוב פון ערבות, נניח, אבער דער טאטע אויך טאר נישט וויסן דעם פראבלעם, ומה יעשה הבן שלא יחטא???????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

אויב דער טאטע דרייט זיך דא אויף אייוועלט זאל ער טאקע חוקר ודורש זיין וואס מען איז מעלים פון אים, [דהיינו אנשטאט צו פארפירן סארא רשע דער מנהל איז, זאל ער ענדערש נוצן אביסל ישוב הדעת און זיך מתבונן זיין וואס גייט דא פאר, פארוואס טאקע איז דער מנהל 'אזא' רשע..., ער קען זיך אליינס פארשטעלן אז מען פארציילט אים נישט אלעס, אויב האט ער אביסל דזשעלי אין קאפ.....]
ער וואלט אנדערש געהענדלט זיין בן שלא יחטא....
דאס איז דער חורבן, אנשטאט א טאטע זאל הענדלען מיט ישוב הדעת, ווערט ער ציווילדעוועט און גלייכצייטיג ציווילדעוועט אויך דעם זון זיינעם [מיטן געבן עם דעם פולסטן גערעכטיגקייט אויף אלע שייגעץ שטיק], נעוואדע איז ער נאכדעם בועט זיין אין אלעם......

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:55 pm

אגב.

דער שמועס איז פארפארן צו ממש א קליינע פראצענט געווארפענע, רובא דרובא האט פשוט צו טוהן מיט עלטער, און דער מנהל'ס חשש פון פארלירן קאנטראל. וכו'

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 4:59 pm

מי יודע האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:טאטעס קענענן נישט העלפן קיין בחורים מיט פראבלעמען, זיי ווערן פארלוירען אין זייערע הרגשים און זיי מאכען נאר ערגער, פינטעל.

פאר א סיבה טיען אזוי אלע מנהלים וראשי ישיבות, זיי טיען עס נישט פאר שלעכטקייט נאר פון זייער עקספיריענס.

אלזא, א בחור מיט פראבלעמען איז נידון ל........
דער ראש ישיבה איז א B&H מענדעזשער און פייערט אים, ער איז בכלל נישט אין חיוב פון ערבות, נניח, אבער דער טאטע אויך טאר נישט וויסן דעם פראבלעם, ומה יעשה הבן שלא יחטא???????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

האסט פראבירט צו לייגען נאך קוועשן מארק'ס און די סיסטעם האט עס צירוק געוויזען? אדער ביסט לכתחילה געווען צופרידען מיט וויפל האסט געלייגט?

ליסען, נישט איך און נישט דו פארשטייען צו חינוך, און קיין איין ראש ישיבה איז נישט איז ביזנעס צו שעדיגען בחורים, אדער ווי דו ריפסט עס אן: נידון ל........(וואע"מ),

קיין איין ראש ישיבה ווארפט נישט (פאר לאנג טורעם, מער ווי א טאג) קיין בחורים סתם פאר פאן, אדער סתם ווייל די קאווע איז נישט געלונגען, ווען מען ווארפט איז געווענליך דא א סיבה.

און ווען דו זעסט אז עס איז דא געוויסע נקודות צו וואס אלע מנהלים וראשי ישיבות אגריען, דאן פארשטיי אז אינאיינעם האבן זיי מער חכמה און עקספיריענס ווי דיר, און פאר א סיבה טיען זיי וואס זיי טיען, און פאר דעם אינוואלאווד מען נישט (ע"פ רוב) קיין עלטערן אין פראבלעמען.
לעצט פאראכטן דורך צהלה ושמחה אום דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

חזק חזק ונתחזק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 5:32 pm

תגובהדורך חזק חזק ונתחזק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:07 pm

קליינע הערה:

כ'האב נארוואס געלערנט דיע וואך אין מסכת סנהדרין קז: אז גחזי איז געווען א חוטא ומחטיא את הרבים און דערוועגן אין מספיקין בידו לעשות תשובה, און איז נישט זוכה צו עולם הבא. פרעגט די גמרא מאי עביד? ...רבנן דחה מקמיה און רש"י איז מסביר תלמידים דחה מישיבתו של אלישע.

א רחמנות אויף דיע משגיחים/ראשי ישיבות/מנהלים וואס ווארפן...

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:10 pm

חזק חזק ונתחזק האט געשריבן:קליינע הערה:

כ'האב נארוואס געלערנט דיע וואך אין מסכת סנהדרין קז: אז גחזי איז געווען א חוטא ומחטיא את הרבים און דערוועגן אין מספיקין בידו לעשות תשובה, און איז נישט זוכה צו עולם הבא. פרעגט די גמרא מאי עביד? ...רבנן דחה מקמיה און רש"י איז מסביר תלמידים דחה מישיבתו של אלישע.

א רחמנות אויף דיע משגיחים/ראשי ישיבות/מנהלים וואס ווארפן...

פארוואס איז אייך נישט שווער געווען א קשיא אין די גמרא
'וויאזוי האט עס אלישע ציגעלאזט'????

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:18 pm

די לעצטע פאר תגובות קוק איך אהן ווי גאר א קליינע פערצענט פארוואס מנעמט נישט צוריק.

ווי טייל דערמאנען שוין דא סאיז דא בחורים וואס שטערן די גאנצע הנהגת הישיבה און אסאך מאל איז די לא נתקבל'ס פשוט א זאך וואס מזאל קענען האלטן די בחור אין די ראמען פאר די נעקסטע זמן אז ער ווייסט אז מגיבט אים נאך איין טשענס און מנעמט אים צוריק די לעצטע מינוט מיט פראטעקציע מיט אלע הבטחות אז ער וועט זיך צושטעלן וועט ער שוין האבן הכנעה צום מנהל די גאנצע זמן.

די בחורים זענען כמה פעמים שולדיג אז זיי מאכן עס פאר די עלטערן די גאנצע "לא נתקבל" אדער "צריך לדבר" ערגער ווי סאיז באמת כדי צו אריינמישן די עלטערן שטעלט ער אהן א פנים אז ער איז נעבעך א נרדף על לא עוול בכפו...
לעצט פאראכטן דורך נודה לך אום דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 5:20 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חזק חזק ונתחזק האט געשריבן:קליינע הערה:

כ'האב נארוואס געלערנט דיע וואך אין מסכת סנהדרין קז: אז גחזי איז געווען א חוטא ומחטיא את הרבים און דערוועגן אין מספיקין בידו לעשות תשובה, און איז נישט זוכה צו עולם הבא. פרעגט די גמרא מאי עביד? ...רבנן דחה מקמיה און רש"י איז מסביר תלמידים דחה מישיבתו של אלישע.

א רחמנות אויף דיע משגיחים/ראשי ישיבות/מנהלים וואס ווארפן...

פארוואס איז אייך נישט שווער געווען א קשיא אין די גמרא
'וויאזוי האט עס אלישע ציגעלאזט'????

די תירוץ איז,
א גבאי האט אלץ געטוהן וואס ער האט געוואלט, יא אריינלאזן צום רבי'ן נישט אריינלאזן צום רבי'ן...
גחזי איז געווען א גבאי, נישט א מנהל....
וואס פארשטייט א גבאי צו חינוך?? כלומר ער איז בכלל נישט געווען קיין מנהל, ניטאמאל אין די ליין פון חינוך, והבן....

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 6:13 pm

הערה קטנה

נישט לגבי די ספיציפישע ישיבה וואס איז דא אויפן טיש, נאר לגבי אסאך אנדערע ישיבות (מיט דעם זעלבן פראבלעם פון ווארפן בחורים אין די וועלט אריין)

איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אין כמה ישיבות א ווארפעריי, אויף נער'ישע פראבלעמען, (די וואס רעדן פון 'לא יחטא' דארט האט די ישיבה א פראבלעם צו לאזן, אין נישט יעדער איז דער ח"ח וואס קען אריין נעמען צו זיך אין שטוב), איך רעדט פון סתם פראבלעמען, וואס א בחור האט זיך נישט צוגעשטעלט, אדער נישט גענוג מכניע געווען צום צוויי אין צוואנציג יערי'גער ראצער, וואס ניצט דעם טיטל משגיח, צו ווייזן דאס בעלות וואס פעלט אים אינדערהיים
כשמ"ו כן הוא

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 12:51 am

שמו האט געשריבן:הערה קטנה

נישט לגבי די ספיציפישע ישיבה וואס איז דא אויפן טיש, נאר לגבי אסאך אנדערע ישיבות (מיט דעם זעלבן פראבלעם פון ווארפן בחורים אין די וועלט אריין)

איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אין כמה ישיבות א ווארפעריי, אויף נער'ישע פראבלעמען, (די וואס רעדן פון 'לא יחטא' דארט האט די ישיבה א פראבלעם צו לאזן, אין נישט יעדער איז דער ח"ח וואס קען אריין נעמען צו זיך אין שטוב), איך רעדט פון סתם פראבלעמען, וואס א בחור האט זיך נישט צוגעשטעלט, אדער נישט גענוג מכניע געווען צום צוויי אין צוואנציג יערי'גער ראצער, וואס ניצט דעם טיטל משגיח, צו ווייזן דאס בעלות וואס פעלט אים אינדערהיים

האב מיר אמאל געהערט א גוטע מעשה, א טרעפליך ווארט ממש צום ענין.
אין סלבודקא ישיבה אין בני ברק, זענען אמאל געווען א גרופע בחורים וועלכע האבן דווקא נישט געוואלט לערנען די מסכתא וואס די ישיבה האט אויסגעקליבן, למשל, די ישיבה האט געוואלט לערנען כתובות, און די בחורים האבן געוואלט לערנען בבא קמא, נו וואס טוט מען, מ'קען דאך נישט סתם אין די וועלט אריין טוהן אנדערש ווי דער ראש ישיבה / משגיח הייסט, זענען די בחורים אריבער געגאנגען צום חזון איש זי"ע, (כידוע האט סלבודקא ישיבה זיך שטארק פאררופען אויפן חזו"א, און כסדר מיט אים זיך שואל עצה געווען בנוגע די ישיבה, און דער חזו"א האט אסאך געשטופט און געהאלפן די ישיבה בעצה ותושיה), די בחורים האבן פארציילט פארן חזו"א בתמימות אז ס'דא א רעדע פון לערנען בבא קמא, און זיי ווילן הערן פונעם חזו"א צו בבא קמא איז א פאסיגע מסכתא, און דער חזו"א האט עס באשטעטיגט אז ס'איז זייער פאסיג פאר א ישיבה מסכתא. מער האבן זיי נישט געדארפט, זיי זענען צוריק געקומען אין ישיבה מיט א הוראה פונעם חזו"א, "דער חזו"א האט געהייסן מ'זאל לערנען בבא קמא...".
דער משגיח, אדער ווי מ'רופט עס אין די ליטא "משגיאאאאאח", האט זיך נישט פארלוירן, און ארויף אויפן ארון הקודש און אויסגעקלאפט: מיר לערנען די וואך (פ' לך) אין די סדרה, וואו הגר האט גרינגגעשעצט איר בעה"ב, "ותקל גבירתה בעיניה", פאר שרה האט דאס זייער פארדראסן ביז "ותענה שרי", שרה האט געפייניגט הגר, און הגר איז אנטלאפן פון שרה. גייענדיג אין מדבר באגעגענט הגר א מלאך, און ווי די מדרש זאגט זענען געווען 3 באזונדערע מלאכים, יעדער מלאך האט געזאגט נאך א בשורה, איינער זאגט "הנך הרה ויולדת בן", א צווייטער זאגט "הרבה ארבה את זרעך", און אן אנדערער זאגט "שובי אל גבירתך והתעני תחת ידיה", לכאורה פארוואס זאגט ער "והתעני תחת ידיה", פייניג דיך אונטער אירע הענט, פארוואס זאל נישט דער מלאך זאגן "קער דיך צוריק צו שרה און זי וועט דיך מער נישט פייניגן"?
נאר, זאגט דער משגיח, "ווייל ביי שרה אין ישיבה, טוט מען וואס שרה הייסט, נישט קיין חילוק מיט וויפיהל מלאכים הגר רעדט, הגר קען קומען מיט 3 מלאכים, אבער ביי שרה אין ישיבה פאלגט מען וואס שרה זאגט...".

לענינינו, אז דו ווילסט מ'זאל האלטן דיין בחור אין ישיבה, מוזטו זיך צושטעלן צו וואס די ישיבה פארלאנגט, אריינגערעכנט זיך מכניע זיין פאר דעם צוויי און צוואנציג יעריגער ראצער וואס ניצט דעם טיטל משגיח, אויב נישט, דאן זאלסטו צו קיינעם נישט קומען מיט קיין טענות אז מ'וויל נישט האלטן דיין בחור אין ישיבה, ס'נישט דא קיין שום ישיבה אויף די וועלט וועלכע קען האלטן א בחור וועלכער פאלגט נישט אויס די מנהלים, משגיחים, און מגידי שיעור.
אויב האלטסטו אז יענער צוויי און צוואנציג יעריגער ראצער, איז נישט פאסיג צו זיין קיין משגיח פאר דיין "חשובע בחור", דאן קענסטו זיך ווענדן צום מנהל, הנהלה, רבי וכו' וכו', אבער ווי לאנג דער בחור האלט נישט ביים פאלגן, דאן זאל ער צו קיינעם נישט קומען מיט קיין טענות ווען מ'ווייזט אים די טיהר.
אדרבה, טרעף מיר איין רב בישראל, וועלכער האט שוין אמאל טועם געווען די טעם פון זיין א מגיד שיעור, מנהל, מלמד וכדו', וואס וועט פארשטיין אז מ'מוז האלטן א בחור אין ישיבה, וועלכער וויל נישט זיך מכניע זיין פאר דעם צוויי און צוואנציג יעריגע ראצער...

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:26 am

אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.

1) א בחור א מחוצף
2) גייסטישע פראבלעם
3) רעדיא
4) סעלפאונס
5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה
6) קומט פון א שוואכע ישיבה
7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט.
8) קדושה פראבלעמען
9) רייכערט
10) קומט שפעט

יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:30 am

ווערעצקי האט געשריבן:

פיין געזאגט. וביתר ביאור, אז דער בחור וויל זיך נישט צושטעלן צו די ישיבה וואס וויל ער פארדינען פון זיין דארט. א ישיבה קען נאר משפיע זיין אויפן בחור אויב ער ווערט דארט אפגעהיטן, אויב פארשטייט ער אז ער דארף קענען טון וואס ער וויל, וואס א חילוק צו ער איז אין ישיבה אדער אויפן גאס?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:42 am

מטעמים האט געשריבן:.... א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.

די עצה פון שטעלן א וועד איז אי-רעלעווענט, די וועד וואס מ'וועט שטעלן, וועט זייער שנעל איינזעהן אז ס'גארנישט אזוי פשוט, און וועלן מער ווייניגער מסכים זיין מיט אלע החלטות פון די ישיבה (עי' ערך שכר לימוד העכערונג).
ווער געדענקט נאך די גערודער ארום די מעטאדן וויאזוי מ'לערנט נקודות פאר די מיידלעך אין סקול, פילע האבן גערודערט דערקעגן, וואס האט מען געטוהן, מ'האט גענומען איינעם פון די רודערערס און אים געשטעלט אויפן פראבלעם, מ'האט אים געמאכט אלס חבר וועד החינוך, און די פראבלעם איז געווארן אויס פראבלעם.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 3:13 am

ווערעצקי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:.... א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.

די עצה פון שטעלן א וועד איז אי-רעלעווענט, די וועד וואס מ'וועט שטעלן, וועט זייער שנעל איינזעהן אז ס'גארנישט אזוי פשוט, און וועלן מער ווייניגער מסכים זיין מיט אלע החלטות פון די ישיבה (עי' ערך שכר לימוד העכערונג).
ווער געדענקט נאך די גערודער ארום די מעטאדן וויאזוי מ'לערנט נקודות פאר די מיידלעך אין סקול, פילע האבן גערודערט דערקעגן, וואס האט מען געטוהן, מ'האט גענומען איינעם פון די רודערערס און אים געשטעלט אויפן פראבלעם, מ'האט אים געמאכט אלס חבר וועד החינוך, און די פראבלעם איז געווארן אויס פראבלעם.

נישט קיין וועד לשם וועד, עס איז א וועד לשם עפענען א נייע ישיבה, שיקען בחורים מיט פראבלעמען פאר טעראפי און העלפען בחורים וואס האבען א פראבלעם עס איבערצוקומען, עס איז דא צו באקומען הילף היינט פאר יעדע זאך זשאסט סעט איט אפ רייט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 4:53 am

אן אריינגיין ווען מען מעג יא אדער נישט ווארפן איז זיכער אז אויב א ישיבה האט אן התנהגות אז:
אן עושר'ס בחור ווערט פארשוינט און מען טרעפט עצות וויאזוי זיך אומצוגיין און עס איז נישט עק וועלט אבער בא א פשוט'ן בחור זעהט מען נישט קיין וועג ארויס.. מיט אלע גוטע תירוצים נאר ווארפן.. איז ער א ריכטיגע מפקיר נשמות ישראל. געלט טאר נישט זיין די חילוק ביים ווארפן א בחור. אויב קען מען זיך אן עצה געבען קען מען אפי' ביים עני, אויב איז ער א משחית און סנישט דא קיין וועג ארוינס נאר ווארפן קומט אזוי אויך פארן ראש הקהל'ס בחור. נשמות ישראל אינם הפקר.

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 10:05 pm

גבריאל האט געשריבן:אן אריינגיין ווען מען מעג יא אדער נישט ווארפן איז זיכער אז אויב א ישיבה האט אן התנהגות אז:
אן עושר'ס בחור ווערט פארשוינט און מען טרעפט עצות וויאזוי זיך אומצוגיין און עס איז נישט עק וועלט אבער בא א פשוט'ן בחור זעהט מען נישט קיין וועג ארויס.. מיט אלע גוטע תירוצים נאר ווארפן.. איז ער א ריכטיגע מפקיר נשמות ישראל. געלט טאר נישט זיין די חילוק ביים ווארפן א בחור. אויב קען מען זיך אן עצה געבען קען מען אפי' ביים עני, אויב איז ער א משחית און סנישט דא קיין וועג ארוינס נאר ווארפן קומט אזוי אויך פארן ראש הקהל'ס בחור. נשמות ישראל אינם הפקר.

הרבה קולמוסין ודמען נשפכו על סוגיא דידן דהיינא זריקת נשמות ישראל ברחובות עמא-ריקא
הללו צעוקין והללו מסתירין עניהם בחול בצדק
אין בזה לא כלל ולא דרך סלולה בנושא מרכבת זו שהיא כספינה המוטרפת בלב ים
אבל שורה אחד יש לי לומר היות שעזרתי ב''ה לרבות בחורים לסדרם בישבה שלהם
די שליסעל דאס צו פארמיידען איז [געלט מיט] דרץ ארץ..........
ושורה אחד למנהלים ומשגיחים החשובים
התעוררי התעוררי בפיקוח נפש עסקינן
און אזוי ווי ב''ד האט געפאסט און א טאג ווען זיי האבען ליידער געדארפט הארגענען
אזוי אויך זאל דער משגיח אויך טוען און א צייט וואס מ'מיז''...........
און אויב ביסו נישט גרייט צו פאסטען איין טאג פאר דו טוסו אזא דרמאטישער זאך ''קענסטו נישט זיצען און ב''ד פון דיני נפשות...................

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 10:20 pm

מטעמים האט געשריבן:אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.

1) א בחור א מחוצף
2) גייסטישע פראבלעם
3) רעדיא
4) סעלפאונס
5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה
6) קומט פון א שוואכע ישיבה
7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט.
8) קדושה פראבלעמען
9) רייכערט
10) קומט שפעט

יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.

זייער קלאר עס ארויס געברענגט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט