דריי שאלות צו וויסן אויב אייער שלום בית דארף הילף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

דריי שאלות צו וויסן אויב אייער שלום בית דארף הילף

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:28 am

ווי באקאנט, קען זיך א פראבלעם קאכן אינעווייניג און אונטער א צודעק פאר א לאנגע צייט, אבער אויב עס וועט נישט באהאנדלט ווערן ריכטיג און צייטליך וועט דער באלון סוף כל סוף פלאצן, און דאן איז דאס פיל שווערער צו העלפן. א שלום בית צוזאמפאל געשעט נישט פלוצלינג, עס זענען אייביג דא עטליכע סימנים און ווארענונגען איידער דער פראבלעם גייט ארויס פון קאנטראל און עס ווערט א קריטישע מצב. די קלוגסטע און ראטזאמסטע עצה איז, אז ווען מ'זעט איין אז עס איז דא א פראבלעם, זיך באלד נעמען דערצו און עס באהאנדלען און פאררעכטן.
עס מיינט נישט אז מ'דארף לויפן תיכף ומיד צו א טעראפיסט אדער א עצה-געבער צו בעטן פאר הילף. עס מיינט נאר אז עס איז צייט פאר התבוננות; טיילמאל קען מען זיך אליינס העלפן, טיילמאל דארף מען אויך הילף פון דיין בן/בת זוג, טיילמאל קען מען לייענען וועגן דעם פראבלעם און טרעפן מיטלען און עצות וויאזוי עס צו פארבעסערן.
דאס עצם זאך אז מ'ווייסט פון דעם פראבלעם, איז שוין א האלבע ישועה.
וואס פריער מ'נעמט זיך דערצו, אלס בעסער זענען די אויסזיכטן צו קענען גענצליך אויסהיילן און אויסביגלען דעם שוועריגקייט.
און געדענקט! א שלום בית וואס מ'האט אריינגעלייגט ארבעט דערין, איז א בעסערע טיפערע שטערקערע שלום בית.
לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

די ערשטע צייכן:

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:29 am

פרעג זיך אליינס, "קענען מיר רעדן איבער ווייטאגליכע און סענסיטיווע טעמעס?"
דער מעגליכקייט צו רעדן וועגן אלע ענינים צווישן א פארפאלק, איז איינס פון די מערסטע וויכטיגע באשטאנדטיילן פון א געזונטע שלום בית. אויב קען מען נישט רעדן איבער זאכן וואס זענען ווייטאגליך פאר דיר פאר איר, דאן איז דאס גורם אז די ווייטאג, די כעס און די אומצופרידנהייט זאל וואקסן און זיך אנזאמלען ביז ווען ח"ו אלעס קען אויספלאצן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

די צווייטע צייכן:

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:32 am

פרעג זיך אליינס, "ווייס איך וואס מיין ווייב/מאן גייט אדורך?"
וויאזוי פיהלט זי?
וואס שטערט איר?
וואס וויל זי פון מיר?
אויב ווייס איך נישט דעם ענטפער, ווייזט דאס אויף דערווייטערונג, פארמאכטקייט, און אויף פעלערהאפטיגע קאמיונעקאציע.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום זונטאג אוקטובער 29, 2017 10:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

די דריטע צייכן:

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:45 am

פרעג זיך אליינס, "איז אונזער זיין פארהייראט א קרעפטיגער קוואל פון כח ,פאר דיר, אדער עס איז שווער און א מוטשעניש?"
סימנים פון א געזונטער שלום בית איז אז עס גיבט דיר כח, מוט, שמחת החיים, רואיהגקייט, א געפיהל פון פארבידנקייט, און גוט-מוטטיקייט.

אויב פעלט עפעס, די שפירסט אז דאס זיין צוזאמען מיט דיין ווייב/מאן מאכט דיך אפגעמוטשעט, עס שאפט דיר אנגסט, ווערסט אנגעצויגן, עס איז לאנגווייליג און אומאינטערסאנט, וקל-וחחומר אומבאטעמ'ט. דאן איז פשט אז עס פעלט אין דעם פונדאמענט פון אייער הייראט. עס איז דא אן עקרוניות'דיגער שפאלט אין דיין שלום בית.
ווארט נישט לענגער! עס איז זייער וויכטיג צו ארבעט דערויף מבעוד מועד, נישט ווען ח"ו זאכן גייען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 2:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:54 am

זייער שטארק רייד.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

Peace of Mind
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 2:01 pm

תגובהדורך Peace of Mind » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:58 pm

WOW!!!

והעמידן על שלשה.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 1:09 pm

גאר גוט צוזאמגענומען יידישע!
זוכט איר דוי?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 1:37 pm

א וויכטיגע אשכול; א דאנק פאר עס עפענען.

זאלען די וואס דארפען הילף געהאלפען ווערען, און די וואס נישט, זאלען נישט פארגעסען אז שלום בית איז נישט אוטומאטיש (אז ביי "דיפאולט" איז גוט). מען דארף ארבעטען אויף דעם און אויף זיך, און באוואסערען דער גארטען, ארויס נעמען די דערנער, אז עס זאל שיין וואקסען.

וועגען דעם גט'ן זיך די גוים אזוי שנעל (אדער האבען לכתחלה נישט חתונה) ווייל זיי זענען נישט גרייט מוותר זיין א אינטש. דער ערשטע טעסט און ער קאפעט אראפ די ווענט, און זיהכט זיך נייע (אומ)גליקען.
--
האמפטי דאמפטי איז א לויזע (נישט געקאכט) גאנצע איי; יעצט ליין דער נורסערי ריים:

Humpty Dumpty sat on a wall
Humpty Dumpty had a great fall
All the king’s horses and all the king’s men
Couldn’t put Humpty together again

א פאר-פאלק איז אזוי ווי א לויזע איי. צוקראך עס נישט אזוי אז וועסט עס שוין נישט קענען צוריק שטעלען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:10 pm

זייער ריכטיג יידישע קה'
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:12 pm

מ'דארף אויך ארויסברענגן אז מ'דארף וויסן צו וועם מ'גייט פאר הילף, נישט איינער וואס וועט ליידער מער חרוב מאכן די מצב.
איזי

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:21 pm

דאנקע אידישע קהילות זייער שיינע דיזע אשכול.

אויב מעגליך אראפברענגען עטליכע קורצע משלים אויף יעדע איינע פון די שאלות סזאל זיין א דבר השלם.

בתודה

מח בקדקדו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:57 pm

אויב איך מעג צולייגן נאך איין זייער שטארקע סימן צו וויסן אויב מען האט א גוטע שלום בית:

אויב דו קענסט איר אריין קוקן אין די אויגן (דוקא) און איר זאגן, אונז האבן א גוטע שלום בית, אמת?,

און זי קוקט דיר צוריק אין די אויגן (דוקא) און זי ענטפערט, יא! אונז האבן א גוטע שלום בית,

דעמאלטס קענסטו בדרך כלל זיין פארזיכערט אז דו האסט טאקע א גוטע שלום בית
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 4:39 pm

שכח פארען עפענען דעם אשכול אויב יודישע קהילות האט דאס איינגעטיילט אין דריי איז דאס לכאורה מוגדר, אז נישט קען איך צולייגען נאך פופצען כלאחר יד,
ממילא בעט איך ''אידישע קהילות'' אויב ער קען אונז אנטפלעקען דעם מקור פון זיין מהלך און ווער סהאט דאס אזוי שיין צוטיילט
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:45 am

יישר כח יידישע

און א יישר כח פארן אהער שלעפן מתבונן... איך האף ער ווער שוין צושרייבן א שיינע ארטיקל איבער די ענין...
מתבונן האט געשריבן:זייער שטארק רייד.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:58 am

מ'גייט בלייבן ביי די שאלות?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וואס איז דער תירוץ?

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:05 pm

אבער אויב האט איר באמערקט אז דער ענטפער צו איינע פון די פריערדערמאנטע שאלות איז נישט ווי עס באדארף צו זיין, דאן, איז קריטיש וויכטיג אז מ'נעמט זיך צו די עבודה פון פארבעסערן יענע נושא.
אויב פיהלט איר אז איר קענט נישט אליינס רעד זיך דורך מיט א חבר, מיט א מומחה, מיט א רבי אדער מורה דרך. באמת, אויב ווילט איר באמת זיין א פארדינער, רעדט עס אדורך מיט אייער בני בית אליינס! די אפענקייט און וויליגקייט צו פארבעסערן אייער שלום בית קען אליינס זיין די בעסטע מעדיצין, און וועט אליינס זיין זייער בייהילפיג אין עררייכן דעם ציהל.
(פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך וואס/וואו און ווען, וישמע חכם ויוסף לקח)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

לאמיר גיין א טריט ווייטער...

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:22 pm

נא_שכל האט געשריבן:מ'גייט בלייבן ביי די שאלות?

די דריי שאלות מוזן נישט בלייבן בלויז שאלות. מיר קענען נוצן די דריי שאלות אלס דריי שליסלעך וועלכע וועלכע וועלן אונז עפענען און דעוועלאפן אונזערע חושים און געדאנקען פאר א בעסערע און געזונטערע שלום בית.
לאמיר דורכגיין די דריי שאלות, און זיי נוצן אלס מפתחות פאר אונזער פארבעסערונג אויף אונזער שלום בית.
א.
"קענען מיר רעדן איבער איבער ווייטאגליכע און סענסיטיווע טעמעס?"

עס איז כדאי צו לייגן א דגוש אויף פארבעסערן אונזער קאמיונעקאציע מיט אונזער ווייב/מאן. טיילמאל דארף מען זיך צוצווינגען צו עפענען א געוויסע טעמע און עס דורכשמועסן, אבער - ווי איר ווייסט גאנץ גוט - דערנאך האט מען הנאה און עס פיהלט אסאך רואהיגער אויפן געוויסן.
וויכטיג! שמועסן מיינט נישט טענה'ן. א נושא וועלכע דו פארשטייסט אז עס איז א שארפע מיינונג-פארשידנהייט מיט דיין ווייב, איז נישט קיין גרויסע מצוה עס ארויפצוברענגען אויף דעם שמועס טישל. דיה לצרה בשעתה. מיר רעדן נאר דא פון א נושא וועלכע איז א טאבו, צו ווייל עס איז ווייטאגליך, אדער ווייל עס איז פריוואט, וכדומה, די שמועסן איינמאל מ'ברענגט זיי ארויף אויף דעם אויבערפלאך, פיהלט מען דערנאך אסאך נענטער. אסאך מחיצות צווישן די פארפאלק ווערט דורכדעם אראפגעברענגט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז ווען דו ארבעטסט אויף פארבעסערן דיין קאמיונעקאציע, און דו ווילסט ארויפברענגען שמועסן וועלכע זענען באגראבן אין די קעלערן און איז געווען פארבאטן צו רעדן פון זיי ביז היינט, מיינט עס נישט אז דו זאלסט רעדן פון נושאים וועלכע זענען ווייטאגלעך/סענסיטיוו/פריוואט פאר דיין ווייב. אויב איז זי נישט גרייט צו רעדן מיט דיר דערוועגן דאן קענסטו דאס נישט ארויפצווינגען אויף איר. זיי נישט דוחה דעם קץ פאר די צייט...
עס מיינט אז דו זאלסט ארויפברענגען דיינע זאכן, פון וועלכע דו האסט נישט געוואלט רעדן מיט איר. דו עפן אויף דיין הארץ צו איר. דו צוברעך די מחיצות וועלכע שטייען צווישן אייך.
געווענטליך וועט די תוצאה זיין, אז זי וועט נישט שולדיג בלייבן... און פון איר זייט וועלן זיך אויך עפענען צינורות און לייכטקייטן. זי וועט אויך פיהלן רואיגער און באקוועמער זיך אדורכצושמועסן מיט דיר איהרע פריוואטע זאכן, וועלכע זי האב ביז היינט נישט געוואלט אדורכרעדן מיט דיר.
ווען דאס געשעהט, האסטו פארבעסערט דיין שלום בית מיט גאר א גרויסן שטאפל.
טוה עס מיט שכל און פארשטאנד.
ערווארט נישט קיין תוצאות תיכף. לאמיתו של דבר, ערווארט אינגאנצן נישט קיין תוצאות אויף צוריק, דאס אליינס אז דו הייבסט אן צו ווערן אפענער מיט איר איז אליינס א גרויסע אויפטוה, און דאס אליינס איז א געבענטשע שטאפל אויפן וועג פון פארבעסרן דיין שלום בית. אבער דער אמת איז אז סוף הכבוד לבוא.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:30 pm


צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:33 pm

סארקאזי האט געשריבן:שכח פארען עפענען דעם אשכול אויב יודישע קהילות האט דאס איינגעטיילט אין דריי איז דאס לכאורה מוגדר, אז נישט קען איך צולייגען נאך פופצען כלאחר יד,
ממילא בעט איך ''אידישע קהילות'' אויב ער קען אונז אנטפלעקען דעם מקור פון זיין מהלך און ווער סהאט דאס אזוי שיין צוטיילט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:14 pm

געוואלדיג ר' יידישע!

יישר כח!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:00 pm

ב.
"ווייס איך וואס מיין ווייב/מאן גייט אדורך?"
אויף דעם איז לכאורה די גרינגסטע צו ארבעטן דערויף. עס פאדערט פשוט צולייגן קאפ, און נאך וויכטיגער: הארץ.
פארשטיי אז דיין ווייב האט אירע אייגענע פערזענליכע אינטערעסן, און אז איר גאנץ לעבן דרייט זיך נישט ארום דיר.
און דאס איז נארמאל און איז נישט סעלפיש.
אוודאי ביזטו זייער חשוב ביי איהר, און זי איז צוגעבינדן צו דיר און האט געפילן צו דיר און דו פארנעמסט א גרויס חלק פון איהר לעבן. אבער דאס מיינט נישט אז זי האט נישט איהר אייגענע איידענטיטעט.
זי האט נאך אייגענע פאמיליע.
אייגענע חבר'טעס און באקאנטע.
אייגענע צילן אין לעבן.
אייגענע האפענונגען אויף דעם עתיד.
דערפאר וועסטו געוויס באמערקן אז זי האט נאך באשעפטיגונגען וועלכע זענען אירע אייגענע. און דיין אויפגאבע איז איהר צו העלפן און זעהן אז זי זאל מצליח זיין. נישט ווייל דורך דעם וועט עס זיין בעסער פאר דיר, פאר ענק, נאר פאר איהר!
פארשטיי אז דיין פרוי וויל האבן אירע חבר'טעס. עס מיינט אז זי וועט אמאל רעדן אביסל לענגער אויפן טעלפאן, אדער וועלן גיין אויף א שפאציר וכדומה. טיילמאל גייט עס זיין א סתירה מיט דיינע פלענער. איידער דו ווילסט עס צושטערן באונס או ברצון, קלער אריין וואס דאס מיינט פאר איהר.
כמובן איז דאס בלויז איין משל, דאס זעלבע גייט ארויף אויף ארבעט-פלאץ, פארשטיי וואס זי וויל אויפטוהן דערמיט, וועסטו בעסער קענען פארשטיין אירע געפילן דערוועגן. דאס זעלבע בנוגע דעם וואוין-ארט, זי וויל וואוינען אין וומס"ג דו ווילסט מאפן קיין מאנסי. האסטו זיך מתבונן געווען, וואס אירע געפילן זענען בנוגע וומסב"ג? וואס עס שטערט איר פון מאנסי?

פארשטיי אויך וואס עס שטערט איר אין דיין התנהגות. געדענק! די שמועס איז יעצט נישט צו זי איז גערעכט צו נישט, די שאלה איז קודם כל פארשטיי אירע געפילן אין איר בליק אויף זאכן. דערנאך קען מען דן זיין אויף גערעכט צו נישט. אויב דו וועסט כאפן אז דיין ווייב קוקט אן א יינגערמאן וואס שטייט אויף 8:30 אלץ א פוילער, וועסטו קודם כל פארשטיין וויאזוי דיין ווייב קוקט אויף דיר, דערנאך וועסטו מאכן א חשבון, לוינט זיך אויצושטיין א ביסל פריער, אדער אדורכשמועסן באריכות דעם ענין און מסביר זיין פארוואס אין דיין פאל איז דאס נישט קיין עצלנות, אדער אנדערע עצות. אבער איר וועט עכ"פ זיין אויף דעם זעלבן פעידזש.
פארשטיי צו עס מאכט איר נערוועז אז דו עסט די פלייש מיט די הענט. גערעכט צו נישט, איז כדאי צו פארשטיין וואס עס באדערט איר, כדי צו וויסן וויאזוי איר צו מאכן פילן בעסער. עס קען זיין אז נאכן אריינטראכטן וועסטו טרעפן אז עס זענען פאראן מערערע זאכן אויף וועלכע זי קוקט מיט א קרום אויג, נאר צוליב איר איינגעהאלטנקייט זאגט זי גארנישט. אפשר וועסטו אליינס וועלן מתקן זיין עטליכע זאכן כדי איר צו מאכן פילן בעסער.

טראכט אריין און כאפ וואסערע ווערטער זענען איר מצער?
וועלכע חלק פון איר דזשאב/פון איר טאג/פון איר וואך איז איר דאס שווערסטע?
וואס זענען אירע ערווארטונגען פון איר מאן? פון אירע קינדער? פון זיך אליינס?

וואס מער דו וועסט זיך אריינשטעלן אין איר פלאץ און פארשטיין וואס עס באדערט איר, וואס עס שטערט איר, אלס נענטער וועט איר ווערן און אלטס שטערקער וועט ווערן די קאמיונעקאציע צווישן אייך.
ואין צריך לומר אז דורך דעם וועט בדרך כלל אוועקגענומען ווערן און אויסגעביגלט ווערן פארשידנע קליינע שטערונגען צו א פאלקומע געזונעט שלום בית. א סאך מאל זענען די קלייניגקייטן גאר גרויסע שטערערס, און דורך זיך מתבונן זיין פון אייער ווייבס פרעספעקטיוו, וועלן זיי בעזרת ה' ווערן פארראכטן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:07 pm

געוואלדיגע דיבורים! תן לחכם ויחכום עוד!
יישר כח על העבר ועל העתיד
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:16 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:געוואלדיגע דיבורים! תן לחכם ויחכום עוד!
יישר כח על העבר ועל העתיד

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:44 pm

טראבל מעיקער האט געשריבן:מ'דארף אויך ארויסברענגן אז מ'דארף וויסן צו וועם מ'גייט פאר הילף, נישט איינער וואס וועט ליידער מער חרוב מאכן די מצב.


דאס איז גאר א וויכטיגע פוינט. פונקט לעצטנס געהערט פון א ביכל בשם first kill all the marriage counselors (פון די מחבר פון די באקאנטע ביכל the surrendered wife ) וואס שמועסט אויס באריכות די טעותים וואס הערשט ביי גאר אסאך מעררידזש קאנצלערס ה"י
חביבי

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 9:12 pm

אצינד וויל איך צולייגן נאך א מעטאדע פאר די וועלכע האבן אין אכט גענומען #1 און #2.
מ'קען - און מדארף - צוזאמשטעלן די ביידע זאכן, וועט עס האבן א סאך א שטערקערע השפעה.
דהיינו:
צו וויסן די תשובה אויף "ווייס איך וואס מיין ווייב/מאן גייט אדורך?
וויאזוי פיהלט זי?
וואס שטערט איר?
וואס וויל זי פון מיר?"
אאז"וו...
זאל מען מאכן א שמועס דערפון, כאטש עס איז נישט אייביג אזוי באקוועם אין אנהייב. אבער היות דאס רירט אן צום פינטעלע פון אייער פארבינדונג, פון אייער פאראייניגונג, איז אפילו דאס רעדן דערפון שוין א גרויסע תועלת.
ווייס איך וואס מיין ווייב גייט אדורך? אז דו ווייסט נישט - פרעג!
אז דו זעסט אז זו איז עפעס אויפגערעגט אדער אראפגעקלאפט, שעם זיך נישט, פרעג מיט איידלקייט און מיט הארץ "וואס איז עפעס געשען אז דו ביסט יעצט אזוי....?"
דיין פרעגן אליינס איז אן אויפטוה.
אבער איר ענטפער איז שוין דאפלטע אויפטוה. אצינד ווייסטו שוין אויך וואס פאר א סארט זאכן שטערן איר. און דו האסט באקומען א פענסטערל אריין אין איר וועלטל. דו ווייסט שוין וועלכע מענטשן טוהן איר וויי, וואס פארא זאכן רעגן איר אויף, און וואס עס קלאפט איר אראפ.

עס ענדיגט זיך נישט דא.
עס קומט דערנאך צו נאך א בענעפיט: דיין ענטפער צו איר. דא גייסטו שוין פארדינען גאר אסאך פוינטס אין דעם שלום-בית שפיל, אויב דו גייסט עס טוהן ריכטיג און ווי עס דארף צו זיין.

וויאזוי איז ריכטיג?
ערשטנס, טוה עס לשמה, מיט אן אמת. כאטש בדרך כלל ווייסן מיר אז מתוך שלא לשמה איז אויך עפעס, אבער מאן און ווייב זענען צו נאנט און מ'שפירט גלייך צו מ'מיינט עס ערנסט, אדער דו ווילסט פשוט זיך ארויסשטעלן אלס א געטרייער מאן.
זיי זיך מתבונן "יא, איך וויל באמת מאכן מיין ווייב פילן בעסער; דאס אז עס גייט פארבעסערן אונזערע שלום בית, איז א זייטיגע בענעפיט."

צווייטענס, צו זי איז גערעכט צו נישט, צו זי איז זיך אליינס שולדיג צו נישט, צו זי פארדינט קרעדיט (אויף עפעס וואס זי איז צופרידן מיט זיך) צו נישט - דו ביסט אלעמאל אויף דיין ווייב'ס זייט.
זי וויל נישט פון דיר קיין תוכחה און נישט קיינע עצות, זי וויל בלויז חיזוק. אויב זי וויל עצות, וועט זי דיך בעטן עצות. ווען דו ביסט נישט געבעטן געווארן.
גיב נישט עצות - גיב התחזקות און טרייסט רייד.
גיב פארשטענדעניש.
גיב מיטגעפיהל.
דאס איז וועס זי דארף, דאס וועט זי אפרישיעטן.

דריטענס,
רעד מיט דעם ריכטיגן טאן.
טיילמאל קען מען זאגן די זעלבע זאך, און מיט די בעסטע כוונות אבער אויב איז געזאגט מיט א נישט ריכטיגן ניגון האט עס דעם פארקערטן ווירקונג. וכידוע הסיפור אודות "טאטע שיק מיר הויזן"...
ניגון מיינט נישט דווקא ניגון, עס מיינט אויך דעם ריכטיגן אויסדרוק אויפן פנים, מיטהאלטן בשעת זי פארציילט, זיך קאנצעטרירן אויף אירע געפיהלן אדער ווייטאגן, אויף אירע הצלחות און פרייליכע עפיזאדן. נישט עס זאל אויסזעהן ווי עס גייט אריין אין די רעכטע אויער און ארויס פון די לינקע.
עס מיינט אויך ארויסווייזן דעם ריכטיגן געפיהל; עס איז נישט גענוג אז דו ביסט באמת ווארעם אין הארצן, דו דארפסט עס ארויסגעבן.
נישט זיך געבן א זאג אפ און אוועקלויפן אין בהמ"ד אדער אויפהייבן דעם סעלפאן. גיב אוועק אביסל צייט, און שמועס זיך אדורך מיט צערטליכקייט און געפיהל.
רעד מיט עמפאטיע, מיט טעם און מיט לעבן, נישט פארטריקענט און פארזויערט.
לייג ארויף אויף דיינע ליפן א האלבע שמייכל, און מאך אויגן-קאנטאקט סיי בשעת זי רעד צו דיר, און סיי בשעת דו ענטפערסט.

דער עיקר ריוח איז אבער - - - - ווען טוט די פריערדערמאנטע מערערע מאל. דעמאלט ווערט באפעסטיגט א שטארקע קשר צווישן אייך צוויי. א קשר וואס באשטייט פון געפיהל פון איינעם צום צווייטן.

- המשך יבא אי"ה -
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 12:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, מזלא טבא און 5 געסט