אריבער לייגן contacts

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

?vu timer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:28 pm

אריבער לייגן contacts

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?vu timer »

האב איך געקויפט א basic phone כהוראת הרבנים שליט''א די פראבלעם איז נאר וויאזוי איך לייג אריבער די contacts פון מיין סמארט פאון אויף דעם.
פאר סאם ריעסאן גייט נישט אריבער מיט bluetooth אלע contacts אפילו איך דריק select all, אריבער צולייגן כמעט 300 contacs עקסטער האב איך נישט קיין נערווען.
שוין אריין געלאגט מיין email address אויף די בראוזער פון די פליפ פאון ולא עלתה בידי.
איינער קען מיך העלפן דא???
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

?vu timer האט געשריבן:האב איך געקויפט א basic phone כהוראת הרבנים שליט''א די פראבלעם איז נאר וויאזוי איך לייג אריבער די contacts פון מיין סמארט פאון אויף דעם.
פאר סאם ריעסאן גייט נישט אריבער מיט bluetooth אלע contacts אפילו איך דריק select all, אריבער צולייגן כמעט 300 contacs עקסטער האב איך נישט קיין נערווען.
שוין אריין געלאגט מיין email address אויף די בראוזער פון די פליפ פאון ולא עלתה בידי.
איינער קען מיך העלפן דא???


פרוביר אריבער צו לייגן 100 אויף איין מאל דורך בלו-טוט, אפשר וועט עס העלפן. (ביי מיר איז אזוי געווען, נאר נישט פון א סמארט פאון, נאר פון איין בעסיק פאון צו די אנדערע, האט מען נישט געקענט לייגן אלע אויף איין מאל, אבער 100 אדער אפילו מער אויף א מאל האט יא געארבעט).
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

אויב אינעם פשוטן פאון גייט אריין א עס די קארטל לייג אריין איינס אינעם קלוגן כלי, לייג אריבער אלע קאנטאקטס מיטגלידער אויפן קארטל און דערנאך שליידער עס אריין אינעם כשר'ן טעלעפאון.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

וואספארא בעסיק פאון?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דאכט זיך מיר אז די סעל פאון געשעפט לעבן שומר שבת אין ב"פ טוט די סארט זאכן.
Drop ceiling
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 03, 2017 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Drop ceiling »

Go in to a cell phone store, they usually have a special device to transfer the contacts from one phone to the .
,other, it works by them 99% of the time
?vu timer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?vu timer »

ש'כח יעדער איינער. למעשה האט מיר איינער געזאגט פון ''backup assistance'' א פראגרעם פון ווערייזאן ווי די קאנטעקטס ווערן געסעיווד,. ס'האט געארבעט א מחי',. אין סעקונדעס איז אלעס אריבער ב''ה
מ'דארף ניטאמאל האבן די פריערדיגע פאון נעבן זיך,. ס'איז געמאכט פאר ווען איינער פארלירט די פאון און קויפט א נייע
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”