חול המועד סוכות אין קראון הייטס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

חול המועד סוכות אין קראון הייטס

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:24 pm

שמחת השואבה והמסתעף בחצרות חב"ד אין קראון הייטס. לוינט זיך צו גיין? אפשר קען עמיצער מיטטיילן אינפארמאציע, זמנים, פארברענגען, וכו'.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:49 pm

איין זאך קען איך דיר זאגן אז אויף די גאסן איז דא געפערליכע תערובת...
אבער עס איז דא אפאר גוטע פארברענגען׳ס אין פריוואטע סוכות...
אבער זיך ארומדרייען איז נישט גוט...
הכל לטובה!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:51 pm

תן חיוך האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן אז אויף די גאסן איז דא געפערליכע תערובת...
זיך ארומדרייען איז נישט גוט...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:38 am

ליידער קומט דארט אן א גרויסע קיבוץ פון נדחי ישראל

השומר נפשו ירחק... אחוץ אז מען גייט דארט אויף גוטע און אויסגעהאלטענע ערטער, ווי עטליכע האבן דערמאנט
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:24 am

עטליכע האבן דערמאנט וואו?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 9:55 am

פלעגט אמאל פארקומען גרויסארטיגע שמחת בית השואבה מיט מוזיק און טענץ. א פארגאגנהייט?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 11:12 am

איך בין פאראיאר דארט געווען מיט מיינע בחורים. געדאווענט מנחה-מעריב אין 770, געהאט צוטוהן מיט עטליכע מיסיאנערן וואס האבן נאר געוואלט אויפקלערן די בחור'לעך אז זיי האבן קיין מושג וואס חסידות איז, און אז מען דארף לערנען חסידות וכו' וכו'. מיטגעהאלטן א שיחה פון רבי'ן און ווי מען באגלייט אים (נעבעך) אריין און ארויס. אדורכגעגאנגען נעמען א דאלער...

דאן צושפאצירט די פאר גאסן צום שמחת בית השואבה, אבער ווי אנדערע שרייבן שוין: עס איז נישט צוגעשטעלט גענוג אידישליך (א ביישפיל: מען זאגט פאר די פסוקים און מאמרים וואס זענען די יסודי האמונה אין חב"ד, עס קומען ארויף אינגלעך און מיידלעך אויפן סטעידזש און מען זאגט עס פאר...)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:02 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן אז אויף די גאסן איז דא געפערליכע תערובת...
זיך ארומדרייען איז נישט גוט...


פאר א בחור אליין צי לאזן גיין איז א פראבלעם פינטל פינטל פינטל וד"ל
נישט אלעס קעןו מען דא שרייבן
אבער אז מען גייט מיט א טאטע מיין איך אז עס קען זיין גאנץ אינטרעסאנט צי גיין
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:09 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן אז אויף די גאסן איז דא געפערליכע תערובת...
זיך ארומדרייען איז נישט גוט...


פאר א בחור אליין צי לאזן גיין איז א פראבלעם פינטל פינטל פינטל וד"ל
נישט אלעס קעןו מען דא שרייבן
אבער אז מען גייט מיט א טאטע מיין איך אז עס קען זיין גאנץ אינטרעסאנט צי גיין

ראיות אסורות איז אויך אסור פאר א טאטע

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:10 pm

חלה האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן אז אויף די גאסן איז דא געפערליכע תערובת...
זיך ארומדרייען איז נישט גוט...


פאר א בחור אליין צי לאזן גיין איז א פראבלעם פינטל פינטל פינטל וד"ל
נישט אלעס קעןו מען דא שרייבן
אבער אז מען גייט מיט א טאטע מיין איך אז עס קען זיין גאנץ אינטרעסאנט צי גיין

ראיות אסורות איז אויך אסור פאר א טאטע

יא אבער פון דעם ווערט ער נישט באהיט ווען ער בלייבט אינדערהיים און ווילי, איך רעדט פון אנדערע פראבלעמען.......
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:31 pm

אנשטאט פון שרייבן וואס מען מעג און וואס נישט, ביטע געבן אדרעסן און מקומות וואו מען קען יא גיין און זיך אונטערהאלטן לכבוד יום טוב.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:38 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:אנשטאט פון שרייבן וואס מען מעג און וואס נישט, ביטע געבן אדרעסן און מקומות וואו מען קען יא גיין און זיך אונטערהאלטן לכבוד יום טוב.


און בארא פארק דארף זיין אסאך שיינע טישן ביינכט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 4:27 pm

לכאורה האט געשריבן:
דאן צושפאצירט די פאר גאסן צום שמחת בית השואבה, אבער ווי אנדערע שרייבן שוין: עס איז נישט צוגעשטעלט גענוג אידישליך (א ביישפיל: מען זאגט פאר די פסוקים און מאמרים וואס זענען די יסודי האמונה אין חב"ד, עס קומען ארויף אינגלעך און מיידלעך אויפן סטעידזש און מען זאגט עס פאר...)

דערמאנט פון די מעשה וואס מען האט דערציילט דער ווילנער גאון וועגן בעל התניא אז ער האט געגעסן מיט זיינע חסידים מיט א מיידל זיצענדיק אויף עם אויף תשעה באב
נאר פארגעסן זאגן עס איז געווען תשעה באב שחל בשבת און א מיידל פאר בת מצוה

יא קליינע מיידלאך פאר בת מצוה זאגן א פסוק.

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:02 pm

ביי רוב (אויב נישט אלע) חסידישע מקומות האט מען דאס נישט געזען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:06 pm

וועגען דעם ווערט עס אויס אידישליך?
איזי

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:24 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:אנשטאט פון שרייבן וואס מען מעג און וואס נישט, ביטע געבן אדרעסן און מקומות וואו מען קען יא גיין און זיך אונטערהאלטן לכבוד יום טוב.


און בארא פארק דארף זיין אסאך שיינע טישן ביינכט.

די אשכול רעדט פון קראון הייטס. נישט פון בארא פארק און אויך נישט פון אידישקייט.

ווער עס האט אינפאו זאל עס ביטע מיטטיילן, ווער עס האט בויך-וויי זאל עס אויסברעכן ערגעץ אנדערש.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:27 pm

גראדע זייער הנאה געהאט פון די קאמענטירן דא, גענטפערט פיין צום זאך.

נישט אלעס וואס עס געפעלט אייך נישט ברעכט מען מיט בויך-וויי.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:40 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:אנשטאט פון שרייבן וואס מען מעג און וואס נישט, ביטע געבן אדרעסן און מקומות וואו מען קען יא גיין און זיך אונטערהאלטן לכבוד יום טוב.


און בארא פארק דארף זיין אסאך שיינע טישן ביינכט.

די אשכול רעדט פון קראון הייטס. נישט פון בארא פארק און אויך נישט פון אידישקייט.

ווער עס האט אינפאו זאל עס ביטע מיטטיילן, ווער עס האט בויך-וויי זאל עס אויסברעכן ערגעץ אנדערש.


שוין געווען דארט עטליכע מאל ב"ה, א שיינע outing געווען, ביי 770 איז דא פארברענגענס וכדו' אבער די טענץ מיט די מוזיק איז א צוויי דריי גאסן ארויף (געדענק איך נישט פונקטליך די נומערן/נעמען פון די גאסן).

איך בין געווען דארט מיט מיין ב"ב, ב"ה זייער הנאה געהאט.

די טענץ דארט זענען זייער לעבעדיג, עס זינגען דארט בדרך כלל אברהם פריעד, בעני פריעדמאן ועוד.

די תערובות דארט איז גארנישט ערגער ווי לי און בעדפארד עוו. אין ווילאמסבורג אום שמחת תורה, אפשר נאך בעסער, ווייל די פרויען און מענער זענען אפגעטיילט אויף די צוויי זייטן פון די גאס.

גיי און האב הנאה, עס איז א שיינע פלאץ הנאה צו האבן.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:47 pm

יאצמעך האט געשריבן:ביי רוב (אויב נישט אלע) חסידישע מקומות האט מען דאס נישט געזען.

בסדר
אבער מען דארף רעדן קלאר ניט שרייבן זאכן וואס מען קאן טועה זיין אין איר באדייט.

די גאס וואו מען טאנצט איז מונטגומערי קארנער קינגסטון 5 גאסן פון 770.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:51 pm

zugurnish האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ביי רוב (אויב נישט אלע) חסידישע מקומות האט מען דאס נישט געזען.

בסדר
אבער מען דארף רעדן קלאר ניט שרייבן זאכן וואס מען קאן טועה זיין אין איר באדייט.

די גאס וואו מען טאנצט איז מונטגומערי קארנער קינגסטון 5 גאסן פון 770.

יש"כ. א יעדע נאכט? וואט טיים?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:58 pm

Join the Simchas Beis Hashoeva children's program Monday and Tuesday nights at 7:00 pm at Kingston and Montgomery Street in Crown Heights.

דא האב איך געזען אז מען שרייבט 7 אזייגער א פראגראם פאר קינדער
מען זאגט די 12 פסוקים וואס דער רבי זי"ע האט געבעטן די קינדער אויסלערנען.
מען דער ציילט אמעשה פאר קינדער און די טאטעס טאנצן מיט די קינדער

שפעטער ארום 9:30 הויבט אהן די טאנצן פאר די עלטערע און עס גייט אהן יעדער נאכט ביז עלות השחר.

הושענא רבה וועט עס גיין ביז 12:50 ווען מען גייט אין שוהל זאגן תהילים
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום מאנטאג אוקטובער 09, 2017 5:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 6:11 pm

עס איז דא דארט פארקינג?

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 6:15 pm

עס איז נישט עקוועלט צו פארקן דאבל אויף די גאסן ארום, איך טו עס שוין די צווייטע יאר, נישט באקומען קיין טיקעט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 7:04 pm

zugurnish האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ביי רוב (אויב נישט אלע) חסידישע מקומות האט מען דאס נישט געזען.

בסדר
אבער מען דארף רעדן קלאר ניט שרייבן זאכן וואס מען קאן טועה זיין אין איר באדייט.

די גאס וואו מען טאנצט איז מונטגומערי קארנער קינגסטון 5 גאסן פון 770.

מיידלעך אונטער בת מצוה איז אנדערש ווי העכער בת מצוה?
מ'האט ערפינדן א ווארט בת מצוה און ס'איז געווארן אויס פראבלעם, און ווי קומט דא אריין חסידות, דאס איז הלכה'דיגע זהירות וואס גאנץ כלל ישראל האט אמאל געהאלטן, און איז ליידער ליידער לעצטערע יארן נפרץ געווארן דורך כמה חוגים. אוי לאותו בושה

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 7:12 pm

בלעטל האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ביי רוב (אויב נישט אלע) חסידישע מקומות האט מען דאס נישט געזען.

בסדר
אבער מען דארף רעדן קלאר ניט שרייבן זאכן וואס מען קאן טועה זיין אין איר באדייט.

די גאס וואו מען טאנצט איז מונטגומערי קארנער קינגסטון 5 גאסן פון 770.

מיידלעך אונטער בת מצוה איז אנדערש ווי העכער בת מצוה?
מ'האט ערפינדן א ווארט בת מצוה און ס'איז געווארן אויס פראבלעם, און ווי קומט דא אריין חסידות, דאס איז הלכה'דיגע זהירות וואס גאנץ כלל ישראל האט אמאל געהאלטן, און איז ליידער ליידער לעצטערע יארן נפרץ געווארן דורך כמה חוגים. אוי לאותו בושה

יעך געדענק ווען די "אמאל" "אלעמאל" און "אייביג" האצעך אנגעהויבן...
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מאטיסאווצער און 8 געסט