וויאזוי צו קלינען און פרעסען אליין א שטריימעל

קליידונג און קלינערס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

גארגארפיק האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:איך לייג פון צייט צו צייט העיר ספרעי עס זעהט אויס פריש יעדע מאל עקסטער

אויפן קרוין אדער די גאנצע שטריימל

[align=center]אינסטרוקציעס ווי אזוי צו פרעסן און קלינען אליין דיין שטריימעל[/align]
איך לייג אפט (יעדע 2-3 וואכן אויף די גאנצע שטריימל (נישט די שפיצן)) און דערנאך עפען איך אביסל צריק די שטריימל און איך וויש עס די פארקערטע זייט פון די האר (אנטקעגן די שפיצן), אז עס זאל זיך צריק עפענען אביסל און נישט אויסזעהן ווי איין שטיק.
דערנאך לייג איך עס און באקס פאר עטליכע טעג.
(דערפאר ראט איך עס צו טון מוצאי שבת) און ביים ארויסנעמען עפען איך נאכאמאל די האר,
בערך יעדע צוויי חדשים שפריץ איך אן די שפיצן פון אינדרויסן דערנאך לייג איך עס אין באקס און איך שפריץ 'אסאך' פון אינעווייניג (!!!נישט אויפן קאפל!!!) איך וויש אויף די האר מיט מיין האנט אז עס זאל זיך צוקלעפן צום באקס, (די האר זאל נישט זיין צו שטארק געדרייט עס זאל זיך ארויסשטעקן פון באקס)
איך דריי אביסל די שטריימל אינעם באקס איך מאך צו דעם דעקל.
די האר וואס שטעקט זיך ארויס ווערט אראפגעבויגן וואס דאס מאכט דעם 'קורל',
און נעם עס ארויס נאך א טאג צוויי (אדער מער... עס מאכט נישט אויס די עיקיר אז עס זאל ליגן א טאג צוויי)
און טו אן דיין שיינעם שטריימל
איך נעם נישט קיין אחריות. נאר קאמפלימענטס...
ביי מיר ארבעט עס וואונדערבאר!

ביטע אויב מעגליך לייגט א בילד פון אייער שטריימל
ייש"כ
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובה דורך גארגארפיק »

איך וועל לייגן בילדער ווי נאר איך וועל האבן צייט
איך וויש עס לייכט ארויף און אראפ די פארקערטע זייט פון די האר אז עס זאל זיך נישט צו שטארק צוקלעבן
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
משה עסקן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה עסקן »

ניס קראכער האט געשריבן:די רעדסט וואס די ווייסט אדער די טראכסט ?
פרעג ביטעזשע דיין שטריימל מאכער צו ער וואלט דיר געראטן אריינצולייגן אין פריזער אדער נישט

ב"ה אז מ'רעד מיר וואס איך ווייס פאר א מציאות.
כ'האב זייער נישט ליב צו עצה'נען מיט קיין "אפשר'ס.. וואס איך קלער.."
אז איר ווילט שטארק וועל איך צולייגן, כ'האב א חבר וואס האט געקויפט א גאר טייערע שטריימל פאר עטליכע יאר צוריק (זעקס אלפים פאר 5 יאר צוריק.. דאס איז אזווי איינער צאלט היינט אכט אלפים..)
איך בין געווען אין געשעפט מיט מיין ברודער א חתן אויפצופיקן זיין שטריימל, און מיין חבר איז פונקט דאן אריינגעקומען איבערמאכן זיין שטריימל, די באקס איז נאך געווען קאלט. די קולות וואס דער סוחר האט געמאכט אויף אים ליגט מיר נאך אין די ביינער... ער האט אים געזאגט אז נאך איינמאל ער לייגט עס אין פריזער זאל ער מער נישט צוריקקומען צו אים עס איבערמאכן..

ניין, איך האב נישט גארנישט קעגן די פריזער סוחרים, איך האב נישט קיין שום אינטערעסן אז מ'זאל יא אדער נישט לייגן אין פריזער, בסך הכל וויל איך סתם ארויסהעלפן פאר די וואס ווילן נישט פאר'הרג'נען זייער שטריימל.
אז די וועסט עקש'נען אז פריזער איז יא גוט וועל איך מיר נישט קעגנשטעלן בכל כוחי עס אפצופייטן.
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

טויגליכער איד האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:איך לייג פון צייט צו צייט העיר ספרעי עס זעהט אויס פריש יעדע מאל עקסטער

אויפן קרוין אדער די גאנצע שטריימל

[align=center]אינסטרוקציעס ווי אזוי צו פרעסן און קלינען אליין דיין שטריימעל[/align]
איך לייג אפט (יעדע 2-3 וואכן אויף די גאנצע שטריימל (נישט די שפיצן)) און דערנאך עפען איך אביסל צריק די שטריימל און איך וויש עס די פארקערטע זייט פון די האר (אנטקעגן די שפיצן), אז עס זאל זיך צריק עפענען אביסל און נישט אויסזעהן ווי איין שטיק.
דערנאך לייג איך עס און באקס פאר עטליכע טעג.
(דערפאר ראט איך עס צו טון מוצאי שבת) און ביים ארויסנעמען עפען איך נאכאמאל די האר,
בערך יעדע צוויי חדשים שפריץ איך אן די שפיצן פון אינדרויסן דערנאך לייג איך עס אין באקס און איך שפריץ 'אסאך' פון אינעווייניג (!!!נישט אויפן קאפל!!!) איך וויש אויף די האר מיט מיין האנט אז עס זאל זיך צוקלעפן צום באקס, (די האר זאל נישט זיין צו שטארק געדרייט עס זאל זיך ארויסשטעקן פון באקס)
איך דריי אביסל די שטריימל אינעם באקס איך מאך צו דעם דעקל.
די האר וואס שטעקט זיך ארויס ווערט אראפגעבויגן וואס דאס מאכט דעם 'קורל',
און נעם עס ארויס נאך א טאג צוויי (אדער מער... עס מאכט נישט אויס די עיקיר אז עס זאל ליגן א טאג צוויי)
און טו אן דיין שיינעם שטריימל
איך נעם נישט קיין אחריות. נאר קאמפלימענטס...
ביי מיר ארבעט עס וואונדערבאר!

ביטע אויב מעגליך לייגט א בילד פון אייער שטריימל
ייש"כ

:lol:
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ב"ה אז מ'רעד מיר וואס איך ווייס פאר א מציאות.
כ'האב זייער נישט ליב צו עצה'נען מיט קיין "אפשר'ס.. וואס איך קלער.."
אז איר ווילט שטארק וועל איך צולייגן, כ'האב א חבר וואס האט געקויפט א גאר טייערע שטריימל פאר עטליכע יאר צוריק (זעקס אלפים פאר 5 יאר צוריק.. דאס איז אזווי איינער צאלט היינט אכט אלפים..)
איך בין געווען אין געשעפט מיט מיין ברודער א חתן אויפצופיקן זיין שטריימל, און מיין חבר איז פונקט דאן אריינגעקומען איבערמאכן זיין שטריימל, די באקס איז נאך געווען קאלט. די קולות וואס דער סוחר האט געמאכט אויף אים ליגט מיר נאך אין די ביינער... ער האט אים געזאגט אז נאך איינמאל ער לייגט עס אין פריזער זאל ער מער נישט צוריקקומען צו אים עס איבערמאכן..

ניין, איך האב נישט גארנישט קעגן די פריזער סוחרים, איך האב נישט קיין שום אינטערעסן אז מ'זאל יא אדער נישט לייגן אין פריזער, בסך הכל וויל איך סתם ארויסהעלפן פאר די וואס ווילן נישט פאר'הרג'נען זייער שטריימל.
אז די וועסט עקש'נען אז פריזער איז יא גוט וועל איך מיר נישט קעגנשטעלן בכל כוחי עס אפצופייטן.[/quote]
נו אז די זאגסט אזוי ווערט שוין א שטיקל מחלוקות הפוסקים....
האט מיר א אינגערמאן פארציילט אז ער איז געווען ביי זיין אדמו"ר אין שטוב
ס'איז געווען עפעס א שמחה דארט אין די משפחה
האט ער געזען ווי די משב"ק עפענט די פריזער אין נעמט ארויס די שטריימעל...
דא רעדט מען פון א 5 -6 אלפים'דיגע שטריימעל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

די רבי קען זיך ערלויבען א נייע אויב עפעס גייט ראונג...
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

דער סוחר האט געשריגן ווייל ער האט מורא געהאט אז אין פריזער וועט עס שענער ווערן, און דער וועט מער נישט אריינקומען איבערמאכן, און ער וועט דערלייגן זיין פאר דאלער וואס מען דארף צאלן.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

קליינטשיגער האט געשריבן:דער סוחר האט געשריגן ווייל ער האט מורא געהאט אז אין פריזער וועט עס שענער ווערן, און דער וועט מער נישט אריינקומען איבערמאכן, און ער וועט דערלייגן זיין פאר דאלער וואס מען דארף צאלן.

אפשר ווייל מען וועט קענען כאפן חיות און אריינלייגן די וויידלעך אין פריזער און עס וועט ווערן א 45 שטריימל פון זיך אליינס
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר אדיר »

ווען ס'פריזינג קאלט אויפן גאס איז די שטריימעל די שענסטע
אין די היצען די ערגסטע
אין היומידיטי נאך ערגער

א פריזער איז טאקע קאלט, אבער פארמאגט אויך יומידיטי, נאר די קעלט פרירט איין די יומידטי מילא קען זיין אז עס שאדט נישט, און מבלייבט מיט רייוח
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גארגארפיק האט געשריבן:איך לייג פון צייט צו צייט העיר ספרעי עס זעהט אויס פריש יעדע מאל עקסטער

בערך יעדע צוויי חדשים שפריץ איך אן די שפיצן פון אינדרויסן דערנאך לייג איך עס אין באקס און איך שפריץ 'אסאך' פון אינעווייניג

איך בין נישט מקנא דיין שכן ביים דאווענען.
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

עושר אדיר האט געשריבן:ווען ס'פריזינג קאלט אויפן גאס איז די שטריימעל די שענסטע
אין די היצען די ערגסטע
אין היומידיטי נאך ערגער

א פריזער איז טאקע קאלט, אבער פארמאגט אויך יומידיטי, נאר די קעלט פרירט איין די יומידטי מילא קען זיין אז עס שאדט נישט, און מבלייבט מיט רייוח

אגרי
פאר קיין א"י אין א פלאץ ווי סאיז הייס און יומערט, און קיק נאכדעם אפען שטריימעל
ווינטער זענען די שטריימעלך שענער
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

דער בדחן האט געשריבן:

למעשה איז א פראבלעם צי גיין אין דער שטארקער היצען מיט שטריימל ,מאכט עס קאליע דע שטריימל
אדער נאר בשעת מעשה קיקט עס נישט אויס גיט
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

אויב מען רעדט שוין אפשר איינער ווייסט ווי אזוי מען קען אליין מאכען א שטריימל ,אפשר איז נישט אזוי שווער ווען מי ווייסט ווי מען קען קויפן דער סחורה
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר אדיר »

פסיקתא האט געשריבן:למעשה איז א פראבלעם צי גיין אין דער שטארקער היצען מיט שטריימל ,מאכט עס קאליע דע שטריימל
אדער נאר בשעת מעשה קיקט עס נישט אויס גיט

די היץ פון די זון פארברענט די קאליר פון די האר
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

:grin: רבונו של עולם, איך זעה אז דעם סוכות גיי איך מיר קאשקענען פאר געלעכטער ווען דער עולם גייט אריינקומען און ביהמ"ד, איינעמס שטריימעל מיט העיר ספריע .. א צווייטענס מיט די פי דו .. א דריטענס פון פריזער מיט אביסל אנגעשמירט פון אייזקריעם .... :grin:
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

עושר אדיר האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:למעשה איז א פראבלעם צי גיין אין דער שטארקער היצען מיט שטריימל ,מאכט עס קאליע דע שטריימל
אדער נאר בשעת מעשה קיקט עס נישט אויס גיט

די היץ פון די זון פארברענט די קאליר פון די האר

בקיצור די זאגסט אז דער רעגן שטריימל איז געמאכט אויכעט פאר דער זומער שבת נאכמיטאג , אדער עס איז דא א צווייטער עצה פאר דער נארמאלער שטריימל
א מעיל זומער אויף א שטריימל האט דעך נישט קיין פשט
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

יאנקל האט געשריבן: רבונו של עולם, איך זעה אז דעם סוכות גיי איך מיר קאשקענען פאר געלעכטער ווען דער עולם גייט אריינקומען און ביהמ"ד, איינעמס שטריימעל מיט העיר ספריע .. א צווייטענס מיט די פי דו .. א דריטענס פון פריזער מיט אביסל אנגעשמירט פון אייזקריעם ....

יא.. יא.. ;l;p-
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

האסט נייעס האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן: רבונו של עולם, איך זעה אז דעם סוכות גיי איך מיר קאשקענען פאר געלעכטער ווען דער עולם גייט אריינקומען און ביהמ"ד, איינעמס שטריימעל מיט העיר ספריע .. א צווייטענס מיט די פי דו .. א דריטענס פון פריזער מיט אביסל אנגעשמירט פון אייזקריעם ....

יא.. יא.. ;l;p-

אז דער קינד זעהט אז דער טאטע לייגט הער ספרעי אויפן שטריימעל וועט ער לייגט א טשאט אדער א רייף אויפן שטריימעל... ס'קומט הערליכע שטריימליך, אגב איינער דענקט נאך די פלעסטיק שטריימליך?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גארגארפיק האט געשריבן:[align=center]אינסטרוקציעס ווי אזוי צו פרעסן און קלינען אליין דיין שטריימעל[/align]
איך לייג אפט (יעדע 2-3 וואכן אויף די גאנצע שטריימל (נישט די שפיצן)) און דערנאך עפען איך אביסל צריק די שטריימל און איך וויש עס די פארקערטע זייט פון די האר (אנטקעגן די שפיצן), אז עס זאל זיך צריק עפענען אביסל און נישט אויסזעהן ווי איין שטיק.
דערנאך לייג איך עס און באקס פאר עטליכע טעג.
(דערפאר ראט איך עס צו טון מוצאי שבת) און ביים ארויסנעמען עפען איך נאכאמאל די האר,
בערך יעדע צוויי חדשים שפריץ איך אן די שפיצן פון אינדרויסן דערנאך לייג איך עס אין באקס און איך שפריץ 'אסאך' פון אינעווייניג (!!!נישט אויפן קאפל!!!) איך וויש אויף די האר מיט מיין האנט אז עס זאל זיך צוקלעפן צום באקס, (די האר זאל נישט זיין צו שטארק געדרייט עס זאל זיך ארויסשטעקן פון באקס)
איך דריי אביסל די שטריימל אינעם באקס איך מאך צו דעם דעקל.
די האר וואס שטעקט זיך ארויס ווערט אראפגעבויגן וואס דאס מאכט דעם 'קורל',
און נעם עס ארויס נאך א טאג צוויי (אדער מער... עס מאכט נישט אויס די עיקיר אז עס זאל ליגן א טאג צוויי)
און טו אן דיין שיינעם שטריימל
איך נעם נישט קיין אחריות. נאר קאמפלימענטס...
ביי מיר ארבעט עס וואונדערבאר!

פארוואס די גאנצע שטריימל יעדע 2-3 וואכן און די קרוין נאר יעדע 2 חדשים?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פסיקתא האט געשריבן:אויב מען רעדט שוין אפשר איינער ווייסט ווי אזוי מען קען אליין מאכען א שטריימל ,אפשר איז נישט אזוי שווער ווען מי ווייסט ווי מען קען קויפן דער סחורה

און אויך וויאזוי מ'מאכט א רעקל און א היט און פורניטשור און מ'בויט א הויז וכו' וכו' :grin:

אוי. כ'בין פארפארן, אידן דארפן דאך פרנסה :grin:
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

גאגראפיק, דו האסט דאך א ביליגע תקנות שטריימל פון כ"מ, וואס קען ממילא גארנישט שאטן צו שפריצן אביסל דא אביסל דארט.

מיט מיין 5'ער פון קרויס וועל איך נישט טון אזעלכע נארישקייטן, זאל מען דאס טאקע טון מיט די שוואכע קוואלטיעט, פאר לכה"פ די מראה החיצון וואס דארף איבערגעפרישט ווערן יעדע פאר וואכן.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

יאסעלע האט געשריבן:גאגראפיק, דו האסט דאך א ביליגע תקנות שטריימל פון כ"מ, וואס קען ממילא גארנישט שאטן צו שפריצן אביסל דא אביסל דארט.

מיט מיין 5'ער פון קרויס וועל איך נישט טון אזעלכע נארישקייטן, זאל מען דאס טאקע טון מיט די שוואכע קוואלטיעט, פאר לכה"פ די מראה החיצון וואס דארף איבערגעפרישט ווערן יעדע פאר וואכן.

דיין שטריימל אינעם בילד זאלסטו בשום אופן נישט פארשמירן מיט פעטנס, ס'איז סאך שענער ארגינעל.

אגב, כ'האב נישט געוואוסט אז קרויס פארקויפט דאס, און נאכדערצו פאר פינף.
בעגלה ובזמן קריב
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:08 pm

תכל'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעגלה ובזמן קריב »

קען איינער פליז געבן א קלארע נאמען פון דעם ספריי וואס מדארף ניצען ???
אונז זענענן מיר קלאר געווערן אז מניצט עס סיי און מענער שול און סיי און וואבער שול באט פליז א נאמען .........
השמש
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

בעגלה ובזמן קריב האט געשריבן:קען איינער פליז געבן א קלארע נאמען פון דעם ספריי וואס מדארף ניצען ???
אונז זענענן מיר קלאר געווערן אז מניצט עס סיי און מענער שול און סיי און וואבער שול באט פליז א נאמען .........

hair spray
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

פעיק נוז האט געשריבן:
פארוואס די גאנצע שטריימל יעדע 2-3 וואכן און די קרוין נאר יעדע 2 חדשים?

ווייל די שפיצן האלטן זיך לענגער
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מלבושים”