אדווערטייזמענט: קריעיטיוו קול-מבשר-אדווערטייזמענט + וואונדערבאַרע CallProאיידיע!
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר חמישים
- תגובות: 68
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am
אדווערטייזמענט: קריעיטיוו קול-מבשר-אדווערטייזמענט + וואונדערבאַרע CallProאיידיע!
כ'בין געזעסן אויף מיין קאוטש, נאך א שווערן טאג ארבעט, און ווי געווענטליך האב איך געדרוקט מיין געווענטליכן באליבטן ספיד-דייעל: קול מבשר.
און כ'האב געכאפט א קיצל...
עמיצער ברוך משה באש האט זיך אויפגעריסן אויף קול מבשר אויפ'ן מעין-מעניו?!
הרב באש לאדענט דעם עולם צום קידוש וואס זיין איידעם מאכט ביי זיידי'ן [זיין זיידע? מיין זיידע?] אין שטוב... 9:30 ברכות... ער האפט אז אשר מרדכי [ווער?!] וועט אונז מהנה זיין מיט א שחרית...
מיין מח האט אנגעהויבן צו פיבערן שנעל און האסטיג. סיריעסלי?! ער לאדענט דא טויזנטער מענטשן צום קידוש? אפשר האט קול מבשר געמאכט א פארדרוסליכן טעות און ארויפגעלייגט זיין קרוב'ס מעסעדזש אויפ'ן מעין-מעניו?
אבער נאך 15 סעקונדעס איז מיר – כמעט – אלעס פארענטפערט געווארן, ווען זלמן ווידער'ס אפיציעלע שטימע האט איינגעמאלדן: פאר מער דרוקט נומער ---.
חברה, כ'האב שוין געהערט אסאך קול מבשר איידיעס, אבער דער יעצטיגער מעסעדזש האט מיר אמת'דיג "אפגעשטעלט". העי, כ'מוז וויסן וואס יענער פארציילט, א קאמפאני וואס קעיטערט קידושים? עמיצער וואס מאכט אינוויטעישאן-צעטלעך? וואס האט יענער צו אפפערן?
נו, וואס טוט א איד ווען ער איז נייגעריג? ער טוט וואס יעדער נייגעריגער איד טוט: מ'דרוקט דעם קנעפל...
(בד"וו, כ'האב געמאכט מיין ריסורטש. די איידיע איז צוגעשטעלט געווארן דורך "קאמפעס מארקעטינג", כ'ווער משוגע פאר זייערע געדאנקען, זיי האבן אפאר גוטע חברה דארט, די זעלבע וואס האבן געמאכט די עדס פאר ליע-עוועניו-פאטא)
*
עכ"פ, נו, וואס וויל טאקע דער מר. באש פונעם ציבור?
דער ענטפער איז: CallPro ~ א וואונדערבארע איידיע וואס איז נאך בעסער ווי די אדווערטייזמענט אליינס :)
"קאל פרא" האט א שטארקע שיטה: זיי האלטן אז אין די היינטיגע וועלט ווען אלעס איז שוין אזוי פארגעשריטן, וואלט אויך געדארפט זיין אסאך אסאך גרינגער צו קענען שיקן מעסעדזשעס פאר משפחה-ליסטע אדער קבוצות פון חברים און זיך האלטן קאנעקטעד.
מ'הערט פון אסאך משפחות, אז קע"ה די משפחה איז זיך צואוואקסן במשך השנים, די קאזינס טרעפן זיך טאקע דא און דארט ביי א שמחה, און מ'הערט די ווייטאגליכע פראגע: דו וואוינסט נאך היינט אין בארא פארק? אה, וויפיל קינדער האלטסטו שוין?...
ס'טוט וויי אז נאנטע בני משפחה – פון די זעלבע זיידע-באבע - וואס האבן עטליכע יאר צוריק זיך געהאלטן אזוי נאנט, זענען פשוט צוליב ריבוי המשפחה פלוצלינג היבש דערווייטערט געווארן, יעדער האט זיינע אייגענע ווירטשאפט, אייגענע נייעס'ן, אייגענע קרעמל.
ס'איז א פארגעשריטענע וועלט היינט. פארוואס זאל מען זיך נישט קענען האלטן נאנט? פארוואס זאל מען דארפן אנקומען צו די טובות פון א קאמפאני וואס זאל ארויסשיקן א מעסעדזש [יא יא מיר האבן ארויסגעשיקט, מיר שיקן ארויס די מעסעדזש באלד]? פארוואס זאל מען דארפן זיין אראפגעבינדן צו איינעם'ס צייט צו קענען לאדענען די אייגענע משפחה צו א שמחה, אדער חברים צו א מסיבה?
אסאך מענטשן פילן אזוי. אבער "קאל פרא" האט געטון למעשה!
זיי האבן אויסגעארבעט א מורא'דיג פראפעשינאל סיסטעם, וואו יעדער משפחה קען האבן איין – אדער עטליכע פעטערס/מומעס – וואס עפענען א אייגענע אקאונט, און זיי קענען "אליינס" מענעדזשן דעם סיסטעם, דורכ'ן ארויסשיקן מעסעדזשעס פאר די גאנצע משפחה ליסטע בנוגע שמחות, יארצייטן, זמנים, צו זייער אייגענע ליסטע, און זייער אייגענע צייט.
ס'איז אן אנדערע וועלט: די גאנצע משפחה – אפי' מ'איז צוזייעט און צושפרייט – פילט זיך פלוצלינג פאראייניגט! כולנו בני איש אחד נחנו.
*
לאמיר נעמען איין ביישפיל, איך אליינס בין א שטיקל מחותן מיט CallPro... אין מיין משפחה איז פארהאן א פאמיליע-גרופ פון 200 מיטגלידער בליעה"ר, מיר האבן א CallPro אקאונט, און 5 פעטערס/מומעס האבן Access צום אקאונט.
ס'האט זייער אסאך Features וויאזוי עס אנצושטעלן, און ס'איז זייער גרינג און User friendly. צום ביישפיל: דער וואס מענעדזשט דעם סיסטעם קען געבן Access פאר'ן בעל שמחה אריינצולאזן א פערזענליכע איינלאדענונג פאר די גאנצע משפחה, אדער פאר א חבר פון די גרופע צו לאדענען צו זיין מסיבה, אדער פאר א זיידע-באבע צו וואונטשן א גוט שבת ויום טוב פאר די גאנצע משפחה.
די משפחה האט מורא'דיג הנאה דערפון, ווען ערשטע קאזינס טרעפן זיך ביי א שמחה, גיבט מען נישט סתם א קלאפ אין די האנט, נאר מ'האט א געמיינזאמע 'טעמע' וואס צו שמועסן: וואס זאגסטו נישט צו באבי'ס מעסעדזש פאריגע וואך, זי האלט זיך פריש ב"ה...
*
אין CallPro דארפט איר נישט זיין אראפגעבינדן צו קיינעם, ס'איז מורא'דיג גרינג צו אַפערעיטן, מ'קען עס טון סיי דורכ'ן קאמפיוטער דורכ'ן לינק דא, אדער אפילו דורך א כשר'ע טעלעפאן. דורכ'ן רופן: 845.378.1500 ממש מיט דריי-פיר סטעפס: איר אפלאוד אייער ליסט, איר קלויבט אויס די צייט ווען ס'זאל געשיקט ווערן, און ס'פארט ארויס...
א באס-מענעדזשער – מיט וועמען איך בין אין גוטן – זאגט מיר זיין עדות'שאפט: אין איינע פון די נייע געגנטער נעבן קרית יואל האט מען געמאכט העווי-טוישונגען אין די טראנספארטאציע פון אלע קינדער פון יענע געגנט. די טשעינדזשעס זענען גרייט געווארן 10:00 ביינאכט.
וויאזוי מעלדט מען איין פאר אלע עלטערן "נאך היינט בעפאר 11:00 ביינאכט" אז מארגן צופרי פיקט מען אויף די קינדער זייגער 10, אנשטאט זייגער 11?
ער האט געעפנט אן אקאונט ביי CallPro און 7 מינוט דערויף איז שוין דער מעסעדזש געווען ארויסגעשיקט פאר אלע עלטערן פון יענע געגנט.
נאך אן אינטערעסאנטע feature: מען קען זעהן ווער ס'האט עס שוין אויסגעהערט, ווער ס'האט נאכנישט אויפגעהויבן, און אזוי ווייטער.
*
אין אנהויב האב איך נישט גראדע נישט געוואלט הערן דערפון: טעלעמארקעטינג? א פרישער חברה'מאן גייט אנהייבן באלעסטיגן דעם ציבור מיט מעסעדזשעס? ווער נאך אזוי גוט ווי אונז דא אין איי-וועלט ווייסן איבערן "חומר הענין"...
אבער אז מ'כאפט א בליק אויפ'ן CallPro סיסטעם זעהט מען אז ס'איז דירעקט אויסגעשטעלט "נישט" צו זיין קיין טעלעמארקעטינג. יעדער קאסטומער וואס עפנט אן אקאונט שיקט פאר 'זיין' ליסטע: צב"ש, זיינע קליענטן, זיינע קרובים, א.א.וו. און נישט 'די קאמפאני' שיקט ארויס פאר א ברייטע ליסטע פון מענטשן וואס ווילן עס נישט באקומען און 'די קאמפאני' אויך נישט צו ליסטעס, נאר יעדער באזונדער ברענגט זיין אייגענע ליסטע..
על כל פנים, איך בין זייער נתפעל געווארן פון זייער סיסטעם, ס'איז פראקטיש, זיי האבן עוועיליבל חודש'ליכע פלענס וואו איר קענט ארויסשיקן unlimited מעסעדזשעס.
האב איך מיטגעטיילט מיינע מחשבות מיט מיין חבר וואס ארבעט ביי זיי אין CallPro, כ'האב אים געזאגט: 'כ'ווער משוגע פאר די איידיע'. זאגט ער מיר: 'נו, גיי ארויף אויף איי-וועלט און דערצייל עס פאר'ן עולם'.
און אזוי האב איך געטון...
*
פרובירט אויס די ערשטע חודש ~ ס'איז אומזיסט! (לייג אריין קויפאן 3000) און דערנאך זענט איר פריי מחליט צו זיין צי ס'ארבעט פאר אייך.
אייער משפחה אדער גרופע וועט אייך אלעמאל דאנקבאר זיין!
ס'איז דיין החלטה, עפן א "CallPro אקאונט" דורכן רופן 888.604.2610 אדער גייט צו http://www.theCallPro.com. און קום דא צוריק דערצייל דיין עקספיריענס.

אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.
מיט דאנק.
די פערוואלטונג.
שלמה המלך האט שוין געזאגט 'טוב שכן קרוב מאח רחוק'..., א קאזין וואס קען מיך אפילו נישט, ער טראכט נישט פון מיר ווי גרויס די יאר איז, בינעך עם מוחל און ער זאל מיר מוחל זיין, און מיר זאלן ביידע רוען במנוחה נכונה....
א נעקסט דאר שכן טראכט דאך פון מיר אסאך מער.....
צו וואס פעלט אויס אז כ'זאל נערווירט ווערן פון יעדן קאזין וואס וואוינט אין האצעפלאץ און ניאטמאל ווייסעך נישט ווער דאס איז, אז ער מאכט א קידוש...
כ'ווינטש עם א הארציגן מזל טוב, אבער ביטע ... כ'אב שוין גענוג פון די נערווירנדע סעילס, און פירצות, טעלעפאן קאללס....

יוראפ האט געשריבן:אין אמעריקא אויך, אפשר וואלט כדאי געווען אז ער זאל כאטש נישט זיין טייערער ווי די אנדערע
איבערקוקענדיג זיינע פרייזען, פאר די מאנטלי פלענס איז ער ממש זי זעלבע ווי די אנדערע קאמפאניס און פאר די 'פעי עס יו גא' פלענס איז ער גאר ביליגער ווי אנדערע.
אויך זע איך ער האט פיטשערס וואס קיינער האט נישט ווי למשל האלטען איין קאנטאקט מיט עטליכע נומבערס און קענען סלעקטען בלויז א חלק פון די קאנטאקט צו שיקען די מעסעזש, ווי אויך די טעלאפאון סיסטעם איז א חידוש, אז מען זאל קענען ממש אלעס טוען דורכן פאון, דאס קענן שטארק נוצבאר זיין פאר היימישען עולם.
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 1
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:41 pm
מען האט עס אינסטאלד ביי אונז אין מוסד
יעצט פאר רעגיסטראציע האבן מיר דא אין מוסד ווי איך ארבעט, אויפגעסעט די סיסטעם,
וואס זאל איך אייך זאגן עס איז געוואלדיג
וואס זאל איך אייך זאגן עס איז געוואלדיג
קאל פרא האט נישט קיין שאנס, קיינער דארף נישט די סערוויס פאר דער פאמיליע, ס'איז סיי ווי נישט פערסאנעל א ראבא קאל צו א שמחה, און פאר דעם געלט קען מען שוין שיקן א טעקסט. רוב עולם זוכט נישט צו לאדענען יעדן פון דער משפחה נאר מ'האנט קלויבט, זייער אסאך פאמיליעס האבן וואטסעפפ און ווער נישט איז נישט אזוי סעווי זיך צו פארען מיט א וואויס סיסטעם. בנוסף וואס ווער איז דיין טארגעט קאסטומער און ווער גענוי זאל זיך זארגן פאר דער פאמיליע, זיך אפגעבן מיט דעם סיסטעם און צאלן א מאנאטליכע סומע? דער זיידע? פארוואס גענוי? אים לאדנט מען דאך זיכער און ס'איז נישט זיין עול צו לאדענען די פאמיליע צו יעדן שלום זכר. בקיצור די גאנצע קול מבשר פיטש מאכט נישט קיין טראפ סענס פאר ווער ס'פארשטייט א טראפ צו מארקעטינג.
לו ישכילו ישמיעו זאת צו אפפערן די סערוויס פאר מוסדות'ער וכדו' און אלגעמיינע מארקעטינג און אראפקריכן פון שאפן א נייע קאטעגאריע נעמליך פאמיליע טעלעמארקעטינג...

- עס וועט זיין גיט
- שר חמש מאות
- תגובות: 907
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm
עס האט פאראייניגט אינזער משפחה
מיין משפחה ניצט עס איז מוראדיג די גאנצע משפחה איז געוארען אזוי פאראייניגט עס איז אזא געשמאק
ווען עס קימט אן א טעלפאן קאל פין די פעטער ווי ער לאדענט איין די משפחה אין לאסט איבער א ווארעמע ברכה
ווער רעד נאך ווען די מימע האט געשיקט א קאל ווען זי האט חתנה געמאכט די יונגסטע מזיניקל
זי האט אריין געלייגט איר גאנצע הארץ אין די ריקארדינג עס איז געווען עמאששענעל
בכלל עס פלעגט זיין שמחת איך בין געוואיר געווארען ווען איך האב געמאכט א שמחה אין יענער איז נישט געקימען פרעג איך אים ווי ביסטי געווען זאגט ער מיר (גראדע מיין עידש א פירסט קאזין)
ני אזוי גייט עס די משפחה איז גרויס די ווייסט איך האב פאריגע וואך געמאכט א וואכט נאכט
זאג איך אים איך האב גארנישט געהערט זאגט ער מיר איך האב אויך נישט געהערט פין דיר
אבער היינט א אנדער וועלד אין עס איז אזוי פלעקסעבעל צי ניצען איך זאג ענק עס איז א מורדיגע סיסטעם עס האט פאראייניגט אינזער משפחה
עס איז ווערט די פאר דאלער