ארויסבויען א פארטש פון צעמענט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

ארויסבויען א פארטש פון צעמענט

תגובהדורך מחזור » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:45 pm

אויב איינער האט עקספיריענס מיטן ארויסבויען א פארטש וואס איז געמאכט נאר פון צמענט? (אזוי ווי די גאר נייע דעוועלעפמענט'ס אין וויליאמסבורג)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:52 pm

שווער צו גלויבן אז דאס איז מעגליך, די בנינים זענען cast in place.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:31 pm

רוף א שמיד וועט ער זאגן דיינע אפשענס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:04 pm

מחזור האט געשריבן:אויב איינער האט עקספיריענס מיטן ארויסבויען א פארטש וואס איז געמאכט נאר פון צמענט? (אזוי ווי די גאר נייע דעוועלעפמענט'ס אין וויליאמסבורג)

פרעג די אידען אין ארץ ישראל אלעס איז דארט געבויט נאר פון צמענט
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 2:31 pm

מחזור האט געשריבן:אויב איינער האט עקספיריענס מיטן ארויסבויען א פארטש וואס איז געמאכט נאר פון צמענט? (אזוי ווי די גאר נייע דעוועלעפמענט'ס אין וויליאמסבורג)

כ'קלער אז די גרינגסטע וועג איז צו לייגן א נייע צעמענטע פאדלאגע איבער די אלטע, דהיינו ארויפלייגן א ברייטערע און לענגערע מעטאל שיט אויף די יעצטיגע פארטש, און ארויפגיסן דערויף א שיכט צעמענט. פארשטייט זיך אז מדארף באפעסטיגן די מעטעל צו די אלטע פארטש, און לייגען א פרעם ארום אז די צעמענט זאל זיך האלטן דערינען.

וויאזוי צו באפעסטיגן די מעטעל שיט, איז דא אסאך עצות, איי עצה וואס כ'קלער ס'איז גוט, ווייל דאס וועט צוזאם האלטן ביידע פאדלאגעס, צו מאכן קליינע לעכער און די פארטש און אריינשטעקן רינדיכיגע אייזענעס און לייגן סעמענט ס'זאל זיך האלטן, דערנאך מאכן אויף די מעטל שיט לעכער קעגן די אייזענס, אזוי וועט זיך די נייע צעמענט האלטן. ליתר שאת, קען מען אויך מאכן לעכער אין די מעטעל שיט און אין די אלטע פאדלאגע, אזוי וועט זיך אריינגיסן אביסל פון די נייע צעמענט אין די אלטע והיו לאחדים!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 2:51 pm

יעדע פארטש וואס ווערט עקסטענדעד ברויך מען וויסן צו די עקזיסטירענדע סטרוקטשער קען אויסהאלטן די וואג וכו', ס'איז נישט קיין פשוט עסק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:29 pm

כדברי פארשלאפן, אזא זאך טוט מען נישט מיט עדווייס פון אן אנליין בלאג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:32 pm

זיכער אזוי אז מ'דארף

מ'גיבט נאר עצות וואס ער זאל פארשלאגן פארן בילדער אדער שמידער, און יענער וועט אים שוין זאגן צו ס'איז אויסגעהאלטן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:36 pm

צעמענט וועגט אסאך מער ווי דו מיינסט, נעם א structural engineer וואס וועט דיר שוין זאגן וואס צו טון (אין שטאט דארף מען א פערמיט)

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:57 pm

איך האב עגפרעגט אן איד אין א"י אין ער זאגט אז מען קיקט קוידעם אויב די פארטש איז געניג שטארק אין דער נאך לייגט מען צו 2 בימס 1 אין א יעדע זייט פון די פארטש אין מען טיט בערך אזוי נא_שכל האט געשריבן
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:08 pm

דא קען מען זען וויאזוי מען האט עס געטון אין ישיבת חכמי לובלין
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 6:49 pm

נא_שכל האט געשריבן:דא קען מען זען וויאזוי מען האט עס געטון אין ישיבת חכמי לובלין


:? :?

מען זעהט א פארטיגע זאך
און ווער זאגט אז מען האט עס ציגעבויט? שטארק מסתבר אז דאס איז פון דעם אריגינעלען בנין
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 500 ??

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:44 am

מחזור האט געשריבן:אויב איינער האט עקספיריענס מיטן ארויסבויען א פארטש וואס איז געמאכט נאר פון צמענט? (אזוי ווי די גאר נייע דעוועלעפמענט'ס אין וויליאמסבורג)


Check Marcy Lorimer where they just made it

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:51 am

אויף וואלאבוט ביי קענט האט מען עס אויך יעצט געמאכט

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:24 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:אויף וואלאבוט ביי קענט האט מען עס אויך יעצט געמאכט

ביי ביידע פלעצער און אזוי אויך אלע היי רייס בילדינגס בויעט מען אזוי אבער דאס גיסט מען צוזאמען מיט די גאנצע שטאק, אליינס פאר זיך קען מען דאס נישט מאכן אנע זוילן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:27 pm

מ'האט עקסטענדעט ביי וואלעבאוט, צוגעלייגט איי ביעמס צו די צעמענט, ס'איז אן ארבייט פאר איינער וואס פארשטייט סטראקשער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:37 pm

farshlufen האט געשריבן:יעדע פארטש וואס ווערט עקסטענדעד ברויך מען וויסן צו די עקזיסטירענדע סטרוקטשער קען אויסהאלטן די וואג וכו', ס'איז נישט קיין פשוט עסק.

בכלל נישט א פשוט'ער עסק, און איך ציטער אלעמאל צו טראכטען צו דער ארכיטעקט (אויב ס'בכלל געווען א ארכיטעקט) האט אין אכט גענומען אז עס וועלען זיך צוזאם קומען א מנין אידען צו א שמחה אינעם סוכה און נאך גיין א רקודה.

אויף דער שמידער קען מען זיך נישט פארלאזען ווייל ער האט א נגיעה, ווייל ער וויל דער דזשאב.

ווייסט איינער וויפיל כח (וואג) גיבט צו די לייסטלעך וואס מען מאכט פאר סופארט אויפען וואנט? און אויף וואס האלט זיך דער וואנט גופא אויף וואס דער לייסטעל איז צוגעשרויפט; און וויפיל וואג קען עס האלטען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט