תגובהדורך רואיגער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:09 pm
פילע טעג וואס איך גיי נישט אריין אין די ארבעט, נאר ווייל מיין ווייב דארף מיין העלפ, יעדע נאכט העלף איך געבן נאכטמאל, איך לייג שלאפן די קינדער, איך נעם צאם די קאך, איך באד די קינדער. פרייטאג העלף איך אינדערהיים פון 10 אינדערפרי ביזן זמן, איך גיי נישט אין מקוה פרייטאג נאכמיטאג, גאר זעלטן וואס איך כאפ א דרימל פון א האלבע שעה. איך קום אן שפעט אין ביהמ"ד פרייטאג צו נאכטס ווייל איך באגלייט מיין ווייב ביז מיין שוויגער, זי זאל זיך נישט דארפן שלעפן מיט צוויי קינדער. שבת אינדערפרי נעם איך קער פון די קינדער. שבת נאכמיטאג נעם איך קער פון די קינדער, כמעט ביז מנחה.
אלע שכינים ווייסן אז איך העלף די מערסטע אינדערהיים, מיין ווייב זאגט מיר עס אפילו ווען זי איז פינקט אין א גוטע מוד. אבער נאכאלץ טרעפט זי כסדר וואס יענע שכן העלפט מער אינדערהיים, אדער קויפט בעסערע זאכן פאר זיין ווייב.
זי קאלט מיר בערך דריי מאל א טאג אז זי דארף עמערדזשענסי א טובה, איך טו עס זייער גערן, געווענליך קען איך עס טוען. מאכט זיך אמאל וואס נישט, בין איך איהר שיין מסביר, אז וויל איהר אזוי שטארק העלפן אבער יעצט קען איך נישט צוליב וואס איך בין פארנומען מיט א קאסטומער וכדו'. זי פארשטייט אבער בכלל נישט וואס איך רעד, די טעלעפאון האקט זיך אפ, און ווען איך קום אהיים האב איך שוין צו הערן. די מיינסט אלעס איז געלט!? דיינע פארשטינקענע קאסטומערס, די טיסט אלעס און די וועלט פאר זיי. אויף מיר קערסטו נישט. איך מיין אז א ווייב קומט פאר קאסטומערס, נישט אלעס איז געלט. וויפיל מאל איך האב איהר שוין פראבירט מסביר צו זיין אז איך דארף נישט קיין געלט פאר מיר, בשעת די ארבעט טראכט איך נאר פון איהר און די קינדער זיי זאלן האבן פון די שענסטע און בעסטע. עס גייט איהר נישט אריין אין קאפ.
יעדע פאר טעג בלאזט זיך, זי וויינט און די שרייט אויף מיר, זי טשעפעט מיר פרעזענדליך
אסאך מאל איז עס אויף גאר אן אגרעסיווע אופן, זי שפיינט איין די קינדער און קאמפ א קעגן מיר. (צוויי און דריי יעריגע קינדער) טאטי האט דיר נישט ליעב, טאטי טשעפעט מאמי. זי וויינט און שרייט, עס קען אפילו אנהאלטן פאר צוויי טעג.
איך פראביר זיך צו האלטן רואיג איך ענטפער כמעט נישט צוריק, ווייל אויף וואס איך ענטפער, טרעפט זי נאך צען תירוצים אויף וואס צו בלאזן.
איך טראכט אלעמאל אז עפעס טיפער ליגט באהאלטן, ס'דא מאלן וואס איך פרעג איהר שיינערהייט. זאג מיר וואס באדערט דיר, איך זאג דיר צו איך וועל טוען אלעס וואס איך קען דיר צו מאכן פרייליך. דא שיסט זי אויס זי נעמט זיך נאכאמאל צו קייכן און וויינען, גיי דיר ארויס פון דא, איך דארף נישט דיין העלפ. די פייניגסט מיר.
איך פראביר כסדר צו שלינגן. דאס מאל איז עס שוין געפערליך, נעכטן האט זי מיר געבעטן איך זאל איהר נעמען שאפינג, כאטש וואס איך האב געהאט זאכן צו ארלעידיגן, האב איך עס אפגעשטיפט. איך האב איהר גענומען שאפינג ביז 3 נאכמיטאג, דריי אזייגער בין איך אריין אין ארבעט, איך האב געהאט אסאך ארבעט, איך האב מודיע געווען פאר מיין ווייב אז איך גיי זיין היבש פארנומען נאכמיטאג. עס גייט נישט אריבער פיפצען מינוט, די טעלעפאון קלינגט העלא וואס טיט זיך? איך דארף א טובה, מיין חבר'טע גייט באלד צו יענע סטאר, איך וויל זי זאל מיר אויפטוישן די קלייד מיט א אנדערע קלייד. טראכסט וואלסט איהר עס געקענט טראגן? איך האב זיך געהאלטן רואיג און גענטפערט איים סארי אבער איך בין זייער פארנומען, איך קען עס טוען גערן אבער נישט יעצט, נאך זעקס אזייגער גיי איך ווי די ווילסט. זי איז גלייך געווארן אויפגערעגט באלד איז עס נישט אינטערעסאנט, ווייל אפשר גייט זי נישט דארט זיין, ס'גוט איך דארף נישט דיינע טובות, איך קען בעטן מיין טאטע ער טיט מיר עס גערן.
איך האב געזען איך האב נישט קיין ברירה האב איך זיך אנגעטראגן אז איך וועל עס אריין טראגן מארגן אינדערפרי. יא אבער מארגן וועט שוין אלעס זיין אויספארקויפט, מארגן איז נישט אינטערעסאנט! בום! די טעלעפאון האב זיך אראפ געהאקט.
5:05 העלאו? ווי ביסטו? איך קען וויסן ווען די פלאנסט אהיים צו קומען?? די קינדער קייכן און וויינען א גאנצע טאג! איך קען מיר נישט קיין עצה געבן! ס'וואלט געווען שיין פון דיר ווען די קומסט מיר אהיים העלפן אביסל. You couldn’t care!. וויבאלד איך האב נאך באמת געהאט אסאך ארבעט,האב איך נישט געקענט אהיים קומען, איך האב איהר פראבירט צו בארואיגן: נעבעך איך שוין דיר באמת, אפשר בעטסו דיין ניס זאל דיר העלפן פאר א האלבע שעה ביז איך קום אהיים? ניין! קיינער האלט מיר נישט ביים העלפן! אויב די קומסט הערשט אין צוואנציג מינוט בלייב בעסער אינדרויסן
א האלבע שעה שפעטער האב איך גענדיגט די ארבעט, מיין ווייב איז דעמאלטס געווען ביי מיין שוויגער, איך קום אריין צו מיין שוויגער אינדערהיים, איך זעה ווי מיין ווייב ווישט זיך די טרערן, ןןי נאר איך קום אריין הייבט זי אהן צו שרייען אין פראנט פון מיין שוויגער, איך דארף נישט דיין העלפ מוחל טובות גיי דיר ארויס פון דא, מיין שוויגער האט זיך ארום געדרייט פאר איין מינוט דערנאך איז זי ארויס פון קאך. מיין ווייב רופט זיך אהן: גיי בעט איבער מיין טאטע מאמע, די האסט זיי געמאכט וויינען, זיי האלטן נישט אויס צו זעהן ווי די לאזט מיר זיך מיטשענען.
מען הייבט אהן אהיים גיין, זי כאפט ארויס די קינד פון מיין הענט. גיי אוועק פון דא! איך וויל נישט די זאלסט אהיים קומען!. די מאכסט מיר חרוב מיין לעבן, די אינטערדרוקסט מיר!
איך האב פראבירט זיך צו בעטן, אפשר דאך לאז מיר דיר העלפן, איך בין זיכער די ביסט איבערגעשטרענגט, די קענסט זיכער ניצן מיין העלפ. אבער זי לאזט נישט נאך.
זעהענדיג אז איך האב נישט קיין ברירה, בין איך ארויס געגאנגען, אן עסן נאכטמאל, און אן געבן א גלעט פאר די קינדער, די קינדער האבן נעבעך געוויינט טאטי ווי גייסטו?? און מיין ווייב האט זיי גענטפערט: טאטי גייט ארבעטן, ער האט ענק נישט ליעב צו זעהן, ער האט ענק פיינט.
8:00 ווען איך בין געווען זיכער אז די קינדער שלאפן שוין האב איך איהר געקאלט איבערבעטן (איך ווייס אויך נישט פינקטלעך אויף וואס), איך הייב אהן רעדן: איך וויל דיר איבערבעטן, איך האב נישט געכאפט ווי שווער די האסט היינט געארבעט, מיין קאפ איז געווען צו אריינגעטוען אין די ארבעט...איך הער וויינען...בום... די טעלעפאון האט זיך אפגעהאקט!
12:00 האב איך גענומען די קוראדש אהיים צו גיין, פארשטייט זיך יעדער איז שוין געשלאפן.
היינט אינדערפרי האב איך געכאפט א פסק: נעקסט טיים ווען די קומסט אהיים פירע פארטאגס זאלסטו זיין אביסל שטילער, מוזט נישט בלאזן דיין נאז דוקא העכער מיין קאפ. די דארפסט גיין פאר מעידזשער העלף, עס איז נישט קיין נארמאלע זאך א מאן זאל אהיים קומען פינעפע פארטאגס! איך מאך דיר נישט היינט קיין סאפער אז די ווילסט קענסטו גיין עסן ביי דיין מאמע, איך גיי מיר מער נישט לאזן פון דיר, איך דארף מיר צעפליקן אויף פיצי שטיקלעך און דיר אינטעסירט נישט גארנישט, האסט נישט קיין שום געפיל. איך ווייס נישט ווי דיין שכל איז.
אויסער דעם יעדע זאך וואס איך קען מיר נישט ערלויבן סטאשעט זי אז זי גייט בעטן איהר טאטע, ער וועט שוין שאפן די געלט פאר דעם, אז ער האט נישט וועט ער בארגן, ער פארשטייט ווי וויכטיג איך דארף עס.
נאך שווערער אלעם איז די פאקט איך האב נישט מיט וועם דאס אדורך צו רעדן, און איך ווייס נישט וואס איז נארמאל און וואס איז נישט. איך האב נישט קיין אנונג צו איך טו גוט אדער שלעכט. איך האב באמת נישט קיין געלט צו צאלן פאר א פראפעשענעל, איך בין זיכער עס זענען דא גוטע אידן וואס טוען אין די ליין מיט א געטריישאפט,גענצליך בחנם.
סדא מאלן וואס זי מאכט מיר פילן אז איך בין ממש א שלעכטער אז איך ארבעט און איך קען איהר נישט העלפן א גאנצן טאג.
עניוועיס איך קען שרייבן און שרייבן, איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן.
טייערע חבירים ביטע העלפט מיר ארויס מיט גוטע עצות און אנווייזונגען
ישר כוח