הילף אין שלום בית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:59 pm

בנוסף לזה, א מאן וועלכע האט נישט די שטארקייט צו זאגן "ניין" ווערט נאטירליך זייער אראפגעקוקט אין זיין ווייב'ס אויגן, זי זעט אים אלס א נעבעך'דיגע שוואכלינג.

פונקט ווי דער אינגל אין חדר וועלכע ווייסט אז וואס ער בעט פון זיין סאבסיטאט האט ר מורא אפצוזאגן, דער סאבסיטאט רעדט זיך איין אז אזוי ווערט ער א גוטע רבי און די קינדער וועלן אים ליב האבן, ווען באמת לאכן די קינדער אונטער זיין רוקן און האלטן אים פאר די וולט'ס נאר.
דעריבער אאל מיטן "ניין" אליינס (פארשטייט זיך ווען עס איז ריכטיג אזוי אז מען קומט דעמאלטס א ניין, און ווען עס ווער ריכטיג געזאגט) קען מען אמאל פארדינען רעספערט

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:20 pm

רואיגער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט און וויכטיג צוצולייגן,(אנטשולדיגט מיר טאקע אז איך האב זיך דערמאנט אזוי שפעט)
די סיבה פאר וואס איך טראכט נישט אז עס איז BPD איז וויבאלד זי איז אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי עס האט ב"ה קיינמאל גארנישט געפעלט, עס איז געווען א גויטע 7 טעג א וואך ניין שעה א טאג. א הלוך ילך די קינדער זענען געווען באלעבאס. וועגן דעם טראכט איך אז עס קען זיין אז זי איז פלעין געספוילט אויף א ריזיגן פארנעם

איך קען נאר איינשטימען מיט די אנדערע אז די סיטואציע דארף פראפיסיענאלע הילף.

אלס א זייטיגע נקודה האב איך שוין לאנג אזא טעאריע א די שטובער וואס עס טועט זיך א ספעציעלע רחבות, גויטס, דרייווערס, יומאנגעס דירה וכולי וכולי, אלעס כדי...גרינגער צו מאכן פאר די קינדער, וואקסען די קינדער אויף פשוט געדעמעזשד און געספוילט און דארפן אריבערגיין א גאר שווערע עזשאסטמענט נאך די חתונה.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:46 pm

עס איז א וויכטיגע לעקציע אין חינוך וואס איך האב מיך נאך געכאפט באצייטנס. לאז דאס קינד אליינס סטראגלען און גיב אים א טשאנס אויפצווואקסען. מוזט נישט אליינס מאכן אלע דיסישאנס פאר אים/איר. לאז דאס קינד זיך פלאגן אליינס צו בויען די סוכה. לאז דיין אינגע טאכטער אליין גיין אין גראסערי איינקויפן. זיך אליינס אן עצה געבן מיט די חברים חבר'טעס. מעגסט אמאל געבן א געפיל פארן קינד אז ס'נישטא יעצט קיין געלט. זאל איר מוח אליינס אויפקומען מיט בייפעלער וויאזוי עס צו הענדלען.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:56 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז א וויכטיגע לעקציע אין חינוך וואס איך האב מיך נאך געכאפט באצייטנס. לאז דאס קינד אליינס סטראגלען און גיב אים א טשאנס אויפצווואקסען. מוזט נישט אליינס מאכן אלע דיסישאנס פאר אים/איר. לאז דאס קינד זיך פלאגן אליינס צו בויען די סוכה. לאז דיין אינגע טאכטער אליין גיין אין גראסערי איינקויפן. זיך אליינס אן עצה געבן מיט די חברים חבר'טעס. מעגסט אמאל געבן א געפיל פארן קינד אז ס'נישטא יעצט קיין געלט. זאל איר מוח אליינס אויפקומען מיט בייפעלער וויאזוי עס צו הענדלען.

אה יעס.

שטימט אבער נישט אזוי גוט מיט די היינטיגע ווינט אויף די גאס פון פיעטשקענען די קליינע פרינצעסענס...געבן טייערסטע קליידלעך, אויספלוגען, סליפ אווערס, ומי יודע וואס נאך מען ברויך זיי אלץ געבן. געווענליך גייט עס צוזאמען ציט די עדיטוד פון ספענדען אן א גרעניץ, און אז עס איז נישטא דאן בארגט מען וכולי וכולי, אלעס איז געבויעט אויף עפעס אין קראנקע מיינדסעט וואס מאנכע יאכנעס האבן אפגעמאכט אס דאס איז נארמאל.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:00 am

יויש, רואיגער, א רחמנות געווען צו ליינען. בעיסד אויף וואס דו שרייבסט, איז דאס גארנישט פשוט.
יעדע זאץ וואס כ'האב געליינט פון דיינע ווערטער, האט מיר מער און מער פארגלייזט מיינע אויגן און פארטונקלט מיין זע קראפט. ס'האט מיר געפראסעקט מיט ביידע הענט. יעדע שורה האט מער און מער פארשארפט די קלעם און ווייטאג.
נעבעך וואס דו מאכסט מיט, אומגליקליכער איד!

כ'גלייב אז נאכן הערן פון יעדן דא אלע ווארימע ווערטער פון מיטלייד און ראט, האסטו א טראפ בעסער ארויס דיין אייגן מצב.
איינוועגס האסטו מעורר געווען אידן אויסצושיסן אין לויב געזאנג צו השי"ת אז ביי זיי איז דער מצב נישט אזוי. בזכותך אנערקענען יעצט אסאך אידן וויפיל צער און עגמ"נ זיי שפארן זיך דורכן נישט זיין אין אזא פעקל.
אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש. כאטש צו טראכטן, געדענקען און מיטפילן. שיין אויך אריינצוווארפן א תפילה אויף אלע עלומי שם (אפשר קען מען אינזין האבן א נאמען פון א ניק וכלפי שמיא גליא) וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט שלום בית והמסתעף.

כ'קען דיר ליידער נישט ארויסהעלפן מיט עפעס זאכלעך. ב"ה כ'ווייס נישט פון די זאכן צו זאגן, זאל עס פאר קיינעם נישט זיין נוגע. אבער וואונטשן קען איך דיר יא, און עס איז פון די טיפסטע קעמערלעך פון מיין הארץ.
זאל דיר השי"ת פירן אין גלייכן וועג, עס זאל פארראכטן ווערן אלעס וואס קען פארראכטן ווערן. והיה העקוב למישור. דיין שטוב זאל בקרוב אויפגעראכטן ווערן, דיין סוכה'לע הנופלת זאל זיין בנויה על תלה. הרופא לשבורי לב זאל זיין יחבש לעצבותך, און אוודאי זאל ער דיר געבן כח און פאר דיין פרוי די ריכטיגע גייסטיגע כוחות זיך ארויסצודערזען פון איר זומפ, און זיין געזונט בגוף ובנפש. עס זאל זיין שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה. הלוואי זאלסטו קענען פארציילן אין פריידן וויאזוי זאכן זענען נשתנה געווארן לטובה ולברכה, לששון ולשמחה און לחיים טובים ולשלום.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

staten island
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:06 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:יויש, רואיגער, א רחמנות געווען צו ליינען. בעיסד אויף וואס דו שרייבסט, איז דאס גארנישט פשוט.
יעדע זאץ וואס כ'האב געליינט פון דיינע ווערטער, האט מיר מער און מער פארגלייזט מיינע אויגן און פארטונקלט מיין זע קראפט. ס'האט מיר געפראסעקט מיט ביידע הענט. יעדע שורה האט מער און מער פארשארפט די קלעם און ווייטאג.
נעבעך וואס דו מאכסט מיט, אומגליקליכער איד!

כ'גלייב אז נאכן הערן פון יעדן דא אלע ווארימע ווערטער פון מיטלייד און ראט, האסטו א טראפ בעסער ארויס דיין אייגן מצב.
איינוועגס האסטו מעורר געווען אידן אויסצושיסן אין לויב געזאנג צו השי"ת אז ביי זיי איז דער מצב נישט אזוי. בזכותך אנערקענען יעצט אסאך אידן וויפיל צער און עגמ"נ זיי שפארן זיך דורכן נישט זיין אין אזא פעקל.
אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש. כאטש צו טראכטן, געדענקען און מיטפילן. שיין אויך אריינצוווארפן א תפילה אויף אלע עלומי שם (אפשר קען מען אינזין האבן א נאמען פון א ניק וכלפי שמיא גליא) וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט שלום בית והמסתעף.

כ'קען דיר ליידער נישט ארויסהעלפן מיט עפעס זאכלעך. ב"ה כ'ווייס נישט פון די זאכן צו זאגן, זאל עס פאר קיינעם נישט זיין נוגע. אבער וואונטשן קען איך דיר יא, און עס איז פון די טיפסטע קעמערלעך פון מיין הארץ.
זאל דיר השי"ת פירן אין גלייכן וועג, עס זאל פארראכטן ווערן אלעס וואס קען פארראכטן ווערן. והיה העקוב למישור. דיין שטוב זאל בקרוב אויפגעראכטן ווערן, דיין סוכה'לע הנופלת זאל זיין בנויה על תלה. הרופא לשבורי לב זאל זיין יחבש לעצבותך, און אוודאי זאל ער דיר געבן כח און פאר דיין פרוי די ריכטיגע גייסטיגע כוחות זיך ארויסצודערזען פון איר זומפ, און זיין געזונט בגוף ובנפש. עס זאל זיין שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה. הלוואי זאלסטו קענען פארציילן אין פריידן וויאזוי זאכן זענען נשתנה געווארן לטובה ולברכה, לששון ולשמחה און לחיים טובים ולשלום.



גא״מ !!!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:30 pm

לכבוד הרב 'רואיגער'
כאפ אריין ווילאנג דו ביסט אויפן אויבן אן
קום אריין פארצייל צו זאכן גייען צום פארבעסערונג צו עפעס האט דיך געהאלפן
באלד גייט שוין איינער קומען מיט אנייע שאלה און וועסט מוזן אריינשלעפן צוריק דעם עולם

דער עולם איז יעצט מיט דיר!!!! 100%!!!!

חזק ואמץ

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:15 pm

עס איז ב"ה דא קליינע פארשריט, איך האלט אינמיטן שרייבן. איך דארף מיר אביסל מצמצם זיין דעם מוח

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:08 pm

שרייב פון דיין ביסל פארשריט
מיר אלע זענען דא פאר דיר !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מ'מוז מיר טרעפן אן עצה בעז"ה!!!!!!!!

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:23 pm

הרב רואיגער, ווי קום איך אריינשטעקן די נאז צווישן אזוינע ריזן? נאר איך איך צולייגן מיינע צוויי צענט בדרך אפשר. עס איז דא א בוך פון הרב שמעון גרין מיטן נאמען:
Get Along With Everyone
לאקעל ווייס איך נישט ווי מען קען עס באקומען, קען זיין אין די ספרים געשעפטן, אבער אנליין איז עס דא, לייג אריין זיין נאמען אזוי:
Rabbi Shimon Gruen

ער רעדט פון די נאטורן וואס מען האט דא אויסגעשמועסט, ווי ווייזן שטארקייט וכדומה, וויאזוי זיך אומצוגיין.

דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז עס זאל דיר זיס ווערן בקרוב.

פאר עני קושיות קענסטו קומען אין אישי.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:16 am

איך וויל אזוי סאך זאגען... מיין הראץ גייט אויס פאר ליינענדיג אזעלכע שורות. אבער איך שפיר אז עס איז נישט אויסגעהאלאטן צו זאגען דיעות אויף אן אפשאצונג פון בלויז תגובה אויף א פאבליק פורם.
אזוי פיל יא... גיב מוראדיג אבאכט צו וועם די רעדסט יא. און וועם די לאזט ווערן אינוואלאווד.

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:52 am

איך האב א שטיקעל אן אנדערע בליק הרב ראויגער אויף דיין מצב ס׳קען זיין איך בין ראנג אבער סאיז זיכער א נקודה למחשבה אין אפשר וועט עס דיך אדער א צווייטען קענען העלפען.

א יעדער זאך וואס א מענטש טוט האט א עפעס ביהיינד איט.. נישט נאר וואס ער טוט, נאר אפילו א לייפסטייל קען ווערן געשיעפט דורך עפעס וואס ער האט געזען אדער געווארן נשפע אדער א אדוירעך גאנג סיי פין גוטס אדער שווער.. דאס מיינט אז א קינד איז וויל נישט גיין אין חדר פארשטייט יעדער אז מקען נישט פויקעסען אויף די יא גיין אדער נישט גיין נאר אויף די סיבה פארוואס ער וויל נישט גיין.

יעצט צי דיין קעיס למשל זי שרייט אז די פייניגסט איר אד׳ג, דעס קען דיך נישט זיין אמת, אין דו אין דיין ווייב ווייסן דאס זי זעהט דאך אז די העלפסט איר א געוואלד מער ווי 90% מענער, נאר עפעס באדערט איר אין זי ברענגט עס ארויס אויף אן עקסטרימע אגרעסיווען אויפען...

מיין נישט חס ושלום אז דו טוסט עפעס ראנג אין דו ביסט שילדיג סקען פשוט זיין אז די מצב איז אזוי געווארן וועגען די פאלגענד..

דורך דיינע שורות ליין איך אין סמאכט מיר אסאך סענס אז דאס איז עס, אז זי איז זייער געספוילטע פרוי, סאייביג געגאנגען איר וועג, אין היפש נעגעטיוו אין גראד אין נאטור, נישט קיין לייכטע, אין דו פין נאטור א רויאיגער, פארנעמט אסאך, פאזיטיוו, אין די לעבסט היפש פאר דיר.
אין דו האסט געמאכט א חשבון אז די האסט נישט קיין כח צי איר סיז א שווער פעקל מיט וואס די דיעלסט דא ביסט נישט געוונט צי אזא סארט נאטור פין דיין יוגענט סוי די ווילסט איר פליעזען געסטו איר אלעס נאך אבי סזאל זיין רויאג אין שטוב אין זי זאל זיין העפי, אבער וואס סאיז געשען דא איז אז סגעווארן א טעקניקעל רילעשענשיפ ! דו גייסט דיין וועג אין די טוסט אלעס (פיזיקלי)אין דער וועלט פאר איר אין פאר דיין שטוב אין זי האט איר לעבן.. אבער עמויציניאלע ליבשאפט אין קאמיניקעישאן פעלט אין נישט ווייל די ווילסט איר נישט געבן די חלשט איר צי געבן נאר סקומט נישט אן אהין ווייל די ביסט אויסגעדרעינט פין איר,

סוי סקען זיין אז סאיז א קאמבינעישאן פין א שווערע נאטור וואס איז דימענדינג, ספוילט, אין נישט קיין קאמיאניקעישאן וואס מאכט די אויסברויכען.

וואס איך וואלט געראטן איז זאלסט אנהייבען שמיסען מיט איר זייער אסאך אפילו די האסט נישט קיין כח דערצייל פין די ארבעט דערצייל פין בית מדרש אינוואלוו איר אין דיין לעבן ווי מער,
אויטאמעטיקלי וועט זי אנהייבען פיהלען אין זען אז די ביסט נישט סתם איר העלפער אין דרייווער, אין זי וועט ווערן אפארט פין דיין לעבן אין האפענטליך בס׳ד וועט זי דיך אנהייבען שטארק אפרישיעטען אין זי וועט מיט די צייט זיך אויסגראדען.

סאיז א לאנגע ארבעט אין מיט ס׳ד וועסטו מצליח זיין אין איך שפיר אז די ביסט ביכולות דאס צי באווייזען מיט דיין גוט הארץ אין ווייעכע נאטור.

עגען קען זיין איך בין קאמפליטי ראנג איך בין נישט קיין פראפעשינאל, איך טריי נאר צי ענעלייזען די סיטיאציע פין אינטער די שורות אין אפשר האבן א זכות אין ברענגען שלום בין איש לאשתו..

השי׳ת זאל דיך באגליקען אין גרויסע זאכן ווארטן דיך אפ אי׳ה אין דיין לעבן.

נ׳ב פליז געב מיר פיעדבעק. טנקס.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:21 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש.

די מין שפראך מאכט א חורבן פאר א סאך מענטשן וואס מיינען אז טאמער איז נישט אזוי דאן איז עפעס ראונג. דאס איז אמת פאר מעשה ביכלעך אבער אין די ריעל ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא. א פרוי שטראלט נישט פון פרייד זיצענדיג אינדערהיים מיט קינדער וואס מיטשענען און נאכ'ן טון לאנדרי, אנגרייטן סאפפער, אינטערווישן די קינדער וכו'. דאס מיטשעט אפ און אפילו אויף די צופרידענסטע פרוי זעהט מען אן אז מ'האלט נאך א טאג ארבעט. סא, זאל קיינער נישט עקספעקטן ווען ער קומט אהיים צו טרעפן א סצענע וואס חוח האט אראפגעלייגט. געזינטע קינדער מאכן א גרידער און דרייען איבער די שטוב און ווען מקומט אהיים און מ'זעהט ווי שווער די אשת חיל ארבעט און ווי אפגעמיטשעט זי איז, דארף מען דאנקן די באשעפער

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:41 am

דריידל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש.

די מין שפראך מאכט א חורבן פאר א סאך מענטשן וואס מיינען אז טאמער איז נישט אזוי דאן איז עפעס ראונג. דאס איז אמת פאר מעשה ביכלעך אבער אין די ריעל ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא. א פרוי שטראלט נישט פון פרייד זיצענדיג אינדערהיים מיט קינדער וואס מיטשענען און נאכ'ן טון לאנדרי, אנגרייטן סאפפער, אינטערווישן די קינדער וכו'. דאס מיטשעט אפ און אפילו אויף די צופרידענסטע פרוי זעהט מען אן אז מ'האלט נאך א טאג ארבעט. סא, זאל קיינער נישט עקספעקטן ווען ער קומט אהיים צו טרעפן א סצענע וואס חוח האט אראפגעלייגט. געזינטע קינדער מאכן א גרידער און דרייען איבער די שטוב און ווען מקומט אהיים און מ'זעהט ווי שווער די אשת חיל ארבעט און ווי אפגעמיטשעט זי איז, דארף מען דאנקן די באשעפער

גא''מ
אויב ביי דיר ''חוח'' איז דער מצב טאקע יא אזוי שטראלענדיג. ביזטו פון די יחידים און דארפסט טאקע טאנצען און לויבען דעם אייבירשטען.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:51 am

סארקאזי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש.

די מין שפראך מאכט א חורבן פאר א סאך מענטשן וואס מיינען אז טאמער איז נישט אזוי דאן איז עפעס ראונג. דאס איז אמת פאר מעשה ביכלעך אבער אין די ריעל ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא. א פרוי שטראלט נישט פון פרייד זיצענדיג אינדערהיים מיט קינדער וואס מיטשענען און נאכ'ן טון לאנדרי, אנגרייטן סאפפער, אינטערווישן די קינדער וכו'. דאס מיטשעט אפ און אפילו אויף די צופרידענסטע פרוי זעהט מען אן אז מ'האלט נאך א טאג ארבעט. סא, זאל קיינער נישט עקספעקטן ווען ער קומט אהיים צו טרעפן א סצענע וואס חוח האט אראפגעלייגט. געזינטע קינדער מאכן א גרידער און דרייען איבער די שטוב און ווען מקומט אהיים און מ'זעהט ווי שווער די אשת חיל ארבעט און ווי אפגעמיטשעט זי איז, דארף מען דאנקן די באשעפער

גא''מ
אויב ביי דיר ''חוח'' איז דער מצב טאקע יא אזוי שטראלענדיג. ביזטו פון די יחידים און דארפסט טאקע טאנצען און לויבען דעם אייבירשטען.

אדער בלויז ווארטן אביסל ביז די קינדער וואקסן אונטער...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:08 am

דריידל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש.

די מין שפראך מאכט א חורבן פאר א סאך מענטשן וואס מיינען אז טאמער איז נישט אזוי דאן איז עפעס ראונג. דאס איז אמת פאר מעשה ביכלעך אבער אין די ריעל ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא. א פרוי שטראלט נישט פון פרייד זיצענדיג אינדערהיים מיט קינדער וואס מיטשענען און נאכ'ן טון לאנדרי, אנגרייטן סאפפער, אינטערווישן די קינדער וכו'. דאס מיטשעט אפ און אפילו אויף די צופרידענסטע פרוי זעהט מען אן אז מ'האלט נאך א טאג ארבעט. סא, זאל קיינער נישט עקספעקטן ווען ער קומט אהיים צו טרעפן א סצענע וואס חוח האט אראפגעלייגט. געזינטע קינדער מאכן א גרידער און דרייען איבער די שטוב און ווען מקומט אהיים און מ'זעהט ווי שווער די אשת חיל ארבעט און ווי אפגעמיטשעט זי איז, דארף מען דאנקן די באשעפער

דערמאנסט מיר פון די בילד פון די סדר נאכט, יעדער שמייכעלט, נישטא קיין אויסגעגאסענע גרעיפ דשוס אויף די טישטוך, יעדער זאגט שיין מה נשתנה, קיינער שעמט זיך נישט, אלעס שיינט. נאו טשעלענדשעס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:23 am

עס איז געווען אמאל א בעל עגלה א מייסטע מומחה אין זיין פעלד, ער האט געקענט פירן די גרעסטע עקשנות'דיגע פערדן וואס קיינער האט זיי נישט געקענט רירן פון פלאץ.

אייממאל איז געווען א פערד און שטאט וואס האט בשום אופן נישט געוואלט פארן ווייטער, וויפיל די בעה''ב האט געשמיסן, גערעדט, געגאנגען מיט גוטן און מיט בייזן איז דער פערד געבליבן פאר עקשנ'ט און זיך נישט גערירט פון ארט.

בלית ברירה האט מען אראפגערופן דעם בעל עגלה מומחה זאל באטראכטן די סיטואציע, און דער בעל עגלה בייגט זיך צי צום פערד און שמועסט מיט אום אפאר מינוט, און יאלא, דער פערד הייבט אן פארן.

די בעה''ב בעט דעם בעל עגלה זאל אים אויסזאגון די סוד וויאזוי ער האט געמאכט דעם פערד גיין, זאגט אים די בעל עגלה, זאלסט וויסן אז יעדע פערד האט זיך זיין 'משוגעת' און ווען מען טרעפט עס צי, און מען גיט אים עס, דעמאלטס וועט ער טוהן פאר דיר וואס ער קען נאר, ער וועט זיין די 'געטרייסטע' פערד אויף די וועלט. און צי דיין פערד האב איך אויך זייער שנעל ציגעטראפן ווא עס האט אים געבאדערט.

לעניינינו, שיין גערעדט, יעדע פרוי אויף דער וועלט האט זיך איר משוגעת, מען דארף עס נאר ציטרעפן, און ווען מען טרעפט עס צי און מען גיט איר עס, דעמאלטס איז זי די געטרייסטע פרוי אויף די וועלט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:11 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:איך האב א שטיקעל אן אנדערע בליק הרב ראויגער אויף דיין מצב ס׳קען זיין איך בין ראנג אבער סאיז זיכער א נקודה למחשבה אין אפשר וועט עס דיך אדער א צווייטען קענען העלפען.

א יעדער זאך וואס א מענטש טוט האט א עפעס ביהיינד איט.. נישט נאר וואס ער טוט, נאר אפילו א לייפסטייל קען ווערן געשיעפט דורך עפעס וואס ער האט געזען אדער געווארן נשפע אדער א אדוירעך גאנג סיי פין גוטס אדער שווער.. דאס מיינט אז א קינד איז וויל נישט גיין אין חדר פארשטייט יעדער אז מקען נישט פויקעסען אויף די יא גיין אדער נישט גיין נאר אויף די סיבה פארוואס ער וויל נישט גיין.

יעצט צי דיין קעיס למשל זי שרייט אז די פייניגסט איר אד׳ג, דעס קען דיך נישט זיין אמת, אין דו אין דיין ווייב ווייסן דאס זי זעהט דאך אז די העלפסט איר א געוואלד מער ווי 90% מענער, נאר עפעס באדערט איר אין זי ברענגט עס ארויס אויף אן עקסטרימע אגרעסיווען אויפען...

מיין נישט חס ושלום אז דו טוסט עפעס ראנג אין דו ביסט שילדיג סקען פשוט זיין אז די מצב איז אזוי געווארן וועגען די פאלגענד..

דורך דיינע שורות ליין איך אין סמאכט מיר אסאך סענס אז דאס איז עס, אז זי איז זייער געספוילטע פרוי, סאייביג געגאנגען איר וועג, אין היפש נעגעטיוו אין גראד אין נאטור, נישט קיין לייכטע, אין דו פין נאטור א רויאיגער, פארנעמט אסאך, פאזיטיוו, אין די לעבסט היפש פאר דיר.
אין דו האסט געמאכט א חשבון אז די האסט נישט קיין כח צי איר סיז א שווער פעקל מיט וואס די דיעלסט דא ביסט נישט געוונט צי אזא סארט נאטור פין דיין יוגענט סוי די ווילסט איר פליעזען געסטו איר אלעס נאך אבי סזאל זיין רויאג אין שטוב אין זי זאל זיין העפי, אבער וואס סאיז געשען דא איז אז סגעווארן א טעקניקעל רילעשענשיפ ! דו גייסט דיין וועג אין די טוסט אלעס (פיזיקלי)אין דער וועלט פאר איר אין פאר דיין שטוב אין זי האט איר לעבן.. אבער עמויציניאלע ליבשאפט אין קאמיניקעישאן פעלט אין נישט ווייל די ווילסט איר נישט געבן די חלשט איר צי געבן נאר סקומט נישט אן אהין ווייל די ביסט אויסגעדרעינט פין איר,

סוי סקען זיין אז סאיז א קאמבינעישאן פין א שווערע נאטור וואס איז דימענדינג, ספוילט, אין נישט קיין קאמיאניקעישאן וואס מאכט די אויסברויכען.

וואס איך וואלט געראטן איז זאלסט אנהייבען שמיסען מיט איר זייער אסאך אפילו די האסט נישט קיין כח דערצייל פין די ארבעט דערצייל פין בית מדרש אינוואלוו איר אין דיין לעבן ווי מער,
אויטאמעטיקלי וועט זי אנהייבען פיהלען אין זען אז די ביסט נישט סתם איר העלפער אין דרייווער, אין זי וועט ווערן אפארט פין דיין לעבן אין האפענטליך בס׳ד וועט זי דיך אנהייבען שטארק אפרישיעטען אין זי וועט מיט די צייט זיך אויסגראדען.

סאיז א לאנגע ארבעט אין מיט ס׳ד וועסטו מצליח זיין אין איך שפיר אז די ביסט ביכולות דאס צי באווייזען מיט דיין גוט הארץ אין ווייעכע נאטור.

עגען קען זיין איך בין קאמפליטי ראנג איך בין נישט קיין פראפעשינאל, איך טריי נאר צי ענעלייזען די סיטיאציע פין אינטער די שורות אין אפשר האבן א זכות אין ברענגען שלום בין איש לאשתו..

השי׳ת זאל דיך באגליקען אין גרויסע זאכן ווארטן דיך אפ אי׳ה אין דיין לעבן.

נ׳ב פליז געב מיר פיעדבעק. טנקס.


גוט ארויס געברענגט די מציאות.
אבער דאס טו איך שוין באלד דריי יאר, איך שמועס מיט איהר יעדן טאג (פארשטייט זיך נאר ווען די איז אין א גאנץ גוטע מאד) איך הער אויס אלע מעשיות, און by now אינטערעסירט מיר שוין באמת וואס איהר חבר'טע האט צו זאגן אויף איהר קלייד. נאך אזא שמועס הערשט געווענליך מער רואיגקייט און ליבשאפט.
אנדערש איז אבער ווען עס קומט מיין חלק צו דערציילן ווי אזוי מיין טאג איז אריבער, הייבט זי אהן דן זיין צו איך האנדל ריכטיג צו נישט, זי גייט אריין פינקטליך וואס און ווען איך האב געטוען מיט וועם איך האב גערעדט. זי ווערט פיל מיט טענות אויף אלעס וואס איך טו, זי כאפט מיר יעדע זאך ביים ווארט. אויב ווערט זי געוואר אז איך האב געטון א טובה פאר איינעם ווערט זי אויפגערעגט אז איך לאז מיר טרעטן, ווער רעדט נאך אויב איך האב געטוען א טובה פאר איינעם פון מיין משפחה דעמאלטס פילט זי שוין ווי זי איז גארנישט ווערד. בקיצור עס איז זייער אומבא'טעמ'ט צו שמועסן ווען מען דארף מעסטן די ווערטער. נאך וואס מען רעדט עניטינג פון ביזנעס, אדער פון מיין טאג, קען מען טאפען די פולווער אין די לופט. פון די אנדערע זייט אויב דערצייל איך נישט פינקטליך, באהאלט איך פון איהר.
אם כל זה שמועס איך מיט איהר וויפיל איך קען נאר.

און אנדערע נייעס: עטליכע טעג נאך די פריערדערמאנטע בלאזעריי מעשה, ווען די מצב האט זיך גענצליך בארואיגט, און איך האב שוין געפילט אז עס איז נישט אינוואלד קיין טראפעלע כעס, אינמיטן א שמועס בין איך צוגעקומען צום ענין, און איך האב איהר געפרעגט צו זי שטימט צו אז אינז דארפן גיין פאר העלפ. זי האט געכאפט א שאק. נאך א האלבע מינוט שווייגן פון ביידע זייטן, פרעגט זי: וואס וועגן דריי טעג צוריק האב איך געבלאזן? זאג איך איהר נישט ווייל די האסט געבלאזן, ווען די בלאזט פלעין פארשטיי איך, עס מאכט זיך א אויסגעמיטשעטע מאמע זאל אמאל בלאזן, עס איז געווען היבש מער ווי סתם געבלאזן, יא אבער די פארשטייסט נישט אז איך האב נישט קיין העלפ, יעדע פרוי אין מיין סטעידזש האט פיר מאל א וואך א גויטע, און יעדן טאג א מאדערס העלפער פאר צוויי שעה, איך פארשטיי יא, אבער נאכאלץ איז דאס נישט קיין תירוץ זיך אזוי אויפצופירן, ערענסט גערעדט פאר אינז האבן געהאט קינדער בכלל, האט זיך דען קיינמאל נישט געמאכט אזעלעכע געבלאזעריי? דא איז זי געווארן אינגאצן צעשוידערט, אקעי איך דארף גיין ענדיגן די לאנדרי, מאך דיר נישט נער'יש. איך האב פראבירט נאך צוויי מאל צוריק צו גיין צום ענין, אבער זי ווערט נערוועז. דא האלט עס יעצט.

אגב: איינע פון די שוועריקייטן איז אז ווען זי איז יא אין א גוטע מאד, קען זי זיין אזוי פרייליך, דעריבער איז מיר שווער צו צעשטערן איהר שמחה מיטן רעדן וועגן גיין פאר הילף, פון די אנדערע זייט ווען די איז נישט אין א גוטע גוסטע, איז דאך בכלל נישט דא צו וועם צו רעדן.

איך זעה ווי שטארק דער עולם דא שפירט מיט מיין צער. באמת א גרויסן יישר כוח פאר יעדן באזינדער, פאר די עצות און חיזוק, סיי ברבים און סיי באישי, נאכן זיך אויסרעדן פילט זיך שוין אסאך גרינגער, איך האב ב"ה באקומען אסאך קוראזש, און האפענונג.
איך בין זיכער צום סוף וועט ארויס קומען א טובה, ווער ווייסט אפשר צום סוף וועל איך גאר אויסוואקסן א פיסכאלאג, אדער שלום בית מאכער.
איך גלייב באמונה שלימה אז גארנישט געשענט נישט סתם אזוי

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:14 am

רואיגער האט געשריבן:עס איז ב"ה דא קליינע פארשריט, איך האלט אינמיטן שרייבן. איך דארף מיר אביסל מצמצם זיין דעם מוח

פארשריט האב איך גערעדט פון דעם אז איך האב געהאט די קוראזש ארויף צו ברענגן דעם טאפיק אויפן טיש אין א רואיגע מינוט

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:33 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אהיימקומענדיג נאך א טאג ארבעט און מען זעט א פרייליכע צופרידענע שטוב, מיט לעכטיגע קינדערלעך וואס לויפן אנטקעגן מלא שמחה, און א פרוי וואס שטראלט פון פרייד – וויפיל מחשבה דארפן מיר דאן שענקען פאר די וואס זייער מצב איז אנדערש.

די מין שפראך מאכט א חורבן פאר א סאך מענטשן וואס מיינען אז טאמער איז נישט אזוי דאן איז עפעס ראונג. דאס איז אמת פאר מעשה ביכלעך אבער אין די ריעל ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא. א פרוי שטראלט נישט פון פרייד זיצענדיג אינדערהיים מיט קינדער וואס מיטשענען און נאכ'ן טון לאנדרי, אנגרייטן סאפפער, אינטערווישן די קינדער וכו'. דאס מיטשעט אפ און אפילו אויף די צופרידענסטע פרוי זעהט מען אן אז מ'האלט נאך א טאג ארבעט. סא, זאל קיינער נישט עקספעקטן ווען ער קומט אהיים צו טרעפן א סצענע וואס חוח האט אראפגעלייגט. געזינטע קינדער מאכן א גרידער און דרייען איבער די שטוב און ווען מקומט אהיים און מ'זעהט ווי שווער די אשת חיל ארבעט און ווי אפגעמיטשעט זי איז, דארף מען דאנקן די באשעפער

דערמאנסט מיר פון די בילד פון די סדר נאכט, יעדער שמייכעלט, נישטא קיין אויסגעגאסענע גרעיפ דשוס אויף די טישטוך, יעדער זאגט שיין מה נשתנה, קיינער שעמט זיך נישט, אלעס שיינט. נאו טשעלענדשעס.

מ'האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער...
אבער היות מיינע בוגרת'ן זענען ב"ה זייער בייהלפיג אין שטוב, זענען זאכן אנדערש. ווי סמאטאחונא האט ערווענט.
פאר די וואס טענהן אז ואשה בכל אלה לא מצאתי, זעט אויס אז ווען די גרויסע קינדער לייגן צו א האנט - ווערט די גרעיפדזשוס אויפן טישטעך שנעל אויפגעווישט און די פרייליכע אטמאספערע איז צוריק אין קאנטראל...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:35 am

ס׳מיר לעצטענס אויסגעקומען צו הערן פונ׳דער׳נאנט פארשידענע שלום בית מצבים, ס׳לאזט זיך נישט גלייבן ווי פיהל פערסאנאלעטי דיסארדער׳ס ל״ע ס׳אלץ דא...

בי.פי.די. איז נאר איין פון בערך 10 סארט פערסאנאלעטי דיסארדערס, אוי.סי.פי.די. איז אויך זייער קאמען, ה״י

למשל דאס:
viewtopic.php?f=3&t=29745
שמעקט פון OCPD, הגם דער שרייבער רעדט משיח לפי תומו
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:00 pm

קנקן מלא האט געשריבן:ס׳מיר לעצטענס אויסגעקומען צו הערן פונ׳דער׳נאנט פארשידענע שלום בית מצבים, ס׳לאזט זיך נישט גלייבן ווי פיהל פערסאנאלעטי דיסארדער׳ס ל״ע ס׳אלץ דא...

בי.פי.די. איז נאר איין פון בערך 10 סארט פערסאנאלעטי דיסארדערס, אוי.סי.פי.די. איז אויך זייער קאמען, ה״י

למשל דאס:
viewtopic.php?f=3&t=29745
שמעקט פון OCPD, הגם דער שרייבער רעדט משיח לפי תומו

איך זעה נישט מיט וואס מיין פאל איז געגליכן צו OCPD

שלוה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:14 pm

איינע פין די זאכען וואס גיבט צי אז מענטשען זאלען אפשטיפען גיין פאר הילף, איז דאס אז עס ווערט רואיגער די מצב פאר אפאר טעג, און מ'אטעמט אפ און מ'לייגט האפענונג אז עס ווערט בעסער, אנשטאט איינזען אז עס איז אזוי ווי א רעדל וואס דרייט זיך עטליכע טעג שוועריקייטען, און עטליכע טעג בעסער, אבער די יסודות זענען נישט פארראכטען געווארען אז די שוועריקייטען זאלען באמת מער נישט צוריקקומען.

רואיגער, איך ברענג ארויף וואס איך האב געשריבען אין די אנהייב:

שלוה האט געשריבן:איך בעט דיך פאר די טובה פין דיין קינדער, ווייב, און דיין אייגענע טובה גיי זיך הילף פאר דיך ווי אומשנעלסטען. די האסט שוין געניג געשלינגען, געהאפט, און אליין פראבירט. ס'איז צייט צי טוהן למעשה און טרעפן די פאסיגע הילף asap.
.


ווען מ'לעבט מיט א בני בית וואס האט שוועריקייטען און גייט נישט פאר הילף, איז געראטען אז מ'זאל אליינס גיין פאר הילף און באקומען הדרכה ווי אזוי צי לעבן מיט דעם און וואס/ווען/ווי אזוי צי טוהן, און חיזוק ווי אזוי דאס אדורך צי מאכען.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:49 pm

רט שלוה א מיליאן מאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:56 pm

רואיגער האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:איך האב א שטיקעל אן אנדערע בליק הרב ראויגער אויף דיין מצב ס׳קען זיין איך בין ראנג אבער סאיז זיכער א נקודה למחשבה אין אפשר וועט עס דיך אדער א צווייטען קענען העלפען.

א יעדער זאך וואס א מענטש טוט האט א עפעס ביהיינד איט.. נישט נאר וואס ער טוט, נאר אפילו א לייפסטייל קען ווערן געשיעפט דורך עפעס וואס ער האט געזען אדער געווארן נשפע אדער א אדוירעך גאנג סיי פין גוטס אדער שווער.. דאס מיינט אז א קינד איז וויל נישט גיין אין חדר פארשטייט יעדער אז מקען נישט פויקעסען אויף די יא גיין אדער נישט גיין נאר אויף די סיבה פארוואס ער וויל נישט גיין.

יעצט צי דיין קעיס למשל זי שרייט אז די פייניגסט איר אד׳ג, דעס קען דיך נישט זיין אמת, אין דו אין דיין ווייב ווייסן דאס זי זעהט דאך אז די העלפסט איר א געוואלד מער ווי 90% מענער, נאר עפעס באדערט איר אין זי ברענגט עס ארויס אויף אן עקסטרימע אגרעסיווען אויפען...

מיין נישט חס ושלום אז דו טוסט עפעס ראנג אין דו ביסט שילדיג סקען פשוט זיין אז די מצב איז אזוי געווארן וועגען די פאלגענד..

דורך דיינע שורות ליין איך אין סמאכט מיר אסאך סענס אז דאס איז עס, אז זי איז זייער געספוילטע פרוי, סאייביג געגאנגען איר וועג, אין היפש נעגעטיוו אין גראד אין נאטור, נישט קיין לייכטע, אין דו פין נאטור א רויאיגער, פארנעמט אסאך, פאזיטיוו, אין די לעבסט היפש פאר דיר.
אין דו האסט געמאכט א חשבון אז די האסט נישט קיין כח צי איר סיז א שווער פעקל מיט וואס די דיעלסט דא ביסט נישט געוונט צי אזא סארט נאטור פין דיין יוגענט סוי די ווילסט איר פליעזען געסטו איר אלעס נאך אבי סזאל זיין רויאג אין שטוב אין זי זאל זיין העפי, אבער וואס סאיז געשען דא איז אז סגעווארן א טעקניקעל רילעשענשיפ ! דו גייסט דיין וועג אין די טוסט אלעס (פיזיקלי)אין דער וועלט פאר איר אין פאר דיין שטוב אין זי האט איר לעבן.. אבער עמויציניאלע ליבשאפט אין קאמיניקעישאן פעלט אין נישט ווייל די ווילסט איר נישט געבן די חלשט איר צי געבן נאר סקומט נישט אן אהין ווייל די ביסט אויסגעדרעינט פין איר,

סוי סקען זיין אז סאיז א קאמבינעישאן פין א שווערע נאטור וואס איז דימענדינג, ספוילט, אין נישט קיין קאמיאניקעישאן וואס מאכט די אויסברויכען.

וואס איך וואלט געראטן איז זאלסט אנהייבען שמיסען מיט איר זייער אסאך אפילו די האסט נישט קיין כח דערצייל פין די ארבעט דערצייל פין בית מדרש אינוואלוו איר אין דיין לעבן ווי מער,
אויטאמעטיקלי וועט זי אנהייבען פיהלען אין זען אז די ביסט נישט סתם איר העלפער אין דרייווער, אין זי וועט ווערן אפארט פין דיין לעבן אין האפענטליך בס׳ד וועט זי דיך אנהייבען שטארק אפרישיעטען אין זי וועט מיט די צייט זיך אויסגראדען.

סאיז א לאנגע ארבעט אין מיט ס׳ד וועסטו מצליח זיין אין איך שפיר אז די ביסט ביכולות דאס צי באווייזען מיט דיין גוט הארץ אין ווייעכע נאטור.

עגען קען זיין איך בין קאמפליטי ראנג איך בין נישט קיין פראפעשינאל, איך טריי נאר צי ענעלייזען די סיטיאציע פין אינטער די שורות אין אפשר האבן א זכות אין ברענגען שלום בין איש לאשתו..

השי׳ת זאל דיך באגליקען אין גרויסע זאכן ווארטן דיך אפ אי׳ה אין דיין לעבן.

נ׳ב פליז געב מיר פיעדבעק. טנקס.


גוט ארויס געברענגט די מציאות.
אבער דאס טו איך שוין באלד דריי יאר, איך שמועס מיט איהר יעדן טאג (פארשטייט זיך נאר ווען די איז אין א גאנץ גוטע מאד) איך הער אויס אלע מעשיות, און by now אינטערעסירט מיר שוין באמת וואס איהר חבר'טע האט צו זאגן אויף איהר קלייד. נאך אזא שמועס הערשט געווענליך מער רואיגקייט און ליבשאפט.
אנדערש איז אבער ווען עס קומט מיין חלק צו דערציילן ווי אזוי מיין טאג איז אריבער, הייבט זי אהן דן זיין צו איך האנדל ריכטיג צו נישט, זי גייט אריין פינקטליך וואס און ווען איך האב געטוען מיט וועם איך האב גערעדט. זי ווערט פיל מיט טענות אויף אלעס וואס איך טו, זי כאפט מיר יעדע זאך ביים ווארט. אויב ווערט זי געוואר אז איך האב געטון א טובה פאר איינעם ווערט זי אויפגערעגט אז איך לאז מיר טרעטן, ווער רעדט נאך אויב איך האב געטוען א טובה פאר איינעם פון מיין משפחה דעמאלטס פילט זי שוין ווי זי איז גארנישט ווערד. בקיצור עס איז זייער אומבא'טעמ'ט צו שמועסן ווען מען דארף מעסטן די ווערטער. נאך וואס מען רעדט עניטינג פון ביזנעס, אדער פון מיין טאג, קען מען טאפען די פולווער אין די לופט. פון די אנדערע זייט אויב דערצייל איך נישט פינקטליך, באהאלט איך פון איהר.
אם כל זה שמועס איך מיט איהר וויפיל איך קען נאר.

און אנדערע נייעס: עטליכע טעג נאך די פריערדערמאנטע בלאזעריי מעשה, ווען די מצב האט זיך גענצליך בארואיגט, און איך האב שוין געפילט אז עס איז נישט אינוואלד קיין טראפעלע כעס, אינמיטן א שמועס בין איך צוגעקומען צום ענין, און איך האב איהר געפרעגט צו זי שטימט צו אז אינז דארפן גיין פאר העלפ. זי האט געכאפט א שאק. נאך א האלבע מינוט שווייגן פון ביידע זייטן, פרעגט זי: וואס וועגן דריי טעג צוריק האב איך געבלאזן? זאג איך איהר נישט ווייל די האסט געבלאזן, ווען די בלאזט פלעין פארשטיי איך, עס מאכט זיך א אויסגעמיטשעטע מאמע זאל אמאל בלאזן, עס איז געווען היבש מער ווי סתם געבלאזן, יא אבער די פארשטייסט נישט אז איך האב נישט קיין העלפ, יעדע פרוי אין מיין סטעידזש האט פיר מאל א וואך א גויטע, און יעדן טאג א מאדערס העלפער פאר צוויי שעה, איך פארשטיי יא, אבער נאכאלץ איז דאס נישט קיין תירוץ זיך אזוי אויפצופירן, ערענסט גערעדט פאר אינז האבן געהאט קינדער בכלל, האט זיך דען קיינמאל נישט געמאכט אזעלעכע געבלאזעריי? דא איז זי געווארן אינגאצן צעשוידערט, אקעי איך דארף גיין ענדיגן די לאנדרי, מאך דיר נישט נער'יש. איך האב פראבירט נאך צוויי מאל צוריק צו גיין צום ענין, אבער זי ווערט נערוועז. דא האלט עס יעצט.

אגב: איינע פון די שוועריקייטן איז אז ווען זי איז יא אין א גוטע מאד, קען זי זיין אזוי פרייליך, דעריבער איז מיר שווער צו צעשטערן איהר שמחה מיטן רעדן וועגן גיין פאר הילף, פון די אנדערע זייט ווען די איז נישט אין א גוטע גוסטע, איז דאך בכלל נישט דא צו וועם צו רעדן.

איך זעה ווי שטארק דער עולם דא שפירט מיט מיין צער. באמת א גרויסן יישר כוח פאר יעדן באזינדער, פאר די עצות און חיזוק, סיי ברבים און סיי באישי, נאכן זיך אויסרעדן פילט זיך שוין אסאך גרינגער, איך האב ב"ה באקומען אסאך קוראזש, און האפענונג.
איך בין זיכער צום סוף וועט ארויס קומען א טובה, ווער ווייסט אפשר צום סוף וועל איך גאר אויסוואקסן א פיסכאלאג, אדער שלום בית מאכער.
איך גלייב באמונה שלימה אז גארנישט געשענט נישט סתם אזוי

איך האב נישט געוואלט שרייבן אבער מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר די וואס זיכן צו טרעפן אז די ביזט עפעס א כל שהוא שילדיג ,באמת איז מורא'דיג שווער צו קענען זשאזשען אדער עצה'נען פארן הערן ביידע צדדים און וויסן באמת אלעס ארום, אבער יעצט אז די האסט שוין צוגעלייגט צום ענין , איז אינטערסאנט אז קיינער האט נישט געשריבן אז איינע פון אירע פראבלעמען איז פשוט און פראסט ענעקזייעטי , זי ברויך א קליינע דאזעזש און אלעס וועט פארן כשורה די חלק מיט אויסברעכן , פארשטייט זיך אז די באשעפער זאל דיר העלפן אז זי זאל ווילן נעמען ...אבער וועגן איר הויפט פראבלעם פון קעגן דיר האט גארנישט מיט ענעקזייעטי און גארנישט מיט דיר אבער גארנישט מיט דיר און נאכאמאל קיין זוז כל שהוא , זי האט ערענסטע ווייטאג און פעין איינגעגסען פון יארן לאנג נאך פון אלס מיידעל וואס דאס שיסט אויס אויף דיר צוזאמען מיט ענעקזייעטי , השם הטוב יכפר , עס פליסט טרערן ווען איך שרייב דאס ,אבער לאמיר האפן אז אונז וועל מיר הערן גוטע נייעס , דאס קען זיין א קעיס פון יארן אדער לעבנס לאנג און נישט ווילן הערן ניטאמאל פון העלפ , אבער די באשעפער פירט די וועלט און קען אלעס טין אבער אונז זה מיר אז די ביזט רוהיג די באשעפער האט געשיקט די מכה פאר די רפואה , סתם להערה בעלמא רוב מענער אין דיין מקום וואלטן איר שוין לאנג איבערגעלאזט און געגעבן 12 שורות, דאס איז די שווערסטע וואס איז דא צו קענען עפעס אין אז יענער וויל נישט קיין אדער אנערקענען און פאסט נישט מודה צו זיין אז מען ברויך הילף


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סקאראמוטשי און 18 געסט