וואקאציע אין שווייץ - אינפארמאציע
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 401
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm
וואקאציע אין שווייץ - אינפארמאציע
אזוי בליקענדיג אין די וועכנטליכע אויסגאבעס, זעהט מען אסאך בילדער פון אידן אויף אפרוה ״אין שווייץ״
בינעך געווען נייגעריג אזוי. קודם ווי גייט מען דארט אין שווייץ? עס זענען דא אזוי פיל בערג וכדו׳
צווייטנס, אז מען ווייסט שוין יא ווי מען ווייל גיין, ווי אזוי מאכט מען האטעל רעזארוועישאנס, ווי טרעפט מען מנין, מקוה, כשר? קאר רענטאל, אדער באן, ווי אזוי איז בעסער ארום צו פארן דארט?
דריטענס, וואס איז דא צו טוהן, א חוץ שפאצירן, טשעיר-ליפט.....?
איך האב געהערט אפאר נעמען פון שטעט, בינעך נייגעריג צו איינער ווייסט צו עס איז עפעס דא דארטן אדער ארום אין די געגנט
Saas Fee
Arosa
St Moritz
Davos
Lugano
Geneva
אויך ווער עס ווייסט, אז מען וויל אריינפארן קיין איטאליע, פראנקרייך אדער עסטרייך. איז דא א געהעריגע גרעניץ, אדער נישט?
א דאנק פון פאראויס

- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
מיר איז לעצטענס אויסגעקומען צו זיין אין שווייץ, ווי איינצושטיין קען איך דיר נישט צופיל בייהילפיג זיין, אבער אזוי פיל קען איך שערן מיט דיר אז זיי האבן א מוראדיגע גוטע באן סיסטעם, באן נאך באן ארום די גאנצער לאנד, פראקטישער ביליגער אין פינקטליכער ווי דינגען א קאר, די גרויסער מעכטיגער אמיריקע מעג זיך שעמען פון switzerland
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
איך בין אנגעקומען אין geneve air port געווארט 15 מינוט אויף א באן אינעם עירפארט, און געפארן א 2 שעה ביז SION און פון דארט גענומען די לאקעל באן.
איך האב מיר דערמאנט פון די שווייצער זייגער ווען מיין באן האט געדארפט ארויספארן 4:29 האט מען שוין געפיפען 4:28:45 און 4:29:00 איז עס שוין געפארן, נישט געקענט נאך לויפן מיט די נייסע פאות
איך האב מיר דערמאנט פון די שווייצער זייגער ווען מיין באן האט געדארפט ארויספארן 4:29 האט מען שוין געפיפען 4:28:45 און 4:29:00 איז עס שוין געפארן, נישט געקענט נאך לויפן מיט די נייסע פאות
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 401
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm
איש פשוט אני האט געשריבן:איך האב געצאלט בערך 120 דאלער פאר די ראונד טריפ מיט די טרעין פון GENEVE ביז SION
די טעקסיס דארטן בעטן אסטראנאמישער סכומים, געפארן מיט זיי א וועג פון קנאפע 5 מינוט אין געצאלט 40 דאלער, יא גאנצע 40 דאלער פאר קנפע 50 מינוט
5 אדער 50
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"
איך פערזענליך האב גענוצט די באן סיסטעם, אבער דער וואס וויל דינגען זאל זיכער מאכן אז ער קען דרייווען אויסגעהאלטן לויט די שווייצע מנהגים און הלכות.
בכלל איז שווערער צו דרייווען אין אייראפע ווי אין אמעריקע.
ווי אויך, דרייווען אויף הויכע בערג קען זיין שווערער ווי דרייווען אין וויליאמסבורג.
בכלל איז שווערער צו דרייווען אין אייראפע ווי אין אמעריקע.
ווי אויך, דרייווען אויף הויכע בערג קען זיין שווערער ווי דרייווען אין וויליאמסבורג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 401
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm
ווישוואש האט געשריבן:איך פערזענליך האב גענוצט די באן סיסטעם, אבער דער וואס וויל דינגען זאל זיכער מאכן אז ער קען דרייווען אויסגעהאלטן לויט די שווייצע מנהגים און הלכות.
בכלל איז שווערער צו דרייווען אין אייראפע ווי אין אמעריקע.
ווי אויך, דרייווען אויף הויכע בערג קען זיין שווערער ווי דרייווען אין וויליאמסבורג.
איך מעג פרעגן ווי די האסט פארברענגט דארט? וועלכע געגנט? וועלכע בערג? אטרעקשאנס? שפאצירן?
איך בין געווען אין אראזא, אלעס וואס איך האב געטון וועסטו טרעפן אינעם לינק וואס איך האב געלייגט אויבן.
דא האב איך געלייגט אפאר בילדער.
דא האב איך געלייגט אפאר בילדער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
- דניאל אויערבאך
- שר האלף
- תגובות: 1021
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm
איש פשוט אני האט געשריבן:מען דארף רעדן צו די שטאלצע אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אויפהערן שטאפן די גאנצער וועלט מיט זייער גערויבטע טעקסעס, און אויפבויען א שווייצער באן סיסטעם
פאוואליע.......... ארמעריקע איז אביסעל גרעסער פון שווייץ

אויך אין אמעריקע איז מער ציגעשטעלט פאר דרייווערס ראודס און געז איז ביליגער,
אין שווייץ איז די לעבן (אפי' נאר וואקאציע) זייער טייער, אלעס פון טעקסיס ביז עסן
אין דער טעגלעכע איד ליין איך אז שווייץ וויל פארבאטען כשר'ע פלייש! אפי' נישט אימפארטן!
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איש פשוט אני האט געשריבן:מען דארף רעדן צו די שטאלצע אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אויפהערן שטאפן די גאנצער וועלט מיט זייער גערויבטע טעקסעס, און אויפבויען א שווייצער באן סיסטעם
פאוואליע.......... ארמעריקע איז אביסעל גרעסער פון שווייץ![]()
אויך אין אמעריקע איז מער ציגעשטעלט פאר דרייווערס ראודס און געז איז ביליגער,
אין שווייץ איז די לעבן (אפי' נאר וואקאציע) זייער טייער, אלעס פון טעקסיס ביז עסן
אין דער טעגלעכע איד ליין איך אז שווייץ וויל פארבאטען כשר'ע פלייש! אפי' נישט אימפארטן!
איך הער וואס די זאגט, אבער די באנען קענען זיין א מוראדיגע טובה פאר די אנוואוינער, וואלטן זיי געמעגט אנשטעלן אזא סיסטעם, טראץ דעם וואס אמעריקע איז גרויס,
אויב האט אמיריקע געקענט בויען אזא מעכטיגע אינטערסטעיט הייוועי פאר 70 יאר צירוק זעה איך בכלל נישט פארוואס זיי זאלן זיין אזוי אינטערשטעליג מיט די צירוקגעשטאנע באן סיסטעם
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 401
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm
תענית חלום האט געשריבן:תכלית. קען איינער אנווייזן ווי צו גיין? ווי צו באשטעלן א האטעל?
ווישוואש האט געשריבן:זע דא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט