רבותי! העלפט ארויס א גר צדק, וואס האט היינט חתונה!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

רבותי! העלפט ארויס א גר צדק, וואס האט היינט חתונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

היינט זונטאג נאכט פרשת ראה קומט פאר די חתונה אין ארה"ק, פונעם חשוב'ן גר צדק, הרב יעקב חיים דאנציגער.

יעקב חיים וואס האט מקריב געווען זיין לעבן פאר אידישקייט, פשוטו כמשמעו, איבערלאזנדיג זיין פאמיליע און פריינד, אנערקענענדיג אז יש מנהיג לבירה און זיך מגייר געווען צו אידישקייט, האט געעפענט די גא פאונד מי, מיט בערך א צוויי וואך צוריק האפנדיג אויפצוטרייבן 20,000 דאללער.
ער האט באוויזן צו שאפן קארגע 3000 דאללער!

לאמיר אים איבערראשען אויפשטייענדיג א טאג נאכן חתונה און אים העלפן דעקן דעם פארבליבענעם סכום וואס פעלט אים אויס פאר די הוצאת החתונה און די דירה.

איך קען נישט יעקב חיים, איך האב אים קיינמאל נישט געזען, איך קען פשוט נישט צוקוקען ווי אזא חשובער גר צדק וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט למען כבוד שמים שטייט אין אזא מצב וואס כמעט סאיז נישט דא ווער עס קוקט זיך אום אויף אים.

באשטייערט אייך מיט גרעסערע סכומים און שיקט עס ארום צו אייערע חברים און באקאנטע.

https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... he-chuppah

תזכו למצוות!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

כבוד פארטראכטער.

ישר כח פארן מזכה זיין אידן מיטן מצווה פון ואהבתם את הגר. דאס איז א מצוות עשה וואס מאכט זיך נישט איעדן טאג.

איך האב מנדב געוועהן. איך בעט אלע חברים, ידידים, שרייבער און ליינער, ביטע:
1) מנדב זיין
2) שיקן די לינק און בעטן חברים

איך האב מנדב געווען צו מקיים זיין די מצווה פון ואהבתם את הגר. איך האב אויך מנדב געוועהן, ווייל א פאר חדשים צירוק, ערב פסח טעג, האב איך געמאכט א קאמפיין דא אין דער עולם האט זיך גאר ווארעם אהנגערופען. אלטס הכרת הטוב, האב איך מנדב געוועהן צו א חבר'ס א קאמפיין אויך.

רבותי, לאו כי יומא מתרחשא. העלפטס אן גר צדק שבאה לחסות תחת כנפי השכינה מיט זיין, א בעלת תשובה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

יישר כח פארן מיר מזכה זיין מיט אזא מצוה חשובה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

בילד פון די חתונה מערקט הנגיד ר' זלמן לייב אבערלענדער וואס האט אויס געצאלט די חתן'ס שטאפיר
אטעטשמענטס
הזמנה
הזמנה
74d4c2f2.jpg (127.29 KiB) געזען 2148 מאל
הנגיד ר' זלמן לייב אבערלענדער
הנגיד ר' זלמן לייב אבערלענדער
IMG-20170813-WA0091.jpg (80.79 KiB) געזען 2148 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

איך זע אונטערגעשריבן מצד החתן העסקן ר' בנציון אוירינג, ווי איך הער פלעגט דער חתן איינשטיין ביי ר' בנציון וואס האט א אפענע שטוב, ווי צענדליגע בחורים עסן ביי אים יעדע שבת, און ער געט זיך אוועק פארן זולת אויף אן אויסערגעוונליכע פארנעם.

רבותי, שיקט ארום די לינק צו אייערע חברים און באקאנטע, און זייט זיי מזכה מיט דעם אויסערגעווענטליכע מצוה פון ואהבתם את הגר מיט הכנסת כלה צוזאמען.

איטס נעווער טו לעיט! לאמיר במשכ'ן שבע ברכות אויפטרייבען די גאנצע סכום וואס פעלט זיך אויס, און דערמיט
פארלייכטערן דעם מצב ביים חשובן גר צדק און אים אביסל אויפלעבן און ווייזן אז זיין נייע אידישע משפחה זארגט זיך פאר אים!!

תזכו למצוות!
מראש צורים
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראש צורים »

מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
לעמפלעך
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמפלעך »

קען איינער מסביר וואס גייט פאר, ער האט א גאי פאנד מי פעידז און איך מיין אז דעז איז שוין זיין צווייטע חסד פאנד
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

לעמפלעך האט געשריבן:קען איינער מסביר וואס גייט פאר, ער האט א גאי פאנד מי פעידז און איך מיין אז דעז איז שוין זיין צווייטע חסד פאנד


יא. דעס איז זיין גא פאנד מי פעידזש אים צו העלפן מיט די הוצאת החתונה, אויסשטאפירן די דירה, און רענט.

ער האט נאך א גא פאנד מי פעיזש? און אויב יא וואס איז די סתירה ?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מזל טוב פאר גר צדק יעקב חיים דאנציגער

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=33488
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”