אונזער מהלך המחשבה אין תשעה באב

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

אונזער מהלך המחשבה אין תשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

יעדע יאר, בעפאר ס'קומט תשעה באב כאפט אונז אהן אזא ווידערווילן געפיל, מיר ווילן נישט טראכטן דערפו,ן עס הייבט זיך שוין בעצם אהן ווען ס'ווערט די דריי וואכן, און אפי' פאר דעם, ווען מ'טראכט, אה! נעקסטע וואך הייבן זיך אהן די דריי וואכן אך!!.. קאם אן!! לאמיר נישט טראכטן דערפון, און מ'טרעפט זיך שנעל וואס צו טון כדי צו פארגעסן דערפון,

ווי נענטער עס קומט, אלס מער הייבט עס אהן נאכצולויפן, מען טרעפט זיך מיט די מחשבות מער מאל א טאג, ווען עס קומט שוין די דריי וואכן אליין, הייבט עס שוין אהן נענטער צו קומען צו די ריאליטי, ס'ווערט שוין עכט, מען קען שוין נישט הערן קיין מוזיק, די מלחמה אינעם מח ווערט שטערקער, און דאך מען שטארקט זיך, מען מאכט זיך פרייליך מיט אנדערע זאכן, ס'גייט זיין תשעה באב עה! ס'איז נאך דא צייט, יעלה!! לאמיר גיין ווייטער!! כ'האב נישט קיין כח צו טראכטן,

ס'קומט די ניין טעג, די מצב ווערט שמאלער מ'קען נישט אנטון קיין פרישע וועש, מ'קען זיך נישט וואשן, מ'קען נישט עסן קיין פליישיג, ס'ווערט שוין "סיריעס ביזנעס", לאמיר שנעל זוכן א וועג ארויס, אה! מ'וועט מאכן מעכטיגע מילכיגע פארטיס, מ'וועט מאכן סיום'ס, מ'וועט שוין טרעפן וויאזוי מסיח דעת צו זיין פון דעי גאנצע דיפרעשן, מ'וועט שוין יעצט אנהייבן מאכן די הכנות פאר שבת נחמו, מ'וועט פארן ערגעץ ווייסעך ווי זיך צו טרייסטן פון אונזער גרויסן טרויער וואס מ'איז דורך געגאנגען (פרעג איך דיר איז מען נישט דורך געגאנגען שווערע צייטן), און אזוי ווי נישט ווי, פארגעסט מען פון דעי גאנצע נערוו,

סקומט אבער תשעה באב ביינאכט, אהן קיין צוויי ברירות זעצט מען זיך אראפ אויף דער ערד, פארשטייט זיך אז מ'מאכט זיך די מערסטע באקוועם מיט קישענעס, און די בענקל זאל זיין די העכסטע וואס מען קען, אזוי ווי ווייניגער צו פילן אז ס'איז תשעה באב, אבער נאך אלעם האט מען נישט קיין צווי ברירות און מ'מוז איינזיצן אפאר שעה אין ביהמ"ד און זאגן די דעפרעסטע קינות, און מ'שפירט ווי מ'זיצט אויף שפילקעס, און נאך קינות ווען מען גייט אהיים, פרובירט מען זיך צו קיפן ביזי ווי מער מען קען, מ'שלאפט ווי מער מ'קען, און מען ווארט שוין קוים אז דער טאג זאל דורך גיין,

קיינער מוז זיך נישט פאפן אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט תשעה באב, מען מיינט אז טאמער מ'האט נישט ליב תשעה באב איז מען א גוי, וואס הייסט!! די ביהמ"ק איז חרוב געווארן און אנשטאט צו וויינען ווילסטו פטור ווערן פון דעם טאג?!, די מציאות איז אבער אז דאס פילן מיר

וואס איז טאקע פשט אז מיר האבן אזא ווידערווילן צו דעם תשעה באב, לאז אפ! וואס גייט אונז אהן אז סאיז א "דאון טאג" וואס בארירט אונז עס אזוי

קיינער פון אונז האט נישט ליב ווען זאכן זענען דעפרעסינג אפי' סתם אזוי אינמיטן יאר, אונז האמיר ליב ווען זאכן זענען פאזיטיוו, אונז קען מיר נישט פעיסן קיין אומגעשמאקע לאו אטמאספער, ווייל א געשמאקע אטמאספער מאכט אז מען זאל נישט דארפן טראכטן פון נעגיטיווע זאכן

ווייל לאמיר זאגן א מענטש געפינט זיך אליין אין א שטוב, אהן קיין מענטש לעבן אים, וואס טראכט ער? פון זיך!, וואס טראכט ער פון זיך? אלעס! זיינע מעלות זיינע חסרונות, זיינע גוטע צייטן זיינע שלעכטע צייטן, זיינע עליות און ירידות,
ווען א מענטש קומט אבער צווישן מענטשן, וואו ס'טוט זיך און ס'לעבט זיך א וועלט, אטוימאטיש פארגעסט ער פון זיך, ער איז ביזי מיט טויזנט זאכן אז ער האט נישט קיין צייט אדער וויל ער נישט האבן קיין צייט צו טראכטן פון זיך,
וואס טוט זיך אבער ווען ער קומט ארויס צוישן מענטשן און יעדער דרייט זיך ארום אזוי אראפגעלאזט, קיינער קוקט נישט אויפן צווייטן, קיינער רעדט נישט מיטן צווייטן, דער עולם איז פאראבל'ט, אטוימאטיש האט ער נישט די סיבות וואס זאלן אים מאכן מסיח דעת זיין פון זיך, ווייל אויב יעדער איז מיט זיך אליין ,מוז ער דאך אויך זיין מיט זיך אליין

יעצט, מיר מענטשן האבן אסאך שוואכקייטן אונז האבן אסאך פראבלעמען אין אונזער נפש, מיר טוען נישט אלעס וואס מיר אליין ערווארטן פון זיך אליין, מיר פאלן דורך מיט פארשידענע זאכן, אבער אונזער סוב קאנטשעס וויל נישט טראכטן דערפון, ער וויל פילן אז אלעס איז גוט, סוב קאנטשעטלי ציטערן מיר צו טראכטן פון אונזערע שוואכקייטן, און א גאנץ לעבן זענען מיר ביזי צו טון זאכן אויף צו פארדעקן אונזערע שוואכקייטן,
און דא אויף דער וועלט איז צו געשטעלט די ריכטיגע כלים אז אויב מיר ווילן קענען מיר מסיח דעת זיין פון זיך זעלבסט, און אזוי לעבן מיר דורך די יאר מער ווייניגער כשורה

ס'קומט אבער די טעג פון די דריי וואכן וואס ווי מער מיר גייען אריין דערין אלס מער זאכן וואס מיר ניצן א גאנץ יאר אויף נישט צו טראכטן פון זיך נעמט מען אונז אוועק, קודם טאר מען נישט הערן קיין מוזיק, יו! אבער א גאנץ יאר ווען ס'איז שטיל און לאונלי און איך טרעף מיר מיט מיר אליין צינד איך אייביג אהן מוזיק און ס'ווערט לעבעדיג, און שוין, אא"וו, און ווי נענעטער ס'קומט צו תשעה באב טראכט מען, אוי! ס'גייט זיין תשעה באב, ס'גייט זיין דיפרעסינג! איך האב נישט קיין כח! איך גיי נישט האבן וואס צו טון! מפרעגט די חברים, איינער האט וואס צו טון תשעה באב! וואס קען מען זיך קיפן ביזי מ'זאל נישט דארפן קוקן דעם דיפרעסיע אין פנים אריין

און ווען ס'קומט תשעה באב אליין זענען מיר אזוי ווי אליין אין א שטוב, אונז האמיר נישט צופיל וואס צו טון, שמועסן און לאכן טאר מען נישט,
אונז קענען אדער טראכטן א גאנצן צייט פון תשעה באב און קוקן די צייט אין פנים אריין, אדער קענען מיר א גאנצן טאג זיצן און זיך עסן אך.. תשעה באב סאו דיפרעסינג!!

אויב אבער א גאנץ יאר וועלן מיר זיין אפן מיט זיך אליין, מיט אונזערע שוואכקייטן, וועלן מיר האבן א קלענערע פראבלעם מיט תשעה באב, און ס'וועט אויך שוין נישט זיין אזוי דעפרעסינג, ווייל אונז גיי מיר עס נישט נעמען אזוי פערסענאל
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

זייער ריכטיג און זייער גוט געשריבן. באט איך ווייס נישט וויפיל מענטשן דא וועלן פארשטיין די טיפקייט פון דיינע ווערטער, מ'דארף פארשטיין אביסל צי עמאשענעל טעראפי
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

כא כא כא האט געשריבן:זייער ריכטיג און זייער גוט געשריבן. באט איך ווייס נישט וויפיל מענטשן דא וועלן פארשטיין די טיפקייט פון דיינע ווערטער, מ'דארף פארשטיין אביסל צי עמאשענעל טעראפי


אז אזעלכע ווי דו וועלן עס פארשטיין איז מיר פונקט גענוג
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די אלע 'געפילן' וואס ווידערשפעניגן דעם מצב מיט ווידערווילן, דארף מען איינערקענען בשעת זיי קומען טענה'ן, עס אויסהערן, און זיך נישט שלאגן דערקעגן, זיך נישט שטארקן דערויף דורכ'ן ווערן שטייפער און זיך צווינגען. נאר מ'גיבט א שמייכל מיט א ברוך הבא, האלאו וואס מאכסטו? וועלקאם מיסטער געפיל. דיך דארף איך טאקע דא האבן. קום העלף מיך. מיסטער געפיל, היינט איז תשעה באב און מיר גייען טרויערן אויפן חורבן. קעי? פיין. איך ווייס זייער גוט אז דו ביסט דא. איך פארשטיי דיך. אבער היינט וויל איך טרויערן אויפן חורבן. ווייסט וואס ס'מיינט די חורבן בית המקדש? איך וויל טרויערן דערויף. ביסט אומבאקוועם מיט די גאנצע זאך? איך פארשטיי דיך! 'געפיל' איך לאז דיך דא זיין! אדרבה איך וויל זאלסט דא זיין! איך וויל זאלסט נישט אוועקלויפן. איך בין נישט דא געקומען דיך צו צווינגען. נאר דיך צו פירן מיט א קליינעם ציה און נאך א ציה. שטאטליך. מן הדבר אל הדבר, ווילאנג דו וועסט מיטארבעטן מיט מיר. און אויך אנהייבן מיטוויינען מיט מיר. די 'געפילן', טאקע די געפילן וואס ווידערשפעניגן, זענען געפילן וואס מיר דארפן נוצן בשעת'ן קלאגן. מיר מוזן עס ארויסכאפן צו זיך, און מיר טארן עס נישט אוועקקלאפן. נאר מיר דארפן עס שלעפן צו זיך, עס אריינדרייען אינעם 'עכטן' מצב.

מ'דארף מיטארבעטן מיטן געפיל, מ'דארף אים אויסהערן, נישט "גיי דיך דו שלעכטער, דו האלסט נישט ביי גארנישט".

איך האב נישט קיין געדולד אז יעדער איז טרויעריג און מ'שלעפט אראפ דעם פרוכת, און די לייט איז האלב אנגעצינדן, און יעדער איז עפעס אזוי כאילו מ'קען מיך ווי עפעס א אנדערע מענטש ווי א גאנץ יאר, איך האב נישט קיין געדולד דערצו, איך דארף עפעס יעצט דא זיצן, אזוי פארקוועטשט, מיט עפעס א קינות'ל, און מורמלען שטיל?

פיין. איך הער וואס דו זאגסט. אבער מיט דעם אלעם איז יעצט תשעה באב און איך וויל וויינען אויפן חורבן. ס'איז מיין ביהמ"ק, מיין חורבן. קום מיטארבעטן מיט מיר. אויב די געפילן ווילן, וויל ער. אויב נישט, האט מען צייט און געדולד מיטצוארבעטן, ווילאנג ער וועט וועלן. ווייל אן געפילן איז נישט דא קיין קלאג. מיר דארפן געפילן, מיר דארפן עס
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מח בקדקדו האט געשריבן:אויב אבער א גאנץ יאר וועלן מיר זיין אפן מיט זיך אליין, מיט אונזערע שוואכקייטן, וועלן מיר האבן א קלענערע פראבלעם מיט תשעה באב, און ס'וועט אויך שוין נישט זיין אזוי דעפרעסינג, ווייל אונז גיי מיר עס נישט נעמען אזוי פערסענאל


פליז עקספלעין די סיפא
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

שיינע געדאנקן. אמת'דיגע רעיונות.

אבער, איך בין זיכער אז נישט מיין זיידע און נישט דיין זיידע זענען צוגעגאנגען צו תשעה באב מיט דעם געפיל.

נעמען אזא זמן און אריימישן דעם געפיל פון זיין מיט זיך אליין, דאס געהערט צו די דור פון די קורסעס.

שוין, בעסער ווי גארנישט.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אונזערע זיידעס האבן בכלל נישט געדארפט ארבעטן אויף געפיל, זיי זענען געווען נארמאלע מענטשן, מיט א נארמאלע געזונטע גייסט. משא''כ היינט..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לומדישע פיסכילאגען נעבעך
פשוט קען מען שוין נישט טראכטן די בין המצרים אין בראשם תשעה באב איז ימי דינים אין מען פירט זיך ווי אבלים
אין קיינער וויל נישט זיין קיין אבל אין קיינער גלייכט נישט קיין דינים
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך בין בכלל נישט אזוי זיכער אז קיינער גלייכט עס נישט,
מיין בעסטע געפיל און מיינע גיטע צייטן איז געווען אמאל זיך גוט אויסוויינען פארן חורבן פון כלל ישראל, עס איז א גשמיות'דיגע הנאה זיך אויסצוגעבן ביים קינות.

ליידער היינט פארשטיי איך נאר די פארקערטע זייט, פון די אנטלויפן פון תשעה באב, היינט האב איך שוין א חורבן עצמו צו באוויינען.
אבער איך פארשטיי זייער שטארק די גשמיות'דיגע געפיל פון זיך אויסגעבן אויפן חורבן בהמ"ק נאר איינער וואס אינטערסירט אים גאנץ שוואך די חורבן איז אים תשעה באב א שטארקע אפקומעניש,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

פרידן האט געשריבן:לומדישע פיסכילאגען נעבעך
פשוט קען מען שוין נישט טראכטן די בין המצרים אין בראשם תשעה באב איז ימי דינים אין מען פירט זיך ווי אבלים
אין קיינער וויל נישט זיין קיין אבל אין קיינער גלייכט נישט קיין דינים


די שאלה איז נאר, פארוואס?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך בין בכלל נישט אזוי זיכער אז קיינער גלייכט עס נישט,
מיין בעסטע געפיל און מיינע גיטע צייטן איז געווען אמאל זיך גוט אויסוויינען פארן חורבן פון כלל ישראל, עס איז א גשמיות'דיגע הנאה זיך אויסצוגעבן ביים קינות.

ליידער היינט פארשטיי איך נאר די פארקערטע זייט, פון די אנטלויפן פון תשעה באב, היינט האב איך שוין א חורבן עצמו צו באוויינען.
אבער איך פארשטיי זייער שטארק די גשמיות'דיגע געפיל פון זיך אויסגעבן אויפן חורבן בהמ"ק נאר איינער וואס אינטערסירט אים גאנץ שוואך די חורבן איז אים תשעה באב א שטארקע אפקומעניש,


אויב דו ביזט יא רואיג מיט דיר אליין ווען ס'קומט תשעה באב, דאן, אשריך וטוב לך, און נישט צו אזעלכע ווי דו איז מיין תגובה געשריבן געווארן, צו דעי מענטשן צו וועם עס רעדט יא מיין ארטיקל, דעי ווייסן שוין וואס איך מיין
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעדער מענטש האט זיך זיין נאטור.
איינער דארף עצות פאר כעס, און איינער עצות נישט צו פילן א ווידערשטאנד צום תשעה באב.
ס'איז נישט אז ער זאגט, "איך וויל פטור ווערן דערפון", ס'איז "געב מיר א עצה, איך וויל אזוי שטארק נישט האבן דעס 'ווידערווילן', איך וויל אויך פילן ווי א יוד, איך האב געפילן וואס שטערן מיר 'געפערליך'. ווען ס'קומט די דריי וואכן פיל איך ווי איך רעג מיך פארוואס ס'דא אזא זאך, און איך ווייס אז דאס קומט נישט מצד היצר הטוב, נאר פון ערגעץ אנדערש. וויאזוי מאך איך אז איך זאל פילן ווי א יוד. וויאזוי?" איינער וואס פאלט דורך מיט כעס, וויל נישט הערן, מ'טאר נישט און פארטיג, ער דארף עצות אז ער זאל זיך בכלל נישט רעגן. געב מיר עני עצה. ווי למשל וויסן אז אלעס קומט פון הימל, און אז ער דארף נישט אלעס קאנטראלירן, היפש זאכן קאנטראלירן זיך פון אויבן פון זיך אליין. און ער דארף נישט צופיל צולייגן א האנט, אזוי וועט ער זיך ווייניגער רעגן. די זעלבע איז מיט געפילן.

ס'איז א פאקט, אז ס'דא וואס מוטשענען זיך דערמיט. מוטשענען זיך מיט געפילן קעגן די יודישקייט! זאל עס זיין מיט אלול! זאל עס זיין מיט ראש השנה! זאל עס זיין מיט הושענא רבה! זאל עס זיין מיט די ערנסטקייט ביי שלוש סעודות, זאל עס זיין מיט תהלים זאגן! זאל עס זיין מיט זינגען אהבה רבה שבועות. זאל עס זיין מיט גמרא לערנען! מיר דארפן א וועג, א מהלך וואס צו טון, וויאזוי מאך איך אז ס'זאל נישט זיין אזא ווידערווילן אין מיין הארץ. געב מיר עני עצה. איך וויל יא פילן ערנסט. איך וויל יא פילן ווי א יוד. איך וויל יא זיין ווי מיין זיידע. איך וויל אבער נישט זיין צעקוועטשט. קיינער האט נישט ליב צו זיין צעקוועטשט. איך בין דורך שוועריגקייטן אין מיינע אויפוואקסונג יארן, איך פיל צעקוועטשט. אפשר האסטו עפעס אן עצה?

ווען איינער קומט און זאגט, איך וויל נישט האבן א ערנסטקייט אלול! איך וויל נישט האבן א ערנסטקייט ראש השנה! איך וויל נישט האבן די דריי וואכן, איך וויל זיין א לאו לייוו, ביי אזא איינעם קען עס קומען, ווייל ער ווייסט נישט אז ס'דא עצות איבערצודרייען געפילן. ער מיינט אז מ'מוז זיין געצווינגען.

אבער מ'רעדט דאך דא נישט פון דעם. מ'רעדט דאך נישט פון איינעם וואס זאגט "איך וויל אראפווארפן דאס עול פון תורה ומצוות, דאס עול פון אונזערע זיידעס" פארקערט, איך וויל עס קענען דערהייבן. איך וויל ווערן ריין. איך וויל פילן גוט. איך וויל באקומען א לב בשר. איך וויל נישט פילן ווי איך האב נישט ליב אלול. איך וויל נישט פילן ווי איך האב עס פיינט. איך וויל נישט. איז דא דערויף עצות. ווילאנג מ'זוכט עצות לקבלת עול מלכות שמים, וואס איז דערמיט נגד'יוו?
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

יישר כח, זייער ריכטיג
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה האט געשריבן:יעדער מענטש האט זיך זיין נאטור.
איינער דארף עצות פאר כעס, און איינער עצות נישט צו פילן א ווידערשטאנד צום תשעה באב.
ס'איז נישט אז ער זאגט, "איך וויל פטור ווערן דערפון", ס'איז "געב מיר א עצה, איך וויל אזוי שטארק נישט האבן דעס 'ווידערווילן', איך וויל אויך פילן ווי א יוד, איך האב געפילן וואס שטערן מיר 'געפערליך'. ווען ס'קומט די דריי וואכן פיל איך ווי איך רעג מיך פארוואס ס'דא אזא זאך, און איך ווייס אז דאס קומט נישט מצד היצר הטוב, נאר פון ערגעץ אנדערש. וויאזוי מאך איך אז איך זאל פילן ווי א יוד. וויאזוי?" איינער וואס פאלט דורך מיט כעס, וויל נישט הערן, מ'טאר נישט און פארטיג, ער דארף עצות אז ער זאל זיך בכלל נישט רעגן. געב מיר עני עצה. ווי למשל וויסן אז אלעס קומט פון הימל, און אז ער דארף נישט אלעס קאנטראלירן, היפש זאכן קאנטראלירן זיך פון אויבן פון זיך אליין. און ער דארף נישט צופיל צולייגן א האנט, אזוי וועט ער זיך ווייניגער רעגן. די זעלבע איז מיט געפילן.

ס'איז א פאקט, אז ס'דא וואס מוטשענען זיך דערמיט. מוטשענען זיך מיט געפילן קעגן די יודישקייט! זאל עס זיין מיט אלול! זאל עס זיין מיט ראש השנה! זאל עס זיין מיט הושענא רבה! זאל עס זיין מיט די ערנסטקייט ביי שלוש סעודות, זאל עס זיין מיט תהלים זאגן! זאל עס זיין מיט זינגען אהבה רבה שבועות. זאל עס זיין מיט גמרא לערנען! מיר דארפן א וועג, א מהלך וואס צו טון, וויאזוי מאך איך אז ס'זאל נישט זיין אזא ווידערווילן אין מיין הארץ. געב מיר עני עצה. איך וויל יא פילן ערנסט. איך וויל יא פילן ווי א יוד. איך וויל יא זיין ווי מיין זיידע. איך וויל אבער נישט זיין צעקוועטשט. קיינער האט נישט ליב צו זיין צעקוועטשט. איך בין דורך שוועריגקייטן אין מיינע אויפוואקסונג יארן, איך פיל צעקוועטשט. אפשר האסטו עפעס אן עצה?

ווען איינער קומט און זאגט, איך וויל נישט האבן א ערנסטקייט אלול! איך וויל נישט האבן א ערנסטקייט ראש השנה! איך וויל נישט האבן די דריי וואכן, איך וויל זיין א לאו לייוו, ביי אזא איינעם קען עס קומען, ווייל ער ווייסט נישט אז ס'דא עצות איבערצודרייען געפילן. ער מיינט אז מ'מוז זיין געצווינגען.

אבער מ'רעדט דאך דא נישט פון דעם. מ'רעדט דאך נישט פון איינעם וואס זאגט "איך וויל אראפווארפן דאס עול פון תורה ומצוות, דאס עול פון אונזערע זיידעס" פארקערט, איך וויל עס קענען דערהייבן. איך וויל ווערן ריין. איך וויל פילן גוט. איך וויל באקומען א לב בשר. איך וויל נישט פילן ווי איך האב נישט ליב אלול. איך וויל נישט פילן ווי איך האב עס פיינט. איך וויל נישט. איז דא דערויף עצות. ווילאנג מ'זוכט עצות לקבלת עול מלכות שמים, וואס איז דערמיט נגד'יוו?

מ'האלט שוין נאך ת"ב, אבער כ'וועל דאך רעאגירן.
ס'איז נישט קיין דמיון תשעה באב צו אנדערע ערנסטע זמנים. אין די אנדערע זמנים ווייס איך וואס די ערנסטע געפילן ווילן פון מיר, נעם א תהלים, וויין דיך אויס פאר'ן אייבערשטן, טו תשובה אויף דיינע עבירות... זינג ביי אהבה רבה און פרוביר צו זיין ערנסט דערביי... משא"כ ת"ב, וואס זאל איך טון מכח דעם וואס ס'טוט מיר באמת וויי דעם חורבן ? דער עיקר אומבאקוועמליכקייט מיט דעם טאג איז ווייל מ'טאר גארנישט טון דורכ'ן טאג ווייל מ'טאר נישט מסיח דעת זיין פון אבילות, און לעומת זה איז נישטא גארנישט מיט וואס ארויסצוברענגען די אבילות.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מח בקדקדו האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:לומדישע פיסכילאגען נעבעך
פשוט קען מען שוין נישט טראכטן די בין המצרים אין בראשם תשעה באב איז ימי דינים אין מען פירט זיך ווי אבלים
אין קיינער וויל נישט זיין קיין אבל אין קיינער גלייכט נישט קיין דינים


די שאלה איז נאר, פארוואס?

פארוואס קיינער וויל נישט זיין קיין אבל אין קיינער האט נישט ליב דינים דארף א הסבר WOW
דעמאלטס וואס איז די הסבר אז ווען די בויך טוט וויי גייט מען אין בית הכבוד?
איך טראכט אז ווייל 'קיינער ווי זיך נישט איינשפארן אליינס ווייל דעמאלטס טרעפט מען זיך מיט זיך, אבער ווען מען האט יסורים אין די בויך איז מען נישט זיך, קען מען זיך שוין איינשפארן, והא ראיה אז ווען די יסורים לאזן נאך וועט מען דארט שנעל ליינען צייטונגען ווייל מען וויל זיך נישט טרעפן מיט זיך
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עס איז היינט א וועלט וואס מען פרובירט אלעס צו מאכן 'פרייליך' 'שמיייכעלדיג', ווי כאילו אויב ס'נישט אזוי שמייכעלדיג ענדיגט זיך די וועלט,
פארדעים איז די ציבור קראנק פון הערן אז, יא טרויערן און זיין אומעטיג אויף א שווערע סיטואציע איז פונקט אזוי וויכטיג ווי פרייליך זיין,
זאל מען אויפהערן צו שיגע מאכן דעם עולם א גאנץ יאר נאר מיט וויאזוי צו 'דזשוינען' לייף, און וויאזוי צו זיין 'העפי', וועל מיר קענען בעסער צוגיין און מיטפילן די הייליגע תשעה באב שעות, און ווייניגער וועלן דארפן צאלן א טיקעט קיין אומאן פאר ר"ה.
#היינו טעמא דשופר.היינו טעמא דמגילת איכה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

רצון טוב האט געשריבן:עס איז היינט א וועלט וואס מען פרובירט אלעס צו מאכן 'פרייליך' 'שמיייכעלדיג', ווי כאילו אויב ס'נישט אזוי שמייכעלדיג ענדיגט זיך די וועלט,
פארדעים איז די ציבור קראנק פון הערן אז, יא טרויערן און זיין אומעטיג אויף א שווערע סיטואציע איז פונקט אזוי וויכטיג ווי פרייליך זיין,
זאל מען אויפהערן צו שיגע מאכן דעם עולם א גאנץ יאר נאר מיט וויאזוי צו 'דזשוינען' לייף, און וויאזוי צו זיין 'העפי', וועל מיר קענען בעסער צוגיין און מיטפילן די הייליגע תשעה באב שעות, און ווייניגער וועלן דארפן צאלן א טיקעט קיין אומאן פאר ר"ה.
#היינו טעמא דשופר.היינו טעמא דמגילת איכה

כ'וועל נאכאמאל פרעגן. וויאזוי קעשט מען אבער איין די געפילן תשעה באב?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: דעס

מ'האלט שוין נאך ת"ב, אבער כ'וועל דאך רעאגירן.
ס'איז נישט קיין דמיון תשעה באב צו אנדערע ערנסטע זמנים. אין די אנדערע זמנים ווייס איך וואס די ערנסטע געפילן ווילן פון מיר, נעם א תהלים, וויין דיך אויס פאר'ן אייבערשטן, טו תשובה אויף דיינע עבירות... זינג ביי אהבה רבה און פרוביר צו זיין ערנסט דערביי... משא"כ ת"ב, וואס זאל איך טון מכח דעם וואס ס'טוט מיר באמת וויי דעם חורבן ? דער עיקר אומבאקוועמליכקייט מיט דעם טאג איז ווייל מ'טאר גארנישט טון דורכ'ן טאג ווייל מ'טאר נישט מסיח דעת זיין פון אבילות, און לעומת זה איז נישטא גארנישט מיט וואס ארויסצוברענגען די אבילות.

די געפילן פון טרויער איז די זאך וואס ווערט פראדעצירט און אנגעהאלטן.
ווען מ'דערמאנט זיך אז ס'קומט די דריי וואכן, דארף ארויפקומען אין געפיל א 'טרויער'. אבער נישט דער העכסטער שטאפל פון טרויער ווען מ'וויינט זיך שוין אויס 'ודמעתה על לחייה'. דאס אז די דריי וואכן מאכט אומבאקוועם פארן מענטש ווערט באלד איבערגעדרייט צו "די ביהמ"ק איז חרוב געווארן". מ'לאזט זיך עס שפירן. מ'אנטלויפט נישט דערפון. דאס איז די געפיל וואס הקב"ה ווארט דערויף. די 'אראפגעדרוקטקייט' איז די frown וואס ס'הייבט אן צו ווערן געשאפן אין קערפער.

יעצט, ווען די דריי וואכן הייבן זיך אן, און ווי מער מ'דערמאנט זיך דעם 'טרויער'. אלץ מער איז דאס 'עבודת השם'. א קוועטשעלע אראפ, נאך א קוועטשעלע. נאך א דערמאן, אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן, כל המתאבל על חורבנו זוכה ורואה בבנינו. פון די געפיל אנטלויפט מען נישט. מ'עסט עס. מ'פרובירט זיך מחזק צו זיין מיטן 'ממעטין וויאזוי מיט שמחה', אבער דאך דער געפיל שאפט זיך אין קערפער מער און מער. ביז ס'קומט די ניין טעג. דאן פילט מען זייער דעם געפיל. וואס דער געפיל איז אבילות אויפן חורבן. מ'איז עס מקבל פנים, נישט מ'אנטלויפט דערפון. און דאס איז וואס 'מח' שרייבט, מ'לעבט מיט די שוואכקייט. דאס מיינט ער צו זאגן, אנטלויפ נישט פון דיך אליין. לעב מיט דיינע געפילן וואס קומען ארויף אין דיין הארץ, וואס קומט ארויף אין דיין הארץ ווייל דו באלאנגסט צו דעם יודישן פאלק, וואס וויינט און קלאגט אז דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן. דאס איז וואס 'מח' שרייבט, אויב אבער א גאנץ יאר וועלן מיר זיין אפן מיט זיך אליין, מיט אונזערע שוואכקייטן, וועלן מיר האבן א קלענערע פראבלעם מיט תשעה באב, און ס'וועט אויך שוין נישט זיין אזוי דעפרעסינג,

די פראבלעם וואס מ'האט מיט תשעה באב, קומט פון אנטלויפן פון געפילן וואס דערמאנען שוואכקייטן. אזוי ווי 'מח' שרייבט אונזער סוב קאנטשעס וויל נישט טראכטן דערפון, ער וויל פילן אז אלעס איז גוט, סוב קאנטשעסלי ציטערן מיר צו טראכטן פון אונזערע שוואכקייטן, און א גאנץ לעבן זענען מיר ביזי צו טון זאכן אויף צו פארדעקן אונזערע שוואכקייטן, דאס איז אז דער מח וויל נישט פילן אז איך באלאנג צו דעם יודישן פאלק וואס טרויערט אויפן חורבן. און דאס קומט בכלל פון אנטלויפן פון געפילן וואס דארפן זיין אין דיין הארץ! ס'דא געפילן וואס קומט אז מ'דארף עס פילן. און די עצה איז ווי 'מח' שרייבט צו זיין 'אפן' צו זיך אליין. זיי אפן צו דעם אמת. זיי אפן צו דעם אז דו ביסט א יוד. זיי אפן צו דעם אז אונז האב מיר געהאט א ביהמ"ק און מיר דארפן טרויערן דערויף. זיי אפן דערצו. געוואוין דיך איין נישט צו אנטלויפן פון אמת'ע געפילן, פון די מציאות.

אומבאקוועמליכקייט (לויט ווי איך פארשטיי) איז ווען מ'איז נישט מסכים צו פילן די מצב. אבער איך ברענג עס ארויס, איך ברענג ארויס די מצב דורכן זיין און בלייבן אין די מצב פון 'טרויער'. אראפגעלאזט. נישט גריסן. נישט אויסגעוואשן די וועש געהעריג. נישט געוואשן דעם קערפער. נישט עסן. דאס איז עבודת השי"ת. מיר זענען טרויעריג אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן. אבער דאס מאכט אז 'אנדערע' געפילן, שוואכע געפילן, קומען אויך אפיר אין קאפ. ווען א מענטש לאט זיך ווערן 'טרויעריג', קומען צוקריכן אנדערע אומגעבעטענע געסט. אלעס קומט קלאפן אויפן טיר. אסאך אומבא'טעמ'טע געפילן קומען אפיר אינעם 'שוואכן נאכגעלאזטן טרויעריגן פסיכיק'. געפילן וואס האט נישט צו טון מיטן חורבן ביהמ"ק. אבער פון דעסטווועגן מוז א מענטש צולאזן צו זיך אט די געפילן. כדי צו זוכה זיין צו שפירן דעם אבילות.

און דאס שרייבט 'מח'.
קיינער פון אונז האט נישט ליב ווען זאכן זענען דעפרעסינג אפי' סתם אזוי אינמיטן יאר, אונז האמיר ליב ווען זאכן זענען פאזיטיוו, אונז קען מיר נישט פעיסן קיין אומגעשמאקע לאו אטמאספער, ווייל א געשמאקע אטמאספער מאכט אז מען זאל נישט דארפן טראכטן פון נעגיטיווע זאכן

ווייל לאמיר זאגן א מענטש געפינט זיך אליין אין א שטוב, אהן קיין מענטש לעבן אים, וואס טראכט ער? פון זיך!, וואס טראכט ער פון זיך? אלעס! זיינע מעלות זיינע חסרונות, זיינע גוטע צייטן זיינע שלעכטע צייטן, זיינע עליות און ירידות,

דאס הייסט, ער שרייבט 'חיזוק' פאר די וואס פרובירן צו ארייננעמען דעם תשעה באב = טרויער געפיל און עס עקספיריענסן, שרייבט ער חיזוק, אז אנדערע געפילן זולת געפילן פון טרויער וועט ארויפקומען אין דיר. דו וועסט דיך פילן ווי אליין אין א שטוב. דו וועסט טראכטן פון דיינע חסרונות, פון דיינע שלעכטע צייטן. מחשבות גייען קומען. ווייל דו ערלויבסט דיין פסיכיק צו עקפיריענסן דעם אבילות. ווייל דו ווילסט פילן וואס חז"ל האבן געוואלט אז דו זאלסט פילן.

אבער אויב מ'איז אפן מיט זיך אגאנץ יאר, צו אלע שוואכקייטן, וועט מען קענען גרינגער ערלויבן דעם הארץ, דעם 'לב', צו שפירן וואס ס'דארף אנקומען אהין. וויאזוי? דורך לעבן זיך איינגעוואוינען צו לעבן מיט זיך. און דערפאר וועט מען נישט נעמען דעם תשעה באב 'פערזענליך'. דהיינו, אז די מחשבות וואס קומען ארויף אין הארץ, בשעת מ'לאזט דעם טרויער ארויפקומען, וועט נישט 'פערזענליכע שוואכקייטן איבערנעמען דעם מהלך המחשבה'. נאר וואס וועט איבערנעמען דעם מהלך המחשבה? ריין טרויער אויפן חורבן.

די אבילות, ווערט ארויסגעברענגט דייקא דורכ'ן גארנישט טון. דורכ'ן זיין 'פלעין'. אזוי ווערט עס ארויסגעברענגט. אבילות ווערט נישט אויסגעדרוקט. ס'ווערט אנגעהאלטן. ס'ווערט געשאפן צוביסלעך אינעם לב. אנגעהויבן פון די דריי וואכן. מער און מער, וואס מ'לאזט עס ווערן אנגעהויפנט. נישט מ'אנטלויפט. און נאכדעם לאזט מען עס זיצן ביי זיך אין הארץ במשכ'ן תשעה באב. דאס איז עבודת השי"ת . און דאס ברענגט גרויסע ישועות ורפואות אויפן מענטש. אז מ'טרויערט איז מען זוכה לראות בנחמת ציון וירושלים.

ראש השנה ווערט ארויסגעברענגט דאס אימת הדין, דורכ'ן זיך לאזן ווערן ערנסט, זיך לאזן ווערן באאיינדרוקט פונעם מצב, פונעם שופר פון אלול.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אבער שבועות למשל, נאכ'ן זיך גוט אויסוויינען ביי אהבה רבה, אדער ר"ה נאכ'ן אינזין האבן ביים דאווענען ווי ס'דארף צו זיין, שפירט מען א געוויסע דערהויבנקייט, וואס דאס געט א באפרידיגונג אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, (הגם א איד דארף אלץ שטרעבן אויף העכערס, אבער נישט דאס איז די נושא יעצט) משא"כ תשעה באב איז נישט שייך א געפיל וואס קען מיר באפרידיגן אז כ'האב טאקע ריכטיג געקלאגט אויפ'ן חורבן, ווייל דער קלאג איז נישט ארויסגעברענגט געווארן מיט גארנישט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער שבועות למשל, נאכ'ן זיך גוט אויסוויינען ביי אהבה רבה, אדער ר"ה נאכ'ן אינזין האבן ביים דאווענען ווי ס'דארף צו זיין, שפירט מען א געוויסע דערהויבנקייט, וואס דאס געט א באפרידיגונג אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, (הגם א איד דארף אלץ שטרעבן אויף העכערס, אבער נישט דאס איז די נושא יעצט) משא"כ תשעה באב איז נישט שייך א געפיל וואס קען מיר באפרידיגן אז כ'האב טאקע ריכטיג געקלאגט אויפ'ן חורבן, ווייל דער קלאג איז נישט ארויסגעברענגט געווארן מיט גארנישט.

און אז מ'פילט נישט באפרידיגט? האט מען דאך א לב נשבר. איז דאך ווייטער גוט. לאדיך אפ פון טון וואס 'מ'דארף'! און די ווארט 'ריכטיג'! וויפיל 'מ'שפירט', אזויפיל פנימיות באקומען מען. ס'איז אלעס נאר פארדינט. אויב דו האסט געווען טרויעריג אפילו נאר אביסל איז שוין פארדינט. אונזער פנימיות איז געווארן אזויפיל נענטער צו הקב"ה. וואס 'מ'דארף' איז אין סוף. ס'איז אלעס נאר וויפיל פראצענט? איין פראצענט נענטער צו הקב"ה? פארדינט!

קלאג אויפן חורבן בית המקדש איז מקדש ומטהר דעם מענטש. דער גאנצער מענטש איז געווארן מקודש, געהייליגט פארן הייליגן באשעפער. ווייל דער קערפער האט נישט געפילט קיין מרחץ. דער קערפער האט געפאסט. דער גאנצער קערפער איז געווען איינגעבויגן און אראפגענידערט. די אינערליכע געפילן זענען געווען פארטרויערט. אלעס ווייל הקב"ה. אלעס ווייל מיר טרויערן אויפן חורבן. נו? וואס איז דען דא בעסער וואס איז מקדש ומטהר? די אויערן האבן נישט געהערט מוזיק. די אויערן זענען געווארן מקודש.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

טרויערן אויפן חורבן איז א זאך וואס קומט פון זיך אליין, ס'איז א פילינג וואס ערוועקט זיך אין א יוד, פארשטייט זיך אויב מען שפירט גענוג נאנט מיט די מציאות וואס מיר האבן דא פארלוירן, און אונזערע חכמים האבן אונז געגבן ראלס צו טון געוויסע זאכן וואס וועט אונז ארויפברענגען דעם צער אויפן אויבערפלאך, אבער פארשטייט זיך אז די געפיל פון טרויער איז א געפיל ווי אלע געפילן, מ'קען זיך נישט צווינגען צו האבן געפילן וואס מ'האט נישט,

די סיבה פארוואס אונז שלאגן זיך מיט זיך אליין, איך בין יא גענוג צובראכן, איך בין נישט גענוג צובראכן, ניין! נאך אלס נישט גענוג!, סוב קאנטשעסטלי וויל ער באקומען די באפרידיגונג אז ,יא! איך האב געטון וואס איך דארף "בשלימות", [אויב איך מעג זאגן, בעצם פריידט ער זיך צו טרויערן ווייל עס גיט אים א געשמאקע פילינג], דעס קומט ווייל מ'האט א שלעכטע צוגאנג צו די זאך, דהיינו, אז מ'שעצט נישט יעדע קליינע פעולה וואס מ'טוט פארן אויבערשטן, למעשה נאך אלע מעשיות זענען מיר אונז זייער ווייט פון שפירן דעם חורבן, לאמיר זיך נישט פאפן, ממילא וועגן דעם איז ביים אויבערשטן יעדע מחשבה פון צער, אדער יעדע מחשבה אז מ'דארף האבן צער מורא'דיג חשוב,
אונז אבער ווילן פילן, אלעס!, מ'האט אונז אריין געבאקן אז מ'דארף טרויערן אויפן חורבן און אונז ווילן דאס אויספירן בשלימות, אפי' מיר האבן נישט בעצם די געפילן וועלן מיר טון אלע פעולות אז אונז זאלן כאטש מיינען אז אונז האבן די געפילן, און אנדעם פילן אונז ווי אונז האמיר גארנישט געטון,

פון וואס קומט דעס?

דאס קומט פונעם זעלבן יסוד וואס איך האב געשריבן אויבן, אונז ווילן נישט פילן אונזערע שוואכקייטן, אונז ווילן נאר פילן אז אונז זענען "כולו גוט" און אויב אונז גייען דעס נישט פילן גיי מיר זיך טרעפן מיט אונזערע שוואכע חלקים "וואס יעדער פון אונז האט", איז אויב גייט מען נישט טרויערן "גענוג" ביז מ'גייט פילן י"ענע באפרידיגונג" וואס מען ערווארטעט צו שפירן אז יא! "איך האב געטוהן וואס איך האב געדארפט" דהיינו וואס "איך" האב ערווארטעט פון מיר, דאס מיינט אז מ'וויל טרויערן אויפן חורבן וויל מ'מוז באקומען "יענע פילינג", ווייל אויב איך גיי עס נישט פילן, גיי איך מיך טרעפן מיט מיר אליין, אז איך בין ראנג, ווייל טיף אין זיין מח וויס איך אז בין שוואך אין דעם הינזיכט און אין יענעם הינזיכט, דא איז ער דורך געפאלן דארט איז ער דורך געפאלן, מאכט זיין מח אפ אז טאמער וועט ער תשעה באב גענוג שטארק פילן אז ער איז יא גוט, וועט עס פארדעקן יענע פילינג אז איך בין יא ראנג,
און פאר דעם ארויף מוזן זיינע געפילן זיין בשלימות,

און פון דעם נעמט זיך די מלחמה וואס מ'האט מיט זיך אליין די גאנצע צייט, ווייל וויבאלד מ'האלט און איין איבער קוקן, האב איך יא געשפירט? האב איך נישט געשפירט? ווייל טאמער האב איך נישט געשפירט גענוג. זעה איך מיך אליין מיט מיינע שוואכקייטן, און וועגן דעם האלט ער אין איין "צוריק קוקן" צו מאכן זיכער אז אלעס שטימט לויט די פארשריפטן, (ווי שטייט אין פסוק וואס איז געשען מיט לוט'ס ווייב ווען זי האט צוריק געקוקט......)

דעס אלעס איז ביי מענטשן וואס האלטן ביי דעם, אבער ס'איז דא מענטשן וואס ס'גייט א טריט ווייטער, אז וויבאלד זיין מח שפירט שוין דעם בעפארשטייענדע מלחמה וואס גייט זיך אפשפילן אין זיין הארץ, און ער האט מורא אז ער גייט זיך טרעפן מיט זיך אליין, מיט זיינע שוואכקייטן, צינד זיך שוין אהן א אלארם און זיין מח, באהאלט זיך!! שטעק אריין דיין קאפ אין זאמד!, ווייל אז נישט גייסטו טרעפן, ווייסט וועם?! "דיר אליין"!!! "דיין אמתע דו" נישט די פון א גאנץ יאר ווען דו האסט יא די מעגליכקייט צו אנטלויפן פון דיר,
פון דעם נעמט זיך דער ווידערווילן געפיל וואס מען באקומט אין דער צייט,

אוודאי איז דא דער סארט געפיל אין אלע צייטן פון יאר וואס מען דארף עפעס פאדערן פון זיך אליין עפעס מער, ווי למשל "פסח" וואס מען וויל פילן דערהויבן, און די זעלבע זאך איז "שבועות", אא"וו, אבער אין די אלע צייטן איז דא גענוג זאכן וואס קענען דיר מאכן פארגעסן פון דיין זעלבסט ערווארטונג, ס'איז נאך אלעם א יו"ט, ס'איז געשמאק, און אויב איך וועל נישט באקומען דאס וואס איך ערווארט פון מיר אדער אויב איך האב שוין נישט קיין כח בכלל אנצוהייבן צו טרייען, און איך וויל אנטלויפן פון מיין אידענטיטעט, איז דא גענוג זאכן ווי אזוי עס משלים צו זיין, דער יום טוב איז געשמאק אויך אהן דעם, משא"כ אזא צייט ווי "תשעה באב" איז נישטא כמעט קיין וועג זיך ארויסצודרייען דערפון, "בעל כרחך" מיזטו אויסלעשן דעם סידי פלעיער, "בעל כרחך" מיזטו זיך אראפזעצן אויפן פלאר, און דו קענסט נישט לאכן אזוי ווי א גאנץ יאר, ס'איז אזוי ווי איך האב געשריבן אז מ'איז אזוי ווי אליין אין א שטוב ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס,

אבער אויב וועלן מיר צוגיין צום תשעה באב מיטן ריכטיגען בליק, און אזוי אויך א גאנץ יאר, אז מיר האבן שוואכקייטן, "לאמיר זיך גוט אנקוקן" יא! מיר זענען דורכגעפאלן, יא! ס'איז אונז זייער שווער צו פילן דעם חורבן ביהמ"ק, מיר זענען נישט קיין בעלי מדריגות, און עכ"ז זענען מיר נישט ווייט פון דעם אויבערשטן, ס'איז גארנישט, אזוי קומט עס, דאס איז אונזער עבודה, מחשיב צו זיין יעדע קלייניקייט אפי' עפעס וואס קוקט אויס ווי מה בכך, און ממילא וועלן מיר נישט מוזן ערווארטן פון זיך אזוי פיל, אונז וועלן מחשיב זיין יעדע קליינע ריר אונזער, וועלן מיר נישט מוזן אנטלויפן פון זיך אליין, וועלן מיר קענען צו גיין צום תשעה באב מיט א רואיג'ערע געפיל

בד"א ש'כח נשמה פארן צעלייגן מיינע ווערטער זייער גוט ארויסגעברענגט
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נישט פארשטאנען פונקטליך, אביסל צו קאמפליצירט פאר מיר.
אבער אלענפאלס, א דאנק אייך פאר'ן זיך באפאסן מיט מיינע ווערטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”