ראטעוועט א משפחה פין צאמפאלען בגשמיות וברוחניות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

ראטעוועט א משפחה פין צאמפאלען בגשמיות וברוחניות

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג יולי 18, 2017 5:25 pm

עס האנדעלט זיך פין א חשוב'ע משפחה אין ארץ ישראל, אייניקלעך פין ר' ר' אלימלך זי"ע              

די אינגערמאן האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט א פרוי מיט 3 קינדער, (2 מיידלעך מיט א אינגל), די טאטע פין די קינדער איז אינגאנצן אפגעפארן פין אידישע וועג, דערפאר האבן זיי זיך גע'גט
  
בשעת די חתונה האט מען געהאט אפגעמאכט, אז די טאטע פין די קינדער וועט באצאלן מזונות צי אויסהאלטן די קינדער, למעשה נאך די חתונה, האט די צווייטע זייט אפגעמאכט אז עס לוינט זיך נישט צי בעטן מזונות פין די אפגעפארענע טאטע, ווייל אזוי וועט ער אויך נישט בעטען צי זען די קינדער, (וואס איז נישט פאר זייערע טובה, צי זיך טרעפען מיט עם).
 
די ערשטע פאר יאר האט די אינגערמאן שיין פארדינט, אין עס האט אים נישט געשטערט אז ער באקימט נישט קיין מזונות, נאר ער האט זיך געפרייט צי האבן די זכיה צי אויפהאדעווען לעבעדיגע יתומים,
 
אזוי אויך ווען מען האט זיי חתונה געמאכט, האט מען זיי נישט געקויפט קיין דירה (אין ארץ ישראל איז איינגעפירט צי קויפן דירות) אין די פארפאלק האט געוואוינט אין א קליינע געדינגענע דירה אין ירושלים, וואס די רענט איז נישט געווען צי טייער, אין די אינגערמאן האט עס אליין באצאלט, אן קיין שום הילף פין די עלטערען, אזוי האבן זיי געוואוינט דארט פאר איבער 6 יאר
 
במשך די יארן האבן די פארפאלק געבוירען צוזאמען נאך קינדער, און די קליינע דירה איז געווארען ענג, זענען זיי אריבער צי א גרעסערע דירה, און די פרייז פין די רענט איז ארויף כמעט צי דאפעלט, (סיי אלס גרעסערע דירה, און אויך ווייל אין יענע יארן זענען מוראדיג ארויף די פרייזן אין ארץ ישראל)     
 
זיי האבען געמיינט אז זיי וועלן קענען ממשיך צי וואוינען רואיג אין די דירה, לעשה זענען די משפחה שוין אריבער 4 דירות אין די לעצטע פאר יאר, יעדע מאל פאר א אנדערע סיבה, צי ווייל די בעה"ב פין די דירה האט געוואלט האבן די דירה פאר זיך, צי ווייל די פרייז פין די דירה איז מורא'דיג ארויף, אין אזוי אויך איז געווארען זייער ענג די מצב הפרנסה פין די אינגערמאן,  אין ער איז שוין אריין אין חובות, ער וואלט שוין געוואלט אריבערגיין וואוינען אין א אנדערע שטאט אין ארץ ישראל, ווי די רענט איז אסאך ביליגער, אבער די מיידלעך ווילן בשום אופן נישט אריבער גיין צי א אנדערע שולע, אין זיך דארפן אפטיילן פין די חברטעס, אזוי אויך האט די פרוי נישט געוואלט אריבער גיין צי די אנדערע שטאט, ווייל דארט וואוינען א חלק פין די משפחה פין איר געוועזענע מאן.
 
 
למעשה נאך לאנגע זוכעניש פאר א דירה, האט די אייבישטער געהאלפען, און זיי האבען זיך אריבער געצויגען צי א אנדערע געגענט פין ירושלים, ווייט פין זייער קהילה, דארט האבן זיי געטראפען א גרויסע ביליגע דירה, וואס געהערט פאר א אלטע פרוי, וואס זי איז שוין אין מושב זקנים, די קינדער אירע האבן נישט געוואלט אריינלייגן קיין געלט צי עס איבער מאכן, האבן זיי עס פארדינגען פאר ביליג, די אינגערמאן האט מסכים געווען צי וואוינען ווייט פין זיין קהילה, אבי נישט צי צושטערן די שלום בית, און אויך די ווייב מיט אירע קינדער זענען ארויס צופרידען, אז מען בלייבט אין ירושלים, אין די מיידלעך וועלען נאך אלס קענען פארען יעדן טאג צי די זעלבע שולע, און נישט דארפן טוישן צי א אנדערע.
 
על פי דרך הטבע וואלט די משפחה געקענט בלייבן וואוינען אין די דירה רואיגעהייט, פאר לאנגע יארן, ווייל עס איז נישט אזא געזוכטע געגענט, און אויך עס איז געווען א אלטע נאכגעלאזטע דירה, (אפי' אן עיר קאנדישען לעבן זיי דארט) וואלט די פרייז נישט ארויף אזוי שנעל.
 
אין די לעצטע יאר איז געווארען זייער שווער די מצב הפרנסה פין די אינגערמאן, און ער ענדיגט נישט די חודש, ער האט געמיזט אנהייבן צי דרייען מיט אביסל חובות, אבער ער האט ווייטער ממשיך געווען צי אויסהאלטן אויך זיין ווייבס קינדער (ווי דערמאנט פריער - אן צי באקימען מזונות די אלע יארן) אזוי אויך האבן זיי שוין צוזאמען א שטוב מיט קינדער בלע"ה.
 
ביקש לישב בשלוה, קפץ עליו וכו'
 
צי זייער אנטוישינג, האבן די קינדער - פין די פרוי וואס איר געהערט די דירה -  מחליט געווען צי פארקויפן די דירה, די אינגערמאן האט זייער געוואלט אפקויפן די דירה, אפי' עס איז נישט די בעסטע דירה, אבי נישט דארפן נאכאמאל אריבערגיין די אפקומעניש פין זוכן נאך א דירה, אבער לויט זיין מצב פרנסה, האט ער זיך נישט געקענט ערלויבן צי עס אפקויפן, למעשה האבן זיי עס פארקויפט פאר איינעם, יענער האט געוואלט שוין באקומען די דירה כדי צי מאכן renovations, אבער נאכן רחמנות האבן אויף די משפחה, האט ער זיי געגעבן צייט ביז כסליו תשע"ח, צי ליידיג מאכן די דירה.
 
יעצט קום מיר אן צים פוינט, די אינגערמאן מיט די גאנצע משפחה, האלטן עס נישט אויס מער, נאך אזויפיל מאל אריבער גיין א דירה אין די לעצטע פאר יאר, אין אויך די שווערע קאסטן וואס איז באגלייט מיט דעם, און אויך די שווערע ארבעט פין אלעס צאמפאקען (ווער עס איז שוין דאס אריבער - דארף מען נישט מסביר זיין בכלל, און שטעלטס ענק נאך פאר יעדע יאר - אנדערהאלבן דאס אריבער צי גיין, און ווער עס איז דאס נאך נישט אריבער, קען מען נישט מסביר זיין בכלל די מוראדיגע שוועריקייטן) און אזוי אויך בנוסף צי די שווערע מצב הפרנסה לעצטענס, אויך וואס עס איז נישט מעגליך צי טרעפן נאכאמאל א דירה פאר אזא גוטע פרייז וואס זיי האבן יעצט געהאט.
 
וועגן דעם אלעם, האט די אינגערמאן מחליט געווען אז פין יעצט און ווייטער וויל ער לכה"פ באקומען די מזונות וואס מען האט זיך אויסגענומען פאר די חתונה, אז דאס זאל עם העלפן מיט די שווערע הוצאות, אבער די ווייב מיט איר טאטע ווילן נישט (מיט רעכט) אנהייבן צי בעטן מזונות פין די געוועזענע מאן, כדי ער זאל נישט בעטן זיך צי טרעפן מיט זיי, בפרט יעצט אז זיי זענען שוין גרויסע קינדער, וועט עס זיי אינגאנצן צומישן פלוצלינג זיך באקענען מיט א אפגעפארענע טאטע, און עס קען אויך האבן א שלעכעטע השפעה אויף זיי, ער קען זיי אויך קאליע מאכן, איז פאר זייער טובה איז טאקע בעסער נישט צי נעמען קיין געלט פין אים.
 
מאידך גיסא איז די אינגערמאן נישט מסוגל צי ממשיך זיין אזוי און אויך יעצט אריבערגיין א דירה, און באצאלן אסאך מער רענט, און אריבער גיין צי א אנדערע שטאט אזי אויך נישט מעגליך אזויווי עס איז שוין געשטאנען פריער, קומט מען יעצט אן די מצב אז חודש כסליו, וועט זיך די משפחה טרעפן אן קיין דאך איבערן קאפ, אויב מען וועט זיי נישט העלפן בייצייטענס.
 
בעטן זיך מיר יעצט ביי ענק אידן, רחמנים בני רחמנים, העלפט די משפחה צי קענען קויפן א אייגענע דירה, אין זיך נישט דארפן מער ארום וואלגערען פין איין געדונגענע דירה צום אנדערען, אז ביז חודש כסליו זאלן זיי קענען האבן די סכום צי קויפן א דירה, עס קומט זיך פאר די אינגערמאן הכרת הטוב, פארן אויפהאדעווען מיט מסירות נפש אפאר לעבעדיגע יתומים.
 
עס רעדט זיך די פין די גרעסטע מעלה און חיוב פין צדקה ווי פאלגענד:
 
 * והחזקת בו - די רמב"ם פאסקענט און הלכות צדקה אז עס איז אסאך א גרעסע מצוה פין צדקה, צי תומך זיין איינעם פאר ער פאלט צאם, ווי איידער פאר איינעם וואס איז שוין צאמגעפאלן, ווארטס נישט אז די משפחה זאל זיך טרעפן אויפן גאס, אן קיין דאך איבערן קאפ.
אזוי אויך די זכות פין די קינדער וואס וועלן בלייבן ערליכע חסידישע אידן, משא"כ אויב זיי וועלן זיך דארפן טרעפן מיט די טאטע.
 
* עניי ארץ ישראל
 
* די זכות פין  ר' ר' אלימלך זי"ע וועט אייך זיכער ביישטיין פארן העלפן זיינע אייניקלעך.
 
ווער עס וויל זיך משתתף זיין מיט א גרעסערע סכום, וועט האבן די מעגליכקייט צי מאכן א הסכם יששכר זבולון אויף די זכות פין די מצוות ומעשים טובים פין די קינדער עד סוף כל הדורות.

 צי מנדב זיין - https://thechesedfund.com/cause/-2492
 
א ייש"כ פאר אלע נדבנים
 
נ.ב. ביטע שיקט ארום די לינק צי אלע אייערע באקאנטע, אז זיי זאלן האבן א חלק אין די גרויסע מצוה

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך יולי 19, 2017 10:45 am

מען בעט די עולם זאל זיך אנרופען ווארעם,

עס רעדט זיך פין מיין שוואגערס קאזין, און איך קען מעיד זיין אז די מעשה איז אמת.

אויב זיי וועלן נישט אנקומען צי רוב פין די סכום, וועלן זיי זיך טרעפן אן א דאך איבערן קאפ.

צי נעמן א חלק דריקט דא - https://thechesedfund.com/cause/-2492

ווער עס קען נישט געבן, זאל כאטש ארימשיקען צו חברים און באקאנטע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 19, 2017 8:29 pm

נדבתי
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך יולי 19, 2017 10:15 pm

סתם פאר נייגעריגקייט, ווער איז אן אייניקל פון ר' ר' אלימלך זצ"ל, דער יונגערמאן, זיין פרוי, אדער רח"ל דער אפגעפארענער טאטע?
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:15 am

איך האלט אז לייגן $600,000 אלץ די סכום צו וואו מען וויל צוקומען הרגעט די קאמפעין, מענטשן שפירן אז ס'איז זייער נישט רעאליסטיש און מען געבט גארנישט,
מען דארף עס ווען אראפרוקן צו דרייסיג אדער אפילו צוואנציג טויזנט.

<מיינע צוויי צענט>
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג יולי 20, 2017 10:13 am

קנאפער ידען האט געשריבן:נדבתי


תזכו למצוות

וויל זיין גוט האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, ווער איז אן אייניקל פון ר' ר' אלימלך זצ"ל, דער יונגערמאן, זיין פרוי, אדער רח"ל דער אפגעפארענער טאטע?


דער יונגערמאן.

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האלט אז לייגן $600,000 אלץ די סכום צו וואו מען וויל צוקומען הרגעט די קאמפעין, מענטשן שפירן אז ס'איז זייער נישט רעאליסטיש און מען געבט גארנישט,
מען דארף עס ווען אראפרוקן צו דרייסיג אדער אפילו צוואנציג טויזנט.

<מיינע צוויי צענט>


איך האב עס איבער געגעבן, זיי זאגן אז 20-30 טויזענט, איז אזויווי בויען א שפיטאל נעבן די צובראכענע בריק, דעס וועט נאר העלפן דעקן די רענט פאר א יאר - צוויי, למעשה פעלט זיך אויס איינמאל פאר אלעמאל צי קויפן א דירה.

אבער איך זע אז זיי האבן טאקע געטוישט צי 250,000, אזוי זאלן מענטשן האבן א גרעסערע חשק צי געבן.

 צי מנדב זיין - https://thechesedfund.com/cause/-2492

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » פרייטאג יולי 21, 2017 8:52 am

ווער עס האט נאך נישט גענומען חלק אין די מצוה, קען יעצט געבן לכבוד שבת.

צי מנדב זיין - https://thechesedfund.com/cause/-2492

א פרייליכן שבת

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מאנטאג יולי 24, 2017 8:29 am

רופטס ענק אן ווארעם

https://thechesedfund.com/cause/-2492

אין זכות פין אהבת חינם אין די טעג, זאל מען זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג יולי 27, 2017 5:29 pm

עס פעלט נאך אויס אסאך געלט, ווער עס האט נאך נישט געגעבן, האט יעצט די געלעגענהייט.

און ווער עס קען נישט געבן זאל כאטש מזכה זיין אנדערע אידן, און ארומשיקן די לינק אין אימייל צי באקאנטע.

 צי מנדב זיין - https://thechesedfund.com/cause/-2492

די זכות פין די מצוה זאל אייך ביישטיין בזה ובבא.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מאנטאג יולי 31, 2017 9:36 am

זייטס מרבה אהבת חינם

https://thechesedfund.com/cause/-2492

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:36 pm

דוקטור האט געשריבן:זייטס מרבה אהבת חינם

https://thechesedfund.com/cause/-2492

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:56 pm

יעצט ווען חודש אלול שטייט שוין ביים שוועל, קויפט אייך איין א מוראדיגע זכות לכבוד דעם יום הדין.

העלפט א משפחה זיך נישט צי טרעפן אויפן גאס נאך אפאר חודשים (פאר די גאנצע מעשה, מישט ארויף ביזן אנהייב אשכול)

https://thechesedfund.com/cause/-2492

ביטע שיקן ווייטער צו חברים און באקאנטע, אלעס וואט וועט אריינקומען דארך דעם, וועט אויך זיין ענקער זכות.

א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:14 am

דוקטור האט געשריבן: קויפט אייך איין א מוראדיגע זכות לכבוד דעם יום הדין.

העלפט א משפחה זיך נישט צי טרעפן אויפן גאס נאך אפאר חודשים (פאר די גאנצע מעשה, מישט ארויף ביזן אנהייב אשכול)

https://thechesedfund.com/cause/-2492

ביטע שיקן ווייטער צו חברים און באקאנטע, אלעס וואט וועט אריינקומען דארך דעם, וועט אויך זיין ענקער זכות.

א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:38 am

דוקטור האט געשריבן:יעצט ווען חודש אלול שטייט שוין ביים שוועל, קויפט אייך איין א מוראדיגע זכות לכבוד דעם יום הדין.

העלפט א משפחה זיך נישט צי טרעפן אויפן גאס נאך אפאר חודשים (פאר די גאנצע מעשה, מישט ארויף ביזן אנהייב אשכול)

https://thechesedfund.com/cause/-2492

ביטע שיקן ווייטער צו חברים און באקאנטע, אלעס וואט וועט אריינקומען דארך דעם, וועט אויך זיין ענקער זכות.

א כתיבה וחתימה טובה.


קויפט אייך איין א זכות שטייענדיג פארן יום הדין

https://thechesedfund.com/cause/-2492

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:39 am

רבותי, אין נישט א לאנגע צייט ארום וועט זיך די משפחה טרעפן אויפן גאס, אין ווער ווייסט וואס וועט דעמאלטס זיין מיט די קינדער פין די אפגעפארענע טאטע, האטס רחמנות פאר מען קומט אן צי אזא מצב, וואס דעמאלטס וועט עס קאסטן אסאך מער צי ראטעווען די משפחה.

אזוי אויך האט יעצט די משפחה א געלגענהייט צי קויפן א דירה פאר א גוטע פרייז, אבער ביז 2 וואכן דארף מען האבן לכה"פ $125,000 פאר די down payment, יעדע סכום וועט צו העלפן, ביטע שוקט ארום פאר אלע אייערע באקאנטע, חברים, ארבעטערס, וכו' עטס וועטס האבן א חלק אין מציל זיין א גאנצע משפחה.
https://thechesedfund.com/cause/-2492

צי ליינען די גאנצע מעשה, מישט ארויף צים אנהייב אשכול.

תזכו למצוות.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 1:46 pm

ביטע שיקט ארום פאר אלע אייערע באקאנטע, חברים, ארבעטערס, וכו' עטס וועטס האבן א חלק אין מציל זיין א גאנצע משפחה.
https://thechesedfund.com/cause/-2492

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » זונטאג יולי 15, 2018 10:04 am

דוקטור האט געשריבן:רופטס ענק אן ווארעם

https://thechesedfund.com/cause/-2492

אין זכות פין אהבת חינם אין די טעג, זאל מען זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו.


די משפחה האר מצליח געווען צי ציען אין די יעצטיגע דירה, פאר נאך א האלבע יאר, אבער יעצט לאט שוין נישט די בעה"ב פארלענגערען בשום אופן, און אין 2 וואכן ארום (א וואך נאך תשעה באב) מיזען זיי ארויסגיין פין די דירה, העלפט ראטעווען די מצב, און רופט אייך אן ווארעם.

צי ליינען די גאנצע מעשה מישט ארויף צום אנהייב אשכול.

ביטע שיקט ארום פאר אלע אייערע באקאנטע, חברים, ארבעטערס, וכו' עטס וועטס האבן א חלק אין מציל זיין א גאנצע משפחה.

תזכו למצוות

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג יולי 17, 2018 6:07 pm

דוקטור האט געשריבן:ביטע שיקט ארום פאר אלע אייערע באקאנטע, חברים, ארבעטערס, וכו' עטס וועטס האבן א חלק אין מציל זיין א גאנצע משפחה.
https://thechesedfund.com/cause/-2492


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט