אדווערטייזמענט: וואו קען מען קויפן אביסל רואיגקייט און צופרידנהייט?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: וואו קען מען קויפן אביסל רואיגקייט און צופרידנהייט?

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » דינסטאג יולי 11, 2017 3:23 pm

נו, וואו טאקע?

פאראן מענטשן וועלכע האבן שוין אויפגעגעבן דערויף, און זענען איבערצייגט אז עס איז אן אומזיסטע זוכעריי. רואיגקייט און צופרידנהייט איז א פראדוקט וועלכע עקזיסטירט נישט. עס איז א זיסע פאנטאזיע, פונקט ווי די קינדער וואס פאנטאזירן צו האבן פליגלען און קענען פליען. יעדער וואס טענה'ט אז ער פארקויפט עס, ווערט אויטאמאטיש דערקלערט אלס א סקעם...

אבער אידישע קינדער ווייסן אז די תורה הק' פארלאנגט שמחה. די תוכחה קומט "תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה ובטוב לבב!". דער מסילת ישרים זאגט "האדם לא נברא אלא להתענג על השם". דער מענטש איז באשאפן געווארן צו האבן תענוג, סיפוק און הנאה.

אויב אזוי איז קלאר אז יעדער מענטש קען דאס דערגרייכן און קונה זיין, אבער וויאזוי איז מען דאס קונה?

דער "טשעלענדזש"

עס איז נישט קיין סוד אז רואיגקייט און מנוחת הנפש איז די וויכטיגסטע זאך וואס פעלט היינט צו טאגס אזויפיל פאר מענטשן. צופרידנהייט איז היינט א יקר המציאות. מען לעבט אין א וועלט וואו אלעס יאגט זיך און לויפט, מיט אן א שיעור פליכטן, פרעשורס און אנגעצויגנקייטן, וואס קען זייער שנעל ברענגען פארשידענע נערוועזיטעטן, ספיקות און פיזור הנפש, שווערע מחשבות און געפילן וואס מען ווייסט נישט וויאזוי ארויסצוקריכן.

יעדער מענטש פארמאגט געוויסע שוועריקייטן אין זיין לעבן, וואס ער שפירט אז דאס האלט אים צוריק פון זיין צופרידן און פרייליך, און אויב בלויז דאס וועט זיך טוישן וועט ער שוין זיין גליקליך און צופרידן. אבער דער אמת איז אז אמת'ע צופרידנהייט קומט נישט פון קיין דרויסנדיגע פאקטארן, נאר פון א געזונטע, תורה'דיגע בליק אויפ'ן לעבן, און יעדער מענטש קען דאס דערגרייכן, אפגעזעהן די מצב, נסיונות אדער פראבלעמען ח"ו.

אבער צו טרעפן דעם וועג צו אינערליכע מנוחה און שלות הנפש איז נישט אייביג גרינג, דער מענטש קען זיך טרעפן פארפלאנטערט און שווערע געפילן און אומזיכערקייט, מצבים וואס ברענגט אומצופרידנקייט, און נישט טרעפן דעם וועג ארויס פון זיינע אומענדליכע מחשבות און ספיקות, וואס אין עקסטרעמע פעלער קען עס ח"ו פירן צו ערנסטערע פראבלעמען ווי פחדים, אבסעסיעס און ענקזייעטי, מיט שווערע תוצאות ברוחניות ובגשמיות.

די לעזונג

דעריבער ווערט מיט פרייד אויפגענומען די בשורה אז אין די נאנטע טעג וועט זיך אנהייבן א פרישע סעריע פון די בארימטע און הילפבארע שיעורי "שלות הנפש", וואס ווערט געגעבן דורכ'ן יחיד מומחה בחכמת הנפש הרה"ג רבי שמואל ניימאן שליט"א מו"ץ, אין די ראמען פון שיעורי "במנוחות ינהלנו", וואס הונדערטער אידן האבן שוין אין די פארגאנגענהייט מיטגעהאלטן, און האט געהאט אן אומגלויבליכן השפעה אויף זייער לעבן, דורכ'ן אריינברענגען אן אמת'ע, אינערליכע רואיגקייט און צופרידנהייט אין זייער לעבן.

די שיעורים אונטער דעם פראיעקט פון "במנוחות ינהלנו" ענטהאלט א צאל סעריעס און אינהאלטסרייכע שיעורים איבער פארשידענע ענינים, וועלכע ווערן געגעבן דורך ר' שמואל שליט"א, וועלכער איז באקאנט מיט זיין גאר טיפן פארשטאנד און סענסיטיוויטעט צו די טיפסטע געפילן אינעם נפש, און פארמאגט 25 יאר עקספיריענס מיט'ן ארויסהעלפן מענטשן איבערקומען אינערליכע שוועריקייטן אין לעבן און אוועקשטעלן פראקטישע כלים על פי דעת תורה, צוצוקומען צו א אינערליכע רואיגקייט, פארשטאנד און שמחה.

אלס מורה הוראה מובהק טוט דער דיין שליט"א משלב זיין די חלק ההלכה מיט די חכמת הנפש, אויסגעבויעט דורך די ווערטער פון חז"ל, וועלכע האבן די בעסטע פארשטאנען צו דעם נפש פון א מענטש, און איבערגעגעבן קלאר און פראקטיש לדעת את המעשה אשר יעשון.

אין די שיעורים וועט מען לערנען וויאזוי זיך צו פארשטיין מיט די אייגענע געפילן, און וויאזוי צו פארשטיין אנדערע מענטשן, ווי די בני בית, קינדער און ארומיגע, טראץ די פארשידנארטיגע נאטורן און דיפרענצן וואס איז דא צווישן מענטשן, דורכ'ן געבן די כלים וויאזוי צו פארשטיין אנדערע מענטשן, ארויסהאבן די כאראקטער-שטריכן און געברויכן פון אנדערע מענטשן.

די שיעורים זענען אויך ספעציעל הילפבאר פאר מענטשן וועלכע פלאגן זיך מיט פארשידענע נערוועזיקייטן און אנגעצויגנקייטן, וואס שטערן זייער לעבן, און אפילו פאר די מענטשן וועלכע דארף צוקומען אמאל צו פראפעסיאנאלע הילף, וועלן די שיעורים אויסטערליש פארגרינגערן און ארויסהעלפן, צו קענען שנעלער ארויסקריכן פון די שווערע מחשבות. דורך די קלארע שיעורים האבן שוין פילע צוהערער געקענט ארויסקריכן פון די נערוועזיגקייטן אדער העלפן אנדערע וועלכע האבן זיך געפלאגט דערמיט.

באזונדער וועט דערנאך זיין א געלעגנהייט אנצופרעגן פערזענליכע שאלות בנוגע דעם ענין, וואו דער דיין שליט"א וועט ענטפערן אלע שאלות בטוב טעם ודעת אין א באזונדערע "שאלות ותשובות" סעריע, אויסצוקלארן די שאלות וואס איז נוגע פאר יעדן פערזענליך. ווי געזאגט די שיעורים וועלן געגעבן ווערן דורכ'ן טעלעפאן, און די נעמען פון די איינגעשריבענע ווערן געהאלטן שטרענג-קאנפידענשל.

די סיסטעם

די סיסטעם פון די שיעורים איז ווי פאלגענד: עס ווערט געגעבן די אפציעס פאר א "סטענדערט פעקעדזש" און אויך א "אפגרעיטעד פעקעדזש". פאר די סטאנדארט פעקעדזש, וועט איר קענען מיטהאלטן 8 שיעורים איבער די נושא פון שלות הנפש, וואס וועט געגעבן ווערן יעדן זונטאג אווענט, במשך 8 וואכן.

נאך די 8 וואכן וועט פארקומען א ספעציעלע סעריע פון 4 וואכן, פאר די אלע וועלכע זענען רעגיסטרירט מיט די "אפגרעיטעד פעקעדזש" וואו איר וועט האבן די געלעגנהייט צו פרעגן אייערע פערזענליכע שאלות בענין שלות הנפש, וואס וועט זיין באגלייט מיט א פרישע פארציע פון עצות טובות, און פראקטישע מיטלען וואס קען ארויסהעלפן אין פערזענליכע פעלער.

איר קענט געניסן פון א 25% ערלי בירד ספעשיל אויב איר שרייבט זיך איין ביז דינסטאג מטות-מסעי, July 18. די דעדליין זיך איינצושרייבן צו די שיעורים איז מיטוואך דברים, July 26.

ווען איר רעגעסטרירט זיך צו די שיעורים, וועט איר באקומען אויף די פאסט א ספעציעלן פעקעדזש, וואו עס וועט ווערן ארויסגעלייגט די פונקטליכע סקעדשועל און נושאים פון די שיעורים, אייער פין-נומבער ווי אויך פארשידענע מאטריאל צו קענען ארויסנעמען די מערסטע פון די שיעורים בסייעתא דשמיא.

שרייבט אייך איין צו די העכסט-אינפארמאטיווע און גאר הילפבארע טעלע-סעמינאר
שיעורי "שלות הנפש"
דורך הרה"ג רבי שמואל ניימאן שליט"א
מורה הוראה מובהק ובקי נפלא בחכמת הנפש

פאר מער אינפארמאציע און זיך איינצושרייבן רופט:
212-776-0030
איר קענט הערן די "טאפיקס" פון די שיעורים און א "דעמאו" אויף #2 פון די מעין מעניו


Shalves_hanefesh.pdf
(638.4 KiB) דאונלאודעד 149 מאל




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

מזלא טבא
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

תגובהדורך מזלא טבא » מאנטאג יולי 17, 2017 1:33 pm

איך בין געווען איינגעשריבען ביי זיינע OCD שיעורים. ס'איז געווען מוראדיג גוט. די בעסטע שיעורים אויף די נושא. יעצט הער איך די טאפיקס וועגן די נייע שיעורים, קוקט אויס אז ער האט אביסל געטוישט. איך בין נייגעריג וואס איז די חילוק פון די אלטע שיעורים ביז דעי.

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יולי 17, 2017 3:38 pm

מען קען הערן שיעורים פון ר' שמואל אויף תורה עניטיים.

דאבעליו
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

תגובהדורך דאבעליו » מאנטאג יולי 17, 2017 3:57 pm

מזלא טבא האט געשריבן:איך בין געווען איינגעשריבען ביי זיינע OCD שיעורים. ס'איז געווען מוראדיג גוט. די בעסטע שיעורים אויף די נושא. יעצט הער איך די טאפיקס וועגן די נייע שיעורים, קוקט אויס אז ער האט אביסל געטוישט. איך בין נייגעריג וואס איז די חילוק פון די אלטע שיעורים ביז דעי.


די OCD שיעורים איז געווען דעזיינט ספעציעל פאר מענטשן וועלכע ליידן פון OCD אדער ווילן ארויסהעלפן א נאנטן מיט דעם פראבלעם. די יעצטיגע "שלות הנפש" סעריע איז איבערגעארבעט געווארן אלס א דבר השוה לכל נפש, וואס וועט זיין בעז"ה בענעפיטבאר פאר יעדן צוהערער. יעדער מענטש האט דאך קלייניקייטן אדער גרויסקייטן וואס שטערן און דרוקן, און מען וואונטשט זיך אז הלואי זאל מען נאר פטור ווערן פון דעם פראבלעם, עס זאל גיין גרינגער אין פרנסה\חינוך\שלום בית\וכדומה, און דעמאלטס וועל איך זיין א גליקליכער מענטש. רבי שמואל וועט אויסלערנען א נייעם וועג פון טראכטן און באטראכטן דאס לעבן, אז קיין חילוק אין וועלכע מצב דו ביזט קענסטו שוין יעצט זיין גליקליך און צופרידן, און עס וועט דיר מער נישט באדערן די פראבלעמען.

א חלק פון די שיעורים וועלן אויך זיין באזירט איבער פארשטיין די חילוקים און אייגנשאפטן פון אנדערע מענטשן, וואס וועט העלפן זיך צו פארשטיין און ארויסהאבן די בני בית, קינדער און ארומיגע. (ער פארמאגט אן עקסטערע סעריע איבער תכונת הנפש, וואס גייט אויפ'ן סיסטעם פון די ענעגראם, אבער דא וועט ער נישט אריינגיין דורכנעמען די גאנצע נושא, נאר בכלליות וואס איז נוגע פאר שלום בית און חינוך.)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט