בלאט 5 פון 5

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 9:07 am
דורך farshlufen
מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:15 am
דורך צולייגער
גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:19 am
דורך splinter
farshlufen האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.

בדוק ומנוסה

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:28 am
דורך אונגארישע הייזער
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך בין ברוך השם א העווי קאפי טרינקער, כן יעזור ה' להלאה. געווענליך געוויין איך זיך אפ א וואך פאר תשעה באב און יום כיפור פון טרינקן קאפי כדי עס זאל נישט שאטן ביים פאסטן. האט איינער עקספעריענס מיט זיך אפגעוויינען פון קאווע אין א וואך, צו עס העלפט טאקע וכדומה.


העלפט ביי מיר כמעט אלעמאל זייער זייער גוט אויפן תענית, איך פלעג כמעט נישט קענען דאווענען פון אינמיטן שחרית יוכ"פ ביז סוף מנחה, און היינט ב"ה איז דאס א פארגאנגענהייט
לגבי די קאפ וויי אין די טעג פארן פאסטן, ביי מיר איז עס נישט קאפ וויי נאר אזא שטיקל שוואכקייט אינעם גאנצן גוף, נו, איך עס דאך געהעריג יענע טעג, און אז עס פעלט אויס נעמט מען א טיילענאל פאר קאפ וויי, און חוץ מזה איז געווענליך נאר די ערשטע טאג וואס איך הער אויף געפערליך, און יעדן טאג נאכדעם ווערט עס גרינגער.
בקיצור, פון מיין עקספיריענס לוינט זיך עס, כדי צו קענען האבן א קלארן קאפ און קענען דאווענען רואיג אינעם הייליגסטן טאג פון יאר.

ווילאנג פארן תענית דארף מען אויפהערן?


ס'איז לכאורה יעדער אנדערש. איך געב עס דריי טעג
פרוביר אליינס אויס וועסטו זעהן


ב"ה דער יוכ"פ איז אדורך רואיג און מיט פרישע כוחות, כ'האב כמעט נישט געפיהלט אז איך פאסט, און ווי אויבענדערמאנט איז מיין עצה געווען דאס זיך צוריקהאלטן פון קאווע צוויי דריי טעג פארן תענית.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:23 am
דורך כל טוב
צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וואס איז די לעיט ריליעס קאפין קעפסול?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:54 pm
דורך סאטמארע ווארטזאגער
ב''ה געהאט א זעלטן גרינגע תענית מיטן ברעטל אינאיינעם, כ'פרובירט די עצה פון נישט טרינקען קיין קאווע אפאר טעג בעפארן תענית ונושעתי באופן נפלא,

הגם די ערשטע 2 טעג איז געווען זייער שווער

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:28 pm
דורך לייבקע יענטע'ס
מען מיז נישט זיך אפגעוויינען פון קאווע אינגאנצען, מען קען אפשטיפען דו קאווע יעדען טאג מיט עטליכע שעה.

ד.ה. עטליכע טעג ביפאר די תענית טרינקט מען צופרי א גרינע decaf קאווע, עטליכע שעה שפעטער ווען די מח פארלאנגט דו קאווע טרינקט מען א געהעריגע קאווע אזוי שטיפט מען עס אפ יעדען טאג מיט עטליכע שעה ביז מען האלט שוין ביי נאכמיטאג, און ערב יו"כ ביפארן איינפאסטן טרינגט מען דעמאלס דו קאווע (א שווארצע אדער מיט א פארווע קריעמער אויב מען רעכענט זיך גיט אויב קען מען אויסרעכענען צו זיין פארווע פאר מען הייבט אן די סעודה מפסקת) אין די מח גייט נישט פארלאנגן קיין קאווע ביז די אנדערע טאג עטליכע שעה שפעטער פון די נעכטיגע וואס גייט אויקומען סוף נעילה.

בדוק ומנוסה

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:33 pm
דורך YYTG
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


גענומען דעי פיל און מאוטרין פארמאט (קומט צוויי פילן פער פעקל) שוין לאנג נישט געפאסט אזוי גוט ב"ה ניטאמאל א טראפ קאפ ווייטאג, געווען א מחיה געקענט אינזין האבן געהעריג
מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:37 pm
דורך בסד
צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:03 pm
דורך אונגארישע הייזער
האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:04 pm
דורך צולייגער
בסד האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

געקויפט דאהי אין לעיקוואד, כ'האב עס געטראפן אין גראסערי ביים רעדזשיסטער, געדענק נישט וועלכע קאמפאני.

כ'האב עס גענומען הארט בעפארן איינפאסטן, ממילא האט עס לכאורה נישט געקענט אפילו ווירקן בעפאר זיבן צופריה. כ'בין געהעריג געשלאפן ביינאכט

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 15, 2019 9:00 pm
דורך כשרע טעלעפאן
אונגארישע הייזער האט געשריבן:האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

וכן עשיתי... איך האב אויפגעהערט אפאר טאג פאר יוה"ק און עס איז ב"ה געווען זייער רואיג, און איך האב באשלאסן דאס אינגאנצן אויפצוגעבן, כן יעזור ה' להלאה

צומאל טרינק איך א דיקעף קאווע, אבער ותו לא.