פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24020
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 9:07 am

מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:15 am

גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:19 am

farshlufen האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.

בדוק ומנוסה

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:28 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך בין ברוך השם א העווי קאפי טרינקער, כן יעזור ה' להלאה. געווענליך געוויין איך זיך אפ א וואך פאר תשעה באב און יום כיפור פון טרינקן קאפי כדי עס זאל נישט שאטן ביים פאסטן. האט איינער עקספעריענס מיט זיך אפגעוויינען פון קאווע אין א וואך, צו עס העלפט טאקע וכדומה.


העלפט ביי מיר כמעט אלעמאל זייער זייער גוט אויפן תענית, איך פלעג כמעט נישט קענען דאווענען פון אינמיטן שחרית יוכ"פ ביז סוף מנחה, און היינט ב"ה איז דאס א פארגאנגענהייט
לגבי די קאפ וויי אין די טעג פארן פאסטן, ביי מיר איז עס נישט קאפ וויי נאר אזא שטיקל שוואכקייט אינעם גאנצן גוף, נו, איך עס דאך געהעריג יענע טעג, און אז עס פעלט אויס נעמט מען א טיילענאל פאר קאפ וויי, און חוץ מזה איז געווענליך נאר די ערשטע טאג וואס איך הער אויף געפערליך, און יעדן טאג נאכדעם ווערט עס גרינגער.
בקיצור, פון מיין עקספיריענס לוינט זיך עס, כדי צו קענען האבן א קלארן קאפ און קענען דאווענען רואיג אינעם הייליגסטן טאג פון יאר.

ווילאנג פארן תענית דארף מען אויפהערן?


ס'איז לכאורה יעדער אנדערש. איך געב עס דריי טעג
פרוביר אליינס אויס וועסטו זעהן


ב"ה דער יוכ"פ איז אדורך רואיג און מיט פרישע כוחות, כ'האב כמעט נישט געפיהלט אז איך פאסט, און ווי אויבענדערמאנט איז מיין עצה געווען דאס זיך צוריקהאלטן פון קאווע צוויי דריי טעג פארן תענית.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:23 am

צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וואס איז די לעיט ריליעס קאפין קעפסול?

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:54 pm

ב''ה געהאט א זעלטן גרינגע תענית מיטן ברעטל אינאיינעם, כ'פרובירט די עצה פון נישט טרינקען קיין קאווע אפאר טעג בעפארן תענית ונושעתי באופן נפלא,

הגם די ערשטע 2 טעג איז געווען זייער שווער
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:28 pm

מען מיז נישט זיך אפגעוויינען פון קאווע אינגאנצען, מען קען אפשטיפען דו קאווע יעדען טאג מיט עטליכע שעה.

ד.ה. עטליכע טעג ביפאר די תענית טרינקט מען צופרי א גרינע decaf קאווע, עטליכע שעה שפעטער ווען די מח פארלאנגט דו קאווע טרינקט מען א געהעריגע קאווע אזוי שטיפט מען עס אפ יעדען טאג מיט עטליכע שעה ביז מען האלט שוין ביי נאכמיטאג, און ערב יו"כ ביפארן איינפאסטן טרינגט מען דעמאלס דו קאווע (א שווארצע אדער מיט א פארווע קריעמער אויב מען רעכענט זיך גיט אויב קען מען אויסרעכענען צו זיין פארווע פאר מען הייבט אן די סעודה מפסקת) אין די מח גייט נישט פארלאנגן קיין קאווע ביז די אנדערע טאג עטליכע שעה שפעטער פון די נעכטיגע וואס גייט אויקומען סוף נעילה.

בדוק ומנוסה

YYTG
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:46 am

תגובהדורך YYTG » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:33 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


גענומען דעי פיל און מאוטרין פארמאט (קומט צוויי פילן פער פעקל) שוין לאנג נישט געפאסט אזוי גוט ב"ה ניטאמאל א טראפ קאפ ווייטאג, געווען א מחיה געקענט אינזין האבן געהעריג
מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:37 pm

צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:03 pm

האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:04 pm

בסד האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

געקויפט דאהי אין לעיקוואד, כ'האב עס געטראפן אין גראסערי ביים רעדזשיסטער, געדענק נישט וועלכע קאמפאני.

כ'האב עס גענומען הארט בעפארן איינפאסטן, ממילא האט עס לכאורה נישט געקענט אפילו ווירקן בעפאר זיבן צופריה. כ'בין געהעריג געשלאפן ביינאכט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 9:00 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

וכן עשיתי... איך האב אויפגעהערט אפאר טאג פאר יוה"ק און עס איז ב"ה געווען זייער רואיג, און איך האב באשלאסן דאס אינגאנצן אויפצוגעבן, כן יעזור ה' להלאה

צומאל טרינק איך א דיקעף קאווע, אבער ותו לא.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re:

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 27, 2020 3:24 pm

YYTG האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


גענומען דעי פיל און מאוטרין פארמאט (קומט צוויי פילן פער פעקל) שוין לאנג נישט געפאסט אזוי גוט ב"ה ניטאמאל א טראפ קאפ ווייטאג, געווען א מחיה געקענט אינזין האבן געהעריג
מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס

ווער קען אויסרעכענען וואו מען קען באקומען די פיל אין אלע היימישע געגענטער למצוה גדולה יחשב.
איך וויל עס שיקן פאר עטליכע חברים וואס מוטשנען זיך מיטן פאסטן.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: Re:

תגובהדורך גראמער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:26 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
YYTG האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


גענומען דעי פיל און מאוטרין פארמאט (קומט צוויי פילן פער פעקל) שוין לאנג נישט געפאסט אזוי גוט ב"ה ניטאמאל א טראפ קאפ ווייטאג, געווען א מחיה געקענט אינזין האבן געהעריג
מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס

ווער קען אויסרעכענען וואו מען קען באקומען די פיל אין אלע היימישע געגענטער למצוה גדולה יחשב.
איך וויל עס שיקן פאר עטליכע חברים וואס מוטשנען זיך מיטן פאסטן.


אין בארא פארק קען מען עס באקומען ביי KRM

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 27, 2020 3:40 pm

ייש"כ

וומס"ב?
מאנסי?
קרית יואל?
לעיקוואד?

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג יולי 27, 2020 5:08 pm

די עקסעדרין איז דא אין יעדן פארמאסי און געז סטעישאן.

די טאראנטא כולל פילס (דילעיד רעליעס)

Boro Park 718-853 7314 KRM KOLLEL SUPERMARKET 39th Street 718 4-436-7701

Catskills Lake Forest 845 434 0945 Camp Morris Self serve on porch of bungalow F24 South Fallsburg – 845-270-9606 also available from S. Fallsburg Yeshiva


Lakewood 732 370 3602 12th & Princeton 732 363 4223 Westgate 732 534 4052 Hampshire Heights EVERGREEN KOSHER MARKET FOODEX

Monsey/Spring Valley 845 414 9308 No erev Yom Kippur calls please 845 659 4926 New Square EVERGREEN KOSHER MARKET

Monticello, NY MOUNTAIN FOOD 286 E. Broadway 845 794 4600

Staten Island 917-500-9696 Also available at TASTERS MARKET
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג יולי 27, 2020 5:12 pm

CD90A1EF-D909-46E6-908B-945E831E05FC.jpeg
CD90A1EF-D909-46E6-908B-945E831E05FC.jpeg (174.75 KiB) געזעהן 304 מאל

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג יולי 28, 2020 10:10 am

קען מען באקומען די קאפין פילס אין קרית יואל?

איז די פיל אויף עמעזאן די זעלבע זאך?
https://www.amazon.com/Release-100mg-Ca ... B01N4ANQA3

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 28, 2020 12:47 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:קען מען באקומען די קאפין פילס אין קרית יואל?

איז די פיל אויף עמעזאן די זעלבע זאך?
https://www.amazon.com/Release-100mg-Ca ... B01N4ANQA3

ניין. דעס איז סאך ביליגער. אבער איך מיין אז דעס ריליסט די קאפין שנעלער ווי די אנדערע, וואס איז א היימישע פיל ספעציעל פאר א תענית
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג יולי 28, 2020 1:26 pm

נא_שכל האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:קען מען באקומען די קאפין פילס אין קרית יואל?

איז די פיל אויף עמעזאן די זעלבע זאך?
https://www.amazon.com/Release-100mg-Ca ... B01N4ANQA3

ניין. דעס איז סאך ביליגער. אבער איך מיין אז דעס ריליסט די קאפין שנעלער ווי די אנדערע, וואס איז א היימישע פיל ספעציעל פאר א תענית


דו האסט א אנונג אויב/וואו עס איז דא צו באקומען אין קרית יואל?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 28, 2020 1:33 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:קען מען באקומען די קאפין פילס אין קרית יואל?

איז די פיל אויף עמעזאן די זעלבע זאך?
https://www.amazon.com/Release-100mg-Ca ... B01N4ANQA3

ניין. דעס איז סאך ביליגער. אבער איך מיין אז דעס ריליסט די קאפין שנעלער ווי די אנדערע, וואס איז א היימישע פיל ספעציעל פאר א תענית


דו האסט א אנונג אויב/וואו עס איז דא צו באקומען אין קרית יואל?

ניין.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דינסטאג יולי 28, 2020 2:46 pm

האט שוין איינער געפרעגט א שאלה אויב עס איז נישט קיין פראבלעם צו נעמען ערב ת"ב.
(עי' מג"א סי' צ, והרוצה שלא ירוק תדיר בבה"כ ילעוס קודם כניסתו שורש שקורין לקרי"ץ אבל בעי"ה ובעט"ב אסור שישאר המתיקות בפיו וכשבולע הרוק בולע המתיקות [ס"ח סי' רנ"ג])

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 28, 2020 2:58 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:האט שוין איינער געפרעגט א שאלה אויב עס איז נישט קיין פראבלעם צו נעמען ערב ת"ב.
(עי' מג"א סי' צ, והרוצה שלא ירוק תדיר בבה"כ ילעוס קודם כניסתו שורש שקורין לקרי"ץ אבל בעי"ה ובעט"ב אסור שישאר המתיקות בפיו וכשבולע הרוק בולע המתיקות [ס"ח סי' רנ"ג])

עס איז א פיל וואס גייט גלייך אין די בני מעיים. מען פילט נישט קיין זיסקייט נישט בשעתן שלינגן און נישט שפעטער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג יולי 28, 2020 3:24 pm

מעג מען נעמען אינמיטען פאסטען א פיל מיט קאפין?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 28, 2020 4:14 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:מעג מען נעמען אינמיטען פאסטען א פיל מיט קאפין?

ניין. ויש מתירין צו נעמען בעצם התענית קאפין ספאזאטארי, וויבאלד עס איז אכילה שלא כדרך.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וואס עפעס? און 8 געסט