פארמאכטע טשעיס אקאונט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

פארמאכטע טשעיס אקאונט

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יולי 03, 2017 9:07 pm

ווי באקאנט איז טשעיס גאר שטרענג מיטן אריין לייגן דריטע קרייז טשעק'ס.

זייענדיג אינוואלווד מיט איינער וואס האט אריינגעלייגט א דריטע פארטיי טשעק, אויסעגשטעלט צו א ביזנעס (וועלכע עקזעסטירט נישט לעגאל), און מען האט אים פארמאכט דעם אקאונט מיט לאזענדיג דארט געפרוירן א שיינע פאר דוללער, וואלט איך עפרישיעיטעד ווער עס קען מיטטיילן פון זיין עקספערטיז און אינפארמאציע, וויאזוי ארויסצו העלפן דעם איד אין זיין פאל.
שכח
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
אלפי אלפים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:00 pm

תגובהדורך אלפי אלפים » מאנטאג יולי 03, 2017 9:16 pm

ווי ווייט איך ווייס דארף דער וואס פארמאגט די נאמען אראפ גיין אין באנק ווייזן פראָף

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יולי 03, 2017 9:19 pm

ווי געשריבן איז לעגאל נישטא אזא ביזנעס נאמען צו ווי דער טשעק איז אויסגעשטעלט.
קען זיין אז עס לוינט זיך פאר יענעם צו עפענען לעגאל אזא נאמען און דעמאלטס אראפ גיין,מ'העמיר מוזן ווארטן ביז די עקספערטן קומען צום טישל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 03, 2017 9:20 pm

אלפי אלפים האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס דארף דער וואס פארמאגט די נאמען אראפ גיין אין באנק ווייזן פראָף

יאפ, טאמער האט דער געבער א טשעיס אקאונט קען ער צומאל עס טון אויפ'ן טעלעפאן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יולי 03, 2017 9:23 pm

דאס הייסט אז דער געבער דארף רעדן עפעס לגבי דער וואס האט באקומען, אדער ער קען עס סטאפן?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 04, 2017 10:39 am

איך פארמאג ברוך השם נישט קיין טשעיס אקקאונט

אין א פאל ווי איך בין געווען א געבער ,האב איך געמוזט אראפגיין צו טשעיס און דוקא אין די ברענטש ווי יענער האט דיפאזיט די טשעק און געמוזט ווייזען מיינע קארפערעישאן דאקיומענטס און געדארפט ווייזן איידי ,נישטא קיין וועג פון קאלן

איך האב אמאל אין אנדערע אשכול שוין פארפירט אז רבותי ביטע פארמאכן די טשעיס אקקאונטס בעסער ווי זיין א צועק לשעבר ,

עס איז דא צענדליגע גרויסע ביזנעסער וואס זיי פארקנאקן

לעצטענס האט מיין חבר געגעבן זיין טשעק פון ארבעט אויסגעשטעלט צו זיין נאמען פאר א גראסערי אין וויליאמסבורג און טשעיס האט געלייגט א האלד אויף די גראסעריס טשעיס אקאאונט , דער גראסערי מאן רופט אים אן מיט איין בהלה קום אריבער זאפארט צו טשעיס איך געב דיר טויזענט דאלאר אויפן אקקאונט קרעדיט אבער איך דארף מיין אקאאונט אפען

די בעסטע עצה עפען א קארפארעישאן אויף יענעם ביזנעס נאמען , מיר האבן זיי געזאגט נאך 30 טאג איז די אקקאונט נעלם און נאך א יאר גייט די געלט פאר די סטעיט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 04, 2017 10:52 am

ס'איז א פראבלעם, ווייל טשעיס איז א באקוועמע באנק אבער איינמאל דו טוסט עפעס וואס איז נישט א מיליאן און איינס פראצענט גראד קענען זיי דיר שיקן לעזזאל און דו קענסט ניטאמאל רעדן צום דופן עקומה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 04, 2017 12:11 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם, ווייל טשעיס איז א באקוועמע באנק אבער איינמאל דו טוסט עפעס וואס איז נישט א מיליאן און איינס פראצענט גראד קענען זיי דיר שיקן לעזזאל און דו קענסט ניטאמאל רעדן צום דופן עקומה.

אגרי, טשעיס איז א גוטע אבער שטרענגע באנק. הגם איך פערזענליך האב שוין דעפאזיטעד צענדליגע טירד פארטי טשעקס אן קיין אישוס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » דינסטאג יולי 04, 2017 12:17 pm

קליינע אדער גרויסע? פון קליינע טשעקס מאכן זיי זיך נישט אזוי צו טון.

איך פארדטיי אבער נישט זייער חשבון. איינס פון די אפיציעלע סיבות פארוואס א מענטש נוצט א באנק איז ווייל דארט שפירט ער מער סעקיור מיט זיין געלט. איך ווייס אז היינט איז דאס נישט עכט די הויפט סיבה אבער א באנק דארף געבן פארן קעסטומער די געפיל פון סעקיורעטי אז זיין שווער אויסגעהארעוועטע געלט גייט נישט גיין לאיבוד. וואס זיי טוען איז פונקט פארקערט, און דאס שאדט זיי לכאורה. וואס איז זייער חשבון? נאך אלעם, זייערע עיקר מעלות זענען זאכן וואס סיי וועלכע באנק קען איין טאג נאכטון, און דעמאלטס קענען זיי גיין קראאאאכן... (הלואי...).

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 04, 2017 12:23 pm

קודם כל, אנדערע בענק קענען אויך פארמאכן אקאונטס. איך האב געארבייט פאר א קאמפאני וואס האט געהאט אן אקאונט מיט Capital One און געהאלטן געלט אין די זעקס ציפירן. זיי האבן פארמאכט ללא שום סיבה. עכ"פ, ללא סיבה וואס זיי האבן אונז געזאגט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

טראסטי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 11:46 am

תגובהדורך טראסטי » דינסטאג יולי 04, 2017 1:30 pm

Kosher Travel האט געשריבן:עכ"פ, ללא סיבה וואס זיי האבן אונז געזאגט.

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » דינסטאג יולי 04, 2017 2:28 pm

איך האב געהאט די זעלבע זאך ביי Capital One, מער און מער בענק ווערן זייער שטרענג
איי א וועלט!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג יולי 04, 2017 2:48 pm

איך בין שוין ביי טשעיס באלד צוואנציג יאר, זיי פלעגן זיין די בעסטע באנק פאר ביזנעס.
זייט מעדאף און זייט די פיינענשל צוזאמברויך און 2008 האט זיך אנגעהויבן די צרות, פאר צוויי סיבות:

קודם כל, ווייל מעדאף איז געווען זייער קלייענט, און לויט די שטאט, האבן זיי גוט געקענט וויסן אז עפעס איז נישט פויגלדיג מיט די אקאנט, נאר זיי האבן זיך געפרייט אז אזוי פיל געלט גייט דורך זייער ברענטש, און די שטאט האט זיי געקנסט מיט ביליאנען דאלערן פיינס וואס זיי האבן געדארפט באצאלן אין געציילטע שעה'ן, אדער מאכט זיך די באנק צו, זיי האבן געקענט אפיעלן נאכן צאלן.

צוויי: די שטאט אנגענומען זייער שטרענגע מוסנאמען, נישט דוקא וואס האט צו טאן מיט פאנזי, נאר בכלל, און אזוי ווי זיי זענען פון די גרעסטע בענק אין אמעריקע, ארום זעקס טויזנט ברענטשס, במילא אנשטאט די גאווערמענט זאל זיך אפרעכענען מיט יעדע קליינע פעמילי בענק, זיצן זיי אויף די גרויסע מיט משונעדיגע שטרענגקייט, אוין טשעס כאפט פיינס פון מיליאנען איינס נאכן צווויטן, במילא האבן זיי גענומען די זאך אין די הענט אריין, און זענען זייער שטערנג.

ער זאגט נאר, אז עס האט מיט א געגענט אויך צו טון, ווייל טשעיס זעט אז געוויסע עבירות אין אין איין עריע שטערקער, שטעלן זיי מענטשן אן טאפ פון די עריע, וואס אלע בענק מענעדשערס מוזן צו זיין ריפארטן יעדע פארדעכטיגע זאך, אויב נישט קענען זיי פליען, און ביי אונז איז דא געוויס זאכן וואס מ'פלעגט זיך נעמען לייכט, ווען איך האב די ערשטע מאל געעפנט א טשעיס אקאנט, האב איך זיי געפרעגט, זיי האבן מיר געזאגט קלאר אז איך מעג דיפאזעטן טהירד פארטי טשעקס, אויב איז עס מער ווי צוויי טויזנט דאלער, זאל איך בעטן א חתימה פון די מענדשער, ער פלעגט מיר עס געבן בחפץ לב.

די עיקר פראבלעם איז, אז אויב איינער איז פארדעכטיגט, קומען זיי נישט צו צריק צו באנק מענדעשער זאל רעדן אקאנט האלדער אז דאס טאר מען נישט טון, עס גייט גראד פאר טיעם וואס דיסייד צו מ'זאל לאזן אפען די אקאנט, אז זיי זאגן אז ניין, איז אויס, דער באנק מענדעשער באקומט אפילו נישט די ריזען אסאך מאל, פארמאכט און פארטיג.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 04, 2017 4:35 pm

טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עכ"פ, ללא סיבה וואס זיי האבן אונז געזאגט.

שעקויעך פארן quote. האסט דאך גארנישט צוגעלייגט. :cry:
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 04, 2017 4:37 pm

ישר כח לייפציג פארן שיינעם ארטיקל. איך האב נישט געוויסט אז די שטאט האט א כח צו פארמאכן בענק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 04, 2017 5:11 pm

Kosher Travel האט געשריבן:ישר כח לייפציג פארן שיינעם ארטיקל. איך האב נישט געוויסט אז די שטאט האט א כח צו פארמאכן בענק.


איינע פון די געזעצן נאך די 08' קראך איז גאווארן, אז די בענק מוזן אליינס אויספארשן אויב זעהן זיי עפעס פארדעכטיגט, פארדעם שפארן ענדערש די בענק צו די אקאונט ווי איידער צו דארפן אפגעבן דין וחשבון וואס דא גייט פאר.

טראסטי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 11:46 am

תגובהדורך טראסטי » דינסטאג יולי 04, 2017 5:59 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עכ"פ, ללא סיבה וואס זיי האבן אונז געזאגט.

שעקויעך פארן quote. האסט דאך גארנישט צוגעלייגט. :cry:

גערעכט, כפארשטיי פשוט נישט וואס האט אריגינעל געמיינט, זיי דיך מסביר

טראסטי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 11:46 am

תגובהדורך טראסטי » דינסטאג יולי 04, 2017 6:01 pm

Kosher Travel האט געשריבן:ישר כח לייפציג פארן שיינעם ארטיקל. איך האב נישט געוויסט אז די שטאט האט א כח צו פארמאכן בענק.

ביים קראך אפאר יאר צוריק האט די FDIC היבש פרייטאגס פארמאכט בענק, סגעווען א נארמאלע זאך צו הערן יעדן סוף וואך אז איינע צי מער בענק זענען פארמאכט געווארן (איבערגענומען געווארן?)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 04, 2017 7:07 pm

טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עכ"פ, ללא סיבה וואס זיי האבן אונז געזאגט.

שעקויעך פארן quote. האסט דאך גארנישט צוגעלייגט. :cry:

גערעכט, כפארשטיי פשוט נישט וואס האט אריגינעל געמיינט, זיי דיך מסביר

יעך האב געמיינט אז זיי האבן אונז נישט געגעבן א סיבה פארוואס זיי האבן פארמאכט די אקאונט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 04, 2017 7:08 pm

טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ישר כח לייפציג פארן שיינעם ארטיקל. איך האב נישט געוויסט אז די שטאט האט א כח צו פארמאכן בענק.

ביים קראך אפאר יאר צוריק האט די FDIC היבש פרייטאגס פארמאכט בענק, סגעווען א נארמאלע זאך צו הערן יעדן סוף וואך אז איינע צי מער בענק זענען פארמאכט געווארן (איבערגענומען געווארן?)

יעצט בין איך נאך מער פארמישט. די שטאט איז שוין בעל בוס אויף די FDIC אויך? נישט נאר אויף די בענק?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דינסטאג יולי 04, 2017 7:56 pm

!Update

עטליכע האבן געזאגט אז עס איז גענוג אז מען ברענג אראפ בלויז דער וואס האט אויסגעשריבן דעם טשעק.

למעשה האט מען זיי גערופן פארדעם זיכער מאכן אז דאס איז א מהלך, אבער זיי האבן זייער שטרענג געזאגט אז די נאמען צו וועם דער טשעק איז אויסגעשטעלט, דער דארף אראפקומען, און אויב נישט ווער דער אקקאונט פארמאכט, און נאך א יאר גייט די געלט פאר די שטאט. (פרעג מיר נישט פארוואס)

לכאורה וועט מען שנעל מוזן עפענען אזא ליגעל נאמען אויף יענעמ'ס נאמען, ובשם השם נעשה ונצליח!

שכח פאר אלע אינפארמאציע!
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 04, 2017 8:31 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
טראסטי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ישר כח לייפציג פארן שיינעם ארטיקל. איך האב נישט געוויסט אז די שטאט האט א כח צו פארמאכן בענק.

ביים קראך אפאר יאר צוריק האט די FDIC היבש פרייטאגס פארמאכט בענק, סגעווען א נארמאלע זאך צו הערן יעדן סוף וואך אז איינע צי מער בענק זענען פארמאכט געווארן (איבערגענומען געווארן?)

יעצט בין איך נאך מער פארמישט. די שטאט איז שוין בעל בוס אויף די FDIC אויך? נישט נאר אויף די בענק?

:shock:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יולי 04, 2017 11:00 pm

פיטום האט געשריבן:!Update

עטליכע האבן געזאגט אז עס איז גענוג אז מען ברענג אראפ בלויז דער וואס האט אויסגעשריבן דעם טשעק.

למעשה האט מען זיי גערופן פארדעם זיכער מאכן אז דאס איז א מהלך, אבער זיי האבן זייער שטרענג געזאגט אז די נאמען צו וועם דער טשעק איז אויסגעשטעלט, דער דארף אראפקומען, און אויב נישט ווער דער אקקאונט פארמאכט, און נאך א יאר גייט די געלט פאר די שטאט. (פרעג מיר נישט פארוואס)

לכאורה וועט מען שנעל מוזן עפענען אזא ליגעל נאמען אויף יענעמ'ס נאמען, ובשם השם נעשה ונצליח!

שכח פאר אלע אינפארמאציע!

אני הקטן האב אויך געהאט צוטוען מיט די זעלבע אישו ביי טשעיס,
זיי האבן מיר געגעבן אן עצה צו בעטן דער וואס האט אויסגעשריבן די טשעק זאל Recall​en די טשעקס, ממילא וועלן זיי עס מוזן צוריק שיקן צו מיר, אבער מיין אקאונט איז געווארן פארמאכט, אָהן די מעגליכקייט צו עפענען א פרישע​ אקאונט ביז ווילאנג איך ברענג נישט אראָפּ די מענטש צו וועמען עס איז געווען אויסגעשטעלט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יולי 05, 2017 2:30 pm

און די אנדערע געלטער וואס זענען געלעגן דארט?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יולי 05, 2017 3:14 pm

פיטום האט געשריבן:און די אנדערע געלטער וואס זענען געלעגן דארט?

האבעך צוריקבאקומען אין א טשעק אויף פּאָסט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט