חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5886
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:12 pm

פרידן האט געשריבן:סנישט אזוי שווער אזא ארגענעזאטציע זאל זיין עס איז דא גענוג אופנים עס צו קענען מאכן אן ארויס ברענגען די צארן פין די בעלי בחירה
מען רעדט נישט דא פין פייטן מיט זיי מען רעדט פין מחזק זיין די עלטערן מיטוויינען זיי פארשטיין

און לערנען די עלטערן ווי אזוי צו דיעלן מיט די קינדער, כ'האב נעבעך א נאנטער משפחה קרוב וואס דאס קינד האט געגליטשט אין גרויסן, און דער טאטע לעבט אין דינייעל פונעם מצב, און לענ"ד ווייסט ער נישט ווי אזוי צו הענדלען דעם מצב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

תגובהדורך מעלות » דאנארשטאג יוני 22, 2017 3:38 pm

[quote="מעלות"]צו געבן חיזוק פאר איינעם אין אזא מצב קען נישט יעדער, יעדער אייהער נעמט אן חיזוק אויף א אנדערע אופן.. נאר איך האב געוואלט דא מיטטיילן וואס איך האב געהערט ווי איינער וואס מאכט מיט דעם שווערען דורכגאנג האט מחזק געווען א צווייטן, איינער האט מחזק געווען דעם צווייטן, האט ער אים פארציילט ער קומט פון א קהילה ווי מ'גייט מיט ווייסע זאקן און אז ער איז געווען ביי הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס ז"ל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ ער האט נעבעך א קינד וואס איז אוועקגעפאלן ל"ע, האט ער אים געזאגט אז ער בעהט גארנישט ער בעהט נאר אז דער אייבישטער זאל אים העלפן אז זיין זוהן זאל כאטש זיין א "יונג איזראעל איד" זאגט אים ר' משה יודא ח"ו עס שטייט אין פסוק והי' טרם יקראו ואני אענה עוד הם מדברים ואני אשמע, זאגט דער שלה"ק אז דער דאפעלטע לשון איז אז דער אייבישטער שיקט א נסיון ווייל ער וויל א מענטש זאהל מתפלל זיין דאס טייטש טרם יקראו ואני אענה איך העלף נאך פאר די ביזט מתפלל נאר וואס וויל איך זאגט דער אייבישטער איך וויל זאלסט בעהטן פאר "נאך" פאר "מער" עוד הם מדברים בעהט מער בבחינת "עוד", האט אים ר' משה יודל צוגעלייגט אז מ'לערנט דאך ארויס תפילה פון חנה זי האט נישט געזאגט געב מיר א קינד כאטש ווי אזוי קליין, הינקעדיג, דער עיקר איז איך זאל האבן א קינד, ניין זי האט פארשטאנען אז דער באשעפער וויל זי זאל מתפלל זיין בבחינת עוד זי האט פונקטליך געזאגט וואס זי וויל ווי הויך ווי שטארק וכו' זי האט מתפלל געווען אויף א קינד וואס איז שקול כנגד משה ואהרן ווי מ'זאגט nothing less, זאגט אים ר' משה יודא ז"ל די בעטס דעם אייבערשטן בעהט איהם קלאר אלעס וואס די וואלסט דיך געווינטשן "דער אייבישטער איז מתאווה מ'זאהל מתפלל זיין און בעהטן" בעהט ער זאל זיין א געהויבענע חסיד'ישע איד מיט ווייסע זאקן דער זעלבער באשעפער וואס קען העלפן ער זאהל ווערען א יונג איזראעל איד קען העלפן ער זאהל זיין פון די בני עלי' און דאס וויל ער טאקע מ'זאהל בעטן און מתפלל זיין פאר נאך מער.. א טייער ווארט
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער מיינט אז די שלה"ק איז א אייניקל פון שמואל הנביא אויב עס איז טאקע אזוי איז ווי מורא'דיג פאסיג דעס וואס הגה"צ ר' משה יודא ז"ל האט צוגעשטעלט דעס משל פון שמואל הנביא צום ווארט פון שלה"ק.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:53 pm

חיזוק ילדים - ר׳ שמואל ניימאן שליט׳׳א

זיכט אלע ״חיזוק ילדים״. (ס׳האלט ביי 39)

https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=832


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט