פרידן האט געשריבן:סנישט אזוי שווער אזא ארגענעזאטציע זאל זיין עס איז דא גענוג אופנים עס צו קענען מאכן אן ארויס ברענגען די צארן פין די בעלי בחירה מען רעדט נישט דא פין פייטן מיט זיי מען רעדט פין מחזק זיין די עלטערן מיטוויינען זיי פארשטיין
און לערנען די עלטערן ווי אזוי צו דיעלן מיט די קינדער, כ'האב נעבעך א נאנטער משפחה קרוב וואס דאס קינד האט געגליטשט אין גרויסן, און דער טאטע לעבט אין דינייעל פונעם מצב, און לענ"ד ווייסט ער נישט ווי אזוי צו הענדלען דעם מצב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איך וויין מיט מיט דיינע טרערען... ס'איז נישט מעגליך צו פארשטיין די צער... די צימישעניש....
שערי דמעות לא ננעלי.... באשעפער נעם די טרערען פון טאטעס און קינדער... זאל זיין והשיב לב בנים על אבותם...
איך האב נישט וואס צי זאגן ברידער מיינס, נאר איין זאך, איך וויין, נישט קיין שפריכווארט און נישט קיין גוזמא, איך וויין באמת... איך זיץ אין איך וויין. יא מיינע באקן זענען נאס, אין מיינע אויגן ציפן.
טאטי זיסע, וואס זאל איך זאגן , איך האב נישט וואס צי זאגן,
מיינע הארץ, געפיהלן, מחשבות, געדאנקן,טרערן, אלעס איז פאר דיר מיין טייערע ברידער. איך פיהל, וויין, אין טראכט וועגן דיר, מיט דיר.
מיין הארץ גייט אויס פאר אייך. איך בין דא אין שפיטאל מיט א קינד אין איך וויין.
דאס איז זיכער אז אזעלעכע עלטרען ווי אייך וועלען צום סוף לאכען ביודעין קאמינא...
די קינדער שפירען דאס
אין איינע פון די שיעורים זאגט ער נאך א ר' צדוק אז די נשמות האבן זייער תפקיד און פארוואס עס מוז אזוי זיין איך געדענק נישט גענוי אבער איך קען עס נישט טרעפן אויב איינער הערט עס צופאליג אדער ווייסט ווי ר' צדוק שרייבט עס וואלט איך הנאה געהאט צו הערן די מקור
מיר זענען טאקע באפוילן געווארען פון השי"ת צו מקיים זיין פרו ורבו, צו טון השתדלות אין געבוירן קינדער, און זיי מגדל זיין על דרך הישר לויט אונזער מעגליכקייט, אבער זאכן וואס צומאל איז נישט בידינו, קען אונזער טאטע אין הימל דער גרויסער שותף צו אונזערע קינדער, העלפן.
דו שלאפסט נישט, ווייל דיין קינד איז נישט אינדערהיים, און השי"ת שלאפט אויך נישט, ווייל עס איז אויך זיין קינד. הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל!!
דו האסט געטון דיינס, און דו פרובירסט ווייטער צוטון וואס מעגליך, דיין שכר וועט זיין גרויס פארדעם, שטארק זיך! אבער אונז זענען נישט קיין "כל יכול", מיר קענען נישט אלעס קאנטראלירן.
נעם אריין השי"ת אין דיין צער און אנגסט, שמועס זיך דורך ביי די הייסע תפלות מיט השי"ת - אז דער קינד איז אויך זיינס, ס'איז אויך זיין דאגה און צער (כביכול) וואו דאס קינד דרייט זיך, זאג אים אז דו האסט געטון דיינס, יעצט זאל ער טון זיינס, אפהיטן און צוריקברענגען דעם קינד גאנץ ברוחניות ובגשמיות.
***
עס איז באקאנט פון בעש"ט און פון פילע ספרי חסידות, אז דער שליסל צו געהאלפן ווערן איז מתפלל צו זיין אויף די צער השכינה, ווייל בכל צרתם לו צר, השי"ת האט צער פון יעדע צרה וואס גייט אריבער אויף אונז, ובפרט בענין זה אז זיינע קינדערלך ווערן ח"ו פארבלאנדזשט און צוביילט. ממילא אז מ'איז מתפלל אז השי"ת זאל אוועקנעמען די צער פון זיך אליינס כביכול, גייט אוועק די צרה און מ'וועט געהאלפן.
[כעי"ז שטייט אין די גמרא (ברכות ס"ג ע"א) "כל המשתף שם שמים בצערו – כופלין לו פרנסתו"! וביאר שם המהרש"א, שכוונת חז"ל לומר, שאם אדם מתפלל ומדגיש בבקשתו שהקב"ה ימלא את בקשתו – לא למענו – אלא למען צער השכינה, שמצטערת גם היא בצערו של כבוד יהודי, וכמו שכתוב "עמו אנכי בצרה", וא"כ בשביל להפחית את צער השכינה לכן הוא מבקש מהקב"ה, שיוריד מעליו את הטרדות והצער שיש לו, הכל למען כבוד השי"ת, שהשכינה לא תצטער בשבילו! אדם כזה, מבטיחים לו חז"ל, שלא רק שיקבלו בשמים את בקשתו – אלא עוד יכפילו לו את פרנסתו!]
***
חוץ פון דעם אז ס'העלפט די תפלות, ווערט אויך לייכטער אויפן הארץ, אז מ'גלייבט און מ'ווייסט אז ס'דא א שותף אין דיין צער, און עס נישט נאר דיין פראבלעם, און דו ביסט נישט שולדיג דערויף.
איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען איך האב געשריבן דא, אבער זעענדיג דיין תגובה, און שפירענדיג מיינע טרערן פון מיטגעפיל און ווייטאג מיט דיר האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן.
איך וויל זאגן אז איך שפיר דיין צער, אבער איך קען נישט. איך וויל פראבירן צו זאגן אז איך פראביר דיר צו פארשטיין, אדער דאס קען איך אויך נישט. איך וויל זאגן זאגן און זאגן אבער איך בין שטים.
איין זאך וועל איך יא זאגן, דאס זענען עטליכע ווארימע קאפיטלעך תהילים פון דוד המלך ע"ה פאר דיר, פאר דיין טאכטער און פאר דיין גאנצע משפחה.
איך וועל בעז"ה דאווענען פאר די טאכטער און זיין גאנצע משפחה אן וויסן זייער נאמען, דער שומע תפילות וועט שוין וויסן וויאזוי עס צו פּאָרן מיט דיינע הייסע טרערן.
נא_שכל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:54 pm
מ'קען עס מאכן סימפל: "חיזוק לצער גידול בנים".
כ'וועל אנפאנגען מיט א עובדא.
א איד איז געווען ביי ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און זיך ביטער אויסגעוויינט, אז זיין חתונה געהאטע זון איז ל"ע יצא לתרבות רעה, האט אים רבי יעקב מאיר געזאגט, אז ער זאל וויסן אז ער וועט באקמען שכר גדול מאוד אויף יענע וועלט אז ער האט מגדל געווען זיין זון און אים מחנך געווען לתורה ולמצות ביז די 30 יאר. פון דארט און ווייטער וואס דער זון האט געטון איז זיין בחירה, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט אים, ער האט יוצא געווען זיין תפקיד מיט דעם זון.
[כעין זה שמעתי האט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי געזאגט פאר א טאטע אודות בנו].
ווי אויך האט רי"מ צוגעלייגט אז ער זאל פארגעסען אז ער האט אזא זון, נישט איינרייסן פאר אים, און נישט פרובירן צו ראטעווען וכדומה. דער איד האט זיך אביסל גע'טענה'ט, האט רי"מ געזאגט העכסענעס א קאפיטל תהלים יעדען טאג קען ער זאגן, אבער נישט מער פון דעם.
די צווייטע חלק איז לכאורה א הוראה פרטי, ווייל ער האט געזען אז דער טאטע גיי צוגרונד. אדער מעגליך אז דאס איז די ריכטיגע מהלך פאר יעדעם.
איך קוק יעצט איבער דעם אשכול, און איך זעה וואס כ'האב געשריבן עטליכע יאר צוריק.