חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פרידן האט געשריבן:סנישט אזוי שווער אזא ארגענעזאטציע זאל זיין עס איז דא גענוג אופנים עס צו קענען מאכן אן ארויס ברענגען די צארן פין די בעלי בחירה
מען רעדט נישט דא פין פייטן מיט זיי מען רעדט פין מחזק זיין די עלטערן מיטוויינען זיי פארשטיין

און לערנען די עלטערן ווי אזוי צו דיעלן מיט די קינדער, כ'האב נעבעך א נאנטער משפחה קרוב וואס דאס קינד האט געגליטשט אין גרויסן, און דער טאטע לעבט אין דינייעל פונעם מצב, און לענ"ד ווייסט ער נישט ווי אזוי צו הענדלען דעם מצב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות »

[quote="מעלות"]צו געבן חיזוק פאר איינעם אין אזא מצב קען נישט יעדער, יעדער אייהער נעמט אן חיזוק אויף א אנדערע אופן.. נאר איך האב געוואלט דא מיטטיילן וואס איך האב געהערט ווי איינער וואס מאכט מיט דעם שווערען דורכגאנג האט מחזק געווען א צווייטן, איינער האט מחזק געווען דעם צווייטן, האט ער אים פארציילט ער קומט פון א קהילה ווי מ'גייט מיט ווייסע זאקן און אז ער איז געווען ביי הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס ז"ל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ ער האט נעבעך א קינד וואס איז אוועקגעפאלן ל"ע, האט ער אים געזאגט אז ער בעהט גארנישט ער בעהט נאר אז דער אייבישטער זאל אים העלפן אז זיין זוהן זאל כאטש זיין א "יונג איזראעל איד" זאגט אים ר' משה יודא ח"ו עס שטייט אין פסוק והי' טרם יקראו ואני אענה עוד הם מדברים ואני אשמע, זאגט דער שלה"ק אז דער דאפעלטע לשון איז אז דער אייבישטער שיקט א נסיון ווייל ער וויל א מענטש זאהל מתפלל זיין דאס טייטש טרם יקראו ואני אענה איך העלף נאך פאר די ביזט מתפלל נאר וואס וויל איך זאגט דער אייבישטער איך וויל זאלסט בעהטן פאר "נאך" פאר "מער" עוד הם מדברים בעהט מער בבחינת "עוד", האט אים ר' משה יודל צוגעלייגט אז מ'לערנט דאך ארויס תפילה פון חנה זי האט נישט געזאגט געב מיר א קינד כאטש ווי אזוי קליין, הינקעדיג, דער עיקר איז איך זאל האבן א קינד, ניין זי האט פארשטאנען אז דער באשעפער וויל זי זאל מתפלל זיין בבחינת עוד זי האט פונקטליך געזאגט וואס זי וויל ווי הויך ווי שטארק וכו' זי האט מתפלל געווען אויף א קינד וואס איז שקול כנגד משה ואהרן ווי מ'זאגט nothing less, זאגט אים ר' משה יודא ז"ל די בעטס דעם אייבערשטן בעהט איהם קלאר אלעס וואס די וואלסט דיך געווינטשן "דער אייבישטער איז מתאווה מ'זאהל מתפלל זיין און בעהטן" בעהט ער זאל זיין א געהויבענע חסיד'ישע איד מיט ווייסע זאקן דער זעלבער באשעפער וואס קען העלפן ער זאהל ווערען א יונג איזראעל איד קען העלפן ער זאהל זיין פון די בני עלי' און דאס וויל ער טאקע מ'זאהל בעטן און מתפלל זיין פאר נאך מער.. א טייער ווארט
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער מיינט אז די שלה"ק איז א אייניקל פון שמואל הנביא אויב עס איז טאקע אזוי איז ווי מורא'דיג פאסיג דעס וואס הגה"צ ר' משה יודא ז"ל האט צוגעשטעלט דעס משל פון שמואל הנביא צום ווארט פון שלה"ק.
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

חיזוק ילדים - ר׳ שמואל ניימאן שליט׳׳א

זיכט אלע ״חיזוק ילדים״. (ס׳האלט ביי 39)

https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=832
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

טרערן, זאל השי"ת העלפן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

מיין הארץ איז מיט דיר, טאטע אין הימל…. וועסט זעהן אי׳ה אסאך נחת.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

איך וויין מיט מיט דיינע טרערען... ס'איז נישט מעגליך צו פארשטיין די צער... די צימישעניש....
שערי דמעות לא ננעלי.... באשעפער נעם די טרערען פון טאטעס און קינדער... זאל זיין והשיב לב בנים על אבותם...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איך קען נישט לייקן אזא תגובה, בלויז ציטירן און אייך שרייבן אז אידיש הארץ בלוטיגט אויף אייער איבערגאנג.
איך וויל אייך אויך מחזק זיין אויף אייער בליק און צוגאנג, עס וועט זיכער פועל’ן צום סוף, אבער איך פארשטיי נישט און וויל נישט פארשטיין וויאזוי אייער פאטערליכע הארץ גייט פילן ביז דעמאלטס...😥😥😥
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

איך האב נישט וואס צי זאגן ברידער מיינס, נאר איין זאך, איך וויין, נישט קיין שפריכווארט און נישט קיין גוזמא, איך וויין באמת... איך זיץ אין איך וויין. יא מיינע באקן זענען נאס, אין מיינע אויגן ציפן.

טאטי זיסע, וואס זאל איך זאגן , איך האב נישט וואס צי זאגן,

מיינע הארץ, געפיהלן, מחשבות, געדאנקן,טרערן, אלעס איז פאר דיר מיין טייערע ברידער. איך פיהל, וויין, אין טראכט וועגן דיר, מיט דיר.

איך בין דא פאר דיר.

איך בין בטוח אז די אייבעשטער גייט דיר העלפן

פון דיין ברידער וואס שעטצט דיר.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מיין הארץ גייט אויס פאר אייך און כקען מיר ניטאמאל פארשטעלן אייער צער.

אבער כבין א ברור אז די פעולות און תפילות גייען נישט צוריק קומען ליידיג, אויף אזאכע געטרייע עלטערן ווי אייך זאגט מען "what goes around comes around" אי"ה נאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט!
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

מיין הארץ גייט אויס פאר אייך. איך בין דא אין שפיטאל מיט א קינד אין איך וויין.
דאס איז זיכער אז אזעלעכע עלטרען ווי אייך וועלען צום סוף לאכען ביודעין קאמינא...
די קינדער שפירען דאס
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

Yoely האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 12:53 pm
חיזוק ילדים - ר׳ שמואל ניימאן שליט׳׳א

זיכט אלע ״חיזוק ילדים״. (ס׳האלט ביי 39)

https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=832
אין איינע פון די שיעורים זאגט ער נאך א ר' צדוק אז די נשמות האבן זייער תפקיד און פארוואס עס מוז אזוי זיין איך געדענק נישט גענוי אבער איך קען עס נישט טרעפן אויב איינער הערט עס צופאליג אדער ווייסט ווי ר' צדוק שרייבט עס וואלט איך הנאה געהאט צו הערן די מקור
א'מונה ב'טחון ג'עלט
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

קשר נפשי איז נישט פאר דעם?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

קודם איך וויין מיט דיר, איך שפיר דיין אנגסט, ליידער איז דא נאך עלטערן וואס גייען דאס דורך, ביי בנים אדער בנות, השם ישמרינו.

אבער מ'דארף חזר'ן און אנערקענען, אז אונזרע קינדער זענען נישט נאר "אונזערס", ס'דא נאך א שותף, א גרויסע שותף, דאס איז אונזער טאטע אין הימל, שלשה שותפין יש באדם, אונז טאטע מאמע און השי"ת, זיי זענען אויך זיינע קינדער!

מיר זענען טאקע באפוילן געווארען פון השי"ת צו מקיים זיין פרו ורבו, צו טון השתדלות אין געבוירן קינדער, און זיי מגדל זיין על דרך הישר לויט אונזער מעגליכקייט, אבער זאכן וואס צומאל איז נישט בידינו, קען אונזער טאטע אין הימל דער גרויסער שותף צו אונזערע קינדער, העלפן.

דו שלאפסט נישט, ווייל דיין קינד איז נישט אינדערהיים, און השי"ת שלאפט אויך נישט, ווייל עס איז אויך זיין קינד. הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל!!

דו האסט געטון דיינס, און דו פרובירסט ווייטער צוטון וואס מעגליך, דיין שכר וועט זיין גרויס פארדעם, שטארק זיך! אבער אונז זענען נישט קיין "כל יכול", מיר קענען נישט אלעס קאנטראלירן.

נעם אריין השי"ת אין דיין צער און אנגסט, שמועס זיך דורך ביי די הייסע תפלות מיט השי"ת - אז דער קינד איז אויך זיינס, ס'איז אויך זיין דאגה און צער (כביכול) וואו דאס קינד דרייט זיך, זאג אים אז דו האסט געטון דיינס, יעצט זאל ער טון זיינס, אפהיטן און צוריקברענגען דעם קינד גאנץ ברוחניות ובגשמיות.

***

עס איז באקאנט פון בעש"ט און פון פילע ספרי חסידות, אז דער שליסל צו געהאלפן ווערן איז מתפלל צו זיין אויף די צער השכינה, ווייל בכל צרתם לו צר, השי"ת האט צער פון יעדע צרה וואס גייט אריבער אויף אונז, ובפרט בענין זה אז זיינע קינדערלך ווערן ח"ו פארבלאנדזשט און צוביילט. ממילא אז מ'איז מתפלל אז השי"ת זאל אוועקנעמען די צער פון זיך אליינס כביכול, גייט אוועק די צרה און מ'וועט געהאלפן.

[כעי"ז שטייט אין די גמרא (ברכות ס"ג ע"א) "כל המשתף שם שמים בצערו – כופלין לו פרנסתו"! וביאר שם המהרש"א, שכוונת חז"ל לומר, שאם אדם מתפלל ומדגיש בבקשתו שהקב"ה ימלא את בקשתו – לא למענו – אלא למען צער השכינה, שמצטערת גם היא בצערו של כבוד יהודי, וכמו שכתוב "עמו אנכי בצרה", וא"כ בשביל להפחית את צער השכינה לכן הוא מבקש מהקב"ה, שיוריד מעליו את הטרדות והצער שיש לו, הכל למען כבוד השי"ת, שהשכינה לא תצטער בשבילו! אדם כזה, מבטיחים לו חז"ל, שלא רק שיקבלו בשמים את בקשתו – אלא עוד יכפילו לו את פרנסתו!]

***

חוץ פון דעם אז ס'העלפט די תפלות, ווערט אויך לייכטער אויפן הארץ, אז מ'גלייבט און מ'ווייסט אז ס'דא א שותף אין דיין צער, און עס נישט נאר דיין פראבלעם, און דו ביסט נישט שולדיג דערויף.

תמצית: השי"ת איז מיט דיר, ער וויל אויך זיין קינד זאל אהיימקומען ווי שנעלער, און ער וועט זיכער העלפן דאס קינד זאל אהיימקומען ווי שנעלער שלם בכל ענינים, און וועסט זען צוזאמען אסאך אידיש נחת, פון דעם און פון אלע קינדער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען איך האב געשריבן דא, אבער זעענדיג דיין תגובה, און שפירענדיג מיינע טרערן פון מיטגעפיל און ווייטאג מיט דיר האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן.

איך וויל זאגן אז איך שפיר דיין צער, אבער איך קען נישט. איך וויל פראבירן צו זאגן אז איך פראביר דיר צו פארשטיין, אדער דאס קען איך אויך נישט. איך וויל זאגן זאגן און זאגן אבער איך בין שטים.

איין זאך וועל איך יא זאגן, דאס זענען עטליכע ווארימע קאפיטלעך תהילים פון דוד המלך ע"ה פאר דיר, פאר דיין טאכטער און פאר דיין גאנצע משפחה.

איך וועל בעז"ה דאווענען פאר די טאכטער און זיין גאנצע משפחה אן וויסן זייער נאמען, דער שומע תפילות וועט שוין וויסן וויאזוי עס צו פּאָרן מיט דיינע הייסע טרערן.

אוי טרערן עס רינט....
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

😭😭😭
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:54 pm
מ'קען עס מאכן סימפל: "חיזוק לצער גידול בנים".

כ'וועל אנפאנגען מיט א עובדא.

א איד איז געווען ביי ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און זיך ביטער אויסגעוויינט, אז זיין חתונה געהאטע זון איז ל"ע יצא לתרבות רעה, האט אים רבי יעקב מאיר געזאגט, אז ער זאל וויסן אז ער וועט באקמען שכר גדול מאוד אויף יענע וועלט אז ער האט מגדל געווען זיין זון און אים מחנך געווען לתורה ולמצות ביז די 30 יאר. פון דארט און ווייטער וואס דער זון האט געטון איז זיין בחירה, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט אים, ער האט יוצא געווען זיין תפקיד מיט דעם זון.

[כעין זה שמעתי האט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי געזאגט פאר א טאטע אודות בנו].

ווי אויך האט רי"מ צוגעלייגט אז ער זאל פארגעסען אז ער האט אזא זון, נישט איינרייסן פאר אים, און נישט פרובירן צו ראטעווען וכדומה. דער איד האט זיך אביסל גע'טענה'ט, האט רי"מ געזאגט העכסענעס א קאפיטל תהלים יעדען טאג קען ער זאגן, אבער נישט מער פון דעם.

די צווייטע חלק איז לכאורה א הוראה פרטי, ווייל ער האט געזען אז דער טאטע גיי צוגרונד. אדער מעגליך אז דאס איז די ריכטיגע מהלך פאר יעדעם.
איך קוק יעצט איבער דעם אשכול, און איך זעה וואס כ'האב געשריבן עטליכע יאר צוריק.

ס'דורך אפאר יאר, ס'זיכער פארגאסען געווארן נאך אסאך טרערן, אבער ...



יעצט קען מען פארציילן די צווייטע האלב מעשה - די פרייליכע ענדע!

דער זון האט זיך ברוך השם צוריקגעקערט לחיק אבינו שבשמים, א ערליכער חסידישער איד, דינט השי"ת לויט זיין שטייגער. און די שטוב איז ב"ה געווארען צוריקגעשטעלט ע"ד ישראל סבא. [פארשטייט זיך מ'קען נישט שרייבן פילע פרטים].

חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

טייערע ברודערס שטארק אייך, השי"ת וועט אוודאי העלפן, און אויפמאכן די אויגן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אליינס מאכן די ריכטיגע בחירה, און חיים וטוב.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

א שטארקע חיזוק שמועס פון ר' שמעון שפיצער פאר עלטערן וואס מוטשען זיך מיט קינדער וואס פירן זיך נישט אויפ‘ן ערליכן וועג.

https://wetransfer.com/downloads/66fe06 ... TRN_TDL_05

Transfer expires in 7 days
איינער קען איבערלייגן צו דרייוו אדער דראפבאקס למען יעמוד לימים רבים?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: עוד הם מדברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מעלות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:49 pm
צו געבן חיזוק פאר איינעם אין אזא מצב קען נישט יעדער, יעדער אייהער נעמט אן חיזוק אויף א אנדערע אופן.. נאר איך האב געוואלט דא מיטטיילן וואס איך האב געהערט ווי איינער וואס מאכט מיט דעם שווערען דורכגאנג האט מחזק געווען א צווייטן, איינער האט מחזק געווען דעם צווייטן, האט ער אים פארציילט ער קומט פון א קהילה ווי מ'גייט מיט ווייסע זאקן און אז ער איז געווען ביי הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס ז"ל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ ער האט נעבעך א קינד וואס איז אוועקגעפאלן ל"ע, האט ער אים געזאגט אז ער בעהט גארנישט ער בעהט נאר אז דער אייבישטער זאל אים העלפן אז זיין זוהן זאל כאטש זיין א "יונג איזראעל איד" זאגט אים ר' משה יודא ח"ו עס שטייט אין פסוק והי' טרם יקראו ואני אענה עוד הם מדברים ואני אשמע, זאגט דער שלה"ק אז דער דאפעלטע לשון איז אז דער אייבישטער שיקט א נסיון ווייל ער וויל א מענטש זאהל מתפלל זיין דאס טייטש טרם יקראו ואני אענה איך העלף נאך פאר די ביזט מתפלל נאר וואס וויל איך זאגט דער אייבישטער איך וויל זאלסט בעהטן פאר "נאך" פאר "מער" עוד הם מדברים בעהט מער בבחינת "עוד", האט אים ר' משה יודל צוגעלייגט אז מ'לערנט דאך ארויס תפילה פון חנה זי האט נישט געזאגט געב מיר א קינד כאטש ווי אזוי קליין, הינקעדיג, דער עיקר איז איך זאל האבן א קינד, ניין זי האט פארשטאנען אז דער באשעפער וויל זי זאל מתפלל זיין בבחינת עוד זי האט פונקטליך געזאגט וואס זי וויל ווי הויך ווי שטארק וכו' זי האט מתפלל געווען אויף א קינד וואס איז שקול כנגד משה ואהרן ווי מ'זאגט nothing less, זאגט אים ר' משה יודא ז"ל די בעטס דעם אייבערשטן בעהט איהם קלאר אלעס וואס די וואלסט דיך געווינטשן "דער אייבישטער איז מתאווה מ'זאהל מתפלל זיין און בעהטן" בעהט ער זאל זיין א געהויבענע חסיד'ישע איד מיט ווייסע זאקן דער זעלבער באשעפער וואס קען העלפן ער זאהל ווערען א יונג איזראעל איד קען העלפן ער זאהל זיין פון די בני עלי' און דאס וויל ער טאקע מ'זאהל בעטן און מתפלל זיין פאר נאך מער.. א טייער ווארט

זייער שיין

און ר' משה יודא ז"ל האט גערעדט פון אייגענע עקספיריענס, כידוע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

derech eretz האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 10:43 am
א שטארקע חיזוק שמועס פון ר' שמעון שפיצער פאר עלטערן וואס מוטשען זיך מיט קינדער וואס פירן זיך נישט אויפ‘ן ערליכן וועג.

https://wetransfer.com/downloads/66fe06 ... TRN_TDL_05

Transfer expires in 7 days
איינער קען איבערלייגן צו דרייוו אדער דראפבאקס למען יעמוד לימים רבים?
חיזוק שמועס פון ר' שמעון שפיצער PDF
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה. // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס)
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”