גרין קאונטי, ניו יארק

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

גרין קאונטי, ניו יארק

תגובהדורך רויט » זונטאג מאי 28, 2017 1:31 pm

פאריאר איז געווען א גורל פאר פילע סעק 8 אפליקאנטען פאר סעקשאן 8 סלאטס אין גרין קואנטי מיט פילע געווינער, איך בין זיכער אז דארונטער זענען אויך געווען פילע אחב"י וואס נויטיגען זיך אין די סארט הילף, [וגם אני בתוכם] אלזא וויל איך פרעגן ווער עס האט שוין באקומען דארטן דעם אכטער, אדער ווער עס ווייסט בכלל הידיעות צו וועם מ'קען זיך ווענדען וועגן דינגען א דירה, וועלכע געגענט עס איז דא א אידישע קהלה, ביהמ"ד, א א וו.

איך בין שוין אמאל געווען אין טערנסוויל ניו יארק, וואו עס עקזעסטירט א קהלה מיט א ארטאדאקסישע ביהמ"ד ומקוה פון אריבער 100 יאר צוריק, מיט טעגליכע מנינים, אבער איך האב אנליין נישט געקענט טרעפן געהעריג אוועליבעל רענטלס אין די געגענט, ווייסט איינער עפעס מער?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג מאי 28, 2017 4:09 pm

אויף זיללאו קענסטע עפעס זיכן
https://www.zillow.com/homes/Greene-County-NY/

איז פליישמאנס אויך אין גרין קאונטי?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג מאי 28, 2017 4:21 pm

דארט איז דא יעצט בערך 25 משפחות וואס האבן דירות פארן אכטער

שיק מיך א אישי איך וועל דיר שאפען א נומבער פון א היימישע בראקער דארט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 28, 2017 5:20 pm

אין טענערסוויל איז דא מנין דורכאויס די גאנצע יאר. כמעט יעדע שבת.
אין די זומער לעבט דאס פלאץ.
...

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג מאי 28, 2017 5:53 pm

די משפחות וואס האבן זיך דארט נישט אריבער געצויגן בפועל נאר געשפילט ווי כאילו זיי זענען דארט האבן שטארק געליטן, די חברה דארט זענען אסאך שטרענגער ווי אין אנדרע פלעצער, זיי פלעגן נאכקוקן צו מ'נעמט די פאסט, שארן די שניי וכדומה.

איך קען עטליכע וואס האבן זיך שטארק פארפלאנטערט דארט, אז איר פלאנט נישט צו גיין בפועל לוינט זיך עס נישט.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג מאי 28, 2017 5:54 pm

עין טובה האט געשריבן:אין טענערסוויל איז דא מנין דורכאויס די גאנצע יאר. כמעט יעדע שבת.

ווי אין די שטאטישער שול אדער חב"ד?
ווייל די רב פון די שטאטישער שול איז נאר דארט פון שבועות ביז נאך סוכות כ'האב פארשטאנען אז אין די ווינטער שלאפט עס.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג מאי 28, 2017 6:16 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:אין טענערסוויל איז דא מנין דורכאויס די גאנצע יאר. כמעט יעדע שבת.

ווי אין די שטאטישער שול אדער חב"ד?
ווייל די רב פון די שטאטישער שול איז נאר דארט פון שבועות ביז נאך סוכות כ'האב פארשטאנען אז אין די ווינטער שלאפט עס.


דארט איז דא יעדע איינציגע שבת און יום טוב גרויס מנין

איבערן יאר איז עס געוונעליך אין מענטשןס הייזער

פון שבועות ביז נאך סוכות איז אפען די שטאטישע שיל און זייער מקוה

חבד איז אפען פאר זומער און געווען היי יאר אפען אסאך שבתים אינמיטן יאר ווי חנוכה און נאך

זומער וואכן ווירבעלט קהל באסטאן מיט אדמו"ר מ'באסטאן פלעטבוש מיט א הערליכע שיל מיט איבער 100 זיצען מיט א הערליכע נייע מקוה

אויסער דעם איז דא א נייע בית המדרש פון הרב ברוין וואס איז אפען זייער אסאך שבתים און ימים טובים איבערן יאר אויסער וואס עס איז אפען פון שבועות ביז סוכות מיט א הערליכע נייע בית המדרש פאריאר געבויט מיט אפאר הונדערט זיצן

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג מאי 28, 2017 6:17 pm

דאס איז געווען אינעם דבר יום יעצט ערב שבת במדבר
צוגעלייגטע
Screenshot_20170528-165049.jpg
Screenshot_20170528-165049.jpg (53.72 KiB) געזעהן 2609 מאל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג מאי 28, 2017 6:24 pm

בעלבאטיש האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:אין טענערסוויל איז דא מנין דורכאויס די גאנצע יאר. כמעט יעדע שבת.

ווי אין די שטאטישער שול אדער חב"ד?
ווייל די רב פון די שטאטישער שול איז נאר דארט פון שבועות ביז נאך סוכות כ'האב פארשטאנען אז אין די ווינטער שלאפט עס.


דארט איז דא יעדע איינציגע שבת און יום טוב גרויס מנין

איבערן יאר איז עס געוונעליך אין מענטשןס הייזער

פון שבועות ביז נאך סוכות איז אפען די שטאטישע שיל און זייער מקוה

חבד איז אפען פאר זומער און געווען היי יאר אפען אסאך שבתים אינמיטן יאר ווי חנוכה און נאך

זומער וואכן ווירבעלט קהל באסטאן מיט אדמו"ר מ'באסטאן פלעטבוש זיין ישיבה איז דארט אין די זוממער, ס'דא דארט אויך נאך א ישיבה פון א קבוצה בחורים בני הישיבות מיט א הערליכע שיל מיט איבער 100 זיצען מיט א הערליכע נייע מקוה

אויסער דעם איז דא א נייע בית המדרש פון הרב ברוין וואס איז אפען זייער אסאך שבתים און ימים טובים איבערן יאר אויסער וואס עס איז אפען פון שבועות ביז סוכות מיט א הערליכע נייע בית המדרש פאריאר געבויט מיט אפאר הונדערט זיצן

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג מאי 28, 2017 6:31 pm

באסטאן רבי ווי ווייט איך ווייס האט נישט קיין ישיבה

און איך האב נאך קיינמאל געזען דארט קיין ישיבה פון באסטאן יארן לאנג

סאיז א בהמד פארן היימישען חסידישען עולם

די ישיבה פון קיבוץ בני הישיבות איז הרב ברוין עס איז די זעלבע זאך

אב ווען סאיז בין הזמנים פאר די ליטווישע וועלט האט ער א ישיבה פאר בחורים

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג מאי 30, 2017 2:41 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:אויף זיללאו קענסטע עפעס זיכן
https://www.zillow.com/homes/Greene-County-NY/

איז פליישמאנס אויך אין גרין קאונטי?

Fleischmans is in Delaware County

פעשען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

גרין קאונטי

תגובהדורך פעשען » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:26 pm

ווייסט איינער מער אינפערמאציע וועגן דעם אכטער אין גרין קאונטי?
קען מען וואוינען דארט א גאנץ יאר?
ווייסט איינער פון נאך וואס האבן באקומען דארט?

עני אינפא ביטע קומט אריין אדער שיקט מיר א אישי. יש"כ למפרע.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:50 pm

דו האסט באקומען דארט? וויפיל צימערן דארפסטו? קום אים אישי
...

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 5:57 pm

די געוועזענע אינגל קעמפ מחנה קרית יואל, וואס איז געווען אין ראונד טאפ נ.י. איז אין גרין קאונטי.

וואס איז דא דארט היינט צוטאגס?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

את בש
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:44 am

תגובהדורך את בש » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 6:16 pm

טראנספארט האט געשריבן:די געוועזענע אינגל קעמפ מחנה קרית יואל, וואס איז געווען אין ראונד טאפ נ.י. איז אין גרין קאונטי.

וואס איז דא דארט היינט צוטאגס?

יעצט איז דא אין ראונד טאפ די קעמפ פון ישיבה מאור התלמוד בארא פארק

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:23 pm

פעשען האט געשריבן:ווייסט איינער מער אינפערמאציע וועגן דעם אכטער אין גרין קאונטי?
קען מען וואוינען דארט א גאנץ יאר?
ווייסט איינער פון נאך וואס האבן באקומען דארט?

עני אינפא ביטע קומט אריין אדער שיקט מיר א אישי. יש"כ למפרע.

אויב איינער ווייסט זאל מיך לאזן וויסען אדער שיקט מיר א אישי

שכח פון פאראויס...

יענקל הכהן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 4:57 pm

תגובהדורך יענקל הכהן » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:48 am

Screenshot_20181010-044002_Drive.jpg
Screenshot_20181010-044002_Drive.jpg (39.73 KiB) געזעהן 411 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:13 am

צו פארדינגען 4 דירות אין טענערסוויל

ביטע אין אישי פאר מער פרטים אין די טעלעפאון נומבער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט