בודזשעט - Budget

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

בודזשעט - Budget

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

איז שוין אמאל געווען אזא אשכול? אויב יא ביטע לינקן.

קען איינער ביטע ארויפלייגן א פערסאנעל בודזשעט טעמפלעט פאר א היימישע שטוב?

ייש"כ למפרע.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט עטליכע יונגעלייט וואס מיטשענען זיך צו דעקן די בילס. איך האב ארויסגעקומען אז מאכן א בוזשעט איז א צייט פארברענגגעניש ס'איז בלויז א תירוץ וואס מ'וויל זיך פארענטפערן פארוואס מ'האט נישט גענוג געלט, זאגט מען אז ס'איז ווייל מ'האט נישט קיין בוזשעט. א משפחה מיט 5 קינדער דארף האבן מינימום 150,000 אינקאם א יאר און טאמער נישט דארף מען שפארן יעדעס דאלער. פעלט נישט אויס קיין בוזשעט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

געווען דא נישט לאנג צוריק א סורוועי דורך ידידינו "מה פתאום???" איבער דעם, דארף מען דארט א בליק טון.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

א בודזשעט העלפט אז א מענטש וואס דיקט זיך נישט זאל וויסען ווי ער שטייט פינאנציעל; ווי גרויס זיין לאך איז חודש'ליך, יערליך. א מענטש וואס בודזשעט נישט איז כמעט אוממעגליך באמת צו וויסען וויפיל די חודש קאסט אים אפ. זעהן די אקטועלע בודזשעט נומערן קען זיין גאר שאקירענד. פאר געוויסע אז די לאך איז אסאך ווינציגער ווי ערווארטעט, און פאר געוויסע אז עס איז פיל גרעסער ווי ערווארטעט. די מהלך אנצופילן די לאך איז (בעיקר) נישט דורך קארגען, נאר דורך טרעפן נאך וועגן צי פארדינען אינקאם. (בני בית, סעקאנד דשאב, וכדומ').

אזוי האב איך פארשטאנען פין עטליכע וואס מאכען יא א בודזשעט, און עס האט זיי צוריקגעברענגט צו א גוטן פינאנציעלע מצב.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך קען אויסרעכענען די זאכן וואס קאסטן, און דו רעכן אויס וויפיל יעדע זאך קאסט דיר, און מאך דעם סך הכל:

- רענט \ מארטגעדזש
- קאנדא הוצאות אדער לעדנסקעפינג
- גראסערי
- פיש
- פלייש
- פעמפער'ס
- געז
- עלעקטריק
- וואסער
- היים טעלעפאן
- סעלפאון
- רייניגונג הילף
- שכר לימוד (רעכן צו טיפ'ס און קליינע סכומים וואס מען דארף יעדן מאנטאג און דאנערשטאג שיקן מיט די קינדער אין סקול \ חדר)
- פרייוועט טוטערינג \ טעראפי
- טראנספארטאציע (טעקסיס \ באסעס)
- קאר (ליעס, אינשורענס, מעינטענעס, געז, אינספעקשאן'ס און לעגאלע פאפירן, טיקעט'ס...)
- צדקה (מעשר)
- אינשורענס (לייף, פראפערטי, וכדומה)
- קליידונג (אויך שיך)

דאס איז וואס איך געדענק אויף די רגע.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

-קאנטרי/קעמפ/דעי קעמפ (אויסשטאפירן פאר קעמפ איז א קליין פארמעגן פאר זיך...)
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

פסח מאכן און סוכות מאכן, איז פון די אלו דברים שאין להם שיעור וקצבה ..... [ס'ווענדט זיך בעיקר וויפיל טעג ס'יז פארבליבן ביז יו"ט...]
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:אזוי האב איך פארשטאנען פין עטליכע וואס מאכען יא א בודזשעט, און עס האט זיי צוריקגעברענגט צו א גוטן פינאנציעלע מצב.


קלאר אין דייטלעך. האלטן א בודזשעט פארמערט די אינקאם און פארמינטערט די הוצאות. שוין צוגעזעהן כמה וכמה פעמים.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: בודזשעט - Budget

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך האב שוין אויך געהערט פון אפאר מענטשן, אז גיין צו איינעם ארויסצוהעלפן האלטן א בודזשעט האט זיך אויסגעצאלט יעדע פעני. זיי ווייסן שוין אלע תירוצים, און אלע סעלושענס ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן. א גוטע חבר מיינער, וואס האט שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער און זיך געטראנקן אין חובות, איז געווארן צוריק א מענטש דורך ארבעטן מיט א בודזשעטינג עקספערט. די מנוחת הנפש וואס דאס געבט פאר א מענטש, איז נעקסט לעוועל.

ווער עס האט עקספיריענס מיט היימישע עקספערטן, זאל ביטע ארויסהעלפן.

1-איינער ווייסט צו קרן עזר טוט דאס? דיטעילס?
2-איינער האט שוין געטרייט מסילה? דיטעילס פליז.

עפעס אנדערע גוטע עקספיריענסעס?

איש את רעהו יעזורו. העלפטס ארויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”