געקויפט א חפץ פאר ביליג - און חרטה געהאט

וועבסייטס, דיעלס און קיופאנס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

געקויפט א חפץ פאר ביליג - און חרטה געהאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

אסאך מאל וויל מען זיך שפארן געלט ביים קויפן א חפץ, (און מיט רעכט) קויפט מען עפעס א ביליגערע קאמפאני, נישט קיין ברענד נעים וכדו',
אבער אסאך מאל ווערט מען נאכדעם געוואויר פארוואס עס האט געקאסט ביליגער, ווען דער דבר הנקנה האט נישט קיין אריכת ימים,

ווי מיין עלטער מומע חזר'ט אלץ דאס ווארט אז דער ארימאן צאלט דאפלט, קודם קויפט מען א ביליגערע און נאכדעם קויפט מען די רעגולערע,

ובכן קען מען דא מיטטיילען אזעלכע פאסירונגען, מען זאל וויסן צו זיין געווארענט דערפון,


לדוגמא פלעסטיק קאפס איז דא עטליכע קאמפאניס, אמאל טראכט מען לאמיך מיר שפארן אפאר צענט און מען קויפט די ביליגערע קאמפאני קאפס, (איך געדענק נישט יעצט די נעמען) און למעשה זענען האלב דערפון אזוי באהאפטן אז מען קען נאר נוצן בערך האלב טאקע, און ס'קומט אויס אז מען צאלט גאר מער צום סוף.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איז דער אשכול א המשכה צו די בינגא אשכול?.....
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

diapers פון luvs איז ביליגער ווי pampers אבער מ'דארף טוישן פיל אפטער.

כ'אב אויך נישט געגלייבט ווען מיין ידיד האט מיר עס דערציילט, אבער נאכן פרובירן זאג איך אייך אז ס'איז א פאקט.
edge
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך edge »

די כלל איז נישט אייביג אמת. למשל צו קויפן טעלערס וכד׳ זענען די ביליגערע קאמפעניס זייער גיט (איך רעד נישט פון ממש גארבידש) און עס איז א שאד אויף אידיש געלט.

ווייטער ווען מען גייט למשל און קאסטקא וכד׳ קען מען קויפן פרייוועט לעיבל פאר היפש ביליגער ווי די ברענד נעים און זייער סאך מאהל מאכט מען עס אפילו ביי זיי.

וואס יא? מען דארף זיך אויסקענען.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

edge האט געשריבן:די כלל איז נישט אייביג אמת. למשל צו קויפן טעלערס וכד׳ זענען די ביליגערע קאמפעניס זייער גיט (איך רעד נישט פון ממש גארבידש) און עס איז א שאד אויף אידיש געלט.

ווייטער ווען מען גייט למשל און קאסטקא וכד׳ קען מען קויפן פרייוועט לעיבל פאר היפש ביליגער ווי די ברענד נעים און זייער סאך מאהל מאכט מען עס אפילו ביי זיי.

וואס יא? מען דארף זיך אויסקענען.

די כלל איז נישט אפשר אייביג אמת אויף יעדע ביליגע אייטעם אין מציאה אבער עס איז זעכער אלץ גילטיג אויף די וואס ליידן אויף מציאות אין שמאטעס, אלע פין זיי צאלן ענד אויף די געים מער געלט,
קינדער
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער »

איך האב געקויפט א ביליגע הענד בלענדער אויף סעיל ערגעץ, און איך האב שוין געדארפט קויפן א נייעם, האב איך געקויפט די ריכטיגע cuisinart hand blender וואס דאס הייסט די ברענד נעים
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

קאמאנטארן זענען איבריג
זום זום.....
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-05-10-22-46-00-1.png
Screenshot_2017-05-10-22-46-00-1.png (524.32 KiB) געזען 2005 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

עפעס א טעות איז דא, ווייל 10/$2.99 איז טייערער ווי 4/$.99...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

יא יא
געקויפט א חפץ פאר ביליג - און חרטה געהאט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שרייב תגובה

צוריק צו “אנליין שאפינג”