פחד צי פארן אויף א פליגער. - fear of heights

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Deals
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

פחד צי פארן אויף א פליגער. - fear of heights

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

איך טראכט צי פארן יעצט צום ערשטען פאל אויף א פליגער. אבער איך ציטער צי זיין הויך. (fear of heights - נישט פחד פון קראכען) איינער האט עפעס א גוטע עיצה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נישט זיצן ביי די פענסטער

נישט שלאפן א נאכט בעפאר וועט מען רואיג דורכשלאפן די גאנצע רייזע

העוו עי סעיף טריפ
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גיי צו דיין דאקטאר זאל דיך פארשרייבן עטליכע פילן לויט ווי כהאב געהערט טוען זיי עס גערן

נישט שלאפן א נאכט פארדעם איז די ערגסטע זאך ווייל ווען מאיז מיד ליידט מען הונדערט מאל מער פון די ענקזייעטי, סוועט בכלל נישט העלפן שלאפן פונקט פארקערט אויב משלאפט גוט א נאכט פארדעם וועט זיך בעסער שלאפן אויפן פליגער איין שלאף ברענגט דאס צווייטע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

וואס ביסטו אזוי באזארגט?!
איך זאג דיר צי, מען וועט'ך נישט לאזן אין די לופט!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

עניטינג וואס דו גייסט נאר נעמען צו בארואיגן דיין פחד גייט בעקפייערן און עס בויען שטערקער אויף קומענדיגע מאל, די איינציגסטע עצה איז... צו פליען מיט די פחד אינאיינעם.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נישט אמת

פונקט פארקערט אז א מענטש האט געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט א פלייט גייט ער די קומענדיגע מאל צוויי מאל מורא האבן איינס פון די פחד זעלבסט און צוויי פון די פחד פון די פחד כידוע למבינים וכו' וכו'

אן אנדערע עצה איז דא צו פארן מיט א פארפעסיאנאלע טעראפיסט וואס גייד בשעת מעשה ווי אזוי צו באהערשן די פחד, דאס קאסט אבער פארשטייט זיך א הון רב
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אפשר מיינסטו נאר אז דו וועסט מורא האבן? אסאך מאל איינמאל מען קימט ארויף אויפן פליגער פארגעסט מען פון די גאנצע שרעק.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

למדן וצדיק האט געשריבן:נישט אמת

פונקט פארקערט אז א מענטש האט געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט א פלייט גייט ער די קומענדיגע מאל צוויי מאל מורא האבן איינס פון די פחד זעלבסט און צוויי פון די פחד פון די פחד כידוע למבינים וכו' וכו'

אן אנדערע עצה איז דא צו פארן מיט א פארפעסיאנאלע טעראפיסט וואס גייד בשעת מעשה ווי אזוי צו באהערשן די פחד, דאס קאסט אבער פארשטייט זיך א הון רב

וויט אלל דו ריספעקט איי דיסעגרי.

פחד האט א אינטערעסאנטע טבע אז ווי מער מען אנטלויפט דערפון אלס שטערקער ווערט זי, יעדע עוואוידענס וואס דו גייסט טון צו פארמינערן די פחד מיינט אז דו אנטלויפסט דערפון און דאס טוט שרעקליך בעקפייערן שפעטער.

וואס יא, פחד איז גילטיג נאר אויפן עתיד, א מענטש האט מורא פון זאכן וואס ״גייען״ געשען, פחד איז נישט שייך אויפן הווה. ווען דו באהערשט דיינע געפילן און דו גייסט אריין אין דיין פחד זאנע איז נישט מעגליך אז די פחד זאל אנהאלטן וויבאלד דו ביסט אינעם הווה.

נאכן ארויסגיין פון דיין קאמפארט זאנע איין מאל און נאכאמאל - ״אפילו״ דו האסט פחד, איז נישט במציאות אז די פחד זאל בלייבן.

מיטן נעמען פילן אדער סיי וואס צו אויסמיידן דיין פחד געפיל, גערעכט טאקע אויפן שארט טערם זעט עס אויס גוט אבער אויף לאנג טערם טוסטו עס נאר בויען.

ופשוט הוא.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דו זאגסט זייער שיינע תורות און טעאריעס אבל מה נעשה אז די פאקטען זענען נישט אזוי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

זייטזשע ביטע מסביר מיט וואס די ביסט מחולק.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

יוראפ האט געשריבן:
נישט שלאפן א נאכט בעפאר וועט מען רואיג דורכשלאפן די גאנצע רייזע


בדרך אגב. אויף די וועג אהיים פון ישיבה פלעגט מען נישט שלאפן א נאכט פאר דעם (כמובן..) און ס'מיר געווען אסאך שווערער צו שלאפן אויפן עראפלאן.

#אווערטייערד
איזי
edge
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך edge »

די שאלה איז וואס די פחד איז. רוב חברה וואס האבן מורא צו פארן אויף א פליגער איז עס נישט פון fear of heights נאר ענדערש א פחד פון זיין פארמאכט א גאנצן צייט און נישט קענען גיין ערגעץ claustrophobic

איך וואלט דיר געראטן צו פרובירן איינמאל אן גארנישט נעמען און זעה אויב די טראגסט עס אדורך (קענסט בעטן פון א דאקטאר קלאנאפין וכד׳ און האלטן אין טאש אל כל צרה שלא תבא צו בארואיגן דיינע נערוון אז די קענסט עס נעמען)

עס דערמאנט מיר די ווארט פון ר׳ יענקל מילער: אויפן לופט וועט מען נישט בלייבן.

הצלחה רבה און לאז אונז וויסן ווי עס האט זיך אויסגעארבייט.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

פחד פון הייטס האט בכלל נישט צוטון מיט א פליגער. איך האב נורא פון הייטס און איך פלי ווי א טשעמפ.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ס'איז ווארשיינליך ענגזייעטי, הייב נישט אן מיט ענגזייעטי פילס אויב ס'פעלט נישט אויס ס'איז שטארק עדיקטעד, די בעסטע זאך איז די זאלסט א גאנצע צייט טראכטן, ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'נישטא וואס צו מורא האבען...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פלטיאל האט געשריבן:זייטזשע ביטע מסביר מיט וואס די ביסט מחולק.

ווי געזאגט די פאקטן זענען פשוט נישט אזוי, כווייס פון אסאך מענטשן וואס יעדע מאל פאר זיי פארן נעמען זיי דאס איז סגעשעט גארנישט, און פארקערט ווייס איך פון איינעם וואס האט נישט געוואלט נעמען און ס'נאר געווארן ערגער און ערגער

סאיז א באקאנטע זאך אז א גרויס חלק פון יעדע ענקזייעטי איז די פחד פון די פחד אליינס, למשל אויב איינער האט מורא פון פארן מיט א פליגער האט ער אויך מורא אז ער גייט נישט קענען אויסהאלטן די פחד, אויב האט ער געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיטן פארן וועט זיין פחד באשטעטיגט ווערן און סוועט נאר ווערן ערגער און ערגער

סיי וואספארא טעראפי דארף געטון ווערן דורך איינער וואס קען זיך אויס רובא דרובא מענטשן זענען נישט מסוגל צו טון טעראפי מיט זיך אליינס
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זינגער האט געשריבן:ס'איז ווארשיינליך ענגזייעטי, הייב נישט אן מיט ענגזייעטי פילס אויב ס'פעלט נישט אויס ס'איז שטארק עדיקטעד, די בעסטע זאך איז די זאלסט א גאנצע צייט טראכטן, ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'גייט גארנישט געשעהן... ס'נישטא וואס צו מורא האבען...

מרעדט דאך נישט דא פון ארויף גיין געהעריג רעגלמעסיג אויף פילן, דעמאלטס דארף מען טאקע גוט וויסן וואס מ'טוט, אבער דא נעמען איינמאל איז נישטא וואס מורא צו האבן, סאיז א שאד זיך צו מוטשענען און פלאגן מיט אומווירקזאמע מיטלען ווען מקען זיך גרינג אן עצה געבן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ווי געזאגט, עוואוידן די פחד זעט אויס ווי א גרינגע עצה פאר די שארט טערם, מען נעמט א פיל און געגאנגען ווייטער אבער למעשה טוסטו מיט דעם בויען דיין פחד און עס מאכט אן שרעקליכע חורבנות אויף די לאנג טערם.

למדן, האסטו געליינט דעם לינק?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

איך האלט די עצה איז ברעך עס דארעך.

איך בין בטבע א געפערליכע פחדן, איך געדענק די ערשטע מאהל וואס איך בין געפלויגען האב איך יעדע דריי אדער שאקעל וואס די פליגער האט געמאכט בין איך געווען זיכער אז דאס איזעס, אבער ב"ה נאכען פארען 2-3 מאהל האב איך מיך ציגעווינט נישט מורא ציהאבען. איך פאר היינט אפאר מאהל א יאר אן טראכטען, אמאל קען אריינקימען א קליינע מחשבה אבער געווענלעך גייט עס שנעל דארעך.
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

מענטשען וואס ליידען שטארק אויף פאביעס קענען נישט פין זיך אליין דורכברעכן די מורא. די פחד פין די מצב איז און שפירט אזוי שטארק אז זיי קענען בכלל נישט קלערן פין זיך קעגן שטעלן.
דער וואס קען יא אליין דורך ברעכן מיינט דאס אז ער האט עס נישט אזוי שטארק, ברוך השם. יעצט, ווען די מענטש וואס האט (געהאט) א מילדע פחד זאגט זיין עקספיריענס פאר די מענטש וואס האט א שטארקע פחד און קען נישט זיך זען דורכברעכן די פחד, שפירט ער ווי אפילו דער וואס ער האט שוין געמיינט קען אים מעגליך פארשטיין פארשטייט אים נישט, און דאס לייגט אים אריין אין טיפער אין זיין פראבלעם (שפירט מער הילפלאז, ווייניגכר האפענונג, און אז עפעס בין איך אנדערש פון יעדעם - איך בין א דיפעקט).

אזוי ווי עס איז זייער שווער צו מאכען עקספאושער טעראפי פאר א פחד פין פליען איז דא היינט א טעראפי וואס נוצט טעכנעלאגיע צוצושטעלן א מצב וואס די מענטש האט מורא און אזוי מאכען די עקספאושער.די טעראפי הייסט virtual reality therapy און עס דארף צו זיין זייער אפעקטיוו אין א קורצע צייט אפשניט.

מ'קען עס טוהן אין מאנהעטען ביי
http://www.behavioralassociates.com/pro ... flying.asp

אזוי אויך אין לאנג איילנד ביי (דאכט זיך פאר גאר ביליג)
http://www.hofstra.edu/community/slzctr ... rauma.html

הצלחה!

ס'האט זיך פארמירט א שיינע דעבאטע אויב מ'זאל נעמען מעדיקעישען און נישט ארבעטען אויף די פחד אדער מ'זאל ענדערש ארבעטען אויף די פחד, מיט שיינע סברות לכאן ולכאן. איך מיין אז דאס איז א זאך וואס דארף ווערן אפגעשאצט ביי יעדע פאל באזונדער דורך מענטשען וואס פארשטיין צו דעם און מ'קען נישט זאגען א כלל.
לעצט פארראכטן דורך שלוה אום זונטאג אפריל 23, 2017 3:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פלטיאל האט געשריבן:ווי געזאגט, עוואוידן די פחד זעט אויס ווי א גרינגע עצה פאר די שארט טערם, מען נעמט א פיל און געגאנגען ווייטער אבער למעשה טוסטו מיט דעם בויען דיין פחד און עס מאכט אן שרעקליכע חורבנות אויף די לאנג טערם.

למדן, האסטו געליינט דעם לינק?

איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין פילטער בלאקט די לינק, עניוועיס פארשטיי איך אז מ'רעדט פון א געוויסע טעראפי, אבער ווי איך האב שוין געשריבן, און ווי הרב שלוה האט שיין ארויס געברענגט איז כמעט אומעגליך אז א מענטש זאל טון טעראפי מיט זיך אליינס, און די פאר פעלער וואס מווייסט פון מענטשן וואס האבן יא אליין דורך געבראכן די ענקזייעטי רעדט מען פון מענטשן מיט אויסער געווענליכע חושים, אדער ווי הרב שלוה האט געשריבן איז די פאביע פשוט נישט געווען אזוי שטארק


און לגבי מעדיקעישאן האט מיר א גרויסע טעראפיסט געזאגט אז אין די פאל פון פחד פון פארן מיט א פליגער וואס מען רעדט נאר פון נעמען א קליינע דאזע און איינמאל אין א לאנגע צייט זענען אלע ביי די מיינונג אז סקען נישט שאדן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

ב׳׳ה געווען אויף א נסיעה מיט א פליגער די ערשט מאל. (4 פאר גענומען א פליגער, 2 מאל א גרויסע און 2 מאל א קלענערע, ווייל סאיז געווען מיט א סטאפ)

ב׳׳ה אלעס אדורך בשלום. אביסל פחד ווען מהייבט זיך. אבער ווען מאיז אויבן איז ב׳׳ה געווען גוט.
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איך לייד אויך גאר שטארק פין fear of Hights, די ערשטע מאל איך בין געפלויגען האב איך בלויז געדארפט צימאכען מיין פענסטער בשעתן זיך הייבן, איבריג צו אנמערקען אז ביים צווייטן מאל פליען איז די פחד געווען א פארגאנגעהייט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”