בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג פאברואר 24, 2019 5:51 pm
דורך קראך א גוטס
Builder האט געשריבן:
קראך א גוטס האט געשריבן:איינער ווייסט פון א גוטע האטעל און קראקא?

און די שעות ווען עס איז דא א מנין שחרית און קראקא?


אין אייזיקס שול איז דא יעדן טאג שחרית 8:30 און שני וחמישי 8:15

האטעל עדן איז גאנץ גוט
זיי האבן א כשר'ע מקוה

זיי האבן נישט קיין כשר עסן

עס איז א גוי'עשע האטעל ,נאר פשוט די מקוה איז דארט 

Ciemna 15, 31-053 Kraków, Poland
http://www.hoteleden.pl



איך זיך דווקא א בעסערע האטעל 4 אדער 5 סטאר

און די רמ"א שוהל איז דא א מנין שחרית יעדן טאג אדער מען קען מאכן אליינס?

געשריבן: זונטאג פאברואר 24, 2019 5:55 pm
דורך Builder
קראך א גוטס האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:
קראך א גוטס האט געשריבן:איינער ווייסט פון א גוטע האטעל און קראקא?

און די שעות ווען עס איז דא א מנין שחרית און קראקא?


אין אייזיקס שול איז דא יעדן טאג שחרית 8:30 און שני וחמישי 8:15

האטעל עדן איז גאנץ גוט
זיי האבן א כשר'ע מקוה

זיי האבן נישט קיין כשר עסן

עס איז א גוי'עשע האטעל ,נאר פשוט די מקוה איז דארט 

Ciemna 15, 31-053 Kraków, Poland
http://www.hoteleden.pl



איך זיך דווקא א בעסערע האטעל 4 אדער 5 סטאר

און די רמ"א שוהל איז דא א מנין שחרית יעדן טאג אדער מען קען מאכן אליינס?

https://www.booking.com/searchresults.e ... veTab=main

דא האסטו א אויסוואל פון בעסערע האטעלען

רמ"א שול האט נאר מנין שבת

געשריבן: זונטאג פאברואר 24, 2019 8:36 pm
דורך גלאזער
הבעש''ט האט געשריבן:האחים הרבנים הג"ר ברוך דוד ראטה אב"ד מראה יחזקאל און הג"ר עמרם ראטה אב"ד האמאראד
האבן היינט באנייט די נייע בנין הכנסת אורחים "היכל יחזקאל" אין שטאט קארלסבורג

גוטע נייעס, אזוי ארום וועט די גאנצע געגנט געהאלפן ווערן ווי דעעש [ווי א ערל טמא פרובירט צו טאן וואס דער קאליבער ערל טוט] מ'קען נוצן די קלוזשע לופטפעלד צו לאנדן.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:46 am
דורך הבעש''ט
אהלי צדיקים.PNG
אהלי צדיקים.PNG (211.3 KiB) געזעהן 3121 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:22 pm
דורך רוסישער
א גיטן טייערע חברים.

וויל איך פארן אויף פולין אין די קימענדיגע פאר וואכען, ווייסט איינער דא בנוגע "צאנז" ?
איז די בית החיים אפען א גאנצען טאג, אדער דארף מען א שליסעל...?
איז די הכנסת אורחים אפען א גאנץ יאר, אדער נאר ביים יארצייט?
קאן מען איבערנעכטיגען דארטען אין הכנסת אורחים?
אין צי וועם דארף מען רעדן בנוגע צאנז הכנסת אורחים?

ישר כח!!

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 7:23 pm
דורך רעסטאראנט
רוסישער האט געשריבן:א גיטן טייערע חברים.

וויל איך פארן אויף פולין אין די קימענדיגע פאר וואכען, ווייסט איינער דא בנוגע "צאנז" ?
איז די בית החיים אפען א גאנצען טאג, אדער דארף מען א שליסעל...?
איז די הכנסת אורחים אפען א גאנץ יאר, אדער נאר ביים יארצייט?
קאן מען איבערנעכטיגען דארטען אין הכנסת אורחים?
אין צי וועם דארף מען רעדן בנוגע צאנז הכנסת אורחים?

ישר כח!!

אין די בילד זעסטו די נומבער צו רופן די שומר טאמער עס איז פארמאכט

הכנסת אורחים איז נאר עסן,און מקוה ,נישט צי שלאפן

בוני צאנז דארף צו בויען א בילדונג

געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2019 3:18 pm
דורך רוסישער
ישר כח!
ווייסט איינער א גיטע האטעל ווי צי איבערנעכטיגען אין די געגנט? (אין צאנז נאנט צום בית החיים)

געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2019 4:18 pm
דורך וואס הערט זיך
https://www.hrs.com/en/hotel/hotel-panorama/a-445891
Hotel panorama
איז עטליכע מינוט וואק צום ציון - גאנץ א שיינע האטעל (נישט 5 סטאר)

בארדיטשוב

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 9:18 am
דורך נחוניא
א קעגן דעם בית החיים האט מען לעצטענס געעפענט א מקוה מיט אן הכנסת אורחים.
איינער האט עפעס מער פרטים?

געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2019 4:09 pm
דורך חושב מחשבות...
איינער האט אן אהנונוג אויב די אוהל פון די בארדיטשוב'ר איז אפען מארגן פארטאגס אזוי ארום 6:00

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 12:33 pm
דורך קראך א גוטס
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט אן אהנונוג אויב די אוהל פון די בארדיטשוב'ר איז אפען מארגן פארטאגס אזוי ארום 6:00


איר קענט רופן די שומר עס עפענען

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:47 pm
דורך קדוש ונורא
רעסטאראנט האט געשריבן:
רוסישער האט געשריבן:א גיטן טייערע חברים.

וויל איך פארן אויף פולין אין די קימענדיגע פאר וואכען, ווייסט איינער דא בנוגע "צאנז" ?
איז די בית החיים אפען א גאנצען טאג, אדער דארף מען א שליסעל...?
איז די הכנסת אורחים אפען א גאנץ יאר, אדער נאר ביים יארצייט?
קאן מען איבערנעכטיגען דארטען אין הכנסת אורחים?
אין צי וועם דארף מען רעדן בנוגע צאנז הכנסת אורחים?

ישר כח!!

אין די בילד זעסטו די נומבער צו רופן די שומר טאמער עס איז פארמאכט

הכנסת אורחים איז נאר עסן,און מקוה ,נישט צי שלאפן

בוני צאנז דארף צו בויען א בילדונג


א מנין שחרית איז דארט דא?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:52 pm
דורך yid
[/quote] א מנין שחרית איז דארט דא?[/quote]

געווענליך נישט

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 7:27 pm
דורך קדוש ונורא
איין נאכט צו שלאפן אין קערעסטיר איז $30

ווי איז די ביליגסטע צו נעכטיגען און פולין? און ליזענסק, צאנז?

נסיעה

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:35 pm
דורך ניי
איך פלאן בעזהשי"ת צו פארן אויף "מקומות הקדושים" קיין איירופע.
מען גייט אי"ה לאנדן און פראנקפורט דאן לאזט מען זיך ארוס קיין מיינס - ווירמייזא - מיכלשטאט (דייטשלאנד).
פון דארט קיין טאחוב (טשעכיי)
ווייטער צו פראג
פון דארט קיין וויען(עסטרייך).
דערנאך פארט מען אויף ליזענסק (פולין) פאר 2 טעג, און מען גייט זיך דארט זיך ארומדרייען אין פולין
פון דארט (ווארשע עירפארט) צוריק הביתה..
יעצט!! וויל איך וויסן ווי נאך מען קען גיין צום ביישפיל: ציונים/היסטארישע/אינטרעסאנטע/אטראקציעס, וואס איז אויף דעי וועג
-לאגערן ....
-בתי מדרשים....
-נאטור...
-אלטע זאכן ...
-וכדומה...
א יישר כח!!

טוקאי

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 2:19 am
דורך שפיץ
איינער קען די געגענט ארים קערעסטיר?
אפשר דאס?
אדער א אנדערע געדאנק
איך זיך אביסעל ארימצישפאצירען אין דער געגענט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:43 pm
דורך קדוש ונורא
ווי איז דא א מקוה אין פולין? רימנוב? צאנז? דינוב?

אין ווי איז דא עווענליך א מנין שחרית?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:48 pm
דורך שמן
קדוש ונורא האט געשריבן:ווי איז דא א מקוה אין פולין? רימנוב? צאנז? דינוב?

אין ווי איז דא עווענליך א מנין שחרית?

צאנז און דינוב איז דא מקוה רימנוב האלט אנמיטן בויען. א מנין מן הסתם שנעלער טרעפן אין דינוב, אדער אין לזענסיק איז לכאורה דא כמעט יעדן טאג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:04 pm
דורך יוראפ
שוין נישטא מער די מקוה אין הרב רייך'ס שול?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:37 pm
דורך עולם השקר
קדוש ונורא האט געשריבן:ווי איז דא א מקוה אין פולין? רימנוב? צאנז? דינוב?

אין ווי איז דא עווענליך א מנין שחרית?

ראדאמסק איז דא צוויי מקוואות

קראקא

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:56 am
דורך שפיץ
איך פאר אי"ה אויף קראקא
איינער האט אפשר א מאפע פין די אלט שטאט, זאל איך זיך קענען אביסעל ארימשפאצירען?

ראמעניא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:52 am
דורך צפרא טב
אין געגנט פון סיגעט ראמעניא איז נאך ביז היינט נישטא קיין הכנסת אורחים וואו פאסט דאס פאר סאטמאר ?
מ'רעדט שוין לאנג אז מ'גייט בויען און......

ווען מ'פארט פון סיגעט קיין אונגארן איז נישטא קיין הכנסת אורחים ביז קרעסטיר

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:29 pm
דורך פרנס היום
צפרא טב האט געשריבן:אין געגנט פון סיגעט ראמעניא איז נאך ביז היינט נישטא קיין הכנסת אורחים וואו פאסט דאס פאר סאטמאר ?
מ'רעדט שוין לאנג אז מ'גייט בויען און......

ווען מ'פארט פון סיגעט קיין אונגארן איז נישטא קיין הכנסת אורחים ביז קרעסטיר

די בנין האלט שוין טיף אינדערמיטן, געווען בילדער פארגאנגענע וואך אז מען לייגט שוין די דאך, צען יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין הכנסות אורחים אין קערעסטיר אויך נישט, און נאך צענדליגע פלעצער אויך נישט, אפשר געווען ליזענסק עפעס שוואכע מעשות, נאכנישט געווען א ביזנעס ווי היינט...