לאנגע שבת נאכמיטאג לעזונג

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פסיכלאג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 12, 2017 11:52 pm

לאנגע שבת נאכמיטאג לעזונג

תגובהדורך פסיכלאג » מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:41 pm

שוין גענדיגט די ׳אויסגעצויגענע׳ סעודה 2 אזייגער. געשלאפן ביז 4:30 נאכן ווערן אויפגעוועקט פון די זיסע קינדערלעך.
אראפ שפאצירט דעם הייסן געסל שוין צעםוויפעלטען מאל.
די חברותא איז באשטימט אויף פיפציג מינוט בעפאר מנחה.

שוין. מיינע נערווען זענען שוין אין קענארסי. איך בין נישט פון די וואס קענען אריינשניידן א האלבן בייגל אין א שבת נאכמיטאג.

איך מיין כ׳בין נישט די איינציגסטע מיט דעים אישוא. כ׳מיין סאלט גוט געווען ווען דער עולם קען אריינקומען מיט א געשמאקען סקעדזשול. כ׳בין זיכער אז איינער איז שוין אויפגעקומען מיט עפעס סאל זיין צו גאט און צו לייט, סדארף נאר ווערן פארשפרייט.
ולמצוה גדולה יחשב.

גראדע וועס איך האב געטראכט איין פלאן. צו מאכן א מנין מנחה לאמיר זאגן דרייע. אזוי ווערט שוין די האלבע אישוא פארווישט און מפראוועט נאכן שלאף א לאנגע שלש סעודות מיט די משפחה.
לעניית דעתי.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:49 pm

ווי לאנג די נאכמיטאג איז, איז מיר עס צי קורץ,

צווישען 3-8 טוען מיר דרימלען, לערנען, מאכן א שבת פארטי און פארברענגן מיט די קינדער, זאגן תהילם.

הלוואי ווען די נאכמיטאג איז נאך א שעה צוויי לענגער.

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 16, 2017 12:24 am

אין בארא פארק איז איינגעפירט אין אסאך שולן א מנין מנחה 6:00, דערנאך קען מען לערנען פרקי אבות און אהיים גיין פאר של"ס מיט די משפחה און מ'קומט צוריק צום בענטשן

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אפריל 16, 2017 12:35 am

הכי קרא שמו פסיכילאג, זיך נישט קענען אנייצע געבן מיט עטליכע שעה?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

כא כא כא
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג אפריל 16, 2017 9:50 am

וועגן דעם האב איך ליב צי דאווענען זומער אין א גרויסע שול ווי מ'ענדיגט דאווענען ארום 1:00 און ביז מ'קומט אהיים ביז מ'זעטצעך צי די סעודה איז שוין 2:00 אזוי גייט מען שלאפן ארום 3:30 פאר א צוויי שעה האלסטו שוין ערגעץ
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

תגובהדורך שטעלפארטרעטר » זונטאג אפריל 16, 2017 10:31 am

ב"ה איך האב נישט דעם פראבלעם, נאכן ענדיגען דאווענען בערך 12:15 גיימיר ארויף צום טאטן און צום שווער זז"ג פארברענגען אביסל, קומט מען אן אהיים ארום 2:00 ,דערנאך איז מען מעביר סדרה. און ביז וואס ווי ווען ענדיג איך די סעודה 4:00!
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » זונטאג אפריל 16, 2017 10:58 am

די בעסטע איז נעמען א חברותא און זיך קאכן אויף א בלאט גמרא רש"י תו"ס וכו'!
קוקט טאקע אויס שווער.. אבער איינמאל די וועסט ווען זיין די טעם וועסטו דיך רעגן אויף דער קורצע נאכמיטאגס!
הכל לפי גודל עניות דעתי

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » זונטאג אפריל 16, 2017 12:00 pm

די אלע וואס קומען אהיים 2 צייט טראכטען למשל אז זיי האבן א ווייב מיט קליינע קינדער וואס דארפען אייער הילף....?

אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

תגובהדורך שטעלפארטרעטר » זונטאג אפריל 16, 2017 12:24 pm

מיין רעביצן גייט געווענטליך אויך ארויף צו איר מאמע
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!

כא כא כא
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג אפריל 16, 2017 2:43 pm

איפה פייביש האט געשריבן:די אלע וואס קומען אהיים 2 צייט טראכטען למשל אז זיי האבן א ווייב מיט קליינע קינדער וואס דארפען אייער הילף....?

מיין ווייב איז שוין אזוי ציגעוואוינט דערצי אז ווען ס'מאכט זיך אז איך דאווען אין א קליינע שול רעדט צי זיך אפ אז איך בין אהיים געקומען צי פרי זי איז נאך נישט גרייט. זי האט זיך שוין אויסגעשטעלט איר סדר מ'שטייט אויף שפעט מ'טרינקט די קאפי שפעט אא''וו
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » זונטאג אפריל 16, 2017 3:08 pm

אז מען ענדיגט נישט צו שפעט די סעודה קען מען נאך פראווענען א געשמאקער מיליכיגע שלש סעודות מיט די קינדער און בני בית
און נאך פארלערנען פרקי אבות אדער וואס
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:21 pm

מאך זיך א שיעור גמ' תוס' שבת נאכמיטאג וועסטו זעהן ווי דו האסט פלוצלינג נישט קיין צייט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16901
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:50 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:מאך זיך א שיעור גמ' תוס' שבת נאכמיטאג וועסטו זעהן ווי דו האסט פלוצלינג נישט קיין צייט...

אדער ענדיגט חומש רש"י מיט מפרשים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זבחי צדק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:54 pm

אויב זענט איר בטבע נישט קיין גרויסער מתמיד, דאן ציטיילט דעם נאכמיטאג אויף דריי חלקים, דריי באזונדערע לימודים, מיט א הפסק אינדערצווישן, א שפאציר אדער א טעימה וכדומה

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:13 pm

איך האב נישט דעם פראבלעים נאר די בני בית האט דער פראבלעים איז אלע לערנען אפציעס אויס, און ליינען אפציעס איז אויך אויס ווייל די קינדער פארלאנגן זייער איטענטשען און עס איז שווער צו זיין איינגעשפארט אזוי לאנג (עס איז שוין נאך א לאנגע סעודה)

איינער האט אפשר אן עצה?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
חברותה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מיטוואך אפריל 19, 2017 9:19 pm

יעצט ווען די וועטער ווערט שיין איז די גאס א ישועה.
נעכטן למשל ווען איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיין אויסגערוהט ביינאכט ביים אוועק לייגן די פסח, האב איך געהייסן דאס ווייב מיינער זאל זיך אראפלייגן פאר צוויי שטונדן, און איך בין ארויס מיט זיי אויפן גאס, זיי האבן געשפילט מיט די בייקס און איך האב געליינט אויפן בענקל אויפן פראָנט פארטש.
נאך צוויי שעה האב איך מיר געטוישט מיט מיין ווייב.

דאס מיינט אז איך האב הנאה געהאט פיר שעה פונעם נאכמיטאג אחוץ די שפאצירן מיט די שבת פארטי.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 19, 2017 9:42 pm

יום טוב האב איך טאקע אויך אזוי געטון. וואס טוט אבער איינער וואס טראגט נישט מיטן עירוב?
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

אוועטאר
Kosher Travel
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אפריל 19, 2017 9:51 pm

איך שטיי אויף שבת צופרי 6:30 און די נאכמיטאג איז מיהר צו קליין. צופרי זאגט מען תהלים, דאן שיעור אוחה"ק. דאן דאווענען.
פארן ליינען, חוק ולא יעביר, שנאפס מיט א פאר קיכן. אויב קען מען גיין אין קאווע שטיבל, איז גוט. אויב נישט, דאן אינמיטן ביהמ"ד, שיין שטיל, תלמיד חכם מעפיל בטליתו, פורס מפה ומקדיש... מען מאכט קידוש אינטערן טלית. מען קומט אהיים בערך 11:30.

איז אזוי, אויב די משפחה איז גרייט, גייט מען גלייך צום סעודה. אויב נישט, מאכט מען קידוש אין קאך, אין מען עסט קיכן מיט צובייס. אבער 1:00 איז מען פארטיג רוב מאהל מיטן סעודה.
נו... האב איך זייער ליעב צו ליינען. 3-4 שעה, קיין פראבלעם. שלאפן, א שעה צוויי. דאן...
פרקי אבות מיט די קינדערלעך... שבת פארטי. פארהערן... און מען דארף שוין לויפן צו מנחה.

הכנעה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 10:08 pm

Kosher Travel האט געשריבן:תלמיד חכם מעפיל בטליתו, פורס מפה ומקדיש... מען מאכט קידוש אינטערן טלית.

;l;p- ;l;p-

דניאל אויערבאך
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אפריל 19, 2017 11:05 pm

איך האב ליב צו ליינען. איך האב ליב פארברענגען מיט די קינדער. מאך איך דאס ביינאזאם. איך ליין צוזאמען מיט זיי שיינע מעשה'לעך, די בעסטע צייט אריינצוגעבען ידיעות שונות אלוועלטליכע און היסטארישע וואס קען זיי צוניציקימען אין לעבן.

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אפריל 21, 2017 8:22 am

איסר האטלקי האט געשריבן:יום טוב האב איך טאקע אויך אזוי געטון. וואס טוט אבער איינער וואס טראגט נישט מיטן עירוב?

אגרי. א גרויס חלק פונעם פראבלעם הנ"ל איז דאס נישט קענען טראגן. אנדערש וואלט מען געקענט כאפן א לענגערע שפאציר, גיין צום שווער, טאטע, שוואגער וכו'
Fine Tuned Machine

כא כא כא
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מוצ"ש אפריל 22, 2017 11:20 pm

ני פסיכלאג נאך אזוי פיל עצות וואס דער עולם האט דיך פארגעשלאגן וויאזוי איז דורך דיין היינטיגע שבת נאכמיטאג? עפעס לייכטער געווארן? מאכסט שוין א סיום מסכת?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
maybeeynot
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:51 pm

גם אני בחלומי מגייט ארויף צום זז"ג נאכן דאוואנען מפארברענגט מיט די ברידערס. בערך 2ע מאכט מען די סעודה. דאן שינה בשבת תענוג. דאן לערנט מען מיט די קינדער פרק אויף אופגעשניטנע מעלאנע. שבת פארטי. פארהערן. אין מלויפט צו מנחה זאגענדיג קרבנות אונטער וועגנס מפני חוסר הזמן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט