מיין תפלה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך קען נישט מאריך זיין אבער בקיצור נמרץ:

צוויי שוויגערס זיצן איינע נעבן די צווייטע ביים דאווענען אין ווייבער שול, ביידע האבן געהאט א קינד וואס האט נישט געהאט מער ווי איין 8 יעריג קינד, זיי האבן אפגעשמועסט צו טוהן די עצה פון המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, (ועי׳ ערבי נחל שמפליג מאוד בסגולה זו). און טעגליך מתפלל געווען איינע אויפן צווייטן.

די וואך האבן ביידע זוכה געווען צו א קינד דריי טעג אפגערוקט איינער פונעם אנדערן!

האב איך שבת געזען אז דער אוצר האט שוין אויסגעכאפט די מעשה http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20170128&gil=76
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך קען נישט מאריך זיין אבער בקיצור נמרץ:

צוויי שוויגערס זיצן איינע נעבן די צווייטע ביים דאווענען אין ווייבער שול, ביידע האבן געהאט א קינד וואס האט נישט געהאט מער ווי איין 8 יעריג קינד, זיי האבן אפגעשמועסט צו טוהן די עצה פון המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, (ועי׳ ערבי נחל שמפליג מאוד בסגולה זו). און טעגליך מתפלל געווען איינע אויפן צווייטן.

די וואך האבן ביידע זוכה געווען צו א קינד דריי טעג אפגערוקט איינער פונעם אנדערן!

געווען אין דער אוצר דעי וואך. זייער שיין!
איזי
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:מוראדיגע מעשיות! אפשר אפילו צו מוראדיג...!!
פונקט לעצטע וואך געזעהן אין גליון אז נדברו (און עברית) איז ער דארט פארנומען צו מ'דארף גלייבען אין אלע מעשיות וואס מ'הערט... שרייבט ער דארט אז אזוי מ'פארשטייט אז שור שנגח את הפרה וכדו' איז קיינמאל נישט געשען, אבער ס'קען געשעהן!! די זעלבע זאך מיט אלע מעכטיגע מעשיות פון תפילה אדער מופתים פון רבי'ס דארף מען וויסן אז ס'קען געשעהן!!!

בדרך אגב ער שרייבט דארט א גוטע נקודה למחשבה אז געווענליך די אלע חברה וואס זענען אייביג פארנומען נישט צו גלייבן קיין מעשיות נאר אויב ער הערט עס פונעם בעל מעשה אליין... אבער א גוט שטיקל לשון הרע אדער רכילות וועלען זיי אבער יא גלייבן :lol:


איך בעט דיך זייער, דאס איז סתם גערעדט נארישקייטען. שור שנגח את הפרה איז נישט א מעשה וואס מען לערנט זיך פון דעם, נאר א הלכה וואס צו טוהן אין אזא פאל. משא"כ ווען עמיצער פארציילט מעשות וועלכע דארפען ארויסצוברענגען אדער מחזק זיין א נקודה, טאמער זענען זיי בלויז משלים זענען זיי ווערט לצור על פי צליחותא.

דער צווייטע פאראגראף איז סתם געשאסען אין דער וועלט אריין, וואס דערויף שטייט שוין אל תען.


אלענפאלס, מיין שאלה בלייבט צו פוה"א, ווי פארלעסליך זענען די מעשות?

כ'האב עס נישט גוט אראפגעלייגט... וועגען כ'בין נישט קיין שרייבער... קענסט עס ליינען דא
איזי
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כ'האב עס געליינט. טא וואס דארף איך יעצט טוהן, אריינשרייבען יענעם אז ער רעדט שטותים?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

;l;p-
חאכאם האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:איך קען נישט מאריך זיין אבער בקיצור נמרץ:

צוויי שוויגערס זיצן איינע נעבן די צווייטע ביים דאווענען אין ווייבער שול, ביידע האבן געהאט א קינד וואס האט נישט געהאט מער ווי איין 8 יעריג קינד, זיי האבן אפגעשמועסט צו טוהן די עצה פון המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, (ועי׳ ערבי נחל שמפליג מאוד בסגולה זו). און טעגליך מתפלל געווען איינע אויפן צווייטן.

די וואך האבן ביידע זוכה געווען צו א קינד דריי טעג אפגערוקט איינער פונעם אנדערן!


ערבי נחל פרשת??


געטראפן אין פרשת ואתחנן דרוש ה' וז"ל: ויראה לבאר עם מה שאמר הכתוב (תהלים קכ א)" אל ה' בבצרתה לי קראתי ויענני", והוא כי אמרו רז"ל (ב"ק צב.) המתפלל על חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחלה, כי בזה ממשיך רחמים רבים לעצמו בראות יתברך שמו כי גם הוא צריך לאותו דבר ושביק דיליה ומתפלל על חבירו מהיותו מרחם על חבירו, ומדת הקב"ה כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים (שבת קנא:) ולכן הוא נענה תחילה, ומזה נקח ק"ו אם ישראל בהיצר להם אין מתפללין רק על גלות השכינה אשר בכל צרתם לו צר, ושבקין דילהון, והם צריכין לאותו דבר ודאי הם נענים, ולז"א " אל ה' " פירוש אל דבר הנוגע לה' "קראתי" בעת "שצרתה לי" אז "ויענני" ע"כ
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח! גראדע אנגעהויבן צו זוכן די שטיקל
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א מעשה'חע א קורצע האט איינער?

די גליון דארף גיין צום דרוק...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אפשר קומסטו ארבעטן ביי מיר?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ער שטייט אינעם לופטפעלד ארומגענומען מיט געפעק, ווען עס דערקענט זיך אויף אים א וואלקן פון זארג. ער קערט זיך נארוואס צוריק פון אייראפע וואו ער האט חתונה געהאט, צוריק צו זיין היימלאנד ניו יארק, און ער ווייסט נישט וואס די קומענדיגע טאג וועט ברענגען.

ער האט א משפחה מיט קינדערלעך, אין אייראפע איז נישט אזא גרויסע תורה זיי צו שפייזן, מען דארף נישט מער ווי אויסשטרעקן א האנט און די רעגירונג צאלט דיר די דירה געלט, עסן פאר קינדער, און וואס דען נישט?

אבער ניו יארק איז א צווייטע מעשה. דא דארף מען שווער ארבעטן, צאלן פאר א דירה, צאלן אין גראסערי, אלעס קאסט געלט, און פון וואנעט וועט ער יעצט קענען לעבן?

ער פארטרייבט די מחשבות ווען דער טעקסי טראגט אים אפ צו זיין נייע דירה, וואו מען פאקט זיך אויס און מען ציעט זיך גוט אויס די ביינער.

עס גייט אדורך א טאג צוויי, ער האט נאך עפעס פון די גרינע צדה לדרך וואס ער האט זיך מיטגעבראכט. אבער געלט גייט און צייט פליעט, ער ווערט שוין צוקלעמט ביי זיך, ער הייבט אן צו זוכן א פרנסה, ער פרובירט דאס און פרובירט יענץ, ער האט שוין געהאט אפילו עפעס אפגעשמועטסט מעבר הים, אבער גארנישט ארבעט זיך נישט געהעריג אויס.

אין הארצן האט ער גע'חליש'ט פאר א סארט ארבעט ווי ״מעדעצין״, דאס האט אים געצויגן ווי מיט א כישוף שטעקעלע, זיין נשמה איז געווען געבינדן צו די אלע סארט געווירצן און טאבלעטן, און ער האט זיי שוין אלס בחור ביי פרייע צייט זיך געדרייט ביי יענקל אין פארמאסי אסאך פראקטיצירט און הנאה געהאט דערפון.

איי, ער דערמאנט זיך די זיסע טעג ווען ער האט אלס בחור זיך באקענט און מסביר געווען פאר זיינע חברים אין פאל פון נויט - וויאזוי אומצוגיין. ווען, וויפיל און וויאזוי א יעדע טאבלעטעלע העלפט ארויס.

אבער דערווייל רוקן זיך די טעג און ער גייט פון איין אינטערוויאו צום צווייטן, ער זוכט א פאסיגע ארבעט צו שפייזן דאס געזינדל, אבער עס זעט נישט אויס ווי עפעס גייט דא געשען.
איין טאג האט ער מחליט געווען אז ער האט שוין געטון אזויפיל השתדלות, יעצט וועט ער בעטן פון רבונו של עולם אליין!

פרייטאג אינדערפרי, ער זעצט זיך אריין אין זיין קאר און פארט אראפ קיין קרית יואל צום ציון הקדוש פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, ער זעצט זיך אראפ און זאגט איין קאפיטל תהלים.

דאן נעמט ער א פאפיר און שרייבט א קוויטל אין אידיש: הייליגער רבי, בעט פאר מיר ביים רבונו של עולם, איך קום פון א צווייטע לאנד און איך דארף א פרנסה, איך בין אהער געקומען צו שטייגן און נישט חלילה צו דארפן קאלעקטן. אין זכות פון מיין תפלה, די קאפיטל תהלים וואס איך האב געזאגט, שיק מיר ביטע א גוטע פרנסה קלה ונקיה".

ער האט געטון זיינס... פארווישט די טרערן, מיט אמונה און בטחון לאזט ער זיך ארויס פון דארט, און כאפט א שפאציר אראפ צום ביהמ"ד צו דאווענען מנחה און מעריב.

זונטאר נאכמיטאג, - 48 שעה דערנאך- אזוי שפאצירנדיג הערט ער א פייפ פון א קאר. ער דרייט זיך אויס און אינעווייניג זיצט דער ר׳ יענקל פון די פארמאסי וואו ער האט אלס בחור אזוי פיין פארברענגט...

יענער גיט אים א ברייטער שלום עליכם, איך הער אז דו קומסט דא וואוינען, הא? יהא בואך לברכה... אגב, אפשר ווילסטו מיר געבן דיין סעלפאון נומער? -

פארוואס נישט, זייער גערן, שרייב אויף...

די צוויי האבן זיך געזעגנט, און ביינאכט רופט אים דער בעל הפארמעסי: זאג, טו מיר א טובה קום צו מיר ארבעטן, איך קען דאך דיין טאלאנטן, אפשר קומסטו צו מיר ארבעטן?
דער איד האט פארשטייט זיך דאס גלייך אנגענומען, און ב"ה ער פארדינט שיין.

ללמדך, די כח פון אפילו בלויז איין קאפיטל תהלים, איין בקשה פון טיפן הארצן, איז זייער גרויס.

(געהערט פונעם בעל המעשה)
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

עס רעגנט אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דערציילט אונז הרב ש. מ. הי"ו:

איך בין לעצטנ'ס געפארן א וואקאציע מיט די בני בית קיין ארץ ישראל, מיר גלייכן זייער שטארק צו באזוכן שיינע היסטארישע פלעצער, און שפאצירן אין אלטע שטעט, צווישן די ווענט פון צפת און טבריה, אלט שטאט און נאך.

אנקומענדיג אהין האב איך ארויסגעדינגען א קאר צו פארן, אבער שוין אינעם לופטפעלד האב איך געזען מיין בראך: עס האמערט א שלאקס רעגן מיט ווינטן, אזוי קען מען נישט שפאצירן.

צוערשט בין איך צוגעפארן צו מיין האטעל און זיך היימיש געמאכט, איך בין אריבער צו די זכרון משה שטיבלאך צו דאווענען שחרית, און ביי שמע קולינו האב איך געבעטן א ווארימע תפלה:

באשעפער איינציגער, גרויסער טאטע. ווער נאך ווי דיר ווייסט אז איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, אצינד וויל איך מיר אביסל אויסרוען און אויסלופטערן, אבער עס רעגנט דאך.

איך ווייס אוודאי אז כלל ישראל דארף רעגן, אן דעם איז נישטא וואס צו עסן, און אפילו דער כהן גדול אין קדשי קדשים האט מתפלל געווען אז די רעגן זאל זיך נישט אפשטעלן א דאנק די תפלות פון די עוברי דרכים, אבער איין בקשה האב איך צו דיר באשעפער; ווען איך שפאציר זאל נישט רעגענען...

געענדיגט מיט די תפלה, לאז איך מיר ארויס אויפן וועג קיין אלט שטאט, עס טראפט נאך געהעריג, אבער איך גלייב באמונה שלימה אז דער באשעפער האט צוגעהערט מיין געבעט.
מען שטעלט זיך אפ בים אריינגאנג פון אלט שטאט, און וואונדער איבער וואונדער, וישוכו המים... עס הערט אויף רעגענען!

מיר האבן ארומשפאצירט פאר א שיינע פאר שעה דארט, און די זון שמייכלט צו אונז פון אויבן, א שיינע קלארע הימל איז אויסגעשפרייט העכער אונזערע קעפ, ממש א נחת!

סוף טאג, מען זעצט זיך אריין אין קאר, מ'גייט פארן קיין בני ברק, והנה, עטליכע קארגע מינוט נאכן זיך אריינזעצן וארובות השמים נפתחו, עס רעגנט ס'גיסט...

אזוי איז געווען לענגאויס די גאנצע וואקאציע, פאר 10 טעג האט יעדן טאג גערעגנט ווען איך בין געפארן, און די זון האט געשיינט ווען איך בין געווען אונטערן פרייע הימל.

רבותי, אודה השם מאוד בפי בתוך רבים אהללנו, איך לויב און דאנק דעם שומע תפלת כל פה, פארן אויסהערן מיין תפלה, ואלו פינו מלא שירה כים, אין אנחנו מספיקים להודות!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער בעל קורא ווייסט נישט פארוואס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס איז שבת צופרי אין א בית המדרש ווייט פון געגנט, קוים דא דארט עטליכע מתפללים קבועים, מען גרייט זיך צום דאווענען, און דער עולם באמערקט אז עפעס איז דער שמש אויסערגעווענליך צוקאכט און אנגעצויגן...

מען פרובירט ארויסצושלעפן פון אים אינפארמאציע, מען קוקט זיך ארום, ביז מען ווערט געוואר וואס עס דרוקט אים: מען כאפט זיך ביים קאפ אז דער בעל קורא איז נישטא.

ער האט געמאלדן פארן שמש זונטאג אז ער וועט נישט קענען קומען שבת, אבער ביז פרייטאג איז עס שוין ארויסגעפלויגן פון קאפ, און אצינד ווארט מען צו זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן.

יעצט איז שבת אינדערפרי, די ביהמ"ד איז אינדערויסן פונעם ישוב, עס איז נישטא קיין שום וועג צו שאפן יעצט א בעל קורא, אלזא וואס ווייטער?

עטליכע היציגע אינגעלייט שמייכלען זיך שוין אונטער זעענדיג ווי דער שמש גייט ארום צו יעדן איינעם פרעגן אויב ער איז נישט פערצופאל א בעל קורא, און נאכן הערן א ניין פון יעדן איינציגסטן מתפלל ווערט ער אינגאנצן פארלוירן.

וואס טוט מען דא? דער בעל תפלה גארגלט שוין שוכן עד מיט זיין באסאווע שטימע, און קיין בעל קורא איז נישטא צום ליינען!

דער שמש שטעלט זיך אין א זייט, און הייבט אן צו מתפלל זיין צום באשעפער אין א ריינע אידיש:

ליבער גאט, דו ביסט מיין עדות אז איך שטרענג מיר אן פאר די ביהמ"ד, איך פרוביר אלעס זאל קלאפן, איך בעט דיר האב רחמנות און שיק אריין א בעל קורא אין דעם פארשטופטן שול, ואל תביאינו לידי בזיון!

ער שטעלט זיך אויפן פלאץ, און ווארט צוזאמען מיט יעדעם איינעם צו זען וואס די ענדע פון די געשיכטע וועט זיין. מען האלט שוין ביי שטליע שמו"ע, ווען די טיר עפנט זיך.

עס קומט אריין א בעל קורא מומחה, הרב מארקאוויטש, וואס וואוינט אינמיטן פון שטאט. ער איז פונקט אנגעקומען אהער ווייל ער וועט עסן די סעודת שבת אין געגנט, האט ער געקלערט שוין צו כאפן א בליק אויף די בית המדרש פון די געגנט...

איבעריג צו זאגן אז די תפלה האט אויפגעטון, עס איז געווען א בעל קורא וואס ליינט געשמאק, און דער ציבור האט הנאה געהאט. און אויך דער רבוש"ע האט הנאה געהאט, צו געבן פאר זיינע קינדער וואס זיי בעטן!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

געכאפט דעם אנטלאפענעם טעראריסט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אט איז א געשיכטע וואס עס האט דערציילט דער בארימטער מגיד מישרים הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, און די מוסר השכל איבער כח התפלה פון א ריין הארץ שרייט ארויס פון זיך אליינס.

אין שטאט נתניה האט שפאצירט א פרייער מענטש אויפן גאס, עס איז געווען ליידיג ארום, און אט שטעלט ער זיך אפ ביים באס סטאנציע, און ער ווארט. דאס איז געווען נישט לאנג צוריק, ווען עס האט געבוזשעוועט א כוואליע מיט טעראר איבער די ארץ ישראלדיגע שטאטן.

פלוצים זענען פון ערגעצוואו ארויסגעשפרינגען פינף אראבער באוואפנט מיט אויסגעבלאנקטע מעסער'ס, און זענען אים געווען גרייט צו אטאקירן און מארדן אויפן פלאץ.

זיי האבן אים און אים געוואלט פארטיגן, אבער זיי האבן פשוט נישט געכאפט מיט וועמען זיי האבן אנגעפאנגען... דער פרייער האט נישט געהאלטן ביים שטארבן אזוי אויפן גאס, און ער איז דערצו געווען א בחור מיט ביינער, ועל כולם, האט ער געהאט א ביקס אין טאש אויך...
טראכט ער נישט קיין צוויי, ער האט קודם נייטראלאזירט די שפיציגע מעסער'ס, און דערנאך מיטן ביקס אראפגעשאסן פיר אראבער, וואס זענען אראפגעפאלן טויט אויף דער ערד. דער פינפטער האט תיכף ארויסגעכאפט די מעסער'ס פון זיינע חברי'ם הענט, און מיט די נשמה אין די הענט אנטלאפן פונעם סצענע.

ווען די פאליציי איז אנגעקומען, האבן זיי געזען א מענטש מיט א ביקס שטייט איבער פיר צום טויט געשאסענע אראבער. ער האט דערציילט פאר די פאליציי זיין געשיכטע, אבער זיי האבן נישט געזען פארוואס אים צו גלייבן, ער האט נישט קיין שום באווייז, עס איז נישטא קיין זכר פון א מעסער נעבן אים, מען האט אים געקייטלט און אפגעפירט אין טורמע אלץ א מאסן מערדער.

נאך א געריכט איז ער פאראורטיילט געווארן צו פיר מאל לעבנסלענגליכע טורמע, פארן מארדן פיר מענטשן.

ער איז אריינגעווארפן געווארן אין א צעל מיט מערדער און באנדיטן, שרעק ווארפענדע פארשוינען מיט וועמען ער האט געציטערע צו שטיין אין זייער ד' אמות, ער האט געוויינט צו די טורמע באאמטע מ'זאל אים כאטש פירן ערגעץ אנדערש, אבער זיין געוויין איז געפאלן אויף טויבע אויערן.

איינמאל ווען דער טשאפלעין, דער טורמע רב, האט אים אויסגעהערט, האט זיך דער ארעסטאנט אנגערופן: "דער באשעפער האט מיר געראטעוועט פון טויט, אבער אריינגעשליידערט אין טורמע אנשטאט דעם"...

דער רב איז פארוואונדערט געווארן: פון וואו ווייסט א פרייער מענטש פון דעם באשעפער צו זאגן?! און ווער זאגט דיר אז ער האט דיר געראטעווט פון טויט??? פרעגט ער פונעם ארעסטאנט.

"וואס הייסט פון וואנעט איך ווייס, איך האב דאך געבעטן פון באשעפער, אוודאי האט ער מיר געהאלפן"...

דער וואונדער שטייגט נאר ביי רב. ווער האט דיר דערציילט אז אויב מען בעט פונעם באשעפער העלפט ער?!

זאגט דער ארעסטאנט, אז זיין זיידע פלעגט אייביג צו זאגן, אז דער באשעפער העלפט יעדעם איינעם, אפילו ווער עס קען אין נישט, און אפילו ווער עס אנערקענט נישט אז ער איז דער באשעפער, נו, אז זיין זיידע זאגט אזוי, איז פשט אז אזוי איז טאקע...

דערפאר - זאגט דער ארעסטאנט ווייטער - האב איך געבעטן דעם באשעפער ווען די אראבער זענען מיר באפאלן אז זיי זאלן מיר נישט ערמארדן, און אזוי איז טאקע געווען, ער האט מיר געראטעווט פון טויט.

בשעת וואס דער גאנצער שמועס איז פארגעקומען, איז אין זייט געזעסן א איד א מקורב ביי איינע פון די זקני גדלוי הדור.

דער מקורב האט איבערדערציילט פארן גדול די גאנצע געשיכטע, און געוואלט הערן וואס דער גדול האט צו זאגן דערויף, אז א פרייער איד דערציילט וויאזוי דער פרייער איז ווייסט אז דער באשעפער האט אים אויסגעהערט וויבאלד זיין זיידע האט אים אזוי געזאגט...

פרעגט דער גדול צוריק: אויב איז עס ריכטיג, דאן פארוואס בעהט ער נישט פונעם באשעפער צו ארויסקומען פון תפיסה?! ער קען דאך געראטעוועט ווערן פון תפיסה פונקט אזוי?

דער מקורב האט פרובירט צו מסביר זיין דעם חשבון פונעם ארעסטאנט, אז ווען ער האט געבעטן נישט צו שטארבן איז דאך דאס געווען נאך איידער עפעס איז געשען, אבער איינמאל ער איז שוין אין תפיסה, איז עס לאחר המעשה, די זאך איז שוין דערנאך, וואס וועט יעצט העלפן א תפלה?...

דער גאון האט זיך צולאכט: ביים ערשטן מאל איז עס געווען איידער עפעס איז געשען? ער איז דאך געווען ארומגערינגלט מיט פינף רוצחים, זיי האבן געהאט מעסער'ס אין די הענט, וואס הייסט דארט איז נאכנישט געשען גארנישט?

נאר וואס, ער האט געהאט א נס ווייל ער האט מתפלל געווען, נו דער זעלבער באשעפער קען נאכאמאל מאכן א נס, ער ווארט נאר מ'זאל אים בעטן!

ווען דער מקורב האט דאס איבערדערציילט פארן אראעסטאנט, האט ער באשלאסן אז כאטש ער האט נישט אזוי פארשטאנען פון זיין זיידע, וועט ער מיט דעם אלעם פרובירן, וואס קען עס דען שאדן?!

ער האט טאקע אנגעהיויבן צו מתפלל זיין מיט א תמימות, און די נס האט נישט געשפעטיגט צו קומען... דער מקורב שפאצירט עטליכע טעג שפעטער אויפן גאס, און זעט נישט מער און נישט ווייניגער, דער ארעסטאנט דרייט זיך ארום פראנק און פריי...

ער לויפט צו צו אים מיט א בהלה, וואס האט פאסירט מיט דיר? וויאזוי האסטו שוין פיר מאל געענדיגט דיין לעבנסלענגליכע טערמין?

זאגט דער ארעסטאנט אז ער האט פשוט געפאלגט די עצה און מתפלל געווען צום באשעפער, און אט זעסטו, ער איז אינדערויסן פון טורמע...

וואס האט פאסירט? די זיכערהייט קרעפטן האבן געלייגט א האנט אויף א טעראריסט, און מ'האט געטראפן ביי אים די פינף מעסער'ס, דער טעראריסט האט דערציילט אקוראט די זעלבע געשיכטע וואס ער האט דערציילט פאר די פאליציי, און דער אראבער האט איבערגענומען זיין פלאץ אין טורמע...

פירט אויס הרה"צ רבי אלימלך שליט"א, אז פון דעם לערנט מען ארויס צוויי גאר וויכטיגע נקודות בעניני תפלה היינטיגע צייטן.

א) דער באשעפער העלפט פאר יעדעם איינעם, אפילו אזא איינער וואס קען אים נישט און אנערקענט אים נישט, און אפילו ווען עס איז חרב חדה מונחת על צווארו, דו זיי נאר מתפלל, דער באשעפער וועט עס שוין ווייטער פירן.

ב) עס איז נישט דא אזא זאך אז "עס איז שוין דערנאך, עס איז שוין לאחר המעשה"! ביים באשעפער איז אייביג די צייט צו בעטן, איינמאל דער איד האט מתפלל געווען האט מען 'פונקט' געכאפט דעם פינפן מערדער און געטראפן באווייז, מען דארף נישט מער ראוית אז אצבע אלוקים הוא!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

א גוט געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך קען נישט מאריך זיין אבער בקיצור נמרץ:

צוויי שוויגערס זיצן איינע נעבן די צווייטע ביים דאווענען אין ווייבער שול, ביידע האבן געהאט א קינד וואס האט נישט געהאט מער ווי איין 8 יעריג קינד, זיי האבן אפגעשמועסט צו טוהן די עצה פון המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, (ועי׳ ערבי נחל שמפליג מאוד בסגולה זו). און טעגליך מתפלל געווען איינע אויפן צווייטן.

די וואך האבן ביידע זוכה געווען צו א קינד דריי טעג אפגערוקט איינער פונעם אנדערן!



זיי זענען געשטאען איינס נעבן צווייטן אין ווייבער שול און זיך געווישט די טרערן, עס ליגט זיי אויפן הארץ א קלעם און ווייטאג, און זיי קוקן ארויס אויף א ישועה קרובה מן השמים.

ביידע פון זיי האבן א שנור מיט די זעלבע פראבלעם, און דאס הארץ גייט אויס פאר צער. ביידע'ס קינדער זענען שוין א וויילע חתונה געהאט, און געבוירן איין קינד. אצינד ווארטן זיי פאר נאך א קינד, און מען ווארט א לענגערע צייט, איינע האט געווארט שוין אכט יאר, די צווייטע זיבן, און אצינד לאזן זיי פריי די טרערן איבער דעם סידור'ל, צו שאפן נאך אן אייניקל.

פלוצים איז בייגעפאלן פאר איינע פון די צוויי די מורא'דיגע סגולה וואס די גמרא זאגט: "המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחלה".

האבן זיי געמאכט א געשעפט; יעדער פון זיי וועט מתפלל זיין און אינזינען האבן די צווייטנ'ס שנור, אפשר אזוי וועלן ביידע האבן א ישועה קרובה מן השמים. זיי האבן אויסגעטוישט צווישן זיך די נעמען, און דער פלאן איז אריין אין קראפט.

די צוויי האבן מתפלל געווען באמונה שלימה, און געבעטן פון השי"ת פון טיפן הארצן, ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע אידישע קינדער און ארויסהעלפן מיט זרע של קיימא.
און וואונדער איבער וואונדער, עס האט נישט גענומען צופיל צייט ביז די תפלה האט געארבעט.

ערשט דריי וואכן צוריק האט איינע פון די צווי געפראוועט א קידוש פאר א וואכנאכט און ברית אין א גוטע שעה, און עס איז נישט אדורך צופיל צייט, פארגאנגענע וואך איז געווען די קידוש פון די טאכטער וואס די צווייטע משפחה האט געהאט.

דאס צייגט אונז אז מען טאר נישט און מען קען זיך נישט מייאש זיין, אפילו עס איז שוין אדורך זיבן אדער אכט יאר איז נאכאלץ נישט א פארגאנגעהייט חס ושלום, דער שומע תפלת כל חי שטייט און הערט אויס יעדע איינציגסטע תפלה.

ער זאגט יא מיין קינד, בעט עס נאר פון מיר, און וועסט אלעס באקומען!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

נו, ווער איז פורים רב???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דערציילט אונז א אינגל אזא מעשה:

עס איז שוין נאנט צו חודש אדר, אט אט וועט מען שוין מעגן רעדן פון די פורים רביסטעווע, און די פלענער וועבן זיך אים אין קאפ וויאזוי ער וועט דאס יאר קענען אנציען די פורים וואלן אין חדר...

יעדעס יאר ווען עס קומט חודש אדר איז ער פיבערהאפטיג און פאר'מח'ט, אין זיין קאפ פשט'לט ער שוין ארום שיינע געדאנקען און אינטערעסאנטע בליציגע חידושים, און קלערט
שוין געדאנקען וועלכע שטריימל צו טראגן אויפן קאפ דאס יאר.

יא, יעדער ווייסט אז איציק איז דער פורים רב, ער האט קיינמאל נישט איינער וואס וויל גיין קעגן אים, ער האט שטענדיג אזעלכע אינטערעסאנטע בייפעלער, אז מען קען זיך ווארפן פאר געלעכטער...

אבער קיינער האט נישט געוויסט זיין סוד, אז די אלע געוואלדיגע געדאנקען זענען נישט זיינס בכלל. זיין פעטער ר' יאסל, א שטילע געשמאקער אידל, איז דער וואס קומט אויף מיט די אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס ער טוט...

בקיצור, ווען די וואלן אין חדר האבן זיך אנגעהויבן, האט ער דאס יאר געטראפן אן איבעראשונג, אברהמי האט געמאלדן אז דאס יאר גייט ער אויך לויפן!

אברהמי איז א באליבטער אינגל וואס האט אייביג א גוט ווארט, און שטענדיג שמייכלען אלע ארומיגע קינדער וואס שטייען אין זיינע ד' אמות. ער האט ווערטלעך לרחצה, און ווען ער עפנט זיין מויל הערט מען נישט אויף צו לאכן...

פארוואס אברהמי איז נאך קיינמאל נישט געלאפן, האט קיינער נישט געוויסט, וויפיל מען האט אים געבעטן, האט ער עס אפגעזאגט און נישט געוואלט בשום אופן זיין פורים רב אין קלאס.

אבער דאס יאר האט ער געמאלדן אז ער וועט יא לויפן פאר פורים רב, און איציק האט אנגעהויבן שוויצן...

ווען ער האט געוואלט א שיינע איידיע פון פעטער יאסל, איז ער געוואר געווארן אז פעטער יאסל איז אין שפיטאל, ער האט געהאט א עקסידענט און ער וועט נישט קענען רעדן מיט אים פאר פורים.

רבונו של עולם, וואס טוט מען דא? אויף אזא פאל וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען געווינען די וואלן, און זיכער נישט, ווען אברהמי לויפט קעגן אים...

און ער האט שוין מורא אויך צו געווינען... ווער וועט אים געבן די אלע ספעציעל אינטערעסאנטע געדאנקען וואס וועט מאכן אז די ווענט זאלן זיך טרייסלען פאר געלעכטער?...

די וואל סעזאן איז אריין אין פולסטן שוואונג. אברהמי רעדט אויף אלע באקן, דער עולם קייכעט זיך פאר גרויס געלעכטער ווען ער שילדערט וויאזוי דער גוי סטעפאן קערט אויס אזוי שיין די בנין, און וואונדערט זיך וויאזוי די ערד איז שוין צוריק שמוציג, נישט כאפנדיג אז עס איז שוין אריבער א גאנצע טאג...

און איציק? ער איז פארלוירן, דער עולם ווארט צו זען וועלכע חידושים קומען דאס יאר, אבער גארנישט. די קינדער האפן אז ער גרייט זיי צו א מעכטיגע סופרייז, וואס מען וועט לאנג געדענקען, עס וועט זיין א שטילקייט פאר א שטורעם, און נאר איציק ווייסט דעם אמת... ער האט נישט גארנישט!

ביז ער האט געטראפן א געדאנק!

ער וועט בעטן דעם באשעפער... ער האט בעסערע איידיעס פון פעטער יאסל! דער באשעפער וועט זיכער נישט צולאזן ער זאל פארשעמט ווערן!!!

איציק זעצט זיך אראפ ביי א תהלימ'ל און זאגט קאפיטל נאך קאפיטל מיט אן ערנסטקייט, און נאכן זאגן צוואנציג קאפיטלעך האט ער צוגעמאכט די תהלים, זאגנדיג אין אידיש:

הייליגע באשעפער! איך וויל זייער שטארק זיין פורים רב, אבער איך וויל אויך נישט פארשעמט ווערן, העלף מיר רבונו של עולם אז איך זאל געווינען, און האבן סחורה צו דעליווערן פאר די קינדער!!!

ער ענדיגט, און גייט ארויס אויפן גאס זיך שפילן, נאך א האלבע שעה רופט אים זיין קליינע שוועסטער אריין אין שטוב, ער האט טעלעפאון, איינער זוכט אים זייער וויכטיג!

ווער איז דאס? פרעגט איציק מיט שפאנונג...

"א גוטן טאג איציק, דאס איז איך אברהמי!"

ווער?..... – גלייבט ער נישט אז דער קעגן וועמען ער לויפט רופט אים!

דו קענסט אפשר לייגן א איבערגעדרייטע פלעסטיק קאפ נעבן דיינע אויערן וועסטו הערן בעסער... דאס בין איך אברהמי"...

יא אברהמי, וואס זאגסטו עפעס גוטס? – ענטפערט ער נאכן לאכן א מינוט פון די מאדנע ענטפער וואס ער האט באקומען.

אברהמי האט געהיסט א מינוט, און דאן זיך אנגערופן מיט א הויכע און דראמאטישע טאן: איך זאג, אז איך בין דער ערשטער וואס וויל דיר געבן מזל טוב פארן ווערן די פורים רב דאס יאר אין אונזער קלאס!!

וואס הייסט? דו לויפסט נישט מער?...

ווילסט הערן א מעשה, אדער ווילסט פרעגן קשיות? די מעשה איז, אז איך וויל שוין זייער לאנג באקומען א סקוטער מיט וואס צו פארן, יעצט האב איך דערציילט פאר מיין טאטע אז איך וויל לויפן פאר פורים רב, האט ער מיר שטארק אפגערעדט דערפון, זאגנדיג אז ער איז אלץ קינד געווען א פורים רב און פארשעמט א מלמד, און צום סוף האט זיך עס נישט אזוי גוט געענדיגט, ער האט אים געדארפט איבערבעטן נאכן מיטמאכן פארשידענע זאכן.

ער האט מיר יעדע יאר אפגערעדט, אבער דאס יאר האט מיר מיין מאמע געגעבן רשות. למעשה, היינט באקום איך א גוטע בשורה: מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז מיר גרייט צו קויפן א סקוטער אויב איך וועל מוותר זיין אויף די פורים רביסטעווע!

האב איך געמאכט א חשבון, עס מוז בכלל נישט זיין אז איך וועל געווינען די וואלן, און אפילו אויב יא, וואס וועל איך האבן דערפון? האב איך באשלאסן אז איך וויל נישט זיין פורים רב.

איציק איז געבליבן צוגעקלעבט צום טרייבל, ער גלייבט נישט וואס ער הערט! אבער ער כאפט זיך אז אברהמי האט נאכנישט געענדיגט זיין דרשה...

הער אויס איציק, איך האב מיר געמוטשעט מיט שיינע איידיעס וואס זאלן איבערשטייגן דיינע, און עס איז ממש א שאד, טוה מיר א טובה, איך זאג דיר אלע מיינע זאכן, און ביטע נוץ עס, עס איז א שאד אז קיינער זאל נישט הנאה האבן פון די שעות פון מיין ארבעט!!!

איציק האט נישט געגלייבט וואס ער הערט, ער האט זיך שטארק באדאנקט פאר אברהמי, און אים דערציילט אז ער האט א פעטער וואס האט געהאט א עקסידענט, און ער האט נישט עכט געוואלט זיין פורים רב ווען זיין פעטער איז אין שפיטאל (די אמת'ע סיבה האט ער נישט דערציילט...) און דערפאר וויל ער מען זאל אפשר זאגן תהלים פאר אים.

מצוה גוררת מצוה, אברהמי האט די קומענדיגע טאג צוזאמען מיט איציק צוטיילט גאנץ ספר תהלים צווישן אלע חברים פון די קלאס, און די קינדער האבן געזאגט לעבעדיג, כ'מיין, דער פורים רב בכבודו ובעצמו האט געהייסן זאגן תהלים!!!

די גוטע נייעס איז געווען, אז די כח התפלה פון די קלאס איז ארויף ביז צום כסא הכבוד, און אויף פורים איז שוין פעטער יאסל געווען צוריק אינדערהיים געזונט און פריש, ער האט שוין פורים געטאנצן און געשפרינגען...

יא! די כח פון תפלה האט צוגעשטעלט פאר איציק צו זיין פורים רב און האבן סחורה, פאר אברהמי א סקוטער, און פאר פעטער יאסל א רפואה שלימה!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

שמעלקע ווי מיסד יו!!
איזי
יאקל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאקל »

גליון ואני תפילתי פרשת ויק"פ
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20170325&gil=1750
אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטעלפארטרעטר »

שמעלקע אין איין ווארט ועונה לעמו ישראל בעת שועם אליו!!! ווי וואנט מאהר פליז
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

טראבל מעיקער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:מוראדיגע מעשיות! אפשר אפילו צו מוראדיג...!!
פונקט לעצטע וואך געזעהן אין גליון אז נדברו (און עברית) איז ער דארט פארנומען צו מ'דארף גלייבען אין אלע מעשיות וואס מ'הערט... שרייבט ער דארט אז אזוי מ'פארשטייט אז שור שנגח את הפרה וכדו' איז קיינמאל נישט געשען, אבער ס'קען געשעהן!! די זעלבע זאך מיט אלע מעכטיגע מעשיות פון תפילה אדער מופתים פון רבי'ס דארף מען וויסן אז ס'קען געשעהן!!!

בדרך אגב ער שרייבט דארט א גוטע נקודה למחשבה אז געווענליך די אלע חברה וואס זענען אייביג פארנומען נישט צו גלייבן קיין מעשיות נאר אויב ער הערט עס פונעם בעל מעשה אליין... אבער א גוט שטיקל לשון הרע אדער רכילות וועלען זיי אבער יא גלייבן :lol:


איך בעט דיך זייער, דאס איז סתם גערעדט נארישקייטען. שור שנגח את הפרה איז נישט א מעשה וואס מען לערנט זיך פון דעם, נאר א הלכה וואס צו טוהן אין אזא פאל. משא"כ ווען עמיצער פארציילט מעשות וועלכע דארפען ארויסצוברענגען אדער מחזק זיין א נקודה, טאמער זענען זיי בלויז משלים זענען זיי ווערט לצור על פי צליחותא.

דער צווייטע פאראגראף איז סתם געשאסען אין דער וועלט אריין, וואס דערויף שטייט שוין אל תען.


אלענפאלס, מיין שאלה בלייבט צו פוה"א, ווי פארלעסליך זענען די מעשות?

כ'האב עס נישט גוט אראפגעלייגט... וועגען כ'בין נישט קיין שרייבער... קענסט עס ליינען דא


יעצט ארויס מיט א נייע קונטרס, קוק דא
viewtopic.php?f=54&t=6778&p=1715370&hilit=%D7%92%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%9F+%D7%90%D7%96#p1715370
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

WE WANT MORE
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”