בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 6:01 am

מי חכם האט געשריבן:לויט די ציפערן וואס מען האט דא געברענגט, 6,000 אין עקשטיין 9,000 אין פרדס, איז נישט ריכטיג אז ס'איז דאפלט.

כפי ידיעתי איז פרדס ארום 11 אלפים

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך מאי 17, 2017 12:52 am

מיין רעבעצין האט לעצטע וואך ביי א פארטי מיטגעהאלטן א שמועס פון אסאך דברניות. איינס ביי איינס האבן געווייטאגט אז זיי שטופן נישט דורך די וואך.

מיר האבן באקומען פון דעים א היבשע חיזוק זעענדיג אז מיר זענען נישט די איינציגסטע ווייל צרות רבים איז חצי נחמה.

אוי הייליגער פאטער און הימל. העלף אונז אלע!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 26, 2017 3:19 pm

לאור וואס פילע מוסדות העכערן דראסטיש שכ"ל (אדער גייען העכערן), ווערט די עווערידזש טואישן ביל א חודש געדאפלט צו $2400.
(אריינגערעכנט טראנספארטאציע, רעגיסטראציע, טריפס/אקטיוויטיס, סקול סופלייס, קעמפ/דעי קעמפ, עזרה מיוחד, ר"ח געלט/טיפס.)
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך יולי 26, 2017 3:44 pm

איך מיין אז כל זמן וואס ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער גייען ארבעטן צוויי ערוואקסנע פער הויזגעזונד, ווי אויך האבן זיי בלויז א פיפטל אדער זעקסטל צאל קינדער פון אונז, און זיי שטעלן סוף כל סוף דעם טון אין אונזער שטאט, קענען מיר גארניש טוהן. פארפאלן אמאל האבן ביי גויים די פרויען נישט געארבעט, און זיי האבן ג'האט פונקט אזויפיל קינדער.
זיי מאכן דעם מארקעט, ריל עסטעט און פרייזן פון אלעס. מיר קענען נישט קאמפיטן, חוץ אויב אונזערע ווייבער וועלן אלע גין ארבעטן.
ה' ירחם עלינו
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 26, 2017 3:46 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז כל זמן וואס ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער גייען ארבעטן צוויי ערוואקסנע פער הויזגעזונד, ווי אויך האבן זיי בלויז א פיפטל אדער זעקסטל צאל קינדער פון אונז, און זיי שטעלן סוף כל סוף דעם טון אין אונזער שטאט, קענען מיר גארניש טוהן. פארפאלן אמאל האבן ביי גויים די פרויען נישט געארבעט, און זיי האבן ג'האט פונקט אזויפיל קינדער.
זיי מאכן דעם מארקעט, ריל עסטעט און פרייזן פון אלעס. מיר קענען נישט קאמפיטן, חוץ אויב אונזערע ווייבער וועלן אלע גין ארבעטן.
ה' ירחם עלינו

ריעל עסטעיט פרייזן אין ברוקלין קען מען נישט באצאלן אפילו אויב ביידע וועלן ארבעטן מעלות השחר עד צאת הנשמה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 6:48 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.

לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון פאר א דורשניטליכע משפחה פון 3-6 קינדער:

חלק א' - לויפנדע הוצאות.
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - מעינטענענס - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2800 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - רעגיסטראציע - קרן הבנין - טיפס - קעמפ/דעי-קעמפ - סקול סופלייס/ביכער - טריפס $1500 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1500 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - מעינטענענס - ריפערס - טאלס - טיקעטס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $500 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס - קייראפרעקטער א.א.וו. = $400 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = מעשר - דינער געלט - ליכט צינדן - אפיעל/טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $300 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $200 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - נדו"נ - זיצן געלט - מקוה געלט - קמחה דפסחא. $150 א חודש.
דערנאך איז אייביג פאראן ספעציעלע הוצאות ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, טעראפיסט, א.א.וו. =$400 א חודש.


חלק ב' - אנדערע אויסגאבן
וואקאציע, מתנות, תשמישי קדושה, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, בדיקת תפילין ומזוזות, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פעינטן - סקרעיפן, היים-קאנסטרוקציע, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.

חלק ג'
אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, פסח - סוכות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב, חתונה, בר מצוה, געבורט.

ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.

שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??

איך האב געאפדעיטעט אביסל די ליסט, נענטער צום איצטיגן רעאליטעט. דער ס"ה לחודש בלויז פאר חלק א' איז $8,650.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 5:54 am

כ'האב אפדעיטעד די חשבון פין ר' 'יום טוב' אלץ א ליסטע און געמאכט דערפין א פי.די.עף אז מ'זאל קענען פאר זיך האב א שטיקל רעפערענס ביים דורכגיין/מאכן בודזשעט, און אויב עמיצער וויל בעסער מאכן אדער צולייגן דערצו, אדרבה ואדרבה.

כ'האב אויך אטטעטשירט דא עטליכע 'עקסעל' פיילס וואס כ'האב געטראפן דא אין פריערדיגע "בודזשעטינג" אשכולות וואס קענען אביסל העלפן אויסשטעלן און פירן א בודזשעט, ותשוח"ל פאר די חשוב'ע ניקים וואס האבן דאס לכתחילה ממציא געווען אהער (כ'געדענק שוין נישט ווער).
צוגעלייגטע
BUDGETING.xls
(74.5 KiB) דאונלאודעד 58 מאל
קרן עזר Budget Form.xls
(40 KiB) דאונלאודעד 64 מאל
הוצאות ליסטע.pdf
(73.87 KiB) דאונלאודעד 81 מאל
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 5:54 am

נאך איינס.
צוגעלייגטע
Bank Acount Register.xls
(41 KiB) דאונלאודעד 57 מאל
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 7:20 am

רבי יום טוב:
ווי איז פאראן צו באקומען א געהילף אין שטוב (ערלית) פאר 200 א חודש?

כפי ידיעתי אז פאר $50 א וואך קען מען גארנישט באקומען.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 8:34 am

נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יום טוב:
ווי איז פאראן צו באקומען א געהילף אין שטוב (ערלית) פאר 200 א חודש?

כפי ידיעתי אז פאר $50 א וואך קען מען גארנישט באקומען.

וועלכע שטאט? ביי אונז אין מאנסי איז זייער מצוי א גויטע פאר דריי פיר שעה א וואך, 11-12 דאלער פער שעה.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 9:20 am

מיך קאסט 2 מאל א וואך $48
98= 48 * 2

WOW איך האב אליינס נישט געכאפט ווי סאך ס'קאסט מיר א וואך...
זוכט איר דוי?

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

הוצאות פאר א 9 קינדער משפחה

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:39 pm

שכר לימוד. בדק הבית רעגיסטרעישן. 27.000
העלט אינשורענס פלאס דענטיסט פלאס דידאקטאבל ? 00000
צדקה ..... ? 0000
דירה 28.0000
יטילעטיס. 3.500
גראסערי. 24.000
גויטע. 4.200
טראנספארטאציע קאר אדער טעקסי. 6.000
קעמפ
טאשן געלד
פרייוועט לערנען פאר א קינד 5.000
קליידונג. 6,000
שמחה איינמאל יעדע 2 יאר. עוורידש פאר 1 יאר 2,500
בעביסיטינג.
ימים טובים 15.000. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1637620
מבירשיפ קהל
מקוה יוד ערב שבת
אימגערישטע הוצאות 3.000
אוועקשטעלן פאר חתונה מאכן.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך און 8 געסט