בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג ינואר 17, 2017 2:23 pm

סארקאזי האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דא וויאזוי ״ער אליינס״ קומט זיך אויס יעדער שרייבט נאר אין זשענעראל.

מען דארף טוישען דעם קעפל.


במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש... וועל איך פראבירן אראפשרייבן ווי אזוי איך קום אויס מיט א משפחה מיט 9. איך ש אפשר וועלן אנדערע אויך שרייבן, און וועלן האבן עפעס נוצען.

איז אזוי, דאס לעבן קאסט מיר א יאר בערך 100-110 טויזענט, (אין דעם איז נישט אריינגערעכענט צדקה וואס מען טיילט.) איך מאך ב"ה עטוואס מער ווי דעם, ווענדטזעך ווי א יאר.

ווי דער עולם דא ווייסט שוין איז 110K א יאר בכלל נישט קיין סך, דאס לעבן קען רואיגערהייט קאסטן 150-200K אויב געבט מען נישט אכט, און 250-300K אויב וויל מען לעבן ברייטער (יא איר לייענט גוט).
מיינע קינדער זענען ב"ה מחונך אז זיי באקומען נישט יעדע זאך וואס זיי חלומען וואס איז אגב גאר א גוטע זאך פאר זיי אינעם לאנגען טערמין און זיי זענען מער צופרידן, אין קאנטרי בין איך נאך קיינמאל נישט גווען א גאנצע זומער, א קאר פארמאג איך נישט, אונז טאנץ מיר נישט נאך יעדן טאג די פרישע מאדע כצאן לטבח, א דירה האב איך אן אייגענע ב"ה, פראגראמען האב איך נישט, העלט אינשורענס קאסט מיר גאר ווייניג צוליב אבאמאקעיר סובסידיס, שמחות מאכט מען אויף א באשיידענעם שטייגער, און ב"ה מען לעבט רואיג.


דאנקט דעם אייבירשטען אז איר מאכט דעם סכום, אבער איר רעדט נישט פארן ציבור מיט דעם סכום קען מען לעבן רואיג (נישט אס מיין לעבן קאסט ווייניגער אבער ווי האסטו אנגעהויבען במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש

איך קען פלענטי וואס מאכן דעם סכום פלאס און קומען "נישט" אויס, נאר מיט שאר ירקות, אדער הלואות און עקולי ופשורי. ואכמ"ל וד"ל

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דינסטאג ינואר 17, 2017 2:29 pm

חדשות האט געשריבן:[ , העלט אינשורענס קאסט מיר גאר ווייניג צוליב אבאמאקעיר סובסידיס, שמחות מאכט מען אויף א באשיידענעם שטייגער, און ב"ה מען לעבט רואיג.


נאר אויב דו ביזט באקוועם צו ענטפערן, וויפיל צאלסטו, און וואס באקומסטו?

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג ינואר 17, 2017 2:37 pm

רודף שלום האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:[ , העלט אינשורענס קאסט מיר גאר ווייניג צוליב אבאמאקעיר סובסידיס, שמחות מאכט מען אויף א באשיידענעם שטייגער, און ב"ה מען לעבט רואיג.


נאר אויב דו ביזט באקוועם צו ענטפערן, וויפיל צאלסטו, און וואס באקומסטו?

אן אריינגיין פערזענליך...
מיט א גרויסע משפחה קען מען מאכן 100-120K און צאלן ממש פרוטות אויף די עקסטשעינזשעס. עס איז נישט קיין מעדיקעיד, און עס איז טאקע כדאי מיטל קלאס פארדינער זאלן וויסן דערפון. פאר קליינע משפחות ארבעט עס געווענליך נישט.

(פאר מער קום אין אישי)

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 17, 2017 2:40 pm

טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

ארבעט שווער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2017 4:37 pm

תגובהדורך ארבעט שווער » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:00 pm

לאמי פרובירן שרייבן א שטיקל חשבון
האוזינג 2000$ (עס איז באמת 4000 נאר פאר 6 יאר צוריק ווען איך האב אפ געשפארט 400.000 האב איך געקויפט 2 דירות אין קר"י וואס ברענגט מיר אריין 2000 נעט ריוח ממילא רעכן איך נאר וואס איך דארף שאפן יעדע חודש)
מענעדזשמענט 225$
יוטיליטי 275$
שכ"ל 1800$ (די קרעדיט קארד לויפט אויפן יאר פאר 4 קינדער מיט 1 בחור - אויך פאר קעמפ פאר 2 אינגלעך מיט 1 בחור)
גראסערי 1300
פיש 200
פלייש 250
גויה 400
פרוי קעש טאשן געלט 600
מעשר 780
סך הכל אנצוהויבן די חודש 7830
12 חדשים איז בערך 94.000
יעצט יערליך איז דא
פסח 5000
קאנטרי 8000
תשרי 5000
טיפס מלמדים טיטשער חנוכה פורים 1500
שמחות וחתונות טאטע / שווער / געשוויסטער 2000
מעשר 2400
סך הכל נאך 24000
לויט דעם חשבון איז מען מתפלל צו השי"ת אשר לו הכסף ולו הזהב זאל אריינשיקען 118.000 א יאר אין אוודאי וואס נאך עס קומט צו זאל נשפע ווערן משמי מרום

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:18 pm

איך קען אפשר ווערן אייער זוהן'ס מלמד?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:20 pm

WOW
איר מאכט 1000 נעט פון פארדינגען א דירה?!...
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:23 pm

מיט 400 טויזענט דולר 6 יאר צוריק וואלסטו געקענט מינימום פינעף דירות

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:24 pm

איר צאלט שכ"ל טאקע 450 פער חודש פאר א קינד אינטער די בר מצוה?

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:27 pm

דער איז נאך ווארשיינלעך א 14 יעריגער בחור

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג ינואר 17, 2017 6:29 pm

אט אזוי האט געשריבן:דער איז נאך ווארשיינלעך א 14 יעריגער בחור

ער שרייבט 'איין' בחור
פשט די איבריגע זענען אינטער די בר מצוה, [אדער מיידלעך]

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג ינואר 17, 2017 7:29 pm

זבחי צדק האט געשריבן:איר צאלט שכ"ל טאקע 450 פער חודש פאר א קינד אינטער די בר מצוה?


לייענט איבער ביטע.

שכ"ל 1800$ (די קרעדיט קארד לויפט אויפן יאר פאר 4 קינדער מיט 1 בחור - אויך פאר קעמפ פאר 2 אינגלעך מיט 1 בחור
בכלל נישט איבערגעשאצט.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג ינואר 17, 2017 7:30 pm

חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:איר צאלט שכ"ל טאקע 450 פער חודש פאר א קינד אינטער די בר מצוה?


לייענט איבער ביטע.

שכ"ל 1800$ (די קרעדיט קארד לויפט אויפן יאר פאר 4 קינדער מיט 1 בחור - אויך פאר קעמפ פאר 2 אינגלעך מיט 1 בחור
בכלל נישט איבערגעשאצט.

עפעס איז נישט קלאר
1800 פאר קעמפ?
און וואס איז פער חודש?
אקעי פארשטיי איך נישט, וואס אינטרעסירט עס דען מיך?

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג ינואר 17, 2017 7:33 pm

@יענקעלע קלוגער מיט @ אט אזוי,

אן הערה, קומט א איד @ארבעט שווער, און פאקט זיך אויס זיין בוזשעט, האט ער עס נישט געטוען איר זאלט עם געבן הגהות וויפיל דירות ער האט געקענט יא אדער נישט קויפן 6 יאר צוריק. ביטע פארשטייט.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג ינואר 17, 2017 7:34 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:איר צאלט שכ"ל טאקע 450 פער חודש פאר א קינד אינטער די בר מצוה?


לייענט איבער ביטע.

שכ"ל 1800$ (די קרעדיט קארד לויפט אויפן יאר פאר 4 קינדער מיט 1 בחור - אויך פאר קעמפ פאר 2 אינגלעך מיט 1 בחור
בכלל נישט איבערגעשאצט.

עפעס איז נישט קלאר
1800 פאר קעמפ?
און וואס איז פער חודש?
אקעי פארשטיי איך נישט, וואס אינטרעסירט עס דען מיך?

די הוצואות פונעם קעמפ, איז אויך איינגעטיילט חודשליך. ומתורץ התמיהא.

ארבעט שווער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2017 4:37 pm

תגובהדורך ארבעט שווער » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:04 pm

זבחי צדק האט געשריבן:איר צאלט שכ"ל טאקע 450 פער חודש פאר א קינד אינטער די בר מצוה?


א קינד אין חדר אדער סקול איז מער ווי 200 א חודש א בחור איז 350 א חודש א קינד אין קעמפ 1500 א יאר א בחור 2000 א יאר טראנספארטעישאן 350 א קינד פער יאר רעגיטרעישאן 100 א קינד פער יאר איך נעם אלעס צוזאם אין מען טיילט עס אין 12 חדשים איז 1800 א חודש

ארבעט שווער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2017 4:37 pm

תגובהדורך ארבעט שווער » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:06 pm

אט אזוי האט געשריבן:מיט 400 טויזענט דולר 6 יאר צוריק וואלסטו געקענט מינימום פינעף דירות


צוויי דירות פאר 2 מאות איטליכער (נאכן קלאזען) אנע מארגעדזש

ארבעט שווער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2017 4:37 pm

תגובהדורך ארבעט שווער » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:10 pm

אט אזוי האט געשריבן:איך קען אפשר ווערן אייער זוהן'ס מלמד?


א בחור האט 3 מגידי שיעור רעכן 100 פאר חנוכה פאר יעדן באזונדער אין 100 פאר פורים די זעלבע מיט מלמדים ---טיטשער/באס דרייווער/באס רבי ווייניגער סך הכךל איז עס נישט קיין סאך געגעבען

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך ינואר 18, 2017 1:12 pm

ארבעט שווער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:איך קען אפשר ווערן אייער זוהן'ס מלמד?


א בחור האט 3 מגידי שיעור רעכן 100 פאר חנוכה פאר יעדן באזונדער אין 100 פאר פורים די זעלבע מיט מלמדים ---טיטשער/באס דרייווער/באס רבי ווייניגער סך הכךל איז עס נישט קיין סאך געגעבען

בינעך געוואר געווארן אז עס זענען ב"ה נאך דא עלטערן וועלכע טיפן א מגיד שיעור אויכעט....
יאך ווייס נישט פון אזא זאך....

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:10 am

א מחי' האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:10 כללים געקליבן פון מיין טאטנס פינאנץ ביכל:


- שטיי אוועק פון סטאקס א.ד.ג., חתונה פאליסי, אדער אפילו לייף אינשורענס אינוועסטמענט. ליבערשט לייג אוועק דאללער אויף דאללער.


רבי לעבן! וויאזוי פלאנט איר צו חתונה מאכן? וואס רעדט איר אזוי ברייט קעגן חתונה פלענער? אדרבה זייט מיר מסביר
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:14 am

היסטאריע האט געשריבן:
קוקנדיג אויפ'ן היסטארישן שטאנדפוקט ווי אזוי עס איז געווען פאר'ן קריג, פאר'ן ערשטן און פאר'ן צווייטן, און דאס צושטעלן צום היינטיגן מצב. זעט אויס, אז עס האלט זיך ביים איבערחזרן דעם מצב פון אמאל, אז אומפארמעגליכע וועלן נישט קענען שיקן קיין בחורים אין ישיבות!
עס הייבט זיך אן ביי אזוי גערופענע "אזובי הקיר", אזעלכע וואס זענען ממילא נישט צופיל מצליח, נו, שוין, זאל ער גיין ארבייטן. אבער עס בלייבט נישט דארט, עס הייבט אן צו ווערן א סטענדערט, מען דערשרעקט זיך שוין נישט אזוי שטארק, און אזוי צוביסלעך ווערט דאס א נארמאלע זאך.
זייערע קינדער, וועלן שוין האבן טאטעס וואס וועט זיי שוין נישט צופיל קיצלען אז מען איז נישט אין קיין ישיבה.
אזוי איז געווען אין אלע גרויסע שטעט, נישט נאר אין אונגארן וואו עס איז געווען גאר שטארק איינגעפירט צו גיין ארבייטן העלפן אין די פרנסה, נאר אפילו אין פוילן איז דאס געווען, אין די גרויסע שטעט, און אויך אין די קליינע.
דערווייל ב"ה זעט נישט אויס אז דאס זאל אריבערגיין אויך צו קינדער פון תלמוד תורה, אבער השי"ת זאל אפהיטן וואס עס קען אלס ארויסקומען ווען א גאנצע ציבור לעבט אן א חשבון. דער זעץ וואס מען באקומט ווען דאס קראכט, און ווי שטארק דער קייט שלעפט מיט איינעם דעם צווייטן איז שרעקעדיג צו טראכטן.

השי"ת זאל העלפן און באשיצן דעם כלל ישראל!


כל מזונותיו של אדם קצובים חוץ מהוצאת בניו לת"ת
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:48 am

דאס גייט ארויף בלויז אויף דעם געהאלט פון מגיד שיעור, נישט אויף דארמאטארי, עסן, גאז, לעקטער, וכו' וכו', און אפשר אפילו די משגחים'ס געהאלט איז אויך נישט נכלל דערין.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:09 pm

אט אזוי האט געשריבן:עקשטיין איז נישט קיין דבר השוה לכל ראשית דארפסטו זיין א מעמבער און די קהילה און בכלל איז עס זייער זייער מיאוס צוגעשטעלט די עסן מוזיק וכ'ו וכ'ו
משא'כ פרדס איז א פראכטפולע זאל די עסן און מוזיק און אלעס ארום איז צוגעשטעלט די שענסטע און בעסטע כידוע


דאס איז א טעות וואס מענטשן מאכן

אולם עקשטיין איז אקוראט העלפט פרייז ביליגער פון די ביליגסטע פעקעזש פון פרדס פיגא

פרעג איך דיך איז פרדס פיגא ווערט דאפעלט די פרייז ?

איך מיין אז נישט

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך פאברואר 15, 2017 11:25 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:עקשטיין איז נישט קיין דבר השוה לכל ראשית דארפסטו זיין א מעמבער און די קהילה און בכלל איז עס זייער זייער מיאוס צוגעשטעלט די עסן מוזיק וכ'ו וכ'ו
משא'כ פרדס איז א פראכטפולע זאל די עסן און מוזיק און אלעס ארום איז צוגעשטעלט די שענסטע און בעסטע כידוע


דאס איז א טעות וואס מענטשן מאכן

אולם עקשטיין איז אקוראט העלפט פרייז ביליגער פון די ביליגסטע פעקעזש פון פרדס פיגא

פרעג איך דיך איז פרדס פיגא ווערט דאפעלט די פרייז ?

איך מיין אז נישט

ס'איז אוודאי נישט שייך צו דן זיין אויב עפעס איז 'ווערד' אדער נישט, ווייל ס'איז א מילתא דתליא בסברא, איך גראדע האלט אז יא.

אבער דער עכטער פראבלעם איז, אז בשעת מ'איז פושט יד צו באצאלן די חתונה נאכט, טראכטן מענטשען צו ס'איז 'ווערד' די חילוק אדער נישט.


מיט יענעמ'ס געלט איז "גארנישט" ווערד. קודם מאך זיכער אז דו באצאלסט דיר אליין די חתונה און נאכדעם וועט מען שמועסן וואס איז 'ווערד'


איך בין ח"ו קיינעם נישט דן, ס'איז דא מענטשען וואס קענען נישט חתונה מאכן אין עקשטיין, און ס'איז דא פארוועם פרדס איז א בושה, און אזוי אויך איז דא מענטשען וואס עפ"י הלכה דארף מען זיי צאמשטעלן א קאנטינענטאל חתונה מיט א בענד, און א כלה פרצוף פעינטער פאר 3 אלפים וכו' וכו'

איך מיין נאר ארויסצוברענגן ווי קרום אונזער סאסייעטי טראכט, א מין מהלך החיים וואס איז פאר אונזערע זיידעס אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן.

ביי מיין באבע ע"ה האט דער קעיטערער אריינגערופן די חתן כלה נאך די חתונה און פון די דרשה געשאנק האט באצאלט א טייל הוצאות!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 1:27 am

לויט די ציפערן וואס מען האט דא געברענגט, 6,000 אין עקשטיין 9,000 אין פרדס, איז נישט ריכטיג אז ס'איז דאפלט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט