בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איך האב גראדע פארשטאנען אז די הארץ אטאקעס קומען פון מענטשען וואס האבן יא געטראפען גמ"חן וואס האבן זיי געבארגט, אבער דערנאך נישט געקענט מער באצאלן און דרייען...

אפשר איז מעגליך אז ווען דער מענשט וואס האט נישט די מעגליכקייט צו באצאלען וואלט גאר בעסער געשטאנען אז ער באקומט נישט די הלואה העטער ווען געזאגט פאר די רביצען אין לי, און וואלט גווען געצווינגען צו לעבן אין זיינע לימיטס.

#נקודה למחשבה
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך אלס פשוט'ער פארדינער האב שוין פארבארגט א סך הכל פון 90 אלפים פאר מערערע אידן בעת הצורך. עס איז אלעמאל געווען מיט די אויבנדערמאנטע תנאים. וויפיל איך וואלט יענעם געגעבן בתורת נדבה, נישט פאר ביזנעס אינוועסטמענט, און אן קיין שטר.

אין מיינע אויגן אויב זאל ווען כלל ישראל און אלע גמ"ח'ן פארבארגן געלט נאר מיט די דערמאנטע תנאים, וואלט מען שוין געקענט אנפילן א שיינע פאר בתי חיים מיט הארץ-אטאקע טויטע.....

איך האב גראדע פארשטאנען אז די הארץ אטאקעס קומען פון מענטשען וואס האבן יא געטראפען גמ"חן וואס האבן זיי געבארגט, אבער דערנאך נישט געקענט מער באצאלן און דרייען...

אפשר איז מעגליך אז ווען דער מענשט וואס האט נישט די מעגליכקייט צו באצאלען וואלט גאר בעסער געשטאנען אז ער באקומט נישט די הלואה העטער ווען געזאגט פאר די רביצען אין לי, און וואלט גווען געצווינגען צו לעבן אין זיינע לימיטס.

#נקודה למחשבה

פשיהא, א דזשיניעס אויסטרעף, נישט וועלן העלפן א איד און אים חלילה נישט בארגן געלט, כדי עם 'אויסצימענטשלען'.....

און דו האסט שוין אפגעמאכט אז אלע אידן בארגן געלט נאר כדי ציפרידן צושטעלן די רביצין.
אוי הלואי זאלן אידן דארפן הלואות נאר פאר דעם............
לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אט אזוי האט געשריבן:די כלל פון שב ואל תעשה עדיף איז נישט געזאגט געווארן אויף געלט
בי געלט דארף ארבעטן און ברענגען געלט דורך אינוועסטמענטס לויט דיינע פונקטן איז עס נישט שייך כמעט

ריכטיג. געלט דארף וואקסן. און ס'נאך פאראן גענוג וועגן וויאזוי ס'זאל געשען אן אונטערנעמען זאכן וועלכע זענען לויטן היינטיגן מציאות ריזיקאליש.

אדרבא. אז איינער האט א בינעס איידיע, א גענויעם פלאן און קלארע מהלך, די געלט איינצושטעקן, זאל ער זיך נישט צוריקהאלטן דערפון צוליב די שאנס פון דורכפאל.

איך בין גראדע א חסיד פון ריעל עסטעיט, אבער נישט יעדער וואס שטעקט איין, איז אויטאאטיש א געווינער. עס ברויך זיין מיט געוויסע תנאים.

איך קען "זייער" אסאך וועלכע האבן אנגעוואוירן אזויפיל ווי 50 אלפים ביים אינוועסטירן ביי א חבר'ס איידיע אין ביזנעס אדער אינוועסטמענט אן פארשטיין וויאזוי דאס וועט ברענגען פראפיט, און אן א געפיל צום עצם געשעפט. דאס איז א קלארע רעצעפט פאר מעות על קרן הצבי.

איך קען צופיל אינגעלייט וועלכע האבן עטליכע יאר איינגעצאלט אין א לייף אינשורענס, ביז ס'איז איין טאג אינטערגעקומען א מצב וואס מאכט זיך ביי היבש עולם משך פון אזויפיל יארן, אז מען מוז אויסוועלן צווישן לייגן ברויט אויפן טיש אדער ווייטער צאלן די פאליסי. און מען האט אנגעוואוירן וואס מ'האט אריינגעצאלט.

די חתונה פאליסיס פון 20-30 יאר צוריק ווער עס געדענקט האט דאס דאן יעדער געקויפט. רוב עולם האבן כמעט גארנישט צוריקגעזען.

עס איז א מציאות ביי רוב פעלער אז די עזרת נשים ווערט נישט אזוי פארבלענדעט פון הוילע געלט הבטחות, און זיי האבן די בינה יתירה צו דערשמעקן אויב ס'טויג נישט מיט עפעס וואס זעט אויס צו גוט צו זיין עכט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זבחי צדק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך אלס פשוט'ער פארדינער האב שוין פארבארגט א סך הכל פון 90 אלפים פאר מערערע אידן בעת הצורך. עס איז אלעמאל געווען מיט די אויבנדערמאנטע תנאים. וויפיל איך וואלט יענעם געגעבן בתורת נדבה, נישט פאר ביזנעס אינוועסטמענט, און אן קיין שטר.

אין מיינע אויגן אויב זאל ווען כלל ישראל און אלע גמ"ח'ן פארבארגן געלט נאר מיט די דערמאנטע תנאים, וואלט מען שוין געקענט אנפילן א שיינע פאר בתי חיים מיט הארץ-אטאקע טויטע.....

איך האב גראדע פארשטאנען אז די הארץ אטאקעס קומען פון מענטשען וואס האבן יא געטראפען גמ"חן וואס האבן זיי געבארגט, אבער דערנאך נישט געקענט מער באצאלן און דרייען...

אפשר איז מעגליך אז ווען דער מענשט וואס האט נישט די מעגליכקייט צו באצאלען וואלט גאר בעסער געשטאנען אז ער באקומט נישט די הלואה העטער ווען געזאגט פאר די רביצען אין לי, און וואלט גווען געצווינגען צו לעבן אין זיינע לימיטס.

#נקודה למחשבה

פשיהא, א דזשיניעס אויסטרעף, נישט וועלן העלפן א איד און אים חלילה נישט בארגן געלט, כדי עם 'אויסצימענטשלען'.....

זאגט נאר צולייגער, וויפיל געלט האט איר שוין פארבארגט פאר אידן....? איך מיין אז רבי יום טוב האט שוין פארבארגט מער ווי אייך.

איר האט געשריגן געוואלד, הארץ אטאקעס, האב איך אייך געזאגט פון ווי די הארץ אטאקעס קומען באמת. האט גארנישט מיט קיין זשיניעס אויסטרעף, נאר א טרוקענער מציאות.

וואס זאלט איר טוען למעשה ווען א איד קומט בארגן פון אייך, און איר ווייסט אז ער גייט נישט קענען צוריק באצאלען???? פרעגט אייער רב.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איר הייבט אן צו ווערן היציג....

איך האב בכלל נישט גערעדט ווען מען האלט נישט ביים באצאלן
לייענט איבער מיינע תגובות נאך סאפער

עס איז מעשים בכל יום אידן בארגן געלט און באצאלן במשך הזמן, און די הלואות ווערן ארויס געגעבן בכלל נישט לויט ר' יום טוב'ס כללים
שטעל דיך פאר ווען אזוינס וואלט נישט געווען, וואלטן אידן געשטארבן אין די מאסן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זבחי צדק האט געשריבן:איך האב בכלל נישט גערעדט ווען מען האלט נישט ביים באצאלן
לייענט איבער מיינע תגובות נאך סאפער

לייענט איבער מיין תגובה נאכאמאל פאר סאפער... :oops: ליידער א ריזן פראצענט פון בארגערס קענען נישט באצאלען צוליב די סיבות דערמאנט אין דעם אשכול.

איר ווייסט נישט דערפון..הא? פילייכט האט איר ווייניג פארבארגט.

איך מיט רבי יום טוב ווייסען יא דערפון. איך האב שוין ב"ה געהאט די זכיה צו בארגן הונדערטער טויזענטער דאלאר פאר אנדערע אידן, און אמת טייל האבן נישט צוריק באצאלט.. נאר אזוי ווי איך בין געגאנגען מיטן כלל פון נישט בארגן מער וויפיל מען איז גרייט צו דערלייגען, איז נישט גווען אויס וועלט ווען עמיצער האט נישט באצאלט, און מען קען ב"ה נאך אלס בארגן פאר איד. ואכמ"ל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איך ווייס פלעין נישט וואס דו ווילסט
איינער האט געזאגט אנדערש?

איך האב דען עפעס א רעיס מיט אייך ווער ס'האט פארבארגט פאר אנדערע אידן מער געלט??
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איך האב ארויסגעברענגט א נקודה למחשבה. איר מוזט נישט אגריען דערמיט, אבער עס האט אסך אמת.

אפשר איז מעגליך אז ווען דער מענשט וואס האט נישט די מעגליכקייט צו באצאלען וואלט גאר בעסער געשטאנען אז ער באקומט נישט די הלואה העטער ווען געזאגט פאר די רביצען אין לי, און וואלט גווען געצווינגען צו לעבן אין זיינע לימיטס.

#נקודה למחשבה


למשל אין די גויאישע גאס האלטן אסך עקספערטן אז דער ענין פון "קרעדיט קארדס" האט געברענגט אז אסך מענטשען ספענדען מער וויפיל זיי קענען זיך ערלויבן, בשעת וואס אמאל האבן זיי דאס נישט געקענט. בקיצור עס איז א לאנגער נושא ואכמ"ל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איך טרעף מיך אייניג מיט ר' יום טוב און טו אויך אזוי.

אויב איינעם איז אינטערעסאנט וואס איך טו און וואס איך שרייב..
כאטש איך נעם יא א שטר לקיים הגמרא, אבער באמת א שטר איז נישט מעלה מוריד, די גמרא זאגט אויך דארט אז ס'איז נישט וועגן טראסט נאר וועגן שכחה, איינער וואס באצאלט באצאלט אן א שטר און איינעם וואס דו דארפסט דעם שטר פאר דין תורה איז עניוועי צרות.
נאכן בארגן מערערע מאלן און האבן עגמת נפש בין איך צוגעקומען דערצו, די מעשה איז אזוי, א נארמאלער מענטש וואס בארגט האלט דאך אז יענער איז אויך א נארמאל, און אז ער בארגט מיינט עס אז ער גייט עס באצאלן, ווען איינער בארגט געלט מיינט עס נישט אז ער דארף עס נישט נוצן איין טאג, ער רעכנט אויף די געלט און וויל עס צוריק ביים זמן פרעון אדער אביסל שפעטער.
ביזדערווייל שטייט דאך אדם ניכר בכיסו, ווי דער קדושת לוי זאגט בדרך צחות אז היינט איז עבד מלוה לאיש לוה, ווייניג מענטשן באצאלן געהעריג און ווער רעדט נאך פון זמן פרעון, ראיתי בני עלי' והמה מועטים מאד, געווענליך וואס ווערט איז, אז א מענטש מאכט זיך אפ פערטיג מ'קען מער נישט בארגן קיין מענטשן קיין געלט, אז מ'בארגט מיינט עס אז מ'קען זיך געזעגענען דערפון, אדער ווערן ווי א אינשורענס אגענט און נאכלויפן יענעם חדשים און יארן און כסדר הערן דעם לך ושוב פון אל תעשוק, מ'ווארפט צו אפאר פרוטות, און אז מ'באקומט שוין יא צוריק דאס געלט איז עס צופיצלט אויף פיצלעך אז ס'זעהט זיך נישט אן דעם סכום. דאס איז שוין אויך גוט, וויפיל מאל בלייבט יענער ממש צוקריגט פאר די רדיפות ל"ע. בקיצור ס'פארגייט דער אפעטיט, און בארגן געלט ווערט א זאך פון די פעסט, איך בארג שוין נישט.

אנדערע וועלן אפמאכן נאר בארגן מיט א משכון, איך האלט שוין נאכדעם, גיי פארקויף יענעמס כלה רינגל... פרוביר עס צו טון, אז דו האסט שוין יא די הארץ דערצו, דארפסטו דיר צושטאפן די אויער פון די קללות..

וואס איז די עצה, אז מ'איז זיך מתבונן אז בארגן געלט קען נישט קומען מיט א חשבון פון ווערן א מחזיר על הפתחים אדער אליין א בעל חוב, בארגן געלט איז א מצוה א שווערע מצוה, און א מצוה וואס קאסט געלט, און צייט, דאס דארף מען וויסן פאראויס, מ'קען נאר בארגן א סכום וואס מ'ווייסט קלאר אז דאס קען בלייבן, און מ'קען נאר בארגן א סכום וואס מ'ווייסט קלאר אז מ'קען דאס צוריק באקומען צוביסלעך אין קליינע תשלומין, און נישט אין צייט, און אויך אז א חלק פון די מצוה איז זיך אפגעבן דערמיט, אנרופן פון צייט צו צייט פרעגן וואס טוט זיך, וכדומה. פונקט ווי א אתרוג קאסט און שכר לימוד קאסט און נאך מצוות קאסטן, בארגן געלט קאסט אויך צייט טירחא בגוף ובממון, דאס איז די חשיבות פון די גרויסע מצוה פון העלפן אידן כי ימוך אחיך והחזקת בו, וחי אחיך עמך, ס'איז נישט קיין באנק מיט פענעלטיס מיט דזשאדזשמענטס.

אז מ'בארגט אזוי, איז גרינגער נישט עובר זיין אויף לא תהי' לו כנושה, כאטש ס'איז כמעט נישט בנמצא מ'זאל באמת עובר זיין דערויף, ווי אויך איז גרינגער צו בלייבן גוטע פריינט, ווי אויך צו געבן בסבר פנים יפות ווי די מצוה איז, די המפייסו זוכה לכל הברכות האמורות.

נאר וואס דען, אלס לפני עור, נישט מכשיל צו זיין דעם לוה מיט מיינען אז די מלוה דארף נישט די געלט און ער גיבט עס אזוי גרינג פשוט ווייל ער האט נישט וואס צו טון דערמיט און ער האט דאך עניוועי אזוי סאך געלט.. דארף מען גיבן דעם פנים אז ס'איז ערנסט, און בעפאר דייקא בעפאר, זיך אויסנעמען מיט ערבים, און אויב מעגליך א משכון, א שטר מיט א זמן פרעון, און אמאל עדים, צו געבן דעם בליק ס'זאל זיין ערנסטער די פרעון,
נאכדעם קען מען מוותר זיין אויף די ערבים וכו' וכו'

אם אתה משמח את שלי וכו'. זאלן אלע אידן האבן אסאך געלט ויקויים הפסוק אפס כי לא יהי' בך אביון בזמן שעושין רצונו של מקום.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אולם עקשטיין האט נישט קיין מוזיקאנט אדער זינגער, האסטו שוין אפאר אלפים געשפארט, און די גראמער איז אויך א ביליגער.
מ'ענדיגט עלף טאנצן שפארט מען נאך געלט.

הער איך אז נעכטען איז געווען א חתונה אין פאראדייס, מען האט גע'ענדיגט טאנצען 10:45, פשוט ווייל מען האט שוין נישט געהאט קיין כוח צו טאנצען לענגער [איך האב נישט געהערט ווען די חתן איז אריינגעקומען אבער די ברעג איז געווען בערך 9:40

משא"כ אין עקשטיין האט מען געטאנצן און געטאנצן שעות ארוכות ביז עלף אזייגער ווייל אזוי לויטעט דאך די תקנה אז עלפע ענדיגט מען, מ'האט שוין נישט געוואוסט וואס צו טון מיט אזויפיל טאנצן, זאגט איינער אז מ'דארף מאכן א תקנה אז מ'מעג ענדיגן טאנצן פאר עלפע..
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

דאס מאל אגרי איך פולקאם מיט בלעטעל. פיין ארויסגעברענגט.

;l;p-
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

חדשות האט געשריבן:דאס מאל אגרי איך פולקאם מיט בלעטעל. פיין ארויסגעברענגט.

;l;p-

בעסער שפעטער ווי קיינמאל :grin:
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק, דאס נעמט יענער מיט אין קבר.....
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

אזוי ווי יענער האט געזאגט געב מיר א הלוואה פאר ממש א קורצע צייט ווייל איינמאל איך האב עס איז עס שוין נישט א הלוואה נאר א נתינה
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

געבן א הלואה העלפט דעם לוה שטיפן ביזן נעקסטן הלואה, געבן א נדבה העלפט אז דער לוה זאל זיך נעמען אין די הענט אריין ווייל ער ווייסט אז ער גייט נישט קענען מארגן בעטן נאך א נדבה משא״כ א הלואה וועט ער שוין מארגן שאפן פין נאך ערגעץ,
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק, דאס נעמט יענער מיט אין קבר.....

אמאל געהערט געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר נאר די ביסל וואס מען געט פאר צדקה אין ביסל וואס מען גנב'ט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.


און א מלוה בריבית גייט בלייבן אין קבר לעולמי עד, ער גייט נישט אויפשטיין תחית המתים
פארוואס?
ווייל ער האלט נישט ביים בארגן קיין געלט פאר אידן נאר אויב ס'לוינט עם...
ווי אזוי זאגט איר? אה 'נקודה למחשבה'...

[בד"וו הער חדשות, נישט יעדע איד וואס בארגט כאיז די צו מאכן א שיינע שבת באווארפן, כ'קען אידן וואס בארגן צו באצאלן א פשוטע קאן עדיסאן בילל]
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.


און א מלוה בריבית גייט בלייבן אין קבר לעולמי עד, ער גייט נישט אויפשטיין תחית המתים
פארוואס?
ווייל ער האלט נישט ביים בארגן קיין געלט פאר אידן נאר אויב ס'לוינט עם...
ווי אזוי זאגט איר? אה 'נקודה למחשבה'...

[בד"וו הער חדשות, נישט יעדע איד וואס בארגט כאיז די צו מאכן א שיינע שבת באווארפן, כ'קען אידן וואס בארגן צו באצאלן א פשוטע קאן עדיסאן בילל]


מקור ?
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

זבחי צדק האט געשריבן:אז א נאנטער ברודער דיינער אדער שוואגער דארף אויף די מינוט געלט, ער מאכט חתונה, אדער ער קויפט א הויז, און דו האסט געלט ליגן, דארפסט עס נישט אין די נאנטע פיוטשער, און ער לייגט דיר פאר א נארמאלער פלאן פון וואו ער פלאנט צו באצאלן, און דו קענסט עם אלס א אנשטעדיגער בעל פרנסה, פארוואס זאלסטו זיין אזא שלעכטער??? [אפילו אלס נדבה וואלסט אים נישט געגעבן, אבער פארוואס עם ניש בארגן??
אין מיינע אויגן איז עס נישט קיין אידישע מדה, אולי איז עס א גוטע ביזנעס עצה אבער נישט קיין אידישע!!

ר' יום טוב, במחשבה מעגט איר אזוי טראכטן, אדרבא גדול שכרך מאוד!!, אבער נישט ראטזאם צו ראטן אנדערע אזוי, כנ"ל

גערעכט נאכמער דער עולם דא האט פארגעסן איינער פון די תרי"ג מצות אם כסף תלוה און רש"י דער אם איז א חיוב !!!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

El Rushbo האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.


און א מלוה בריבית גייט בלייבן אין קבר לעולמי עד, ער גייט נישט אויפשטיין תחית המתים
פארוואס?
ווייל ער האלט נישט ביים בארגן קיין געלט פאר אידן נאר אויב ס'לוינט עם...
ווי אזוי זאגט איר? אה 'נקודה למחשבה'...

[בד"וו הער חדשות, נישט יעדע איד וואס בארגט כאיז די צו מאכן א שיינע שבת באווארפן, כ'קען אידן וואס בארגן צו באצאלן א פשוטע קאן עדיסאן בילל]


מקור ?

א מלוה בריבית אינו קם לתחית המתים איז דאך א חז"ל
דער יסוד פון מצות איסור ריבית איז פארבינדן מיט די מצוה פון אם כסף תלוה, אזוי איז דער חת"ס מאריך אין א תשובה (ער איז דן לפי זה פארוואס זאל זיין א איסור ריבית פאר א לווה א עושר וואס איז נישט נוהג ביי אים די מצוה פון אם כסף תלוה), כ'האב נישט אויף די מינוט דעם מראה מקום
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.

@זבחי צדק מיט @ראספעשע, זייט מוחל עטץ זעט אויס צו זיין זייער בייעסד לטובת דעם לוה און אנטקעגן דעם מלוה און איך בין נישטא זיך צו טענהן מיט מענטשען וואס זענען בלינד פאר איין זייט.

זייט וויסען אז א עס איז דא א שולחן ערוך פאר לווים אויך. זייטץ געזונט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פון אן אנדערן אשכול וועגן א נעכטיגע מסיבה וואס איז נוגע דא.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח משה דייטש פו קרן עזר, וואס טוט ווי באקאנט גאר אסאך אין דעם פעלד פון ארויס העלפן יונגעלייט וואס מוטשענען זיך, און ער האט ארויסגעברענגט במתק לשונו די קלארע פאקטן פון זיין עקספערטיז ווי א יונגערמאן היינט וואס זאל פארדינען אפילו 12-15 הונדערט דאלער א וואך, קען נישט אויסקומען צוליב די גאר הויכע רענט/מארטגעדזש פרייזן און ווי פילע טייערע יונגעלייט גייען נעבעך צוגרונט ל"ע צוליב די שווערע פינאציעלע מצב אין שטוב, און די צענדליגע יונגעלייט וואס זענען ממש אויפגעראכטן געווארן נאכן מופן קיין גרינוויל אדער אנדערע פון די נייע ישובים.

ווי אויך האט ער שטארק משבח געווען די אפשן וואס איז דא אין גרינוויל צו רענטן דירות פאר שפאט ביליג, וואס העלפט פאר אסאך קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן אפילו פאר די ביליגע פרייזן.

דערנאך האט איבערגענומען דער איש המעש ר' הירצקא יאקאבאוויטש, פון די אנפירער פון יעזורו, יושב ראש המעמד.

צוערשט האט ער צוגעלייגט א נקודה צו ר' משה'ס ווערטער, טענה'נדיג אז אפילו יונגעלייט וואס מאכן פיל מער, ווי למשל 2-2.5 טויזענט דאלער א וואך, קענען אויך נישט אויסקומען ווען ס'קומט צו חתונה מאכן די קינדער, און ממילא איז בלייבן אין וויליאמסבורג נישט קיין אפשען פאר 'קיינעם'.


viewtopic.php?f=98&t=24677&start=4035
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קיינער שרייבט נישט דא וויאזוי ״ער אליינס״ קומט זיך אויס יעדער שרייבט נאר אין זשענעראל.

מען דארף טוישען דעם קעפל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

נו לאמיר הערן פון דיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”