בלעטל האט געשריבן:נודניק האט געשריבן:בלעטל האט געשריבן:חכם דאס מיינט ברכה
זעט אויס אז אסאך זענען נישט זוכה דערצו,
יא אוודאי ועיין שם בגמרא כמה מימרות מר' יצחק דברים המפסידים הברכה.
מיין נקודה איז געווען אויף די וואונדער וואס איך זע און אסאך זעען אז די הכנסות שטימט נישט מיט די הוצאות און מ'איז נישט אין א מינוס. מ'דעקט זיך, און מיט דעם פרובירט צוגעבן צום פתיחת האשכול.
איך געדענק איך בין געווען נישט מער געדאכט א אינגערמאן בערך אכט ניין יאר נאך די חתונה, און איך האב מיר איינמאל צוזאמעגענומען און אנגעהויבן מאכן א פונקטליכע חשבון פון אלע פארצווייגטע הוצאות פון שמחות ימים טובים זומער מתנות וכו' און געזען די נומער קומט אן אין די ריזיקע רבבות נישט צופיל ווייט פון א מאה, סיי האט מיר געגעבן א שאק וויסנדיג אז איך מאך נישט אזעלכע געלטער.
מיט די קאפ אין די וואנט אריין. איר האט געהאט אלע פראגראמען? טעקס ריטורן וכולי וכולי
איר ווילט פארקויפן אז רוב מענטשען מאכן 1000 און געבן אויס 1200, און איר זאגט אז עס איז ניטאמאל א נס...
גיוו מי א ברעיק, איך ווייס פאר א פאקט אז רוב עולם קומט נישט אויס. און אפילו די וואס קומען יא אויס איז עס ביי אסך נישט דוקא מיט א גראדקייט.
עס איז דא א ביאור הלכה וואס ברענגט די רש"י אין ביצה אויף כל מזונותיו קצובין, אז א מענטש זאל צוליב דעם זיין געווארענט וויפיל ער געבט אויס, ווייל מען וועט אים נישט צוגעבן מער וויפיל מען האט אים באשטימט...די ביאה"ל לייגט צו אז דורך דעם קומט מען צו גזל (אזוי ווי די מציאות ווייזט) אזוי אויך איז דא די גמרא אין פסחים פון אכול בצל ושב בצל און צענדליגער מאל אין ש"ס, און איז מובן לכל מי שיש לו מח בקדקדו אז מען געבט נישט אויס וואס מען האט נישט.
ביאור הלכה סימן תקכט סעיף א
(*) ואל יצמצם בהוצאת יו"ט: אבל בשאר הימים צריך כל אדם לצמצם בהוצאותיו [טור] ומקורו מהא דאיתא בגמרא מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה וכו' ופירש"י ליזהר מלעשות יציאה מרובה שלא יוסיפו לו אלא מה שפסקו לו עכ"ל
וזהו תוכחת מרובה על זמנינו שבעו"ה הרבה אנשים עוברין ע"ז ולא ישימו לב איך להתנהג בהוצאות ביתם להרחיק דברים המותרים ורבים חללים הפילה הנהגה הרעה הזו שמביאה את האדם לבסוף עי"ז לידי גזל וחמס וגם לחרפה וכלמה. והרבה סיבות יש שגורמים להנהגה רעה הזו. והסיבה הגדולה שבכולן הוא ע"י הנשים שדעתן קלות ואינן רואות הנולד ואשרי למי שיאמץ לבבו ולא ישגיח לפיתויים
וינהל הוצאות ביתו בחשבון כפי ערך הרוחתו ולא יותר ועיין בקונטרס שפת תמים פרק ה' מה שכתבנו בזה
אמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן משמיה דרבי יהודה ברבי אילעי: אכול בָּצָל ושב בַּצֵל [5]; ולא תיכול אווזין ותרנגולין ויהא לבך רודף עליך [6]; פְּחוֹת ממיכלך וממשתיך - ותוסיף על דירתך.
כי אתא עולא – אמר: מתלא מתלין במערבא:
דאכיל אליתא [7] – טשי [מתחבא] בעליתא [8];
דאכיל קקולי [9] - אקיקלי דמתא שכיב [10
זעט אויס אז איר ווילט אביסל בארואיגען דעם גילטי קאנטשעס פארוואס איר ספענט מער וויפיל איר פארדינט מיטן הסבר פון ברכה וואס איז נגד התורה השכל, דאס מאכט עס אבער בכלל נישט ריכטיג. אפילו עס איז ליידער א מכת מדינה.