היסטאריע האט געשריבן:דער פותח האשכול האט דא אויפגעענפנט א נושא וואס ווען מען טראכט אריין דערין, כאפט אן א פחד! איך האב מיך שוין לאנג געוואונדערט, אז דא, צווישן אזעלכע שטארקע טראכטערס, איז נאכנישט דא קיין אשכול דערוועגן.
ווען אידן זאלן ווען פארשטיין וואס דא גייט פאר, וואו אהין די תוצאות קען אלס פירן, וואלט מען גאר שטארק געטון אין דעם פעלד פון לעבן נאר וויפיל מען האט.
דאס מיינט:
1) וואוינען דארט וואו עס איז ביליג.(עס שניידט די הוצאות מיט טויזנטער).
2) נישט קויפן נאר דאס וואס מען דארף.
3) ארויפלייגן אויפ'ן טיש קלאר פאר די הנהלת המוסדות אייער בודזשעט, און וויפיל איר קענט באצאלן, און וויפיל נישט. און נעמט אייך נישט אונטער קיין סכומים וואס איר וועט סיי ווי נישט קענען באצאלן.
4) פראבירט צו מאכן אביסל ערליכע פארדינטע געלט.
5) מחנך זיין די קינדער אויך אויף דעם וועג, און זיי זאגן "איך האב נישט יעצט קיין געלט דאס צו קויפן" (עס איז נישט קיין בושה).
6) און יא, נישט זיין קיין בעל צדקה, נאר אויב מען האט!
7) והעיקר, לעבן מיט א חשבון, נישט מיט א "פאלשע" בטחון!
קוקנדיג אויפ'ן היסטארישן שטאנדפוקט ווי אזוי עס איז געווען פאר'ן קריג, פאר'ן ערשטן און פאר'ן צווייטן, און דאס צושטעלן צום היינטיגן מצב. זעט אויס, אז עס האלט זיך ביים איבערחזרן דעם מצב פון אמאל, אז אומפארמעגליכע וועלן נישט קענען שיקן קיין בחורים אין ישיבות!
עס הייבט זיך אן ביי אזוי גערופענע "אזובי הקיר", אזעלכע וואס זענען ממילא נישט צופיל מצליח, נו, שוין, זאל ער גיין ארבייטן. אבער עס בלייבט נישט דארט, עס הייבט אן צו ווערן א סטענדערט, מען דערשרעקט זיך שוין נישט אזוי שטארק, און אזוי צוביסלעך ווערט דאס א נארמאלע זאך.
זייערע קינדער, וועלן שוין האבן טאטעס וואס וועט זיי שוין נישט צופיל קיצלען אז מען איז נישט אין קיין ישיבה.
אזוי איז געווען אין אלע גרויסע שטעט, נישט נאר אין אונגארן וואו עס איז געווען גאר שטארק איינגעפירט צו גיין ארבייטן העלפן אין די פרנסה, נאר אפילו אין פוילן איז דאס געווען, אין די גרויסע שטעט, און אויך אין די קליינע.
דערווייל ב"ה זעט נישט אויס אז דאס זאל אריבערגיין אויך צו קינדער פון תלמוד תורה, אבער השי"ת זאל אפהיטן וואס עס קען אלס ארויסקומען ווען א גאנצע ציבור לעבט אן א חשבון. דער זעץ וואס מען באקומט ווען דאס קראכט, און ווי שטארק דער קייט שלעפט מיט איינעם דעם צווייטן איז שרעקעדיג צו טראכטן.
השי"ת זאל העלפן און באשיצן דעם כלל ישראל!
אך לו יהי כדבריך! הלואי והלואי.
דאס איז אייביג אזוי געווען ביי כלל ישראל, און אין די גאנצע וועלט, בחורים אין די צענערלינג יארן זענען געגאנגען ארבעטן, און געדינט פאר נאך א מקור הכנסה אין שטוב. דאס וואלט געלעזט ביידע פראבלעמען, סיי די בודזשעט און סיי די ישיבות פראבלעם, ווייל בחורים וואס באלאנגען נישט דארט וואלטן טאקע נישט אהין געגאנגען אין פירסט פלעיס.
זאלן די ידענים מיר קאררעקטן איף איים ראנג, אבער דוכט זיך מיר אז די איינפיר אלע בחורים זאלן לערנען אין ישיבה קומט פונעם זעלבן רבי'ן וואס האט איינגעפירט די חיוב צו גיין אין קאנטרי זומער, (פארשטייט זיך משום שמירת עיניים...) - דער רבי איז אמעריקע!
אינדערהיים איז נאר עלעמענטרי סקול געווען מאנדאטארי, און אלע אונזערע זיידעס זענען טאקע געגאנגען אין פובליק סקול כידוע, און דערנאך אהיים געקומען לערנען אין חדר. ווען מען האט געענדיגט עלעמענטרי, בערך ביי די בר מצוה, איז מען געגאנגען ארבעטן. (ווער עס איז געבליבן שפעטער, אין די "הויך שוהלען", איז דאס שוין געווען א פירצה).
דאהי אין אמעריקע איז דער געזעץ אז מען מוז גיין אין שולע - און מען טאר נישט ארבעטן - ביז די 16. איז דערפאר אזוי נשתרבב געווארן דער מנהג , אז מען קען מילא נישט ארבעטן, און דאס גאנצע לאנד בלייבט אין שולע, צו בלייבן אין ישיבה. און פון די 16 איז שוין געווארן ביז די חתונה. (און היינט "ווערט עס שוין" נאך אפאר יאר נאך די חתונה ביז דער בויטשיק איז שוין מותר צו גיין ברענגען געלט צו באצאלן זיינע חובות פון די ערשטע יארן נאך די חתונה וואס ער האט געלעבט אויף נסים).
איך האב נאכנישט געטראפן די דרשה פונעם רבי'ן ז"ל ווי ער שטורעמט מ'זאל שיקן די בחורים אין ישיבה און נישט גיין ארבעטן. עס קען זיין עס איז דא די דרשה, איך ווייס דאך נישט אלעס, אבער איך האב עס נאכנישט געטראפן. וואס ער האט יא פארארבעט איז אז מען זאל נישט שיקן די בחורים אין קאלעזש נאר ענדערש אין א ישיבה. אבער צו שיקן אין ישיבה אויפן חשבון פון ארבעטן? מאן דכר שמי'.
(אויב איינער ווייסט איך בין נישט גערעכט, איני אומר קבלו דעתי. דאס איז נאר דער בילד לענ"ד).