בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ר' קלמן האט געקויפט א דירה ארום מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פאר א צוגענגליכע פרייז, די דירה ווערט ערשט יעצט געבויעט, און ר' קלמנ'ס נערוון שפרינגען.
פון דא און ווייטער וועט ר' קלמן ממשיך זיין, מיר וועלן פרובירן אים צו העלפן וויפיל מעגליך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

lebediger berel האט געשריבן:פאר א צוגענגליכע פרייז, די דירה ווערט ערשט יעצט געבויעט, און ר' קלמנ'ס נערוון שפרינגען.
פון דא און ווייטער וועט ר' קלמן ממשיך זיין, מיר וועלן פרובירן אים צו העלפן וויפיל מעגליך.

מיר ווארטן צו הערן...סאיז נוגע פאר אסאך יודן דא
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

איך האב געגעבן פאר די דירה 100 טויזענט דאלער די דאן פעמענט גייט זיין מיט 25 טויזענט דאלער מער אלעס איז יעצט אייגנס, א טייל געווען געבארגט פון גמ"ח'ען שון ברוך השם צריק געצאלט.
מיין בני בית איז זייער פרייליך דערמיט.
פארוואס איך מוטשע מיר איז א גיטע שאלה...
די תשובה איז אזוי
איך לעב מיט א בודשעט שון א שיינע פאר יאר קוידם פלעגט עס זיין און ענוועלאפס און די לעצטע 2 יאר האב איך עס אנגעהויבן טון און QB אנהייב איז עס געווען א געשמאק מען האט עס סתם געדארפט טעכניש טון און פערטיג.
לעצטענס האבען זיך זאכן געטוישט און איך האב אנגעהויבן צי האבן מער הוצאות גראסערי האט אנגעהויבן קאסטן מער וכדומ + מיין בני בית האט שון נישט געקענט ארבעטען מיט אזוי פיל קינדער כ"י.
פיין יעצט שטיפ איך נאך אדורך צי שאפען יעדע חודש א טויזענטער אבער ווען די דורה גייט זיין פערטיג וואס וועט זיין? און וואס וועט זיין ווען איך וועל האבן א שטוב מיט קינדער מיט שכר לימיד מיט עסן וכ' ?
איך פרעג נאר!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קלמן, נאך פאר איך גיי ווייטער דיין ערשטע שורה איז א קוואל פון חיזוק פאר דיר און פאר אנדערע אויך, ביזט א אינגערמאן א ארבייטער, וואס מיט סייעתא דשמיא האט ער שוין צוגעשטעלט באיזה אופן שהוא הונדערט אלפים פאר די אייגענע דירה! WOW, איך קען אידן פון זיבעציג וואס צאלן נאך רענט און האבן נישט קיין פעני אוועק געלייגט צו זייער נאמען.
דו ביזט פון די פינף צען פראצענט אן טאפ!
יעצט צו דיין צווייטע שורה, אויב דיין בני בית איז פרייליך דערמיט פארסטו אויף גוטע רעלסן, דיין פיס איז אויף שטארקע יסודות, דיין בני בית וועט פארשטיין אז דו נעמסט אונטער נאך א דזשאב, דו קומסט אהיים אביסל שפעטער און דו גייסט אוועק אביסל פריער וכו'
יעצט. דאס וואס דו האסט געקענט לעבן מיט א בודזשעט איז א סימן אז דו ווייסט וויאזוי צו האלטן חשבונות וכו'
גיימיר צום נעקסט סעיף דיינע פארגרעסערטע הוצאות, דאס איז באמת נאר א קליין טייל פון דיין שוועריקייט, אבער מען דארף ערנסט אריין קוקן דערין, און קען זיין דו קענסט דא עפעס ארום טוישן, לאמיר נעמען גראסערי, צום ערשט, קויפסטו איין אין די ביליגסטע און מערסטע עקאנאמיקל גראסערי אין מאנסי? צווייטנס, וועלכע פראדוקטן קאסטן דיר די מערסטע געלט א חודש? לאמיר זאגן פעיפער גודס (נאר אלץ משל) קענסט איינמאל א פערטל יאר בארגן א מיניווען פונעם שוואגער און אראפ פארן קיין בינגאוי און סטאקן פעיפער גודס.
נעם ארויס דיין גראסערי רעסיט און קוק צו מ'קען עס רעדוצירן מיט 25 פראצענט און נאך אלץ האבן אלעס וואס מ'דארף בריווח (איך האב עס באוויזן, למשל אנשטאט פארטיגע טונא סאלאט האב איך געקויפט גרויסע קענס ביי ראזנער און אליין געמישט) אויב דיין בני בית איז פרייליך מ'קויפט א דירה וועט זי מיט ארבעטן דערמיט.
גיי דורך הוצאה ביי הוצאה זע וואס מ'קען שניידן נארמאל, נעם דיך פאר קודם אז דאס איז נאר ביז די דאון פעימענט און קלאוזינג קאסטן זענען צוזאם געשלעפט,
און לייג טאקע אריין די געשפארטע געלט אין א ענוועלאפ אדער עכטע אקאונט פאר די דירה
איך וואלט מיך באצויגן א מינוט צו דיין בני בית'ס ארבעט, אויב איז זי געווען א גוטע פארדינערין אפשר קען מען פארשאפן א גוטע בעיבי סיטינג און איר צוריק שטעלן ארבעטן כאטשיק פארט טיים ביז די דירה עקספענסעס וועלן זיין באצאלט - צום ביישפיל - זי זאל נאר צושטעלן נאך 25 אלפים להשלים הדאון פעימענט און זי וועט זיך פילן גליקליך אז זי האט צוגעשטעלט א שיין חלק. און לייג טאקע אריין די געלט וואס זי ברענגט אריין אין א ענוועלאפ אדער עכטע אקאונט פאר די דירה
יעצט, די דירה וועט נישט פערטיג ווערן גרייט צום קלויזן פאר א יאר ארום צום פריסטן, אויב וועסטו זען דעמאלטס אז מ'קען בשום אופן נישט אריין גיין דערין וועסטו בלית ברירה פארקויפן דעם קאנטראקט האפענטליך מיט א שטיקל פראפיט, און וועסט האבן צווישן 100 און 150 אלפים אין טאש מער ווי רוב פון דיינע חברים, און וועסט זיך בעז"ה קענען אריין ציען טעמפארערי אין א גרעסערע דירה געדינגען, און וועסט נאך אלץ קענען קוקן דיינע אפציעס פאר א נייע דירה צו קויפן.
דאס איז נאר א בארואיגונגס פיל זאלסט שלאפן רואיג ביינאכט. אבער באמת דארף מען ארבעטן אויף א מהלך צו העכערן דיינע הכנסות, דא וועלן מיר שמועסן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט - לאז אונז וויסן בערך וואס דו טוסט אין די ארבעט, מיר וועלן שפעקולירן וויאזאוי מ'קען הייבן הכנסות, אריין גיין צוביסלעך אליין אין ביזנעס וכו' וכו'
פארגעס נישט ביזט א טויגליכער אינגערמאן וואס האט שוין צוגעשטעלט הונדערט אלפים פאר א דיין פעימענט
וויאזוי זאגט אבאמא יעס ווי קען, יעס יו קען!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

Quicken Deluxe 2019 Personal Finance Software 1-Year + 2 Bonus Months [PC/Mac Disc] [Amazon Exclusive] $27.50
https://amzn.to/2SumhpE
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

די ווערטער וואס די האסט געשריבן זענען כמים כרים על נפש עיפה פאר מיר און איך שעטעל מיר פאר אז פאר נאך אסאך, און איז די איינציגסטע וועג צי זיך האלטן שטארק און דעם גלות
lebediger berel האט געשריבן:צום ערשטן דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביזט מתפלל - דאס איז דער עיקר דער יסוד היסודות - און יעדער וואס קומט אן צו דעם לעוול ווייסט אז דאס איז "אלעס" אלע אנדערע זאכן איז נאר א שפיל וואס מיר מוזן שפילו, און מיר זענען מחויב מגזירת הבורא צו שפילן דאס בעסטע וואס מיר קענען און זיך נאך אלץ פארלאזן אשר בידו נפש כל חי ומאן דיהיב חיי יהיב מזוני, אונזער תפלה און נאר אונזער תפלה העלפט, ומכאן מודעה רבה לאורייתא אז וואס איך גיי שרייבן פון דא און ווייטער איז אלץ די כללי השפיל וואס איך שרייב פון מיין אייגענע און געזאמעלטע ערפארונג.

און אזוי מיין חלק און די שפיל איז צי טין השתדלית וועל מיר גיין ווייטער.

עס זעהט אויס ווי ר' בערל האט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז מיין עיקר דאגה איז די דירה וואס איך האב נישט אינגאנצן דאס געמיינט.
איך וועל מיר אי"ה אביסל בעסער מסביר זיין וואס מיר באדערט...
ר' בערל האט געהאט געשריבן
lebediger berel האט געשריבן:כלל 1 רענט אדער מארגידזש טאר ניטש זיין מער ווי 30% פון די טאטעל הכנסה.

און דאס איז מיין עיקר דאגה.....
יעצט איז מיין רענט אביסל ווייניגער ווי 30% פון מיין טאטעל הכנסה און לעב צישטיפט ממש א פיצי דירה און איך מיז מופן אזוי צי אזוי, די וועג ווי אזוי איך האב עס דערווייל אפגעשטיפט איז ווייל למעשה בויעט זיך דאך די דירה, אבער אויב וואלט איך נאך נישט געהאט געסיינט קאנטראקט וואלט איך שון זיכער געהאט געמופט צי א אנדערע רענטל, און איך מיז צילייגן אז יעצט בין איך יעדע חודש און א מייניס פון צווישן 500 און טויזענט דאלער א וואך פון מיין רעגעלער וועדש און ב"ה יעדע חודש צים סוף ווערט עס געדעקט (פרעג מיר נישט וואזוי ווייל איך ווייס אויך נישט קלאר) מיט דעם וואס מיין רענט איז אביסל ווייניגער ווי 30% פון מיין טאטעל הכנסה.
און וואס וועט זיין ווען איך גיי אי"ה מופן ווען מיין מארגיטש (אדער מיין רענט רענט גייט מיר לכו' נישט זיין ציפיל ביליגער און א גרויסע דורה) גייט זיין מער ווי דאפעלט ווי יעצט מיין רענט דהיינו מער ווי 60% פון מיין טאטעל הכנסה מהיכן ירק זה חי?? און לאמיר נישט פארגעסן מיינע אנדערע הוצאות גיין דערווייל נישט ווערן קלענער עס גייט ציקמען קינדער וואס גייען און חדר/סקול (און פארגעס נישט ע"פ בקשת בבל וועל איך נאך דארפן אריין ווארפן א שיינע טיפ!) עס גייט ציקימען קליידונג וואס מען דארף קויפן, עס גייען ציקימען עסערס דאס און די יעצטיגע קינדער גייען אנהייבן עסן מער דאס גייט אטאמאטיש הייבן די גראסרי קאסטען וכ וכ......
איך פרעג נאר!
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

lebediger berel האט געשריבן:דיין בני בית וועט פארשטיין אז דו נעמסט אונטער נאך א דזשאב, דו קומסט אהיים אביסל שפעטער און דו גייסט אוועק אביסל פריער וכו'

לויט מיין ינגע ערפארונג איז עס נישט אזא גיטע עצה א איד דארף לערנען/דאווענען/קער נעמען פון זאכן און שטוב וכ'

lebediger berel האט געשריבן:לאמיר נעמען גראסערי, צום ערשט, קויפסטו איין אין די ביליגסטע און מערסטע עקאנאמיקל גראסערי אין מאנסי? צווייטנס, וועלכע פראדוקטן קאסטן דיר די מערסטע געלט א חודש? לאמיר זאגן פעיפער גודס (נאר אלץ משל) קענסט איינמאל א פערטל יאר בארגן א מיניווען פונעם שוואגער און אראפ פארן קיין בינגאוי און סטאקן פעיפער גודס.

איך קויף נישט די ביליגסטע ביליגסטע אבער איך שפיר נישט אז עס גייט מיר ציפיל העלפען די פאר צענט וואס איך גיי מיר שפארן און אדאנק דעם אפמיטשענען די בני בית ווער רעדט נאך אז עס קימט דאך מצבים און די מענטשעס לעבן וואס מען דארף קויפן מער רעדי עסן און געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט...........

lebediger berel האט געשריבן:נעם ארויס דיין גראסערי רעסיט און קוק צו מ'קען עס רעדוצירן מיט 25 פראצענט און נאך אלץ האבן אלעס וואס מ'דארף בריווח

לכו' נישט

lebediger berel האט געשריבן:איך וואלט מיך באצויגן א מינוט צו דיין בני בית'ס ארבעט, אויב איז זי געווען א גוטע פארדינערין אפשר קען מען פארשאפן א גוטע בעיבי סיטינג און איר צוריק שטעלן ארבעטן כאטשיק פארט טיים ביז די דירה עקספענסעס וועלן זיין באצאלט - צום ביישפיל - זי זאל נאר צושטעלן נאך 25 אלפים להשלים הדאון פעימענט און זי וועט זיך פילן גליקליך אז זי האט צוגעשטעלט א שיין חלק.

נישט געהאט עפעס א מורא'דיגע פרנסה, און נישט עכט שייך צריק צי שטעלן, און אפילו אויב יא דארף איך עס צי קענען דעקן די חודש.

lebediger berel האט געשריבן:אבער באמת דארף מען ארבעטן אויף א מהלך צו העכערן דיינע הכנסות, דא וועלן מיר שמועסן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט - לאז אונז וויסן בערך וואס דו טוסט אין די ארבעט, מיר וועלן שפעקולירן וויאזאוי מ'קען הייבן הכנסות, אריין גיין צוביסלעך אליין אין ביזנעס וכו' וכו'

מיין בעל הבית האט א עמעזאן ביזנעס דא אין מאנסי, איך נעם קעיר פון אלעם איך טו די קוויק בוקס וכו'

lebediger berel האט געשריבן:וויאזוי זאגט אבאמא יעס ווי קען, יעס יו קען!
לעצט פארראכטן דורך קלמן הלוי אום דינסטאג יאנואר 01, 2019 3:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך פרעג נאר!
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

lebediger berel האט געשריבן: פארוואס מוטשעסטו זיך דורך צו שטיפן דעם חודש.

איך וויל בס"ד אראפלייגן מיינע חודש'ליכע באדזשעט
איז אזוי איך בין געגאנגען א שיינע פאר יאר צריק צי 2 באדשעטונג דרשות דא און מאנסי און איך מיר אוסגעשטעלט מיין באדשעט דהיינו איך האב אפגעמאכט ציזאמען מיט מיין בני בית אז פון היינט און ווייטער וועל מיר אראפשרייבן יעדע דאלער וואס מען ניצט, און נאך 3 חדשים אזוי טון האבען מיר געהאט א קלארע בילד וויפיל די לעבן קאסט אונז א חודש,(עס זענען דא מענטשען וואס טיען עס וועכטנליך מיר איז עס געגאנגען גרינגער חודש'ליך,) און פון דעמאלטס האב איך מיר אויסגעשטעלט א באדשעט מיין וועדש גייט אריין און באנק יעדע סוף וואך און סוף חודש לייג איך עס אריין און QB און נאכדעם ציטייל איך עס לוט די עקספענסעס פון די קימענדיגע חודש, פארשטייט זיך אז ווען איך האב געזען אז איין אקאנט לדוגמה עסן ווערט צי אנגעשטרענגט האב איך געקיקט די סובה און איך האב אריינגעלייגט מער געלט פון דעמאלטס און ווייטער און די אקאנט אזוי האט זיך אויס געפארומט מיינע יעצטיגע חודש'ליכע באדזשעט.
מיין יעצטיגע חודשליכע בוזשעט איז אזוי
רענט $1200.00
שכ"ל $850.00
עסן $900.00
קליידונג $220.00
פארשידנס טעקסי וכדו $320.00
יטילעטיס $243.00
טעלפאן $63.00
זאכן וואס מאכן זיך פון צייט צי צייט כגון נייע כלים און שטוב אמאל דינגען א קאר וכ' $200.00
פאר די נעקסטע פסח/תשרי וואס קומט $400.00
ערבים $28.00
גמ"ח וואס איך האב ארויסגענימען פאר די דאן פעמענט (שון כמעט אפגעצאלט אבער איך וויל ארויסנעמען נאך 1 ווייל עס איז די גרינגסטע וועג צי האבען די איבעריגע דאן פעמענט) $600.00
סך הכול הוצאות פער חודש $5,024.00
נעט חודשליכע אינקאם $4224.00
בלייבט איבער חודשליך צי שאפן $800.00
דאס איז יעצט די מצב, איך זעה נישט און די פיאטשער קיין סך רעזעס, וואס איך זעה יא און די פיאטשער איז אסאך העכערונג און די עקספענסעס :roll:
איך פרעג נאר!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

קלמן WOW פאר די בודזשעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך טראכט נאך וואס מען דאף דיר ענטפערן
אבער לויט דעם אלטן "אמת'דיגן" כלל צוזאמגערעכנט איז האלב באצאלט, קענסטו שוין רעדוצירן דיין לאך צו 400 $ סאיז א ווערטל אבער ס'איז כמעט אמת, דו ווייסט וואו דו שטייסט, דו ווייסט וואס דער מציאות איז וכו',
דיין קליידונג 220 א חודש זעט אויס אביסל צו סאך דאס איז 2640 א יאר ספעשל אז דו געסט שוין 400 דאללער פאר די ימים טובים, און דו רופסט דאך נישט טויזענט געסט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עיקר שכחתי, איך ענטפער נאך גארנישט איך קאנגראטוליר דיר פארן נעמען די קוראזש און לעבן באמת מיט א חשבון
הלואי וואלט איך עס געטון אינגערהייט וואלט איך נישט געהאט אזויפיל ווייסע האר אין מיינע פיאות!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

צום קעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

זײער שװער, פארװאס פרעגסטו?
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

lebediger berel האט געשריבן:דיין קליידונג 220 א חודש זעט אויס אביסל צו סאך דאס איז 2640 א יאר

פארגעס נישט מען רעדט פון 6 נפשות טאטע מאמע + 4 קינדערלעך נאך אלץ צי סאך?

lebediger berel האט געשריבן:ספעשל אז דו געסט שוין 400 דאללער פאר די ימים טובים

איך טריי זייער נישט צי ניצן די ימים טובים געלט פאר דעם
איך פרעג נאר!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קלמן הלוי האט געשריבן:

מען רעדט נישט פון קיין ריזיגע חלק פונעם בודזשעט, איך פרוביר פלעין צו זען צו דו מאכסט נישט עפעס א טעות,
אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס ימים טובים זענען אזוי טייער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

lebediger berel האט געשריבן:

שון לאנג געמיטשעט אויף דעם
התשובה,
איך האב יא געניצט אביסל פאר קליידונג/עסן ווייל כהאב במשך השנה אפאר מאל מיר נישט געקענט אן עצה געבן במילה האב איך געטראכט אז עס איז דאך דא געניג פאר קליידונג לאמיר נישט לייגן די חודש, וכן די יו"ט'דיגע ארדערס פיטען געווענדליך נישט אריין און עסן פון א גאנץ יאר מען עסט גיטע בשר בהמה מיין פעווערט עסן, א לכבוד יו"ט!
השנית מען כאפט נישט אז יו"ט קאסט זייער אסאך, ד מינים, איך צאל צי בויען מיין סיכה איך האב א סטעדש/שלאק וכ און איך בין ווייט פון הענדי, איך דינג א קאר פאר חול המעוד, חול המעוד האלטן, פסח קויפט מען געווענדליך נייע כלים, פאר פסח א שפחה, ווער רעדט נאך א מתנה אויף יו"ט.
און איך האב נאך נישט גערעדט פון שמחות....
אגב מיין פאריגע שמחה איז אויסגעקימען נאנט צי פסח טאקע נישט געהאט קיין הוצאות יו"ט געווען ביים טאטע/משפחה ציטיילט אבער די שמחה האט געקאסט א געוואלט

נ.ב. וואס איז די מכה אשר לא כתובה בתורה אז ווען איך ענדיג שרייבן א גאנצע תגובה און איך וויל עס שיקן בעט עס איך זאל מיר נאכאמאל אריינסיינען און מיין גאנצע מי ווערט בטל כעפרה? מען קען דאך פלאצן.....
איך פרעג נאר!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קודם שרייב און אן אנדערע פראגראם אזוי פארלירט איר עס נישט, קוק נעקסטע מאל ווען די סיינסט אריין אז דער קעסטעל צי בלייבן אריין געסיינט זאל זיין סעלעקטעד
לעצט פארראכטן דורך shimon7323 אום דינסטאג יאנואר 01, 2019 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לגבי מכה אשר לא כתובה בתורה, במך די יארן אויף אייוועלט פלעג איך מיך אויך מוטשען דא און דארט, על כן ווען כ'האב געהאט אביסל א לענגערע תגובה פלעג איך עס שרייבן אין ווארד און נאכדעם אריין פעיסטן דא נישט צו פארלירן די פלאג, איך מיין ס'האט אויך צו טון מיט דיין קאמפיוטער, סערווער וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4702
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

לגבי מכה אשר לא כתובה בתורה:
פאר איך דריק 'שיק' קאפי איך אלס די תגובה צום clipboard על כל צרה שלא תבא (Ctrl+C)
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

איך האב געמיינט אז נאר איך דארף מיר אזוי מיטשענען.
יישר כח פארן מיר זאגן אז דאס איז די וועג און מדארף לעבן דעמיט.
איך פרעג נאר!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קלמן הלוי האט געשריבן:איך האב געמיינט אז נאר איך דארף מיר אזוי מיטשענען.
יישר כח פארן מיר זאגן אז דאס איז די וועג און מדארף לעבן דעמיט.

יא, דאס גאנצע לעבן איז אין א געוויסע זין א מוטשעניש, און אין א געוויסן זין א מחי'!
סאיז נישט קיין עולם השלם והאמת דא נאויפס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

ר קלמן אז די קענסט נישט העכערן דיין הכנסה דארפסטו כאטש קאטן די הוצאות און גלייב מיר סדא ווי צו קאטן איך קען מענטשן וואס מאכן מער געלט ווי דיר און שפארן אסאך פארשטייט זיך זאלסט רעדן מיט דיין ווייב צו זיין אויף 1 פעידזש ענקער גאול זאל זיין צו אוועקלייגן יעדן פיאסטער שייך
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קלמן הלוי האט געשריבן:איך האב געמיינט אז נאר איך דארף מיר אזוי מיטשענען.
יישר כח פארן מיר זאגן אז דאס איז די וועג און מדארף לעבן דעמיט.

מיר האלטן מיט דעם אשכול מיט אינטרעסע...

צום ענים ס'לאו דוקא
אויב ער בעט דיר, זוך צוריק אריינצוסיינען טו וואס ער הייסט , דאן דרוק דעם עראו אויבן לינקס צוריק צו גיין צום פעידזש ווי איר טייפט
שלח-שיק
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

ביי א קליינע פראצענט מענטשען שטימט די 'פלאן' אויף הונדערט פראצענט.

מ'פרובירט צו שפארן ווי מעגליך ולה' הישועה.

אלץ חסידישער איד האסטו במילא נישט קיין אויסוואהל.

בודזשעטינג איז עפעס וואס האט געהאלפן ווען איין וואך וועידזשעס איז געגאנגען פאר רענט, און [אלץ רעזולטאט האבן] זאכן געקאסט substantially ווייניגער ווי היינט.

כהיום יום האבן רוב מענשטען א פראבלעם וואס בודזשעטינג וועט קיינמאל העלפן, חוץ נאכאמאל קאנפירמען אז בטחון איז נישט 'נאך' א אפשען, נאר גאר די איינציגע ברירה.
אמת ויציב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת ויציב »

קלמן הלוי האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן: פארוואס מוטשעסטו זיך דורך צו שטיפן דעם חודש.

איך וויל בס"ד אראפלייגן מיינע חודש'ליכע באדזשעט
איז אזוי איך בין געגאנגען א שיינע פאר יאר צריק צי 2 באדשעטונג דרשות דא און מאנסי און איך מיר אוסגעשטעלט מיין באדשעט דהיינו איך האב אפגעמאכט ציזאמען מיט מיין בני בית אז פון היינט און ווייטער וועל מיר אראפשרייבן יעדע דאלער וואס מען ניצט, און נאך 3 חדשים אזוי טון האבען מיר געהאט א קלארע בילד וויפיל די לעבן קאסט אונז א חודש,(עס זענען דא מענטשען וואס טיען עס וועכטנליך מיר איז עס געגאנגען גרינגער חודש'ליך,) און פון דעמאלטס האב איך מיר אויסגעשטעלט א באדשעט מיין וועדש גייט אריין און באנק יעדע סוף וואך און סוף חודש לייג איך עס אריין און QB און נאכדעם ציטייל איך עס לוט די עקספענסעס פון די קימענדיגע חודש, פארשטייט זיך אז ווען איך האב געזען אז איין אקאנט לדוגמה עסן ווערט צי אנגעשטרענגט האב איך געקיקט די סובה און איך האב אריינגעלייגט מער געלט פון דעמאלטס און ווייטער און די אקאנט אזוי האט זיך אויס געפארומט מיינע יעצטיגע חודש'ליכע באדזשעט.
מיין יעצטיגע חודשליכע בוזשעט איז אזוי
רענט $1200.00
שכ"ל $850.00
עסן $900.00
קליידונג $220.00
פארשידנס טעקסי וכדו $320.00
יטילעטיס $243.00
טעלפאן $63.00
זאכן וואס מאכן זיך פון צייט צי צייט כגון נייע כלים און שטוב אמאל דינגען א קאר וכ' $200.00
פאר די נעקסטע פסח/תשרי וואס קומט $400.00
ערבים $28.00
גמ"ח וואס איך האב ארויסגענימען פאר די דאן פעמענט (שון כמעט אפגעצאלט אבער איך וויל ארויסנעמען נאך 1 ווייל עס איז די גרינגסטע וועג צי האבען די איבעריגע דאן פעמענט) $600.00
סך הכול הוצאות פער חודש $5,024.00
נעט חודשליכע אינקאם $4224.00
בלייבט איבער חודשליך צי שאפן $800.00
דאס איז יעצט די מצב, איך זעה נישט און די פיאטשער קיין סך רעזעס, וואס איך זעה יא און די פיאטשער איז אסאך העכערונג און די עקספענסעס :roll:

אזוי ווי איך בין שוין אויך געווען אין אזא מצב, פין ממש לעבן פין פעי טשעק צי פעי טשעק,
אפשר קען מיין עקספיריענס דיך אביסל ארויסהעלפען,
ראשית כל, ווילאנג דיין געהאלט קלעקט נישט אויף די חודישלעכע הוצאות,
מיזטו אנהייבן אויפקומען מיט פלענער וויאזוי דעס מסדר צו זיין
די זאגסט אז די נעמסט קעיר פון דיין בעלעבאסענס גאנצע ביזנעס, אויב אזוי,
פארוואס ביזטו נאכנישט אין ביזנעס, אויף וואס ווארטסטו? אויף דיין בעלעבאס זאל דיך מכבד זיין צו עפענען א ביזנעס
ואי תימא אז דו האסט נישט דאס געלט אנצוהייבן,
איז זאגסט דאך אז די קענסט גוט קוויק בוקס, הייב אן טון איינעמס ביכער איין שעה א טאג
מקען דערפון מאכן זייער שיין, געגאנגען,
(אויב די קענסט עס נאכנישט 100% הייב אן אריינצוארבעטן קונה צו זיין דעם פראגרעם מיט א שלימות)
אין עווענטועל אויב ביזט גוט דערין קען דאס זיין א גאר גוטע פרנסה
בכלליות אנשטאט פון טראכטען פון צמצום ההוצאות הייב אן טראכטען
פון אריין לייגן און דיר אליינס מער וועליו,
און ווער נישט מיד, אדער רואיג, נאר האב אייביג פאר דיין ציל צו אויפבויען דיינע סקילס מער אין מער
מיט די צייט וועסטו אליינס באקומען די קאנפידענס אין די זאך וואס די האסט גוט ארויס,

יעצט פאר דערווייל בענין צומצום הוצאות
איך פלעג עפענען א קרעדיט קארטל אדער צוויי מיט אסאך פראמאושען פאוינטס
און נאך איידער די ביל איז אנגעקומען האב איך שוין געהאט פארקויפט די פוינטס
דיינע חודשליכע הוצאות זענען היבש נידעריג, איעדער וויליאמסבורגער יונגערמאן וואלט זיך געוואונטשען צו צאלן 1200 רענט אין 900 גראסערי, און פאר דיינע יו"ט הוצאות הוצאות הייב אן פארארבייטן מעשים אז סזאל ווערן געקאווערט פון א זייטיגע הכנסה
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

אט אזוי האט געשריבן:ר קלמן אז די קענסט נישט העכערן דיין הכנסה דארפסטו כאטש קאטן די הוצאות און גלייב מיר סדא ווי צו קאטן איך קען מענטשן וואס מאכן מער געלט ווי דיר און שפארן אסאך פארשטייט זיך זאלסט רעדן מיט דיין ווייב צו זיין אויף 1 פעידזש ענקער גאול זאל זיין צו אוועקלייגן יעדן פיאסטער שייך

אדרבה זאג מיר ווי, איך קען שטארק באשטיין צי וויסן, הגם ס'גייט נישט צי שטארק העלפן אויף ווען די דירה גייט זיין פערטיג, אבער חאטש אויף יעצט.
איך פרעג נאר!
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

El Rushbo האט געשריבן:ביי א קליינע פראצענט מענטשען שטימט די 'פלאן' אויף הונדערט פראצענט.

מ'פרובירט צו שפארן ווי מעגליך ולה' הישועה.

אלץ חסידישער איד האסטו במילא נישט קיין אויסוואהל.

בודזשעטינג איז עפעס וואס האט געהאלפן ווען איין וואך וועידזשעס איז געגאנגען פאר רענט, און [אלץ רעזולטאט האבן] זאכן געקאסט substantially ווייניגער ווי היינט.

כהיום יום האבן רוב מענשטען א פראבלעם וואס בודזשעטינג וועט קיינמאל העלפן, חוץ נאכאמאל קאנפירמען אז בטחון איז נישט 'נאך' א אפשען, נאר גאר די איינציגע ברירה.

איך האב שוין כמה פעמים געקלערט אויפציגעבן די באדשעטינג נאר איך שפיר אז אויב וואלט איך עס נישט געטין די לעצטע פאר יאר וואלט איך היינט געהאט א בארג חובות און אויב עפעס וואלט איך געווען סך מער נערוועז...........
איך פרעג נאר!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”