בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

סאיז ליידער היינט אזוי טייער אפילו רויע פראדוקטן אז סאיז נישט דא נאר 1 עצה גיין אויף דייעט
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ר' יום טוב האט געשריבן:אקעי, צוריק צו בודזשעט.

צווישן אונז נארמאלע מענטשן איז פאראן גאר אסאך וואס ברויכן חיזוק מיטן אנגיין טאג-טעגליך. רוב פון אונז זענען אויסגעהארעוועטע 10+ שעה-א-טאג ארבייטער וועלכע קענען זיך קוים ערלויבן אראפצונעמען די ביסל צייט לדוגמא צו ליינען/שרייבן דא אויפן וועלטל.

און די פראגע איז נישט צו מיר קענען אויסקומען. ניין רוב פון אונז קענען נישט, און ווער יא האט א ספעציעלע סיבה דערביי. אבער מיר קענען בעז"ה מינימייזן די נעגאטיווע אפעקטן דערפון. מיר קענען פארגרינגערן צו דורכשוויצן דעם בזיעת אפיך, צו קענען דורכמאכן לאורך הדרך - פיזיש און גייסטיש - אונזער פליכט פון ברענגען פרנסה פאר אונזער שטוב. יעדע שעה וואס מען ארבייט, מיט יעדע איינקויף אין געשעפט, איז די גרעסטע מאס חסד וואס איז נאר פאראן. נעמליך, שפייזן די בני בית און אייערע טייערע קינדערלעך. מען זאגט נאך פון גרויסע אידן - איך דענק נישט פון וועם - אז דאס האט די זעלבע חשיבות פון דינען דעם אייבירשטן ווי זיצן און לערנען.

יעדער קען שרייבן זייער עקספיריענס אבער איך וועל אראפגעבן מיין מיינונג וואס איך אליין טו בנוגע פערסאנעל בודזשעט, און קען מעגליך נוגע זיין פאר מאנכע. ׁ(עס איז נישט קיין וואן-סייז-פיט, וואס ביי איינעם א מעלה קען ביי א צווייטן זיין אן עוולה)

ספענדינג.
- איך האלט אז דער עולם שפענדעט גאר שטארק פאר געוויסע קאטאגאריעס, בעיקר גראסערי. מאנכע זענען געווען איבעראשט ווען כ'האב געשטעלט גראסערי/בוטשער ביי בלויז $1200 א חודש. במציאות שפענדט איך היבש ווייניגער פון דעם, אין א שטוב פון 7 נפשות אן קיין פ.ס., און אן זיין ספעציעל קארג. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו באשרייבן די בעסטע אופן וויאזוי זיך איינגעוואוינען איינצוקויפן אין געשעפט, עס נעמט אריין אסאך דעטאלן ועחז"ל.

- איך האב "איין" קרעדיט קארד וואס איך ניץ בלויז פאר באשטימטע עקספענסעס און באצאל דאס ערליך יעדע חודש. (1-1/2 קעש בעק)

- צדקה איז זייער חשוב, מען דארף אבער וויסן עס צו געבן מיטן גאנצן הארץ. ישרא' קדושים נתבעים ונותנים גלייכן נישט אפצוזאגן כל הפושט יד, ס'פאסט דאך נישט. אבער מען מוז זיין אין א געוויסע מדריגה מקיים צו זיין דעם "יותר מכפי יכלתו". חשוב'ע ארגאנעזאציעס האבן גוט-באצאלטע פאנדרעיזערס מיט סטראטעגיע וויאזוי אויסצואיבן דרוק. אויב זאל איך געבן פאר אלע צוועקן דאס וואס זיי פארלאנגען פאר די "מיעוטי היכולת", און אויסגעפילט ק.ק. אינפאו אויף יעדע אקשען ביכל פון די פאסט, דאן וואלט איך געבליבן אן גארנישט...אויב האלט איך ביים געבן פאר א צוועק דאן גיב איך וויפיל איך שפיר פאר נויטיג, און אויב נישט האב איך נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן איך האב נישט!!

סעיווינגס.
- איך האב א סעיווינגס אקאונט וואס איז אנגעשטעלט אריינצוגיין א געוויסן קליינעם סכום יעדע וואך. די אויפטו איז, אז ווען עס איז פאראן סיי וועלכע גרעסערע עקספענס משך'ן חודש, ווי פעימענטס איז פאראן אן אונטערלאגע פון ווי צו נעמען. פאראן וואכן, וואס איך זע אז איך וועל זיך דאס בשו"א נישט קענען ערלויבן, טו איך דאס פון פאראויס קענסלען. אבער 75% פון די צייט בלייבט דער טרענספער.

- ווען איך בין געווען אינגער מיט עטליכע יאר צוריק, געהאט ווייניגער עקספענסעס און באשערט געווען העכערע אינקאם, און דעריבער געקענט אוועקלייגן א גרעסער סכום, האב איך נישט אינוועסטירט דאס געלט אין א 'ביזנעס' אדער לייף אינשורענס וכדו'. איך בין ווייטער געבליבן אן ארבייטער צו א בעה"ב, און אינוועסטירט דאס געלט אין.... אן אייגן דאך איבערן קאפ. דאס איז געווען מיין בעסטע אינוועסטמענט אין לייף.

- געשפארט געלט וואס איז אוועקגעלייגט פאר א געוויסע צוועק, איז כאילו ס'עקזיסטירט נישט. (איך האב אפילו איינמאל געברויכט באצאלט אן 'אווערדרעפט' אפצאל נאכן נישט האבן דעקונג אין באנק, און ליבערשט נישט צוגערירט יענע געלט!)

רבי יום טוב,

MY HATS OFF FOR YOU....

;l;p- ;l;p- ;l;p-

די מערסט זאכליכע תגובה פונעם גאנצען אשכול.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

אויב איינער איז בטבע דיסציפלינט לוינט צו האבן מערערע קארטלעך פאר די פוינטס
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ר' יום טוב האט געשריבן:- איך האב "איין" קרעדיט קארד וואס איך ניץ בלויז פאר באשטימטע עקספענסעס און באצאל דאס ערליך יעדע חודש. (1-1/2 קעש בעק)

מאך בעסער 2 מיט סיטי דאבל קעש.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אולם עקשטיין האט נישט קיין מוזיקאנט אדער זינגער, האסטו שוין אפאר אלפים געשפארט, און די גראמער איז אויך א ביליגער.
מ'ענדיגט עלף טאנצן שפארט מען נאך געלט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

בלעטל האט געשריבן:אולם עקשטיין האט נישט קיין מוזיקאנט אדער זינגער, האסטו שוין אפאר אלפים געשפארט, און די גראמער איז אויך א ביליגער.
מ'ענדיגט עלף טאנצן שפארט מען נאך געלט.

הער איך אז נעכטען איז געווען א חתונה אין פאראדייס, מען האט גע'ענדיגט טאנצען 10:45, פשוט ווייל מען האט שוין נישט געהאט קיין כוח צו טאנצען לענגער [איך האב נישט געהערט ווען די חתן איז אריינגעקומען אבער די ברעג איז געווען בערך 9:40
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

10 כללים געקליבן פון מיין טאטנס פינאנץ ביכל:

- געב קיינמאל דיין נאמען אדער סאשעל פאר קיינעם, אפילו פאר געלט. וועסט נישט חרטה האבן. ליבערשט זיי נישט העפליך יעצט, ווי איידער האבן עגמת נפש יארן שפעטער.

- דו פארבארגסט געלט, געזונטערהייט. אבער קיין צענט נישט מער פון וויפיל די וואלסט גרייט געווען יענעם צו געבן בתורת נדבה!

- פארבארג קיינעם נישט דיין קרעדיט קארד, אדער טשעק ביכל. אפילו אויב ס'איז נישט לשם הלואה. (פאר אנליין שאפינג, גמ"ח פעימענטס, וכדו')

- טראסט קיינעם נישט ביים ווארט מיט געלט. נישט קיין נפק"מ ווי רייך/ארעם יענער איז, צו יענער איז דיין בעסטער חבר/שכן, משפחה, וואוילער איד אדער גרעסטער ירא שמים/בעל מידות.

- א שטר חוב איז גארנישט ווערט. שאד די טינט. ממה נפשך.

- שטיי אוועק פון סטאקס א.ד.ג., חתונה פאליסי, אדער אפילו לייף אינשורענס אינוועסטמענט. ליבערשט לייג אוועק דאללער אויף דאללער.

- אינוועסטיר נישט קיין געלט ביי יענעמ'ס ביזנעס.

- נעם קיינמאל נישט אונטער קיין שום גרעסערע פינאנציעלע שריט, אן די פולסטע צושטימונג פון דיין בני בית.

- אינוועסטיר נישט דיין געלט אין ריעל עסטעיט וכדו' בעפאר דו האסט שוין א פארזיכערטע חשבון פון גענוג געלט פאר די גרעסערע הוצאות פון דיין עווענטואלע לעבנס-געברויך.

- אין פאל די ווילסט נישט פאלגן איינע פון די פונקטן מחמת איזה סיבה, דאן מאך כאטש זיכער אז די "רבי געלט" איז ווי ווייניגער...
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

ר' יום טוב האט געשריבן:10 כללים געקליבן פון מיין טאטנס פינאנץ ביכל:

- געב קיינמאל דיין נאמען אדער סאשעל פאר קיינעם, אפילו פאר געלט. וועסט נישט חרטה האבן. ליבערשט זיי נישט העפליך יעצט, ווי איידער האבן עגמת נפש יארן שפעטער.

- דו פארבארגסט געלט, געזונטערהייט. אבער קיין צענט נישט מער פון וויפיל די וואלסט גרייט געווען יענעם צו געבן בתורת נדבה!

- פארבארג קיינעם נישט דיין קרעדיט קארד, אדער טשעק ביכל. אפילו אויב ס'איז נישט לשם הלואה. (פאר אנליין שאפינג, גמ"ח פעימענטס, וכדו')

- טראסט קיינעם נישט ביים ווארט מיט געלט. נישט קיין נפק"מ ווי רייך/ארעם יענער איז, צו יענער איז דיין בעסטער חבר/שכן, משפחה, וואוילער איד אדער גרעסטער ירא שמים/בעל מידות.

- א שטר חוב איז גארנישט ווערט. שאד די טינט. ממה נפשך.

- שטיי אוועק פון סטאקס א.ד.ג., חתונה פאליסי, אדער אפילו לייף אינשורענס אינוועסטמענט. ליבערשט לייג אוועק דאללער אויף דאללער.

- אינוועסטיר נישט קיין געלט ביי יענעמ'ס ביזנעס.

- נעם קיינמאל נישט אונטער קיין שום גרעסערע פינאנציעלע שריט, אן די פולסטע צושטימונג פון דיין בני בית.

- אינוועסטיר נישט דיין געלט אין ריעל עסטעיט וכדו' בעפאר דו האסט שוין א פארזיכערטע חשבון פון גענוג געלט פאר די גרעסערע הוצאות פון דיין עווענטואלע לעבנס-געברויך.

- אין פאל די ווילסט נישט פאלגן איינע פון די פונקטן מחמת איזה סיבה, דאן מאך כאטש זיכער אז די "רבי געלט" איז ווי ווייניגער...

בקיצור (כמעט) ווי א עכטער גוי
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א רעצעפט צו בלייבן ארעם.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ר' יום טוב האט געשריבן:10 כללים געקליבן פון מיין טאטנס פינאנץ ביכל:

- דו פארבארגסט געלט, געזונטערהייט. אבער קיין צענט נישט מער פון וויפיל די וואלסט גרייט געווען יענעם צו געבן בתורת נדבה!

- פארבארג קיינעם נישט דיין קרעדיט קארד, אדער טשעק ביכל. אפילו אויב ס'איז נישט לשם הלואה. (פאר אנליין שאפינג, גמ"ח פעימענטס, וכדו')

- טראסט קיינעם נישט ביים ווארט מיט געלט. נישט קיין נפק"מ ווי רייך/ארעם יענער איז, צו יענער איז דיין בעסטער חבר/שכן, משפחה, וואוילער איד אדער גרעסטער ירא שמים/בעל מידות.

- א שטר חוב איז גארנישט ווערט. שאד די טינט. ממה נפשך.

דיין טאטע איז אפשר א גר?
ביי אידן האט מען געוויסט פון:
אם כסף תלוה מצות עשה דאורייתא
חז"ל תיקנו הרבה דברים 'כדי שלא תנעול דלת בפני לוין'
מה דעלך סני לחברך לא תעביד [שטעל דיך פאר ווי אזוי וואלסטו געטראכט ווען דו אליינס דארפט אמאל האבן געלט, און דיין נאנטסטער ידיד לאזט דיך פייגערען און קיין פיאסטער העט ער דיר נישט בארגן...]

אלא מאי בינעך געקומען צו די מסקנא אז דיין טאטע איז מסתמא א גר, ווייל ארנטליכע גוים פירן זיך אזוי.....
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

זבחי צדק האט געשריבן:

אדער האט ער זיך אמאל ערנסט אפגעבריהט פון איינעם וואס האט זייער גוט געקענט אלע שיינע מאמרי חז''ל לגבי מלוה, אבער ווען ס'איז געקומען צו די לוה רשע ולא ישלם, איז ער פלוצלינג געווארן א שאינו יודע לשאול...
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ער שרייבט דאך 'נישט קיין נפק"מ ווי רייך/ארעם יענער איז, צו יענער איז דיין בעסטער חבר/שכן, משפחה, וואוילער איד אדער גרעסטער ירא שמים/בעל מידות'
האסט איינעם וואס איז אין די קאטעגאריע און א ערליכער איד מיט א אידיש הארץ טראסט עם נישט צו בארגן געלט בעת דחקו?
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

זבחי צדק האט געשריבן:ער שרייבט דאך 'נישט קיין נפק"מ ווי רייך/ארעם יענער איז, צו יענער איז דיין בעסטער חבר/שכן, משפחה, וואוילער איד אדער גרעסטער ירא שמים/בעל מידות'
האסט איינעם וואס איז אין די קאטעגאריע און א ערליכער איד מיט א אידיש הארץ טראסט עם נישט צו בארגן געלט בעת דחקו?

ער שרייבט, ''טראסט נישט קיינעם ביים ווארט''.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך אלס פשוט'ער פארדינער האב שוין פארבארגט א סך הכל פון 90 אלפים פאר מערערע אידן בעת הצורך. עס איז אלעמאל געווען מיט די אויבנדערמאנטע תנאים. וויפיל איך וואלט יענעם געגעבן בתורת נדבה, נישט פאר ביזנעס אינוועסטמענט, און אן קיין שטר.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך אלס פשוט'ער פארדינער האב שוין פארבארגט א סך הכל פון 90 אלפים פאר מערערע אידן בעת הצורך. עס איז אלעמאל געווען מיט די אויבנדערמאנטע תנאים. וויפיל איך וואלט יענעם געגעבן בתורת נדבה, נישט פאר ביזנעס אינוועסטמענט, און אן קיין שטר.

קודם כל חז"ל זאגן מען זאל נישט פארבארגן אן א שטר און אן עדים [מען איז עובר אויף לפני עור, ראה ב"מ עה ע"א]
און פארוואס האסטו עס טאקע נישט געגעבן בתורת נדבה

און אויב מעגליך ביטע פרעגן א תלמיד חכם, אויב מצות הלואה גייט טאקע אן נאר בגדר וויפיל דו וואלסט געגעבן יענעם א נדבה, ס'איז א גרויסע חידוש לדינא!!

אין מיינע אויגן אויב זאל ווען כלל ישראל און אלע גמ"ח'ן פארבארגן געלט נאר מיט די דערמאנטע תנאים, וואלט מען שוין געקענט אנפילן א שיינע פאר בתי חיים מיט הארץ-אטאקע טויטע.....

סי'ז יתכן אז ביזט אמאל אריינגעפאלן מיט איינעם און וועגן דעם האסטו אפגעמאכט די החלטות.., עס איז נאר בגדר לימוד זכות אויף דיר
אבער א איד דארף קוקן דערויף ווי א נסיון, נישט ווי א הוראה לדורות ולרבים אז מער פארבארגט מען נישט פאר קיינעם
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

מה פתאום??? האט געשריבן:א רעצעפט צו בלייבן ארעם.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך זעה נישט וואס סאיז אזוי שלעכט מיט זיינע ווערטער, ער זאגט נישט אז מ'זאל נישט בארגן, נאר אז מען זאל נישט בארגן מער ווי מען וואלט געגעבן א נדבה, די פאקט ווייזט אז א גרויסע פראצענט מלוים באצאלן ליידער נישט, נישט ווייל זיי ווילן נישט, נאר פשוט זיי קענען נישט.

און אלע אנדערע פונקטן זענען מורא'דיג אמת, אוודאי איז אלס דא א יוצא מן הכלל, אבער די כללים זענען נוגע, און איז די רעצעפט פון ווערן א גביר, וויסן וויאזוי צו היטן אויף געלט און וויסן וויאזוי צו אויסגעבן געלט מיט א חשבון, און איבער אלעם, נישט טראסטן קיינעם אין די וועלט פלעין ווייל ער האט צוגעזאגט, וויאזוי זאגט יענער?
ווען דיין בעסטע פריינט אדער שוואגער זאגט דיר עפעס צו מיט'ן גאנצן הארץ, און ער לייגט צו א בלי נדר, מיינט דאס א נעכטיגע טאג...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך אלס פשוט'ער פארדינער האב שוין פארבארגט א סך הכל פון 90 אלפים פאר מערערע אידן בעת הצורך. עס איז אלעמאל געווען מיט די אויבנדערמאנטע תנאים. וויפיל איך וואלט יענעם געגעבן בתורת נדבה, נישט פאר ביזנעס אינוועסטמענט, און אן קיין שטר.

איך וועל מודה על האמת זיין אז איך וואלט נישט אזוי אוועקגעגעבן די 90 אלפים. אבער בשעת'ן פארבארגן האב איך געטראכט במחשבה אז איך בין גרייט צו געבן דעם דאזיגן סכום אין פאל איך באקום דאס נישט צוריק.

איך קען גרויסע עשירים וועלכע בארגן געלט פאר נצרכים זאגנדיג "ווען איר וועט האבן די מעגליכקייט וועט איר באצאלן".
לעצט פארראכטן דורך ר' יום טוב אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אז א נאנטער ברודער דיינער אדער שוואגער דארף אויף די מינוט געלט, ער מאכט חתונה, אדער ער קויפט א הויז, און דו האסט געלט ליגן, דארפסט עס נישט אין די נאנטע פיוטשער, און ער לייגט דיר פאר א נארמאלער פלאן פון וואו ער פלאנט צו באצאלן, און דו קענסט עם אלס א אנשטעדיגער בעל פרנסה, פארוואס זאלסטו זיין אזא שלעכטער??? [אפילו אלס נדבה וואלסט אים נישט געגעבן, אבער פארוואס עם ניש בארגן??
אין מיינע אויגן איז עס נישט קיין אידישע מדה, אולי איז עס א גוטע ביזנעס עצה אבער נישט קיין אידישע!!

ר' יום טוב, במחשבה מעגט איר אזוי טראכטן, אדרבא גדול שכרך מאוד!!, אבער נישט ראטזאם צו ראטן אנדערע אזוי, כנ"ל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אט אזוי האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:א רעצעפט צו בלייבן ארעם.

איך האב פארשטאנען אז דאס איז די perception ביי אונזער עולם...
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

בארגן 'מיט ערבים' האסטו אויך נישט ערווענט
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

עפ״י הלכה דארף מען שרייבן א שטר.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב נישט פארבארגט מיט ערבים, נישט וועלנדיג מאכן שפירן מיינע ידידים און נאנטע כאילו איך טראסט זיי נישט. ס'איז אבער טאקע א ריכטיגע זאך צו טאן.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

די כלל פון שב ואל תעשה עדיף איז נישט געזאגט געווארן אויף געלט
בי געלט דארף ארבעטן און ברענגען געלט דורך אינוועסטמענטס לויט דיינע פונקטן איז עס נישט שייך כמעט
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

ר' יום טוב'ס פונקטן זענען בכלל נישט קיין לייזונג צום קאלקולעטער פראבלעם.

ס'איז אפשר נוצבארע עדווייז פאר איינעם נישט אריינצופאלן אין פלאנטער. אבער העיקר חסר מן הספר, פון ווי האט מען די מעגליכקייט צו לעבן 'אפי' ארעם ???? די נאמבערס דזשאסט דאנט עדד אפ!!!

אזוי ווי ס'איז כמעט אוממעגליך צו טוישן געזעלשאפטליכע משוגעת'ן. וואלט איך געראטן פארן אינדיווידואל.

צוזאמען מיט דיין ווייב, מאך א חשבון וויפיל דו פארדינסט, און דערנאך מאך א בודזשעט וואס דו קענסט דיך אלץ ערלויבן, אריינגערעכנט א חלק סעיווינגס, און האלט דיך דערצו פאר יעדן פרייז.

ס'איז נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין פרטים ווי מ'קען שפארן, ווייל די אינטערליגענדע געדאנקענסגאנג איז, 'איך מוז עס האבן, איך דארף נאר זעהן עס צו באקומען פאר ביליגער'. אנשטאט, האלט דיך צו די נאמבערס און נישט קיין חילוק ווי וויכטיג דאס אדער איז, איים סארי, איט דאזענט פיט אינטא די בודזשעט!!

און אזוי איז נאך דא אויסזיכטן אז מענטשען וועלן אויפהערן צו צאלן מיר ווי א דריטל פאר האוזינג קאסטן, און ביליגערע חתונות וכו', ווייל דאס גייט זיין אן אויטאמאטישע תוצאה פון די יחידים וואס גייען דאס שניידן צוליב זייער מאגערע בודזשעט.

די וויכטיגסטע זאך ( אז דער פלאן זאל כאטש האבן שאנס פאר א כאטש א קליינע סוקסעס) איז, אריינצונעמן די ווייב אין דעם פראסעס. רוב פרויען זענען עכט נישט אינטערסירט צו וויסן דעם גאנצן חשבון, זייער דאגה איז היים ארבעט, נישט פרנסה. און במילא ווען מ'דארף חלילה שניידן א אויסגאבע קוקן זיי נישט פון קיין געלט פערספעקטיוו, נאר פון א צורך פערספעקטיוו. און אריינעמען די ווייב אין די פראסעס קען עלימינירן דעם פראבלעם
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”