בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ר' יום טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 08, 2017 9:08 pm

סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.

לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון:
חלק א' - לויפנדע הוצאות.
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - מעינטענענס - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2500 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - טיפס - קעמפ - סקול סופלייס - טריפס $1200 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1200 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - ריפערס - טאלס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $400 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס = $200 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = דינער געלט - ליכט צינדן - טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $200 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $200 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - נדו"נ - זיצן געלט - מקוה געלט - קימחה דפיסחא. $150 א חודש.

חלק ב' - אנדערע אויסגאבן
וואקאציע, מתנות, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, בדיקת תפילין ומזוזות, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.

חלק ג'
אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב, חתונה, בר מצוה, געבורט.

חלק ד'
דערנאך איז אייביג פאראן א ספעציעלע הוצאה ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, א.א.וו.

ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.

שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום מאנטאג ינואר 09, 2017 9:04 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 9:15 pm

און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג ינואר 08, 2017 9:17 pm

ס"ה (+200 דאללער קהילה געלט וואס די האסט פארגעסן) 6,650

און ר' יום טוב עס זעהט אויס אז די האסט נאר 2 קינדער... א עוורידזש משפחה קאסט אסאך אסאך מער...

רבוש"ע כסף מנלן?!?!?!?!?!?
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 9:27 pm

למשל איך צאל בערך 25ky א יאר שכר לימוד וכל שם דאית לי'
מ'מאכט בר מצוה יעדע שטיק צייט נאך א זעקס אלפים.
א זכר וואכנאכט ברית סעודה וכל המסתעף נאר א שיינע פאר אלפים
עסן ביי מיר א חודש הכל בכל מכל איז מסתמא א צוויי אלפים חודש.
און איך ספענד נישט איבעריג

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג ינואר 08, 2017 9:30 pm

מיר האבן פארגעסן נאך:

קעמפ
באנגעלאוי
פסח
סוכות
וכל יו"ט
אפיקומן
חול המועד טריפס
זאכן וואס צוברעכן זיך אין יעדע יודישע שטוב

און נאך און נאך און נאך....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג ינואר 08, 2017 9:32 pm

די קשיא איז מיליאן מאל מער שרייעדיג. באופן כללי הייבט נישט אן צו שטימען די חשבון וויאזוי א משפחה ~ וואס דער טאטע ארבעט אויף א דורכשניטליכע וועיזש ~ זאל זיך קאווערן.

די מצב איז נישט נערמאל.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

נודניק
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג ינואר 08, 2017 9:45 pm

$1000 א חודש גראסערי? זייער אינטערגעשאצט אפילו מיטן קויפן די מינומים אין צוויי קינדער צום ווייניגסטענס קאסט עס אסאך אסאך מער, אחוץ אויב די אינקלאדסט שוין פאד סטעמפס דאן ווייס איך נישט,

בלעטל האט געשריבן:און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

אוודאי קימט אלעס פינעם אייבירשטען אבער די חשבון שטימט נישט אויפן פאפיר אין נישט אין מציאות אין פארדעם שטיפט טאקע אזא גרויסע עולם נישט אדורך, ולא עביד קב״ה ניסא למגנא,

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 9:49 pm

חכם דאס מיינט ברכה

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 08, 2017 10:17 pm

זענען טאקע דא אסאך וואס קומען נישט אויס. פרעג נאר ביים גראסערי און ביים שכר לימוד אפיס וויפול מ'איז שילדיג. און וויפול זענען שילדיג פריוואטע חובות וואס מ'בארגט זיך אן, אן קיין חשבון פון ווי מ'וועט דאס באצאלן. ס'איז א ווייגעשריי וואס ס'טוט זיך אפ.
ס'איז זיכער אז דאס איז די גרעסטע שטער פאר שלום בית און חינוך הבנים. עפעס דראסטיש דארף זאפארט געטון ווערן. די אלע תקנות איבער טעכנאלאגיע און שיעורי תורה קענען אויפטון נאר טאמער מ'האט די קאפ אויפ'ן פלאץ און מ'איז נישט פארדאגה'ט טאג און נאכט צו דעקן די חובות.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג ינואר 08, 2017 10:24 pm

$150 פאר א געהילף אין שטוב - א חודש?
איין טאג א געהילף קאסט אזויפיל!!!!

$800-$900 א חודש.

2) וועלכע פאר וועלכע ישיבה בחור צאלט מען ווינציגער ווי $400 א מאנאט שכר מלומדות?

3) $1000 א חודש פיש און פלייש און גראסערי?
רבוש״ע ווער גיט אייך בחינם? וועלכע בוטשער קויפט איר? פיש לכבוד שבת באקומט מען אומזיסט?

חדשות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 08, 2017 10:25 pm

בלעטל האט געשריבן:און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

על כעין זה אמרו לאו בכל יומא מתרחיש ניסא.

דער עכטער תירוץ, רוב עולם קומט טאקע נישט אויס. פינטעל...

ווי אזוי לעבט מען פארט? אדער אויף נתינות, און די נפש היפות וואס ווילן נישט שנארן, לעבן ליידער אויף גניבות/אומבאצאלטע הלוואות. ביודעי ומכירי, דעם טרוקענער פאקט.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג ינואר 08, 2017 10:28 pm

דריידל האט געשריבן:זענען טאקע דא אסאך וואס קומען נישט אויס. פרעג נאר ביים גראסערי און ביים שכר לימוד אפיס וויפול מ'איז שילדיג. און וויפול זענען שילדיג פריוואטע חובות וואס מ'בארגט זיך אן, אן קיין חשבון פון ווי מ'וועט דאס באצאלן. ס'איז א ווייגעשריי וואס ס'טוט זיך אפ.
ס'איז זיכער אז דאס איז די גרעסטע שטער פאר שלום בית און חינוך הבנים. עפעס דראסטיש דארף זאפארט געטון ווערן. די אלע תקנות איבער טעכנאלאגיע און שיעורי תורה קענען אויפטון נאר טאמער מ'האט די קאפ אויפ'ן פלאץ און מ'איז נישט פארדאגה'ט טאג און נאכט צו דעקן די חובות.

אוי ווי גערעכט די ביסט. אוי באשעפער העלף. בדרך הטבע איז נישטא קיין עצה, חוץ אפשר צוריקגיין צו די סארט סטאנדארט דארף לעבן פון צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי דאס סטאנדארט האט נישט אזויפיל פארלאנגט.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 10:32 pm

חדשות האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

על כעין זה אמרו לאו בכל יומא מתרחיש ניסא.

דער עכטער תירוץ, רוב עולם קומט טאקע נישט אויס. פינטעל...

ווי אזוי לעבט מען פארט? אדער אויף נתינות, און די נפש היפות וואס ווילן נישט שנארן, לעבן ליידער אויף גניבות/אומבאצאלטע הלוואות. ביודעי ומכירי, דעם טרוקענער פאקט.

דאס האט גארנישט מיט נסים דאס איז דער פראסטער טייטש פון ברכה באסמיך וואס דארף זיין ביי יעדן איד. עיין בב"מ מב. וברש"י

חדשות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 08, 2017 10:32 pm

וואס יא?

ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען. דאס ארבעט אויב מען איז שפארעדיג אויך.

טעקס ריטורן 10K
סעקשאן 8 24K
וואטשערס קאווערט רוב שכ"ל
פוד שטעמפס קאווערט רוב עסן.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב (ווייס נישט וואס מען קען מאכן, ווייל אויב מען מאכט אסך פארלירט מען דאך פראגראמען. וד"ל) קען מען דורכשטופען.

אבער... ווען מען מאכט חתונה, דעקט מען זיך מער נישט. און דאס זעלבע אויב האט מען אדאסי, און מען גייט גאנץ זומער אין קאנטרי וכולי.

איי, פלוני? זאלסטו וויסען אז די אדאסי איז טאקע נישט זיינס. א צווייטער באצאלט דערפאר. נאכאמאל, ביודעי ומכירי.
לעצט פאראכטן דורך חדשות אום מאנטאג ינואר 09, 2017 6:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

חדשות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 08, 2017 10:35 pm

בלעטל האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

על כעין זה אמרו לאו בכל יומא מתרחיש ניסא.

דער עכטער תירוץ, רוב עולם קומט טאקע נישט אויס. פינטעל...

ווי אזוי לעבט מען פארט? אדער אויף נתינות, און די נפש היפות וואס ווילן נישט שנארן, לעבן ליידער אויף גניבות/אומבאצאלטע הלוואות. ביודעי ומכירי, דעם טרוקענער פאקט.

דאס האט גארנישט מיט נסים דאס איז דער פראסטער טייטש פון ברכה באסמיך וואס דארף זיין ביי יעדן איד. עיין בב"מ מב. וברש"י

האלאו, איר ווילט אייך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד???

ברכה מיינט אז מען מאכט 1000 און מען געט אויס 1200???

איך זאג אייך אז איך ווייס אין פאקט ווי אזוי די מענטשען לעבן.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג ינואר 08, 2017 10:39 pm

א שיינע צאל אחב״י לאזן די ק.ק. חובות במצולות ים און דערקלערן זיך פערסאנאל באנקראט. דאס קען אפווישן 30-40 רעדלעך. נאכדעם הייבט מען אן בויען א פרישן קארטל - און אז דער פון אויבן העלפט - קען מען שיין אריינלייזן.

חדשות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 08, 2017 10:49 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:א שיינע צאל אחב״י לאזן די ק.ק. חובות במצולות ים און דערקלערן זיך פערסאנאל באנקראט. דאס קען אפווישן 30-40 רעדלעך. נאכדעם הייבט מען אן בויען א פרישן קארטל - און אז דער פון אויבן העלפט - קען מען שיין אריינלייזן.

אויך ריכטיג. וכדומה לזה.

באטאם ליין, גראדערהייט אן קיין קונצען איז אוממעגליך פאר רוב מענטשען אויסצוקומען.

און די קונצען קומען אויך צו אן ענדע ווען מען הייבט אן מאכן חתונה, ווייל מען קען נישט אזוי שנעל אויפקומען מיט געמאכטע 50-60 אלפים.

באט הו קעירס, דער עיקר איז אז מען האט אדעסיס, מיט טשילארס, און אלע מחותנים האבן ברענד נעו שטריימלעך, און די יאכנעס קענען רואיג פארברענגען אויף די בערג פאר 9 וואכן. די קהלות און מוסדות בויען לוקסיריעזע בנינים צוזאמגענומען פונעם המון עם'ס קרן הבנין'ס, די מיידלעך גייען אנגעטוען דוקא נאר לויט די לעצטע סטייל גראד פון פאריז ארויס פאר טייער געלט.

ולזו יקרא לייפסטייל פון הרחבת הדעת. והדברים עתיקים.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 10:55 pm

חדשות האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:און דו שאצט היבש היבש אונטער.
והאמת אז דאס האט נישט קיין תשובה. נאר אין כלל פון יצו ה' את הברכה באסמיך, אויפן פאפיר שטימט עס נישט

על כעין זה אמרו לאו בכל יומא מתרחיש ניסא.

דער עכטער תירוץ, רוב עולם קומט טאקע נישט אויס. פינטעל...

ווי אזוי לעבט מען פארט? אדער אויף נתינות, און די נפש היפות וואס ווילן נישט שנארן, לעבן ליידער אויף גניבות/אומבאצאלטע הלוואות. ביודעי ומכירי, דעם טרוקענער פאקט.

דאס האט גארנישט מיט נסים דאס איז דער פראסטער טייטש פון ברכה באסמיך וואס דארף זיין ביי יעדן איד. עיין בב"מ מב. וברש"י

האלאו, איר ווילט אייך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד???

ברכה מיינט אז מען מאכט 1000 און מען געט אויס 1200???

איך זאג אייך אז איך ווייס אין פאקט ווי אזוי די מענטשען לעבן.

דו פארשטייסט נישט..

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג ינואר 08, 2017 11:03 pm

חדשות האט געשריבן:וואס יא?

פוד שטעמפס קאווערט רוב עסן.
.

איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט. אבער פוד סטעמפס דעקט דען רוב עסן??? א מכה מיט צוויי דופי'ס.

זאג נאר, וויפיל קינדער האסטו?
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

חדשות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 08, 2017 11:07 pm

סידיראם האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:וואס יא?

פוד שטעמפס קאווערט רוב עסן.
.

איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט. אבער פוד סטעמפס דעקט דען רוב עסן??? א מכה מיט צוויי דופי'ס.

זאג נאר, וויפיל קינדער האסטו?

איך האב נישט קיין פוד סטעמפס ווייל איך קוואליפיי נישט מער ברוך השם.

איך דענק נאר משנים קדמוניות פון קרוב צו 20 יאר צוריק ווען פעטער שמואל פלעגט מיר אויסהאלטען. קען זיין היינט איז אנדערש.

נודניק
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג ינואר 08, 2017 11:54 pm

בלעטל האט געשריבן:חכם דאס מיינט ברכה

זעט אויס אז אסאך זענען נישט זוכה דערצו,

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג ינואר 09, 2017 12:06 am

נודניק האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:חכם דאס מיינט ברכה

זעט אויס אז אסאך זענען נישט זוכה דערצו,

יא אוודאי ועיין שם בגמרא כמה מימרות מר' יצחק דברים המפסידים הברכה.
מיין נקודה איז געווען אויף די וואונדער וואס איך זע און אסאך זעען אז די הכנסות שטימט נישט מיט די הוצאות און מ'איז נישט אין א מינוס. מ'דעקט זיך, און מיט דעם פרובירט צוגעבן צום פתיחת האשכול.

איך געדענק איך בין געווען נישט מער געדאכט א אינגערמאן בערך אכט ניין יאר נאך די חתונה, און איך האב מיר איינמאל צוזאמעגענומען און אנגעהויבן מאכן א פונקטליכע חשבון פון אלע פארצווייגטע הוצאות פון שמחות ימים טובים זומער מתנות וכו' און געזען די נומער קומט אן אין די ריזיקע רבבות נישט צופיל ווייט פון א מאה, סיי האט מיר געגעבן א שאק וויסנדיג אז איך מאך נישט אזעלכע געלטער. איך האב געוואוסט די גמרא אבער איז דא אחים ל..

הכלל, איך גיי צו צו א קלוגע ערנסטע אינגערמאן וואס איז געווען אפאר יאר עלטער פון מיר, מיט א שטוב מיט קינדער, געוואוסט בערך וויפיל ער מאכט און וויאזוי ער לעבט און די עך פרעג אים אהובי אחי זאג מיר דעם אמת, נאך פאר איך האב געענדיגט זאגט ער מיר הארך אויס, ביי אים איז די זעלבע מעשה און ער האט שוין גערעדט צו נאך, מ'פארדינט מ' גיבט אויס און דער אייבערשטער העלפט, פרוביר נישט מאכן סענס דערמיט, וכן שמעתי אח"כ מכמה זקנים, ובאחד מהם אני מעיד שכל ימיו הלך בדרך זה ויברכהו ה'.
דאס בעט מען ביי ברך עלינו, ותן ברכה ושבענו מטובה וברך ומברך השנים, דאס טייטשט ברכה. ווי רש"י זאגט אז ס'איז מתברך ורבה מאיליו
יעזור השית כל היהודים

פרידן
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג ינואר 09, 2017 12:27 am

גערעכט מיליאן % דעקן די בודשעט איז אונזער משלח'ס דאגה, אין ער גלייכט נישט ווען מען קוקט אים נאך, ער האט אונז געהייסן טוען געוויסע פעולות ששת ימים תעבוד, אין די רעסט באלאנגט פאר אים,

פארשטייט זיך אז דאס באציעט זיך נאר אויף די "נארמאלע" לעבנס געברויכן בודשעט, וואס מען לייגט אליינס צו מעג מען נאר אויב מען האט עקסטער געלט אן דארפן רעכענען, ווייטער איז דא מענטשן וואס א חלק פין זייער שליחות איז עס צוטוןן מתןך דחקות אין עס וועט נישט העלפן גארנישט עס צו טוישען לא יחדל אביון עס איז באשערט וויפל עס זאל אים פעלן נישט קיין חילוק וויפל ער מאכט, ווען מיר לעבן ווען מיט די בודשעט פין פאר די מלחמה וואלט ער אויך נישט געדעקט

באקאנט דער הייליגער ר"ר אלימלך אויף וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית וכו וצויתי את ברכתי
אז פאר יעדען מענטש איז דא אנגעגרייט השפעות אויף פרנסה נאר אז מען פרעגט מה נאכל ווי אזוי וועל איך האבן עסן דורך די מחשבות פארשטאט'ערט מען די צינורות אין מען מאכט אן פראבלעמען, אבער ביי שמיטה האט הקב"ה געמאכט א אויסנאם אז אפי' וכי תאמרו מה נאכל אעפי"כ וצותי את ברכתי

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 09, 2017 7:42 am

חדשות האט געשריבן:וואס יא?

ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען. דאס ארבעט אויב מען איז שפארעדיג אויך.

טעקס ריטורן 10K
סעקשאן 8 24K
וואטשערס קאווערט רוב שכ"ל
פוד שטעמפס קאווערט רוב עסן.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.

היאך יתקיימו שניהם?

טאמער האט מען א פיינעם זשאב באקומט מען נישט די אנדערע גוטע זאכן

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שחום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » מאנטאג ינואר 09, 2017 7:44 am

איך האב טאקע נישט קיין געלט, אבער ב"ה אז פון הונגער בין איך דערווייל נישט געשטארבן...
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט