איז א פראבלעם צו פארן מיט טוירקיש-עירליינס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

איז א פראבלעם צו פארן מיט טוירקיש-עירליינס

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:33 pm

איך געדענק אז עס איז שוין געווען אן אשכול איבערדעם. דאן האב איך אפילו נישט צוגעלייגט קאפ.
אנומעלט, די פרוי האט געבעטן א טריפ קיין ארץ ישראל, נאך שווערע הפצרות האב איך נאכגעגעבן. כ'האב ארויפגעשטורעמט אויף ארביטז און גענומען דעם ביליגסטן טיקעט וואס כ'האב געזען פאר די אויגן. דהיינו, טוירקיש עירליינס.
שוין, כ'בין געווען בשמחה אז נאר, פלוצים א קלאפאטע, פרייטאג צונאכטס, די נשים רעדן זיך צונויף אין האלוועי. נעמט זיך א שכינה מאכן יעלות אז טורקיש עירליינס איז דעינדזשעראוס, און מען טאר נישט פארן דערמיט, און אפילו ווען זי אזי געפארן 4 וואכן צוריק האט איר איר טרעוול עידשענט אפגערעדט פון טוירקיש עירליינס
בקיצור, די פרוי האט אנגעהויבן א וויי געשריי, אז זי וויל נישט טערקיש עירליינס, וואס טוט מען דא, אזא צרה מיך צו באפאלן אויף מיינע עלטערע יארן.
עניוועי, איך פרוביר מסביר צו זיין די ווייב, אז סיי וואסערע געפאר עס קען זיין מיט טערקיש עירלינס איז פונקט אזא געפאר מיך צו מאכן ארויסשעלן פון טאש נאך 500 פאר א טיקעט פאר אן אנדערע עירליין, שוין אפילו גערעדט אויב טורקיש עירליינס וועט מיך ריפאנדן דאס געלט.
הקיצור אידן זייט מיר מסביר, איז עפעס ראנג מיט טוירקיש עירליינס?

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:36 pm

צום קעפל: ניין.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:41 pm

קיין שום פראבלעם נישט.
איך האב אויך געוואלט פארן מיט זיי, נאר איך האב פונקט געהערט דעם אינטערוויו פון דעם איד וואס איז סטאק געבליבן דארט איבער שבת בשעת דעם שרעקליכן פוטש פארזוך עטליכע חדשים צוריק, דעריבער האב איך געטוישט מיינע פלענער... אבער עס קוקט נישט אויס צו זיין נאך א פוטש פארזוך אזוי שנעל.
די טרעוול אגענט האט יענעם אפגערעדט ווילנדיג מאכן מער געלט דורך איר צושטופן צו נעמען א טייערערע ערליין....
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:50 pm

תגובהדורך מה אני ומה חיינו » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:41 pm

רעדט צו איר 'טערקיש' אפשר וועט דאס ארבעטן......

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:59 pm

עס קומט דאך יעצט טערקי דעי. מ'מעג מקיל זיין

אוועטאר
אייער באקס
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:32 am

תגובהדורך אייער באקס » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:00 am

מיר זענען געפארן מיט די משפחה מיט טערקיש, גאר צעפרידן געוועהן

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:09 am

אייער באקס האט געשריבן:מיר זענען געפארן מיט די משפחה מיט טערקיש, גאר צעפרידן געוועהן

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:12 am

די אטאטורק לופד-פעלד - די אינטענאצינאלע טערקישע לופט-פעלד, איז בארימט אלס איינ'ס פון די מערסט באוואכטע און סעפף לופט-פעלדער אין אייראפע.!

דוכט זיך מיר אז בן גיריון לופט-פעלד אין א''י הייסט די מאוס''ד סיקיורט און דערנאך איז אטאטורק.!

זיי שטעלן זיך זייער שיין צו צו די מערב-וועלט געסט, און זענען פון די איינציגסטע אראבישע לענדער וואס כאטשיק אינעם לופט-פעלד שפירן זיך איזראעלי בירגער זייער באקוועם.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5766
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:15 am

וואו איז דָוִי?

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:21 am

כ'בעט רשות פון די חשוב'ע קאלעגן צו קענען ארויסדרוקן די תגובות און דאס ווייזן די אידענע, אזוי כאטש וועט זיין רואיגקייט.
נאך מער, זי קאלט אן דעם שוואגער, עמיצער דארף צו הייסן א גרויסער ידען, און ער נעמט אויך אפרעדן. נו זאל ער צוצאלן די קאסטן.
איך וויל נאר ארויסברענגען, אז מען קען פון אלעס מאכן א צימעס. למשל, איך בין 4 חדשים צוריק געווען אין מעקסיקא, כדי צו מאכן א קיצור קיבה(דער שוואגער, איר ווייסט דאך אלע), למעשה, געווען דארטן אינעם מעריאט האטעל. איך האב פונקט פארדעם געקוקט סתם אזוי אויפ'ן אינטערנעט, געזען א נייעס, אז מען האט געשאסן א מענטש דארטן אינעם האטעל. דאס האט פאסירט א דאנערשאטג בעפאר איך בין געפארן. ווי פארשטענדליך האב איך געהאלטן מיין מויל פארמאכט. אוודאי איז דארטן אלעס סעיף און סאונד, ווארום אין מאנהעטן שיסט מען אויך. ביים לעצטן טאג האב איך פשוט פארציילט די אידענע, און געוויזן דעם קאוטש אינעם לאבי וואו דער מענטש איז דערשאסן געווארן. דאס איז געווען עמיצער וואס האט זיך געוואלט אפרעכענען מיט אים, און געוויס זענען ביידע מה-יעשה'ניקעס, ווארום מיך און דיך זוכט מען נישט. אלנפאלס, שטעלט זיך פאר ווען איך פארצייל דאס פארדעם, עס וואלט געווען אזא קאצן געיאמער, אז די משפחה וואלט געמאכט פראטעסטן פאר מען הויז כ'זאל נישט פארן. איך זאג מיין פרוי, דו ווילסט פארן קיין ארץ ישראל, דארטן ליידער פאסירט מער ווי אין טערקיי, על כל פנים אין אינסטאמבול. בין איך גערעכט, זאגט מיר אלע

מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:50 pm

תגובהדורך מה אני ומה חיינו » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:22 am

נו, אויב אזוי איז דאך נישט קיין שום פראבלעם, די באציאונגען צווישן מדנ''י און טערקיי איז אצינד גאנץ גיטע.!

מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:50 pm

תגובהדורך מה אני ומה חיינו » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:25 am

אגב: כ'מיין אז די אטאטורק לופט-פעלד געפינט זיך נישט אין אינסטאבל, נאר אין אנקארא די טערקישע הויפט-שטאט.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:27 am

טערקיש עירליין איז איינע פין די שענסטע עירליינס, זייער סערוויס ענד סעקיורעטי איז טאפ טאפ רעיטעד, טויזענטער אידן פארן מיט זיי א יאר, ס׳איז נאך פאר קיינעם גארנישט געשעהן, פארט געזינטערהייט איר וועט ניטאמאהל וויסן אז איר זענט אויף אן אראבישן עירליין.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:18 am

זענען מיר פאריאר געפארן קיין ארץ ישראל דורך טערקיי מיט א ריזן גרופע אידן, נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ברך משה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 12:14 am

תגובהדורך ברך משה » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:18 am

לויט מיין עקספיריענס זע איך נישט קיין פראבלעם איך בין געפארן מיט זיי ראש השנה צו אומאן ס'איז געווען פול מיט היימישע יודען אהין אין צוריק דוך אינסטאמבול

אוועטאר
אבשלום
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:50 pm

תגובהדורך אבשלום » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:31 am

איך בין געפארן מיט זיי לעצטע יאר מיט א לענגערע סטאפאווער אין אטאטורק עירפארט, געווען אביסל פרעמד, סך הכל באגעגענט איין איד אבער געהאט א גוטע עקספיריענס.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:05 pm

אחרי ככלות הכל איז אלעס געווען פיין. די ווייב איז געפארן און געקומען דורכ'ן אינסטאמבול עירפארט, קיין שום פראבלעם. די אלע מוציאי דבה טוען זיך זיך אנטשעפען אויף די טערקן, מן הסתם האבן זיי א יד אחת מיט די קורדן

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 2:51 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:אחרי ככלות הכל איז אלעס געווען פיין. די ווייב איז געפארן און געקומען דורכ'ן אינסטאמבול עירפארט, קיין שום פראבלעם. די אלע מוציאי דבה טוען זיך זיך אנטשעפען אויף די טערקן, מן הסתם האבן זיי א יד אחת מיט די קורדן


ב״ה. ווי לאנג איז געווען דיין לעי אווער ?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 12:35 am

איך בין שוין אויך געפלויגן מיט זיי, זייער גוטע סערוויס.
אבער, אין איסטאמבול אליין איז די לעצטע צייט שוין געווען דריי אייסיס טעראר אטאקעס, אריינגערעכנט איינס אין אטאטורק לופטפעלד. איך וואלט ניטש געראטן קיינעם צו זיין דארט. (און איך האב שוין אפגערעדט עטליכע פון גיין מיט זיי.)
"Figures don't lie, but liars figure"



CLUES פאר די וואס זוכן מיר

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 12:49 am

לעצטנס האט מען אויסגעטראפן צו פליען דורך אזערביזשאן, ס'איז ביליג אבער א היבשע אומוועג

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 12:55 am

בלעטל האט געשריבן:לעצטנס האט מען אויסגעטראפן צו פליען דורך אזערביזשאן, ס'איז ביליג אבער א היבשע אומוועג

האב איך זוכה געווען צו זיין פון די ערשטע צו פארן מיט זיי. א נחת געווען, שיינע לופטפעלד און גאר געשמאקע סערוויס אויף אלע וועגן.

עס איז כמעט נישט קיין אומוועג, עס נעמט אזוי לאנג ווי אלע מזרח אייראפע'אישע לענדער. עס איז הארט נעבן רוסלאנד.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 1:06 am

אהין פערצן שעה, צוריק זעכצן אהאלב
צוגעלייגטע
gyd.png
Screenshot_2017-03-16-01-09-48-1.png

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 9:40 am

איך בין פאראיאר געפארן מיט טעירקיש עירליינס עס איז געווען מורא'דיג פיין די סערוויס און אלעס
מען האט מיר אויך דערשראקן פארן פארן אבער איך מוז זאגן עס האט זיך געלוינט סיי די געלט און אויך איז עס א זייער א גוטע עירליין
ביים וועג אהין האב איך געהאט א סטאפ פון איבער צוויי שעה און ביים וועג צוריק איבער 3 שעה, איך האב אליינס דורך שפאצירט א גרויס חלק פון עירפארט, און געזוכט די שפיזיגע אויגן מיט די שמאטעס פון וואס יעדער האט גערעדט, איך קען אייך זאגן איך זוך עס נאך אלץ, יא ב"ה געטראפן עטליכע שמאטעס כמעט אזויפיל ויפיל מען טרעפט דא אין די געלע טעקסיס (און יא... איר האט גוט צוגעטראפן... זיי האבן געהאט צוויי אויגן העכער די נאז... :lol: ).
איך וואלט לכאורה עני טיים נאכאמאל געפארן מיט זיי.
איך האב א חבר וואס איז אויך געפארן מיט זיי עטליכע וואכן צוריק נאכדעם וואס זיין פליגער מיט א אנדערע עירליין איז געווארן געקענסעלט, ער איז נתפעל געווארן פון זייער סערוויס (יא... די גוטע אידן האבן איהם אויך געהאט דערשראקן ער זאל נישט באגיין די נארישע שריט...)
ב.ד.וו. חוץ וואס די טיקעט איז ביליגער לאזן זיי ארויף מער רענצלעך. פאר וועם עס פעלט אויס.
(אנטשולדיגט פארן מאריך זיין (פרעג די אלע ווייסערס וואס רעדן אפ אויב זיי זענען שוין געפארן מיט זיי)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 4:06 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:איך בין פאראיאר געפארן מיט טעירקיש עירליינס עס איז געווען מורא'דיג פיין די סערוויס און אלעס
מען האט מיר אויך דערשראקן פארן פארן אבער איך מוז זאגן עס האט זיך געלוינט סיי די געלט און אויך איז עס א זייער א גוטע עירליין
ביים וועג אהין האב איך געהאט א סטאפ פון איבער צוויי שעה און ביים וועג צוריק איבער 3 שעה, איך האב אליינס דורך שפאצירט א גרויס חלק פון עירפארט, און געזוכט די שפיזיגע אויגן מיט די שמאטעס פון וואס יעדער האט גערעדט, איך קען אייך זאגן איך זוך עס נאך אלץ, יא ב"ה געטראפן עטליכע שמאטעס כמעט אזויפיל ויפיל מען טרעפט דא אין די געלע טעקסיס (און יא... איר האט גוט צוגעטראפן... זיי האבן געהאט צוויי אויגן העכער די נאז... :lol: ).
איך וואלט לכאורה עני טיים נאכאמאל געפארן מיט זיי.
איך האב א חבר וואס איז אויך געפארן מיט זיי עטליכע וואכן צוריק נאכדעם וואס זיין פליגער מיט א אנדערע עירליין איז געווארן געקענסעלט, ער איז נתפעל געווארן פון זייער סערוויס (יא... די גוטע אידן האבן איהם אויך געהאט דערשראקן ער זאל נישט באגיין די נארישע שריט...)
ב.ד.וו. חוץ וואס די טיקעט איז ביליגער לאזן זיי ארויף מער רענצלעך. פאר וועם עס פעלט אויס.
(אנטשולדיגט פארן מאריך זיין (פרעג די אלע ווייסערס וואס רעדן אפ אויב זיי זענען שוין געפארן מיט זיי)

איך בין פון די ווייסערס וואס רעדן אפ, און איך בין געווען פון די ערשטע צו פארן מיט זיי (תשע''ד). זיי זענען שפאט ביליג, צוויי רענצלעך אינקלודעד, און מורא'דיג גוטע סערוויס. זיי האבן עטליכע יאר אין א צי געווינען דעם אווארד אלס אייראפע'ס בעסטע עירליין, און די צווייט בעסטע איבער די וועלט!!! און עס קומט זיי! (יא, איך בין שוין געפלויגן מיט עטליכע אנדערע עירליין'ס, דאמעסטיק און אינטערנאציאנאל).
און ניין, קיינער האט מיך נישט אטאקירט אין לופטפעלד אדעאפי' אנגעקוקט בייז.

דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם פאקט אז טערקיי גרעניצט זיך מיט סיריע, און זיי האבן אויך אייגענע טעראריסטן (קורדן), און אייסיס האט שוין אויפגעריסן דריי באמבעס אין אינסטאמבול אליין - אריינגערעכנט איינס אין אטאטורק לופטפעלד. אויב אויף א ספק פיקוח נפש מעג דארף מען מחלל שבת זיין, מעג מען זיכער צוצאלן אפאר טאלער און מותר זיין אביסל אויף באקוועמליכקייט און נוצן א צווייטע עירליין.
"Figures don't lie, but liars figure"



CLUES פאר די וואס זוכן מיר

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 4:09 pm

מר אמר חדא ולא פליגי, ביליג, גוטע סערוויס, קיינער טשעפעט נישט, אלעס אמת, דו ווייסט נאר נישט ווען די .... מינוט קומט אן און דאן גייט די אלע גוטע זאכן אין גארבעדזש אינסטענטלי, ווידעראום, די אנדערע, אפשר נישט ביליג אפשר נישט אזוי העפליך וכו' אבער רעלאטיוו ווייניגער אויסגעשטעלט פאר פאטענציאלע ריזיקעס.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט