איז א פראבלעם צו פארן מיט טוירקיש-עירליינס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 4:11 pm

בלעטל האט געשריבן:לעצטנס האט מען אויסגעטראפן צו פליען דורך אזערביזשאן, ס'איז ביליג אבער א היבשע אומוועג

קען מען דאך שוין פליען דורך ראיעל דזשארדעניען, זיי פליען אויך קיין א''י (געזען זייערס א פליגער אין נתב''ג) און זענען סאך א קלענערע אומוועג....

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:56 am

א משפחה מיינער וואס פארט אלס מיט די טערקן רעדט זיך אבער אפ אז מיט דילעיס זענען זיי אויך מצוין מער ווי אנדערע. איך האב אבער נישט געהאט קיין פערזענליכע עקספיריענס מיט זיי

פרוכת
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

תגובהדורך פרוכת » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:35 pm

עטליכע מאל שוין געפארן מיט טורקיש קיין א״י. גרעיט עקספיריענס, פיינע סערוויס , free wifi

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג מארטש 21, 2017 12:24 am

די טעראר אטאקעס קומט פאר אינדרויסן פון עירפארט, איך געדענק איך בין געווען נאך אין טערקיי פאר 15 יאר צוריק ווען גיין קיין אינסטאנבול איז בכלל נישט געווען קיין סכנה, בקיצור די ליין פאר אריינגיין אין עירפארט האט געדויערט איבער א שעה, וואס דארט איז די סעקיוריטי.
די טעראר אטאקע לעצטע יאר איז געווען טאקע ביי די ליין ווארטענדיג אויף סעקיוריטי.
ווען מען גייט מיט א קאנעקטינג פלייט איז נישט שייך אפילו ארויסצוגיין פון עירפארט.
בראסעלס און פאריז איז שוין אויך געשען אטאקעס.
איך בין שוין געפארן אפילו מיט מיין ווייב מיט זיי, די בעסטע סערוויס פון די אייראפעישע עירליינס און א וודאי די אמעריקאנע.
אראבישע האב איך נאך נישט פרובירט.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:31 am

אזוי ווי אמעריקא האט יעצט פארבאטן ארויפצוברענגען פארשידענע עלעקטעראניקס אויף פליגער פון פארשידענע מיטל-מזרח לענדער, וואס דאס רעכנט אויך אריין די לופטפעלד אין איסטאמבול, דארף מען נעמען אין אכט וואס פארא עפעקט דאס האט פאר די וואס פארן מיט א סטאפ אין איסטאמבול. וואס מ׳מעג יא אדער נישט ארויפברענגען אויפן פלייט.
לכאורה פון אמעריקא אהין איז נישט קיין פראבלעם, ווייל די פארבאט איז פון דארט אויף ארויס.
אבער ווען מ׳קומט צוריק פון ארץ ישראל דורך טערקיי קען זיין א פראבלעם.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:43 am

סטראָבעריז וכדומה פרעסט מען מיטן תירוץ פון מיעוט שאינו מצוי....
מ'קען רואיג פארן. און אויב מען וועט זיין חלילה איינס פון צענדליגע מיליאנען וואס וועלן ווערן פארכאפט, האב איך להלכה גאר נישט עובר געווען, ומה' מצעדי גבר!
הכל לפי גודל עניות דעתי

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 03, 2017 1:26 am

שעמעדיגער האט געשריבן:סטראָבעריז וכדומה פרעסט מען מיטן תירוץ פון מיעוט שאינו מצוי....
מ'קען רואיג פארן. און אויב מען וועט זיין חלילה איינס פון צענדליגע מיליאנען וואס וועלן ווערן פארכאפט, האב איך להלכה גאר נישט עובר געווען, ומה' מצעדי גבר!

חמירא סכנתא מאיסורא, ביי סכנה העלפט עפ''י הלכה נישט קיין מיעוט שאינו מצוי.

דאכט אז אין מסילת ישרים שטייט אז מ'זאל 'נישט' זיך אריינלייגן אין א סכנה און זאגן אויב ס'איז נישט באשערט וועט עס נישט געשען.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג אפריל 03, 2017 2:37 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:סטראָבעריז וכדומה פרעסט מען מיטן תירוץ פון מיעוט שאינו מצוי....
מ'קען רואיג פארן. און אויב מען וועט זיין חלילה איינס פון צענדליגע מיליאנען וואס וועלן ווערן פארכאפט, האב איך להלכה גאר נישט עובר געווען, ומה' מצעדי גבר!

חמירא סכנתא מאיסורא, ביי סכנה העלפט עפ''י הלכה נישט קיין מיעוט שאינו מצוי.

דאכט אז אין מסילת ישרים שטייט אז מ'זאל 'נישט' זיך אריינלייגן אין א סכנה און זאגן אויב ס'איז נישט באשערט וועט עס נישט געשען.

יא אבער די שאלה איז וואס מיינט "אריינלייגן"
הכל לפי גודל עניות דעתי

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג אפריל 03, 2017 4:32 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:סטראָבעריז וכדומה פרעסט מען מיטן תירוץ פון מיעוט שאינו מצוי....
מ'קען רואיג פארן. און אויב מען וועט זיין חלילה איינס פון צענדליגע מיליאנען וואס וועלן ווערן פארכאפט, האב איך להלכה גאר נישט עובר געווען, ומה' מצעדי גבר!

חמירא סכנתא מאיסורא, ביי סכנה העלפט עפ''י הלכה נישט קיין מיעוט שאינו מצוי.

דאכט אז אין מסילת ישרים שטייט אז מ'זאל 'נישט' זיך אריינלייגן אין א סכנה און זאגן אויב ס'איז נישט באשערט וועט עס נישט געשען.

ביי סכנה קוקט מען אויב ס'איז שכיח היזקא


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט