בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 11:59 am
דורך גרונם
מיין לעידי תחי' וויל שוין באקן פיינע זאכן אויף פורים, אבער די רעסעפי בוק איז שוין אלט און צוריסן, און אצינד אין די שווערע רעסעשן האב איך נישט קיין געלט פאר א נייע, אשר על כן ווער ס'האט א גוטע רעסעפי פאר:
המן טאשן
האלאפצעס (קרויט)
קרעפלעך
העלזלעך

זאל מוחל זיין און מזכה זיין את הרבים, און ארויפלייגן די רעסעפי דא.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 8:52 am
דורך farshlufen
אונגארישער האט געשריבן:געדילד איך טי פארשלאגן זאלסט עפענען א רעסעפי אשכול דער עולם וועט הנאה האבן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 12:20 pm
דורך פוילישער
איינער האט עפעס א גוטע רעסעפי פאר אתרוגים?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 1:03 pm
דורך farshlufen
גלייכסט א קאמפאוט, אדער א דזשעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 6:05 pm
דורך פוילישער
שכח פארשלאפן.

קאמפאט גלייך איך.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 7:51 am
דורך farshlufen
כ'האב נישט מיין רעסעפי'ס שאכטל פאר מיר, אזוי אויך האב איך היי יאר נאך נישט געמאכט דעם אתרוג קאמפאט, אבער איך וועל שריייבן פון זכרון:[

1 אתרוג
1 קיטטען
1 לעמאן
2 גלאז צוקער, וכל המוסיף....

ווייק איין די אתרוג אויף 3 טעג אין יעדן טאג טויש די וואסער [אזוי קומט די רעסעפי וכך נהגו ערליכע אידענעס, אבער לויט מיין השערה טוט עס גארנישט אויף].

צושנייד דעם אתרוג אויף דינע רעפטלעך, שייל אפ די לעמאן און קיטטען, שטעל זיי אריין אין טאפ, דעק איבער מיט וואסער און לאז עס קאכן פאר א וויילע, גיס אויס די וואסער, שטעל עס נאכאמאל קאכן וחוזר חלילה 3 מאל [דאס נעמט ארויס א גרויסן חלק פונעם ביטערן טעם], נאכן דריטן מאל פיל צוריק אן דעם טאפ ווי פריערט, גיס צו די צוקער און שטעל עס קאכן אויף א קליינער פלאם ביז די קאמפאט ווערט טונקל פינק, דעפענדס אויף אייער טעיסט, ווי מער מ'קאכט עס אלס זיסער ווערט עס.

גיס אריבער די קאמפאט און קאנזערוו דזשאר און שטעל עס אוועק אויף ט"ו בשבט הבעל"ט.

פארגעס נישט אום חמשה עשר א תפילה צו טאן אויף א שיינעם אתרוג [נישט א גוטן דיעל, דאס איז כלל נישט אייער דאגה] אויף איבערעס יאר סוכות.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:09 am
דורך פוילישער
ישר כח פארשלאפן.

איין פראגע'לע, די אתרוג דארף מען אויך אפשיילן?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:10 am
דורך farshlufen
פוילישער האט געשריבן:
איין פראגע'לע, די אתרוג דארף מען אויך אפשיילן?

ניין, ווייל דאן בלייבסטו מיט גארנישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:14 am
דורך פוילישער
אקעי ישר כח, מיר גייען עס טון אי"ה היינט נאכט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 12:21 pm
דורך למעלה משבעים
עס קען נישט זיין היינט ווייל עס איז נאך נישט דורך דריי טעג צו האבן געטוישן דריי מאל די וואסער (לדעתי העלפט עס יא, כבוש כמבושל...)
און מיין רעסעפי בוך שטייט צו ווייקן פאר 7 טעג און אויסגיסן יעדן טאג.
אויך שטייט דארט צו נעמען 2 קיטטן.
און וועגן די קאכן שטייט אזוי אויף די ערשטע דריי מאל אויף קאכן פאר 5 מינוט, און אויסגיסן, און נאכדעם קאכן פאר 3-4 שעה פאר א מידיעם-לאוי היץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 1:15 pm
דורך farshlufen
אויב אלס כבוש כמבושל דארף מען אכט געבן אז עס זאל זיין 24 גאנצע שעה אין די זעלבע וואסער.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 08, 2010 11:48 am
דורך קליקו
דא ברענגט ער מיט עפל
אבער וואס איז קיטטען פאר א גוט יאר?
http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=57458

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 08, 2010 1:15 pm
דורך farshlufen
קיטטן איז Quince apple

http://en.wikipedia.org/wiki/Quince

רעסעפי פאר טשולענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 5:35 pm
דורך פעטריטשקע
כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?

שאָקאָלאַדע

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 12:20 am
דורך פארשריבן
איז איימיצער באקאנט ווי אזוי מען מאכט היימישע שאקאלאדע ביי זיך אינדערהיים?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 29, 2010 8:09 pm
דורך געלינקטער

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 06, 2011 1:55 pm
דורך משה פאלאפל
פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?


איך בין מיך מצטרף צו הרב פעטריטשקע'ס בקשה

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 06, 2011 10:34 pm
דורך געלינקטער

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 21, 2011 10:46 am
דורך farshlufen
וועגאטארישער דייעטישער קאכבוך:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:04 pm
דורך jkup50
משה פאלאפל האט געשריבן:
פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?


איך בין מיך מצטרף צו הרב פעטריטשקע'ס בקשה

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 8:09 am
דורך farshlufen
געשטעלטע בארשט:
בארשט מה זה ועל מה זה

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:00 am
דורך מומחה עצום
א נוצליכע צעטל פאר די קאך

בילד


די ארגינעלע (היי רעז)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 5:39 pm
דורך היפאקריט
מומחה עצום האט געשריבן:א נוצליכע צעטל פאר די קאך


די ארגינעלע (היי רעז)

פיין שיין

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:32 pm
דורך דובי
איז דא ערגעץ ווי כקען באקומען א פארפעשינעל רעסעפי פאר א מאכל וואס כזאל קענען פארקויפן די פראדאקט און דאס גלייכן?