רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך מארטש 20, 2019 1:35 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ני איינער מיט א גוטע רעסעפי פאר "פרענטש ראוסט" ?
יישר כחכם למפרע

שנייד אויף אין א בעקלע שטיקלעך קנאבעל מיט צוויבעל
(מקען אויך לייגן געשניטענע פאפריקע)
מיש אויס אין א טעלער אויל מיטט ספייסעס לויט געשמאק מאך זיכער אביסל ווייסע פעפער
טינק איין די פלייש אין די געספייסט אויל
לייג די פלייש אין בעקעלע
אין יעצט גיס ארויף א משהו וויין דווקא א טרוקענע און סזאל זיין מער פון 9 פראצענט
לייג אין אויבן פאר 2 און א האלב שעה G350
נישט לייגן קיין טראפ וואסער
אוי אוי וועט דאס זיין גוט


למעשה האלט איך שוין יעצט אינמיטן מאכן אביסעל ענדליך , הערשט יעצט געזען דיין רעסעפי , ישר כח

אין א פענדעל דינסטען מיט אויל
2 גרויסע צוויבעל צושניטן אויף האלב
8 שטיקלעך קנאבעל גאנץ
6 שטאנגען סעלערי קליין צושניטן אויף פיצלעך
1 רויטע פאפריקע אויף לענגליכע שטיקלעך

לאזן פרעגלען פאר א האלבע שעה
דערנאך צולייגען
4 גרויסע לעפלעך קעטשאפ
4 גרויסע לעפלעך ארענזש זשוס
4 גרויסע לעפלעך טריקענע וויין
אלעס אויסמישען אינעם פענדעל און אויפקאכן,
דערנאך אריין אין א שטארק פארמאכטע בעקעלע פאר 350 אין אויווען פאר 3 שעה

און סערווירן מיט די נארהאפטיגע סאוס

פראביר אמאל די ערשע האלב פון דיין רעסעפי אבער נישט פרעגלען נאר לייגן גלייך אין אויווען און נישט לייגן קיין נאסע ספייסעס
לויט מיין עקספיריענס וועט עס זיין מער ווייעך און גוט פעט

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך מארטש 20, 2019 1:41 pm

גאלערעטע האט איינער
שוין פאבירט אפאר מאל נישט מצליח געווען

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 6:22 pm

יהלום האט געשריבן:גאלערעטע האט איינער
שוין פאבירט אפאר מאל נישט מצליח געווען

גאלערעטע איז זייער פשוט אבער נעמט צייט
1. מנעמט קני באון דווקא מיט פיפגלעך מיט טשיקן פיסלעך
2. מדעקט עס איבער מיט וואסער
3. מלייגט אריין אפאר ציינדליך קנאבעל
4. מקאכט עס אויף. איינמאל עס קאכט לייגט מען אויף א קליינע פלאם פאר 10 שעה
5. נאך 10 שעה קאכן צומאלנט מען די פלייש מנעמט ארויס די ביינער
6. מספייסט לויטן טעם
7. און מלייגט עס אין פרידשדער פאר אפאר שעה

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 6:45 pm

גאלערעטע קען מען לייגן אין פריזער
ווען מנעמט עס ארויס קאכט מען עס איבער
סווערט צירוק גהעריג הארט

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:27 pm

מקען שוין אנהייבען
מיט רעסעפיס לכבוד פסח

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:33 pm

מקען שוין אנהייבען
מיט רעסעפיס לכבוד פסח

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מאנטאג מארטש 25, 2019 6:47 pm

איינער האט א גוטע רעסעפי פאר אייער מיט פאטעיטא?

יועץ פרטי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 7:06 pm

תגובהדורך יועץ פרטי » זונטאג מארטש 31, 2019 7:01 pm

קען מיר איינער זאגן וויאזוי מ'מאכט זויערע בארשט?

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 31, 2019 7:11 pm

יועץ פרטי האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן וויאזוי מ'מאכט זויערע בארשט?

פרעג חילי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יועץ פרטי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 7:06 pm

תגובהדורך יועץ פרטי » זונטאג מארטש 31, 2019 7:13 pm

צולייגער האט געשריבן:
יועץ פרטי האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן וויאזוי מ'מאכט זויערע בארשט?

פרעג חילי

ווער איז חילי?

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג מארטש 31, 2019 8:15 pm

יועץ פרטי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
יועץ פרטי האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן וויאזוי מ'מאכט זויערע בארשט?

פרעג חילי

ווער איז חילי?

שיין זעמער אויס... דעי יונגע דור...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » זונטאג מארטש 31, 2019 8:24 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:גאלערעטע קען מען לייגן אין פריזער
ווען מנעמט עס ארויס קאכט מען עס איבער
סווערט צירוק גהעריג הארט


אויב עס איז געווען אין פריזער
איז דארף מען צולייגען קנאביל
אין צולייגען שווארצע פעפער אין אויפקאכען
א נישט קען מען פילען אז עס איז געווען אין פריזער

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:35 pm

יערסלוב האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:גאלערעטע קען מען לייגן אין פריזער
ווען מנעמט עס ארויס קאכט מען עס איבער
סווערט צירוק גהעריג הארט


אויב עס איז געווען אין פריזער
איז דארף מען צולייגען קנאביל
אין צולייגען שווארצע פעפער אין אויפקאכען
א נישט קען מען פילען אז עס איז געווען אין פריזער

שכ'ח גיימער פראבירען
האסט נאך גוטע קאכן טיפס?

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

פאלשע פיש רעסעפי

תגובהדורך blue moon » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:01 pm

4 פונט געמאלענע טשיקען טאפ.
1פונט געמאלענע טשיקען באטטעם.
(אדער פינעוו פונט געמאלענע טאפ).
1 גרויסע געמאלענע צוויבל.
12 אונס צוקער (1.5 קאפ).
8 אייער.
צוויי לעפעל זאלטץ.
--------------------------

קלאפ אויף די אייער, לייג עס אין מיקסער מיט די פלייש, צוקער, צוויבל, לאז עס מיקסען פאר פופצען מינוט.
דערנאך שיט אריין די צוויי לעפעל זאלץ אין לאז עס לויפן פאר נאך פינעוו מינוט.
--------------------

יעצט איז די מיקס רעדי.
מען צוטיילט עס אויף דריי (בערך צוויי פונט פער ראלל).

מאך נאס דריי פיש פעיפער, אין ראלל עס שיין צוזאם. (דאס איז א פאך פאר זיך, פרעג ביי די וואס קענען).
------------------------

מען קען עס פריזען אדער תיכף קאכען.

גרייט צו א בעקעלע אדער פלאכע טאפ, שטעל אריין אפאר געשיילטע מיערען, ווען די וואסער באבעלט לייג אריין די ראללס, קאך אויף מידיאם פלאם פאר 90 מינוט.

------------------------

יועץ פרטי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 7:06 pm

תגובהדורך יועץ פרטי » מאנטאג אפריל 22, 2019 5:26 pm

בעל דמיון האט געשריבן:
יועץ פרטי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
יועץ פרטי האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן וויאזוי מ'מאכט זויערע בארשט?

פרעג חילי

ווער איז חילי?

שיין זעמער אויס... דעי יונגע דור...

האסט נאכנישט גענפערט

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג מאי 14, 2019 11:50 am

איינער ווייסט וועלכע Recipe book האט גיטע recipes פאר Minute steak וואס מ׳ווייקט אין וויין
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

פעניאק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג יוני 03, 2019 5:03 pm

איך זיך א רעסעפי פאר העררינג, מאטיאש, און קריעם

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג יוני 04, 2019 3:13 pm

פעניאק האט געשריבן:איך זיך א רעסעפי פאר העררינג, מאטיאש, און קריעם

viewtopic.php?f=25&t=28550
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1663717


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט