Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 10, 2009 11:59 am

מיין לעידי תחי' וויל שוין באקן פיינע זאכן אויף פורים, אבער די רעסעפי בוק איז שוין אלט און צוריסן, און אצינד אין די שווערע רעסעשן האב איך נישט קיין געלט פאר א נייע, אשר על כן ווער ס'האט א גוטע רעסעפי פאר:
המן טאשן
האלאפצעס (קרויט)
קרעפלעך
העלזלעך

זאל מוחל זיין און מזכה זיין את הרבים, און ארויפלייגן די רעסעפי דא.

Advertisement

זונטאג מאי 10, 2009 8:52 am

אונגארישער האט געשריבן:געדילד איך טי פארשלאגן זאלסט עפענען א רעסעפי אשכול דער עולם וועט הנאה האבן

מאנטאג נובמבר 09, 2009 12:20 pm

איינער האט עפעס א גוטע רעסעפי פאר אתרוגים?

מאנטאג נובמבר 09, 2009 1:03 pm

גלייכסט א קאמפאוט, אדער א דזשעם?

מאנטאג נובמבר 09, 2009 6:05 pm

שכח פארשלאפן.

קאמפאט גלייך איך.

דינסטאג נובמבר 10, 2009 7:51 am

כ'האב נישט מיין רעסעפי'ס שאכטל פאר מיר, אזוי אויך האב איך היי יאר נאך נישט געמאכט דעם אתרוג קאמפאט, אבער איך וועל שריייבן פון זכרון:[

1 אתרוג
1 קיטטען
1 לעמאן
2 גלאז צוקער, וכל המוסיף....

ווייק איין די אתרוג אויף 3 טעג אין יעדן טאג טויש די וואסער [אזוי קומט די רעסעפי וכך נהגו ערליכע אידענעס, אבער לויט מיין השערה טוט עס גארנישט אויף].

צושנייד דעם אתרוג אויף דינע רעפטלעך, שייל אפ די לעמאן און קיטטען, שטעל זיי אריין אין טאפ, דעק איבער מיט וואסער און לאז עס קאכן פאר א וויילע, גיס אויס די וואסער, שטעל עס נאכאמאל קאכן וחוזר חלילה 3 מאל [דאס נעמט ארויס א גרויסן חלק פונעם ביטערן טעם], נאכן דריטן מאל פיל צוריק אן דעם טאפ ווי פריערט, גיס צו די צוקער און שטעל עס קאכן אויף א קליינער פלאם ביז די קאמפאט ווערט טונקל פינק, דעפענדס אויף אייער טעיסט, ווי מער מ'קאכט עס אלס זיסער ווערט עס.

גיס אריבער די קאמפאט און קאנזערוו דזשאר און שטעל עס אוועק אויף ט"ו בשבט הבעל"ט.

פארגעס נישט אום חמשה עשר א תפילה צו טאן אויף א שיינעם אתרוג [נישט א גוטן דיעל, דאס איז כלל נישט אייער דאגה] אויף איבערעס יאר סוכות.

דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:09 am

ישר כח פארשלאפן.

איין פראגע'לע, די אתרוג דארף מען אויך אפשיילן?

דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:10 am

פוילישער האט געשריבן:
איין פראגע'לע, די אתרוג דארף מען אויך אפשיילן?

ניין, ווייל דאן בלייבסטו מיט גארנישט.

דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:14 am

אקעי ישר כח, מיר גייען עס טון אי"ה היינט נאכט.

דינסטאג נובמבר 10, 2009 12:21 pm

עס קען נישט זיין היינט ווייל עס איז נאך נישט דורך דריי טעג צו האבן געטוישן דריי מאל די וואסער (לדעתי העלפט עס יא, כבוש כמבושל...)
און מיין רעסעפי בוך שטייט צו ווייקן פאר 7 טעג און אויסגיסן יעדן טאג.
אויך שטייט דארט צו נעמען 2 קיטטן.
און וועגן די קאכן שטייט אזוי אויף די ערשטע דריי מאל אויף קאכן פאר 5 מינוט, און אויסגיסן, און נאכדעם קאכן פאר 3-4 שעה פאר א מידיעם-לאוי היץ.

דינסטאג נובמבר 10, 2009 1:15 pm

אויב אלס כבוש כמבושל דארף מען אכט געבן אז עס זאל זיין 24 גאנצע שעה אין די זעלבע וואסער.

פרייטאג אוקטובר 08, 2010 11:48 am

דא ברענגט ער מיט עפל
אבער וואס איז קיטטען פאר א גוט יאר?
http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=57458

פרייטאג אוקטובר 08, 2010 1:15 pm

קיטטן איז Quince apple

http://en.wikipedia.org/wiki/Quince

רעסעפי פאר טשולענט

דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 5:35 pm

כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?

שאָקאָלאַדע

מיטוואך דצמבר 08, 2010 12:20 am

איז איימיצער באקאנט ווי אזוי מען מאכט היימישע שאקאלאדע ביי זיך אינדערהיים?

מיטוואך דצמבר 29, 2010 8:09 pm

http://in.answers.yahoo.com/question/in ... 649AAIgO42

זונטאג מרץ 06, 2011 1:55 pm

פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?


איך בין מיך מצטרף צו הרב פעטריטשקע'ס בקשה

זונטאג מרץ 06, 2011 10:34 pm

viewtopic.php?p=398814#p398814

מאנטאג מרץ 21, 2011 10:46 am

וועגאטארישער דייעטישער קאכבוך:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:04 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:
פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?


איך בין מיך מצטרף צו הרב פעטריטשקע'ס בקשה

מיטוואך אפריל 04, 2012 8:09 am

געשטעלטע בארשט:
בארשט מה זה ועל מה זה

מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:00 am

א נוצליכע צעטל פאר די קאך

בילד


די ארגינעלע (היי רעז)

דינסטאג מרץ 04, 2014 5:39 pm

מומחה עצום האט געשריבן:א נוצליכע צעטל פאר די קאך


די ארגינעלע (היי רעז)

פיין שיין

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:32 pm

איז דא ערגעץ ווי כקען באקומען א פארפעשינעל רעסעפי פאר א מאכל וואס כזאל קענען פארקויפן די פראדאקט און דאס גלייכן?
שרייב א תגובה

Advertisement