וויפיל דארף מען באצאלן פארן מוהל?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מה יקר
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

וויפיל דארף מען באצאלן פארן מוהל?

תגובהדורך מה יקר » זונטאג נובעמבער 06, 2016 6:48 pm

אזוי ווי איך האב - געלויבט השי"ת - געמאכט א ברית לעצטנס, פרעג איך וויפיל $ דארף מען כהיום געבן דעם מוהל ער זאל זיין צופרידן?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג נובעמבער 06, 2016 6:51 pm

נארמאל איז מיר דאס נישט נוגע געווען, ווייל מיינ'ס א קרוב איז א מוהל און נעמט נישט קיין געלט פון מיר

איינמאל האב איך געדארפט נעמען א מוהל, און איך האב זיך נאכגעפרעגט וויפיל איז איינגעפירט צו געבן
האט מען מיר גע'פסק'נט 100$
כשמ"ו כן הוא

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 6:56 pm

גע׳פסק׳ט???

זה לא הלכה. נותנים איש כפי יכולתו.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:00 pm

איך האב געגעבן $200

יונה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:09 pm

א טיפ גיבט מען לויט וויפיל מ'שפירט פאר ריכטיג לויט ווי גוט די סערוויס איז געווען, עס איז אויך געוואנדן אין די געבערס סטאטוס, אויב די הייסט א בעל בתישער איד, עקספעקט מען מער.
איך האב געגעבן צוויי מאות ווייל דער מוהל איס געקומען צו פארן, געווען אין צייט און געמאכט א סופער דזאב. שפעטער חרטה געהאט כ'וואלט אים געדארפט געבן אסאך מער.

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:14 pm

בכלליות לויפט עס צווישן 100-150 $ אבער פארשטייט זיך אויב דער מוהל האט זיך עקסטער אפגעגעבן דארף מען צולייגן מער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:15 pm

מזל טוב, זאלסט אים מכניס זיין לבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו און שעפן גאר אסאך אידיש נחת פון די גאנצע פאמיליע

א מוהל האט נישט קיין פרייז, און ער רעכנט זיך נישט אויף א געוויסן סכום. די "טיפ" איז געווענליך ארום הונדערט טאללער, אבער זיי ווייסען אז נישט יעדער קען זיך דאס ערלויבן און אז צומאל א קלענערע סכום אוואו אויבענדערמאנט איז ביי זיי פונקט אזוי חשוב אין אזוינע פעלער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:18 pm

קען איך פון דערנאנט א גרויסען מוהל וואס מגעבט איהם צווישן 500 און 1000 [נישט ביי די היימישע קרייזן]
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:26 pm

קאן זיין אז מיר קאנען דעם זעלביקן מוהל. אבער פיל מאל קאן ער פארען צו די מרחקים און קריגן אז ניטאמאל די הוצאת הדרך האבען זיך אויסגעצאלט
בוי זיך זעלבסט

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:41 pm

צווישן 200 און 300 וועט יעדער מוהל זיין צופרידן 100%, און גראדע קען איך א מוהל (קען זיין מיר רעדן פון דעם זעלבן), וואס ווען ער פארט אויף די מרחקים זוכט ער ספאנסערס פאר די שפעזן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:56 pm

100 היינט איז אונטערגעצאלט.
האלט שוין לאנג ביי 200 און אססאאך געבן מער.
ווען האט איר געמאכט לעצט א ברית?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:58 pm

מיר האט מען געזאגט ביים ערשטן ברית אז מען גיבט א טיפ צווישן הונדערט און צוויי הונדערט, ווי א גראדע מעכל גיב איך זינט דאן 150...

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג נובעמבער 06, 2016 8:18 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:מיר האט מען געזאגט ביים ערשטן ברית אז מען גיבט א טיפ צווישן הונדערט און צוויי הונדערט, ווי א גראדע מעכל גיב איך זינט דאן 150...

טאקע א גראדע מעכל. האסט שוין פרובירט צו געבן 75 ? קלערסט אז דיין קינד וועט בלייבן אומגעמל'ט ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 06, 2016 8:23 pm

75 איז נישט "צווישן הונדערט און צוויי הונדערט"...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:32 pm

זאל זיין $101.

מיר האט מען געזאגט 150$ אבער דער מוהל האט זיך געדארפט אפגעבן מער מיטן קינד, האב איך געגעבן $200.

איך מיין אער אז פאר אזא ארבעט וואלט שוין געמעגט ארויפגיין די פרייז, זיי מעגן טאקע נישט בעטן, דערפאר דארף מען זיין נישט אונטער שאצן.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:51 pm

ס׳ווייב איז געוועהן שטארק צופרידען אז מען האט באשלאסען צו געבן $250 פאר פיר יאר צוריק.

יענער איז א בנן של קדושים און מאכט שוין חתונה קינדער.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:54 pm

ביי מיר האט דער מוהל בשום אין אופן נישט געוואלט נעמען מער פון איין טאלער אויף יוצא צו זיין.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 1:45 am

איך האב געגעבן 300. איך מיין אז רוב עולם געט ארום 250

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 3:22 am

איך ווייס נישט ווען דערעולם דא האט לעצט געמאכט א ברית אבער היינט איז די סטענדארט 200-300

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 3:35 am

ווייניגער ווי א יאר צוריק
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:16 am

מה פתאום??? האט געשריבן:ביי מיר האט דער מוהל בשום אין אופן נישט געוואלט נעמען מער פון איין טאלער אויף יוצא צו זיין.


פאון נומבער ביטע......
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 8:38 am

מיסטעריעז האט געשריבן:מיר האט מען געזאגט ביים ערשטן ברית אז מען גיבט א טיפ צווישן הונדערט און צוויי הונדערט, ווי א גראדע מעכל גיב איך זינט דאן 150...

מיר האט מען געזאגט ביים ערשטן ברית אז מ'געבט 50 דאלער (מער ווי 13 יאר צוריק), און זינט דאן האב איך אזוי געגעבן ביי עטליכע קינדער ביז איך האב מיר אליין געכאפט אז ס'איז אונטערגעצאלט, ס'איז לכה"פ פון 100 און ארויף ווענדט זיך לפי כיסו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:32 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:איך האב געגעבן 300. איך מיין אז רוב עולם געט ארום 250

ביזט א מייקר השער..
איך האב מיך נאכגעפרעגט, 200 איז זייער שיין באצאלט ווען יענער טרעוולט
פארשטייט זיך אז אין שיעור למעלה,
איש כמתנת ידו
אבער צו געבן 100 דאללער פאר א ערווריזש ברית איז נישט קארג, בכלל נישט

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:45 am

ס'איז נישט דא קיין אפציעלע פרייז, אבער ביי אונז אין שטאט איז דא א באקאנטע מוהל מומחה וואס איך מיין אז 75% שטאט נוצט אים, און די אומאפציעלע פרייז איז
$300
מיין בליק אויף די זאך איז אז מוהלות איז א געהעריגע פראפעשאן , און פונקט ווי די צאלסט פאר דאקטאר $150 א וויזיט און אויב מאכט ער שוין א פסידזשער איז עס $500-$1000 די זעלבע זאך דא,
נארוואס למעשה א ברית איז א הייליגע זאך בעט מען נישט אפציעל קיין געלט בכלל, אבער ס'איז קלאר אז $300 איז בכלל נישט איבערגעטריבען.

כנלענ"ד
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:58 am

לענ"ד איז $100 זייער נארמאל
נאר ס'איז דא אמאל א מענטש וואס ערלובט זיך מער געט ער מער
אדער איינער וואס האט א אינגל נאך 7 מיידלעך אין ער איז אזוי עקסיידעט צו מאכן א ברית
העט ער געבן מער ווי ער קען אויך
אבער נארמאל איז גארנישט
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט