בלאט 1 פון 1

עליות קארד'ס

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:05 pm
דורך פעינטער
איך בין א גבאי און א בית מדרש, און אויף יעדע וואך שבת פאר די עליות ניץ איך דאס, איך לייג פעפער קליפס אויף א יעדע זאך. עס איז ממש א מחיה.
די פראבלעם איז ווען ס' קימט אבער צוויי טעג אדער שמחת תורה וואס מ'פארקויפט פארשידענע זאכן פאר גרעסערע געלטער, האט איינער אפשר א גיטע און גרינגע עצה פאר דעם??

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:08 pm
דורך פעינטער
זעה און אטטעטשמענט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:15 pm
דורך מיסטעריעז
מען מאכט קארטלעך פאר יעדע פון די פארשידענע זכויות באזונדער, און מען לייגט עס אין די קליפ צוזאמען מיט די נאמען קארטל פון דער קויפער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:56 pm
דורך SPUSMN
אויף קנה פארשטיי איך אז מען פארקויפט נישט א עלי' פאר ווייניגער ווי צעהן דאלער, אבער וואס איז מיט עלה; שנדר'ט נישט קיינער ווייניגער ווי 10 דאלער? און וואס איז אויב דער סכום איז נישט אויף דער קארטעל?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:10 pm
דורך מונאוויטש
SPUSMN האט געשריבן:אויף קנה פארשטיי איך אז מען פארקויפט נישט א עלי' פאר ווייניגער ווי צעהן דאלער, אבער וואס איז מיט עלה; שנדר'ט נישט קיינער ווייניגער ווי 10 דאלער? און וואס איז אויב דער סכום איז נישט אויף דער קארטעל?

עצה:

- 1
- 2
- 4
- 8
- 16
- 32
- 64
- 128
- 256
- 512
- 1024
- 2048

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:13 pm
דורך גם זה יעבור
איך ניץ א בעסערע קארד, מיט אלע זאכן אבער איך קען נישט עטעטשען

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:37 pm
דורך SPUSMN
מונאוויטש האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אויף קנה פארשטיי איך אז מען פארקויפט נישט א עלי' פאר ווייניגער ווי צעהן דאלער, אבער וואס איז מיט עלה; שנדר'ט נישט קיינער ווייניגער ווי 10 דאלער? און וואס איז אויב דער סכום איז נישט אויף דער קארטעל?

עצה:

- 1
- 2
- 4
- 8
- 16
- 32
- 64
- 128
- 256
- 512
- 1024
- 2048

דער ביינערי סיסטעם, געוואלדיג!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:45 pm
דורך פאטאקי08
עס איז דא א פראבלעם אז די קליפס פארוקן זיך אדער צוויי קארטלעך נעמען קליפן זיך צוזאם
איך טראכט פון אן איידיע, ניצן אזא מין ציילער אזוי ווי דאס
https://www.officesupply.com/office-sup ... 28406.html
דאס מיינט מען זאל האבן אנגעגרייט מערערע און מען זאל צוקליפן א לעבל דערויף מיט די מתפלל'ס נאמען
וואס זאגט איר דערצו?