שיעורי משניות אויפ'ן טעלעפאן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

שיעורי משניות אויפ'ן טעלעפאן

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:44 am

ווייסט עמיצער פון שיעורי משניות וואס מען קען הערן אויפ'ן טעלעפאן. אדער אראפצולאדענען פונעם געוועב. אגב, איך גלייך שטארק משניות מיט א גוטן פירוש, דער סייעתא דשמיא איז נאכנישט דא אויף אלע מסכתות, ווייסט עמיצער צי ארטסקראל האט עפעס גוטס. ביטע מעלדן, ישר כוח

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:49 am

2124611234
הערליכר מגיד שיעור

אויך אויף קול דודי דארף עפעס צו זיין
7189896844
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

שפע רב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

משנה א טאג

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 1:22 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון שיעורי משניות וואס מען קען הערן אויפ'ן טעלעפאן. אדער אראפצולאדענען פונעם געוועב. אגב, איך גלייך שטארק משניות מיט א גוטן פירוש, דער סייעתא דשמיא איז נאכנישט דא אויף אלע מסכתות, ווייסט עמיצער צי ארטסקראל האט עפעס גוטס. ביטע מעלדן, ישר כוח


שוין א שטיק צייט וואס איך זוך אויב עס איז דא אויפ'ן געוועב א טעגליכע משנה פראגרעם, פאר אנ"ש היימישע אידן [שוין דא אזאנס אין ענגליש] ווי מען קען הערן אדער ליינען מיט א גוטע פירוש, לדוגמה סייעתא דשמיא. וואס לענ"ד קען דאס זיין א געוואלדיגע תעולת, כידוע איז לימוד משניות א געוואלד'גע תיקון לנר'נ. נאר די פראבלעם איז אז ביי די קביעות עיתים שיעורים איז שווער צוזיך קובע זיין אויף לימוד משניות. במילא אויב איינער ווייסט פון אזא פראגראם ווי מען קען אינמיטן די ארבעט אראפנעמען אפאר מינוט פאר דעם לימוד אין דאס שערן מיטן ציבור וועט דאס זיין א דבר גדול מאד. ש'כוח


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארויף, גיט, לעיקוואד און 16 געסט