בלאט 1 פון 2

וואס טוט מען מיט די אפגעשוירענע האר פון א חאלאקע

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 6:52 am
דורך פלאחותיך
נישט זיכער צו ס'איז שוין דא וועגן דעם א אשכול מיין זוכעניש האט נישט געפונען, אויך וויס איך נישט ווי ס'באלאנגט

איז דא עפעס מנהגים וואס מען טוט מיט די האר וואס מען שערט אפ פונעם קינד ביי א חאלאקע?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 7:47 am
דורך פאפיגיי
מ'וועגט עס אפ, און מ'געט די זעלבע סכום אין וואג די ווערט פון גאלד אדער זילבער פאר צדקה.

זעה ספר 'הררים התלוים בשערה'.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:12 am
דורך קיקיון

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:27 am
דורך פלאחותיך
יש"כ ביידע, העמער עס ג'יין אפ'וועגן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:30 am
דורך יונה
מיין האר [און די פון מיינע ברודער] ליגן אוועקגעלייגט אין מיין מאמע'ס שופלאד...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:42 am
דורך קיקיון

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:01 am
דורך קיקיון

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:42 pm
דורך שאינו יודע
מיין מאמע האט אלעס אוועקגעלייגט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:52 am
דורך Greeneryid
מיין מאמע האט אלעס געווארפן אין גארבעדזש

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:30 am
דורך זאכליך
ביים פאריגע אפשערן פון מיין אינגל, האב איך עס אריינגעשיקט פאר איינע פון די ארגענעזאציעס וואס העלפן קינדער מיט יענע מחלה ל"ע, דאכט זיך חיי לייפליין.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:25 am
דורך שנאפס
מזל טוב צום אפשערן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:43 am
דורך סאדאם חוסעין
זאכליך האט געשריבן:ביים פאריגע אפשערן פון מיין אינגל, האב איך עס אריינגעשיקט פאר איינע פון די ארגענעזאציעס וואס העלפן קינדער מיט יענע מחלה ל"ע, דאכט זיך חיי לייפליין.

נישט פייגעבאלן, איך מיין אז דעס איז די חשובסטע וואס מען קען טוען די אייבערשעטער זאל העלפען אז ווען איך שער אפ די נעקסטע קינד זאל שוין נישט זיין פאר וועם

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:06 pm
דורך שאינו יודע
עס דארף זיין א געוויסע לענג?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:05 pm
דורך זאכליך
שאינו יודע האט געשריבן:עס דארף זיין א געוויסע לענג?

יא, כ'געדענק אבער נישט וויפל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:55 pm
דורך קיקיון
זאכליך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:עס דארף זיין א געוויסע לענג?

יא, כ'געדענק אבער נישט וויפל.

Hair must be a minimum of 14" long to be useful.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 5:03 am
דורך פטיש
פאפיגיי האט געשריבן:מ'וועגט עס אפ, און מ'געט די זעלבע סכום אין וואג די ווערט פון גאלד אדער זילבער פאר צדקה.

זעה ספר 'הררים התלוים בשערה'.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:13 pm
דורך אויפריכטיג
איז דא ערגעץ א מקור צו פארברענען די האר אין מירון?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:54 pm
דורך פרא-חסיד
מלייגט עס אין גארבעדש. הג"ה וכן אני נוהג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:06 pm
דורך דער מח
אויפריכטיג האט געשריבן:איז דא ערגעץ א מקור צו פארברענען די האר אין מירון?

ס'איז דא א מקור איבער טראגן די האר קיין מירון און עס אראפלייגן, אבער פארברענען ח"ו עס קען מזיק זיין דאס קינד.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:55 pm
דורך שטאלצער יוד
דער מח האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:איז דא ערגעץ א מקור צו פארברענען די האר אין מירון?

ס'איז דא א מקור איבער טראגן די האר קיין מירון און עס אראפלייגן, אבער פארברענען ח"ו עס קען מזיק זיין דאס קינד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 9:14 am
דורך ברזילי
כגעהערט אמאל א מעשה פון א איד וואס האט אוועקגעלייגט האר פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע און נאך כו אב תשלט זענען דעם רבינס האר פארשוואונדען

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:05 am
דורך דער מח
שטאלצער יוד האט געשריבן:
דער מח האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:איז דא ערגעץ א מקור צו פארברענען די האר אין מירון?

ס'איז דא א מקור איבער טראגן די האר קיין מירון און עס אראפלייגן, אבער פארברענען ח"ו עס קען מזיק זיין דאס קינד.

פיין, גוט, דער וואס פארברענט נעגל הייסט א חסיד וויבאלד ער איז נישט חייש אויף די סכנה וואס קען קומען אויף אים, נאר איז ענדערש חייש אויף די סכנה אז א אשה מעוברת זאל טרעטן אויף די נעגל, וועגן דעם הייסט ער חסיד. אבער סתם איינער זאל פארברענען א זאך מגופו על לא דבר, ווערט מען נישט לכבוד דעם א חסיד, אדרבה מען טאר נישט טוהן א זאך וואס קען ברענגען א סכנה.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:21 pm
דורך דער מח
פלאחותיך האט געשריבן:יש"כ ביידע, העמער עס ג'יין אפ'וועגן

עס איז נישט אזוי פשוט אפוועגן, עס דארף גערעכנט ווערן לויט די גאלד ווערד. עס איז דא וואס טוען דערין...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 7:27 am
דורך יגעתי ומצאתי
די לעצטע פון וועם איך האב ערווארטעט א סגולה ביזנעס. אנטוישט.

איך האף אז 'מבצר הכוללים' וועט מפרסם זיין די מקור פון ארויפברענגען די האר קיין מירון.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:20 am
דורך לייבקע יענטע'ס
נישט דא קיין מקור, וועגן דעים פארברענען זיי דאס נישט