חיזוק פאר בעלי מסירות נפש אין היינטיגן דור

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

חיזוק פאר בעלי מסירות נפש אין היינטיגן דור

תגובה דורך good-life »

אזוי ווי לעצטענס האבן זיך ארויפגעזעצט אויף כלל ישראל אפאר זעלבסט געקרוינטע פאר(ט)רעטער וואס זיי טיילן אויס צרות און בזיונות על לא דבר פאר ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם, אן קיים שום הנהגת התורה אדער פסק בית דין, אדער הוראה פון גדולי ישראל, און אפצושטעלן די נערוון ליידענדע איז נישט בידי, וואס איז יא בידי איז צו געבן חיזוק פאר אידן וואס ליידן ליידער פון זיי.

טייערע אידן זאלט איר וויסן אז דער אויבערשטער ווייסט ווי שווער עס איז אנגעקומען ארויפצוליין א פילטער אויפן טעלעפאון. נאכ'ן ארויפלייגן דעם פילטער איז 95% פונעם קאמפיוטער טעלעפאון נישט ניצבאר, און מיט דעם אלעס האט איר זיך מוסר נפש געווען און געפאלגט די דעת תורה פון רבני וצדיקי דורנו און געלייגט א פילטער, זאלט איר וויסן אז יעדן טאג בארימט זיך די אויבערשטער מיט אייך, וואסערע חשוב'ע אידן ער האט אויף די וועלט, אייער מעשים טובים האלט אפ מגיפות, שחיטות, מחלות, ברענגט ישועות און רפואות און פרנסה לרוב פאר גאנץ כלל ישראל,
דער אויבערשטער ווייסט וויפיל מאל איר זענט געווארן סטאק און ביזנעס אלעס ווייל איר האט דעם פילטער, מיט דעם אלעם גייט איר ווייטער אן, איר ווערט נישט געפאלן, ווייל איר ווייסט אז דאס טוט איר פאר'ן אויבערשטען.

זאלט איר וויסן אז אפילו עס דרייען זיך ארום אזעלעכע וואס פארגינען אייך נישט מיט אייער מסירת נפש, זיי זענען שלוחים פון די סטרא אחרא אראפצופירן כלל ישראל פון וועג, אויסצושמד'ן די איבריגע כלל ישראל וואס זיכן זיך נאך צו האלטן ערליך. זיי זענען דיע וואס רייצן אן די יוגענט אז זיי זאלן טראכטן שלעכטע מחשבות ווען זיי זעהן א טעלעפאון. זיי זענען דיע וואס זיי וויל צולייגן צו חוצפא יסגא נאך א לעוועל און אויסלערנען די איגענט אז דעת תורה פון רבותינו הגדולים אין אינזער דור איז נישט מאסנגעבנט.

זאלט איר וויסן זיך צו האלטן שטאלץ, ווען איר נעמט ארויס אייער מסירת נפש פון טאש זאלט איר אויסריפן הויך, איך בין א בעל מסירת נפש, איר האב די שטיקל כשר גע'מאכ'טע פלייט מיט מסירת נפש, איך דארף דאס האבן צו קענען ברענגן ברויט אין שטוב, איך בין נישט פון דיע וואס קענען זיך ערלויבן א סעקרעטערי א גאנצן טאג אין אפיס, איך לויף ארום אין די היצן און קעלט צו קענען מקיים זיין וואס איך האב מיך אינטערגענימען אין די כתובה ביי די 18 יאר, אן פרעגן קשיות, און איך טוע יעצט ווייטער די רצון השם אן פרעגן קשיות, איך בין פון דיע וואס האבן א היתר גמור לכתחילה לצורך פרנסה צו האבן א געפילטערטע כלי צו טוען דערמיט די רצון השם, זאגט עס הויך און שעמט אייך נישט דערמיט,

אזוי לערנט אינז די רמ''א אינעם ערשטן סימן ואל יבוש מפני המלעיגים, די מלעיגים, די מסיתים ומדיחים פון היינט ווילן איר זאלט אייך נישט פילן באקוועם מיט אייער מסירת נפש, איר טארט זיך נישט שרעקן, איר דארפט דאס אויסשרייען הויך.
יארן ארום וועט מען זעהן ווי די אלע זעלבסט געקרוינטע שומרים האבן זיך דערקייקלט מיט'ן אויספירן זייער סטרא אחרא שליחות, וויפיל אידן זיי האבן צוריקגעהאלטן פון ארויפלייגן א פילטער דורך זייערע טריפה'נע שטיק, וויפיל אידן זיין האבן אפגעפירט פון וועג מיט זייערע שמוציגע מערכות, דעמאלט וועט איר קענען זאגן ב''ה איך בין געווען פון בעלי מסירות נפש.
לעצט פארראכטן דורך good-life אום דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:45 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

הייליגע אויפריכטיגע רייד.
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

תגובה דורך ראש העיר »

זייער גוט געזאגט, און קולע אל השערה. אבער....

א. די רבנים הגאונים שליט"א (וזצ"ל) האבן קלאר געשטעלט אז די פילטער איז א בדיעבד, און אה"נ עס איז טאקע מסירות נפש, און עס איז א קידוש ה' יעדער סעלפאון און קאמפיוטער מיט א פילטער, אבער מען האט עס מתיר געווען אלס א שעת הדחק, נישט אז ס'איז ווי געזאלצענע פלייש...

ב. אזוי אויך די ענין פון מראית העין, נישט יעדער ווייסט אז ווען דו נעמסט ארויס דיין גע'געגליטע גע'כשר'טע טעלעפאון אז ס'איז כשר געמאכט, זיי זעען אויס גאנץ ענליך צו די נישט כשר געמאכטע..

ג. ס'איז דא דרגות אין אידישקייט, איינער וואס איז קובע עתים לתורה א שעה ביינאכט איז א גרויסע חשיבות, איינער וואס איז קובע צוויי שעה איז נאך חשוב'ער, איינער וואס לערנט נאך פארטאג אויך צוויי שעה איז מער חשוב, און איינער האט די זכי' צו זיצן יומם ולילה על התורה ועל העבודה שטייגט איבער די אלע, מיט סעלפאונס איז נישט אנדערש, איינער וואס האט א פילטער אויף די סמארט פאון איז חשוב, איינער וואס האט א שטרענגער פילטער איז גאר חשוב, איינער וואס האט בכלל נישט קיין סמארט פאון איז מער חשוב, א.א.וו.

בדרך אגב, די וואס האבן יא סעקרעטעריס מעגן אויך געניסן פון דיין כף זכות, אדער זיי טארן טקע נישט האבן קיין געפיטערטע פאון?
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובה דורך good-life »

ראש העיר האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, און קולע אל השערה. אבער....

א. די רבנים הגאונים שליט"א (וזצ"ל) האבן קלאר געשטעלט אז די פילטער איז א בדיעבד, און אה"נ עס איז טאקע מסירות נפש, און עס איז א קידוש ה' יעדער סעלפאון און קאמפיוטער מיט א פילטער, אבער מען האט עס מתיר געווען אלס א שעת הדחק, נישט אז ס'איז ווי געזאלצענע פלייש...

נאכ'ן עס מתיר זיין פאר ווער עס דארף עס איז עס קלאר יענעם א מותר, און עס דארף זיך נישט פילן געקלאפט פון דעם, און א צווייטער האט נישט קיין רעכט ע''פ הלכה עובר צו זיין אויך לא תונו איש את עמיתו, אונאת דברים.

ב. אזוי אויך די ענין פון מראית העין, נישט יעדער ווייסט אז ווען דו נעמסט ארויס דיין גע'געגליטע גע'כשר'טע טעלעפאון אז ס'איז כשר געמאכט, זיי זעען אויס גאנץ ענליך צו די נישט כשר געמאכטע..

די יסור פון מראית העין האבן די מסיתים ומדיחים אויסגעטראפן צו קענען מיט דעם פייניגן אנדערע, עס איז זיי נישט בייגעפאלן אויסצולערנען דינ עפעקטעד מראית העין זייט צו טראכטן פארקערט אז עס איז זיכער געפילטערט, ווייל עס איז אוממעגליך אז נישט ווייל מ'נעמט נישט אן די קינדער אין די מוסדות, און מ'איז נישט כשר לעדות קידושין אן דעם

ג. ס'איז דא דרגות אין אידישקייט, איינער וואס איז קובע עתים לתורה א שעה ביינאכט איז א גרויסע חשיבות, איינער וואס איז קובע צוויי שעה איז נאך חשוב'ער, איינער וואס לערנט נאך פארטאג אויך צוויי שעה איז מער חשוב, און איינער האט די זכי' צו זיצן יומם ולילה על התורה ועל העבודה שטייגט איבער די אלע, מיט סעלפאונס איז נישט אנדערש, איינער וואס האט א פילטער אויף די סמארט פאון איז חשוב, איינער וואס האט א שטרענגער פילטער איז גאר חשוב, איינער וואס האט בכלל נישט קיין סמארט פאון איז מער חשוב, א.א.וו.

בכלל נישט אמת, דאס איז אייגן געמאכטע תורה, די קענסט זאגן די זעלבע אויף ווער ס'פארט ארבען אין מאנהעטן יעדן טאג, גיי טייל קארטלעך ביים באס וואס פארט קיין מאנהעטן, עס איז בכלל נישט אמת, נישט ע''פ הלכה, און נישט ע''פ חסידות, ניתי ספר ונחזה, קוק אריין אלע ספרי הלכה וספרי יראה פון אלע דורות וועסטו זעהן אז עס איז נישט אזוי,

בדרך אגב, די וואס האבן יא סעקרעטעריס מעגן אויך געניסן פון דיין כף זכות, אדער זיי טארן טקע נישט האבן קיין געפיטערטע פאון?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

להודיע האט געשריבן:הייליגע אויפריכטיגע רייד.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

גוטע לעבן, ריכטיגע רייד צו די וואס ברויכען נוצן א סמארט פאון, און נוצען עס אופן ריכטיגן און כשר'ען וועג.
איך ווייס נאר נישט פונקטלעך וועם דו ריפסט אן מיט אזעלכע עקסרעימע נעמען, ווי סטרא אחרא, שמוציגע מערכות, טריפה'נע שטיק, מסיתים ומדיחים, פאררעטער, וכדומה,

ראש העיר האט געשריבן:ג. ס'איז דא דרגות אין אידישקייט, איינער וואס איז קובע עתים לתורה א שעה ביינאכט איז א גרויסע חשיבות, איינער וואס איז קובע צוויי שעה איז נאך חשוב'ער, איינער וואס לערנט נאך פארטאג אויך צוויי שעה איז מער חשוב, און איינער האט די זכי' צו זיצן יומם ולילה על התורה ועל העבודה שטייגט איבער די אלע, מיט סעלפאונס איז נישט אנדערש, איינער וואס האט א פילטער אויף די סמארט פאון איז חשוב, איינער וואס האט א שטרענגער פילטער איז גאר חשוב, איינער וואס האט בכלל נישט קיין סמארט פאון איז מער חשוב, א.א.וו.

איך וויל נישט פארקריכן פון די נושא, אבער איין הערה,
ביי מענטשען גייט עס מיט דרגות, ווי מער ער לערענט אלס חשובער איז ער,
ביים באשעפער גייט עס בכלל נישט אזוי, קוק און אלע ספרים, ספרי קדמונים, ספרי חסידות, ספרי מוסר, איינער וואס זיין מעגלעכקייט איז צו לערנען א שעה א טאג איז ביים באשעפער פונקט אזוי חשוב ווי דער איד וואס איז תורתו אומנתו און לערנט 18 שעה א מעת לעת.

און דאס איז זיין נקודה בנוגע סעלפאונס, דיין שכן אין ביהמ"ד ען דיר אנקוקען מיט א קרומע אויג ווייל דו האסט א געפילטערטע סמארט פאון, אבער - אויב ברויכסטו עס טאקע, און נוצסט עס ווי מ'ברויך - דאן ביים באשעפער ביסטו די זעלבע דרגא ווי דיין שכן.

גוד לייף האקט. שיק עניוועי.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

ראש העיר האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, און קולע אל השערה. אבער....

פארוואס הייבסטו אן מיט די זאץ ווען דו ביזט מחולק מיט די גאנצע תגובה זיינע? בין איך א אונגארישער און איך כאפ נישט די וויץ?

איבער די פוינטס דיינע וויל איך מיר נישט טענה'ן ווייל דאס איז שוין געמאלן דא כמ"פ. דער פה"א איז נישט געקומען איינעם צו איבערצייגן נאר אויסצודרוקן זיינע געפילן וואס איך שעיר אויך.

נאר איבער דיין לעצטע פוינט קען איך מיר נישט איינהאלטן. איינער וואס זיצט און לערנט יומם ולילה און שרייט אויף יענעם וואס פלאגט זיך צו לערנען נאכן ארבייטן און רייסט זיך אפן צו האלטן די אויגן פאר 2 שעה ביינאכט איז נישט מער בעל מדריגה בכלל! ודי בזה.

אוודאי דארף יעדער ביי זיך מאכן די מערסטע גדרים וסייגים, און ס'נישט שייך צו מאכן קיין וואן סייז פיטס אלל, און זיכער אז מיטן פילטער איז נאך דא אסאך פלאץ פאר נאך גדרים וסייגים ביי יעדעם לפי ערכו, אבער ווען איינער פאלגט די תקנות כמצווה עלינו איז ער א ערליכער איד און ווער ס'שרייט אויף אים אזוי ווי די שרייערס דא טוען איז בכלל נישט מער בעל מדריגה!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

משיח האט געשריבן:איך ווייס נאר נישט פונקטלעך וועם דו ריפסט אן מיט אזעלכע עקסרעימע נעמען, ווי סטרא אחרא, שמוציגע מערכות, טריפה'נע שטיק, מסיתים ומדיחים, פאררעטער, וכדומה,

מסתמא מיינט ער די צעטלעך וואס דרייען זיך לעצטענס אין בית המדרש יעדע וואך וואס ברענגט אראפ קראנטע עדות'שאפט פון היבשע גרויסע ביזנעסלייט מיט זייערע נעמען און ביזנעס נאמען, וואס זאגן עדות אז זיי האבן ב"ה גרויס הצלחה אין זייער ביזנעס אן קיין סמארטפאון בכלל, און אפילו זיי האבן געמיינט אנפאנג אז זיי דארפן עס וויכטיג האבן זיי זיך איבערצייגט אז לא דובים ולא יער, זיי גייען אן נאך בעסער ווי פארדעם מיט א געהעריגע פליפ סעלפאון.

ס'איז א שיינע ליסטע, א נחת צו זען, א הייליגע מערכה.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

מילכיגער ;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובה דורך Yoely »

ווי איך פארשטיי מיינסטו מט די בזיונות צי זאגן ווען מברעגט אריין די סמארטפאן אין בהמ"ד וכד'.

אויב די דארפט עס טאקע פאר ביזנעס. פארוואס טאקע ברעגסטו עס אריין אין שול? די פאקט איז אז סמאכט קאלט סיי אינגערע אין עלטערע. אפילו די האסט א גוטע פילטער און דארפסט עס טאקע פאר ביזנעס. אבער אין שיל ברענג עס נישט.
לעצט פארראכטן דורך Yoely אום דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

זייער ריכטיג געזאגט good-life און מילכיגער, ופשוט הוא.

ביידעוועי, הרב בערל טויבער שליט"א איז די איינציגסטע (וואס איך האב געהערט) וואס זאגט דאס קלאר ארויס מיט באק ציינער, שוין געהערט כמה דרשות וואו ער לייגט עס גאר שטארק אראפ כדרכו, אז דאס איז די צורך אין אונזער דור און אדרבה אז די באשעפער האט עס 'אונז' געגעבן ווייזט עס אז ער טראסט אונז אז מ'קעמיר זיך האלטן מיט די אלע נסיונות וואס קומען מיט דערמיט. (דאס איז גאר באקאנטע ווערטער וואס מ'לערנט און הערט כסדר לגבי אלע נסיונות, משום איזה סיבה איז עס פארגעסן געווארן ביי די נסיון).
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובה דורך good-life »

derech eretz האט געשריבן:זייער ריכטיג געזאגט good-life און מילכיגער, ופשוט הוא.

ביידעוועי, הרב בערל טויבער שליט"א איז די איינציגסטע (וואס איך האב געהערט) וואס זאגט דאס קלאר ארויס מיט באק ציינער, שוין געהערט כמה דרשות וואו ער לייגט עס גאר שטארק אראפ כדרכו, אז דאס איז די צורך אין אונזער דור און אדרבה אז די באשעפער האט עס 'אונז' געגעבן ווייזט עס אז ער טראסט אונז אז מ'קעמיר זיך האלטן מיט די אלע נסיונות וואס קומען מיט דערמיט. (דאס איז גאר באקאנטע ווערטער וואס מ'לערנט און הערט כסדר לגבי אלע נסיונות, משום איזה סיבה איז עס פארגעסן געווארן ביי די נסיון).

יישר כח פאר'ן ברענגען פון הרב טויבער, איך האב געוואוס אז דאס איז די ריכטיגע דעת תורה פון אלע ערליכע רבנים ואדמורי''ם, אבער איך האב נישט געוואוסט אז ס'דא נאך דא איינער פון די רבנים וואס איז מקיים לא תגורו מפני איש און זאגט עס קלאר ארויס.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

רבותים נידער מיט די טענער
יעדע איד וואס טוט וואס ס׳ווערט פארלאנגט פון איהם אין זיין יעצטיגע מצב איז חביב ואהוב לפני המקום כמות שהוא
דער דארף שרייען און מחזק זיין די וואס האבן נאכנישט דעם ניסיון זיך נישט אריינצולייגן אין דעם, און דער דארף מחזק זיין די וואס האבן זיך געשטארקט און געפילטערט צו זיי ברויכן עס לצורך פרנסה צו פאר אנדערע סיבות

כידוע פון רבי הילל קאלאמייער זצוק״ל איז אמאל איינגעשטאנען ביי א איד אויף שבת און משכ׳ן שבת האט ער איהם כסדר מוסר געזאגט כדרכו בקודש
נאך שבת האט דער איד זיך אנגערופן צו רבי הילל ילמדנו רבינו פאריגע שבת איז ביי מיר איינגעשטאנען רבי הערשעלע ליסקער און אגאנץ שבת האט ער מיר נישט אויפגעהערט צו מחזק זיין און אויסרימען מיין טייערקייט און חשיבות, איז וואס גייט א פאר למי החותמת ולמי הפתילים?
האט איהם רבי הילל קאלאמייער געזאגט: אז ס׳דא 2 סארט צדיקים איינער בבחינת שפרה והשני בבחינת פועה און יעדער האט זיין תכלית און זיין פלאץ,
איך ברויך ארומגיין מוסר זאגן [בבחינת פועה] און רבי הערשעלע ברויך מחזק זיין [בבחינת שפרה - שמשפרת את הילד (רש״י)]
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובה דורך שלוה »

Yoely האט געשריבן:ווי איך פארשטיי מיינסטו מט די בזיונות צי זאגן ווען מברעגט אריין די סמארטפאן אין בהמ"ד וכד'.
סארקאסם

אויב די דארפט עס טאקע פאר ביזנעס. פארוואס טאקע ברעגסטו עס אריין אין שול?

ווייל דאס איז מיין טעלעפאן, קאלקעלעטאר, קעמערא, אא''וו און די טוהסט דאך די זעלבע זאך א פשוטע טעלעפאן באלאנגט עפעס יא אין ביהמ''ד? אבסעלאטלי אז נישט.

די פאקט איז אז סמאכט קאלט סיי אינגערע אין עלטערע. אפילו די האסט א גוטע פילטער און דארפסט עס טאקע פאר ביזנעס. אבער אין שיל ברענג עס נישט.

די מיינסט טאקע אז אויב מ'ברענגט עס נישט אין ביהמ''ד ווייסט נישט יעדער איינער אז א געווענליכע אינגערמאן האט דאס. וועמען ווילט איר נער'ן? אויב קענט איר זיך נישט אפהאלטען פון האבען א סמארט פאון נאר אויב קיינער אנדערש האט אויך נישט, זייט ביטע מוחל און ארבעט אביסל אויף אייערע מידות
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

אויב דער מוחים זענען גערעכט ווייסעך נישט זיי פרעגן סייווי נישט מיין מיינונג, אבער לדעתי איז נישט אזא שלעכטע זאך אז איינער איז מוחה עפטער אלל האלט עס די זאך אין די ראמען און עס זאל נישט זיין הפקירות

וועלכע הפקירות? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען קיינער וואלט ווען נישט גע׳רעדט, סאו דו האלסט אפשר אז מען וואלט אנדערש געדארפט רעדן כ׳הער, שאר דעך ארויף די ארבל און גיי רעד די וועג וואס מען דארף רעדן, האלסט נישט דערביי.. סאו וואס האסטו טענות, ווילאנג יענער רעדט וועט ער רעדן לויט זיין פארשטאנד,
חביבי
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובה דורך צד תמות »

אוודאי זאל מען רעדן אז אלע מאכלים זאלן האבן א הכשר נישט אז מזאל אויפהערן עסן
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

ווילאנג דו שטעלסט נישט עפעס צו ריפלעיסן די וואס זענען יעצט מוחה קענסטו זיי נישט אראפרייסן, עס איז בכלל נישט קיין קינץ צו האבן טענות, קום אויף מיט אנדערע סעלושן און אויב האסטו גענוג power פיר עס נאכדעם איין, סתם אראפרייסן א זאך וואס דארף זיין ברענגט נישט קיין גוטס
חביבי
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובה דורך good-life »

חביבי האט געשריבן:אויב דער מוחים זענען גערעכט ווייסעך נישט זיי פרעגן סייווי נישט מיין מיינונג, אבער לדעתי איז נישט אזא שלעכטע זאך אז איינער איז מוחה עפטער אלל האלט עס די זאך אין די ראמען און עס זאל נישט זיין הפקירות

וועלכע הפקירות? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען קיינער וואלט ווען נישט גע׳רעדט, סאו דו האלסט אפשר אז מען וואלט אנדערש געדארפט רעדן כ׳הער, שאר דעך ארויף די ארבל און גיי רעד די וועג וואס מען דארף רעדן, האלסט נישט דערביי.. סאו וואס האסטו טענות, ווילאנג יענער רעדט וועט ער רעדן לויט זיין פארשטאנד,

זייט ווען איז די צרות ונסיונות הדור איבערגעגעבן געווארן לכל מאן דהוא צו רעדן און צו טוען מעשי נבלה, צו רודף'ן ערליכע אידן און זיי צו פייניגן?
רעדן איז איבערגעגעבן געווארן פאר די עיני העדה וצדיקי הדור, ורבני הדור, זיי טוען זייער פליכט באחריות, זיי פארשטייען וואספארא מסירת נפש פילטער ארויפלייגערס גייען דורך, זיי זענען מחזק, מעודד, און מאכן תקנות. זיי זאגן זייער קלאר די דעת תורה והלכה, אן דעם וואס ס'זאל זיין משתמע לתרי אנפין.
אייגענע מעשים תעתועים, ווי אויסלערנען יונגווארג חוצפא, טיילן קארטלעך און הייבן קינדער רודף'ן עלטערע באזעסענע אידן איז אן עון בל יכופר, עס פירט די מערכה אין די ערד אריין, עס ברענגט קאלטקייט צו אידישקייט פאר די אינגווארג, ווי אויבן געשריבן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

חביבי, יעצט האסטו זיך פארעדט.

דו זאגסט אז מ'זאל צושטעלן עפעס צו רעפלעיסן? איא?! קוקט אויס ווי דו ווייסט נישט פון וועם מ'רעדט דא...

אוקעי גיימיר דיר מסביר'ן פון וועמען די רעדע דא איז:

די רעדע איז פון אזעלכע וואס שרייען און האקן אויף אונז "אהן גיבן א ריפלעיסמענט". נישט זיי האבן געמאכט משומר מיט גדר און טעג, זיי זענען געווען קעגן די כינוס!

זיי זענען די וואס שוואכן אפ די כוח פון די אמת'ע רבנים מיט די מיטל פון ארויפשמירן אויף זיי כל מיני נאן-סענס! זיי טרעפן פירצות איבעראל און שרייען "אהן גיבן א ריפלעיסמענט"!

האלטסט נאך אלץ אז מיר ברויכן זיי גיבן א ריפלעיסמענט?!

יעצט לעצם הענין זאגסטטו אז זיי זענען די איינציגסטע וואס האקן, שטותים! איבעראל רעדט מען היינט פון די פגעי הטעכנאלאגיע! ס'ווענדט זיך נאר וועלכע שפראך מ'ניצט.

דער פותח האקט, גוט געשריבן
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

good-life האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:אויב דער מוחים זענען גערעכט ווייסעך נישט זיי פרעגן סייווי נישט מיין מיינונג, אבער לדעתי איז נישט אזא שלעכטע זאך אז איינער איז מוחה עפטער אלל האלט עס די זאך אין די ראמען און עס זאל נישט זיין הפקירות

וועלכע הפקירות? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען קיינער וואלט ווען נישט גע׳רעדט, סאו דו האלסט אפשר אז מען וואלט אנדערש געדארפט רעדן כ׳הער, שאר דעך ארויף די ארבל און גיי רעד די וועג וואס מען דארף רעדן, האלסט נישט דערביי.. סאו וואס האסטו טענות, ווילאנג יענער רעדט וועט ער רעדן לויט זיין פארשטאנד,

זייט ווען איז די צרות ונסיונות הדור איבערגעגעבן געווארן לכל מאן דהוא צו רעדן און צו טוען מעשי נבלה, צו רודף'ן ערליכע אידן און זיי צו פייניגן?
רעדן איז איבערגעגעבן געווארן פאר די עיני העדה וצדיקי הדור, ורבני הדור, זיי טוען זייער פליכט באחריות, זיי פארשטייען וואספארא מסירת נפש פילטער ארויפלייגערס גייען דורך, זיי זענען מחזק, מעודד, און מאכן תקנות. זיי זאגן זייער קלאר די דעת תורה והלכה, אן דעם וואס ס'זאל זיין משתמע לתרי אנפין.
אייגענע מעשים תעתועים, ווי אויסלערנען יונגווארג חוצפא, טיילן קארטלעך און הייבן קינדער רודף'ן עלטערע באזעסענע אידן איז אן עון בל יכופר, עס פירט די מערכה אין די ערד אריין, עס ברענגט קאלטקייט צו אידישקייט פאר די אינגווארג, ווי אויבן געשריבן.

גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים, איך גאראנטיר דיר אז די מערכה האט נאך קיינעם נישט קאלט געמאכט צו אידישקייט... סמארטפאונס האט יא.

אמת עס ברענגט קאלטקייט, און אויך ווארעמקייט, די רבנים קענען זאגן שאלעשידעס תורה, ווער וועט אבער אויפוועקן פון שלאף, נייע כלים קומען ארויס יעדן טאג, און די אלטע מערכה ווערט שוין אויסגעלאשן וועניש אז די מהרסים... לעבן אויף די מערכה,
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום??? האט געשריבן:חביבי, יעצט האסטו זיך פארעדט.

דו זאגסט אז מ'זאל צושטעלן עפעס צו רעפלעיסן? איא?! קוקט אויס ווי דו ווייסט נישט פון וועם מ'רעדט דא...

אוקעי גיימיר דיר מסביר'ן פון וועמען די רעדע דא איז:

די רעדע איז פון אזעלכע וואס שרייען און האקן אויף אונז "אהן גיבן א ריפלעיסמענט". נישט זיי האבן געמאכט משומר מיט גדר און טעג, זיי זענען געווען קעגן די כינוס!

זיי זענען די וואס שוואכן אפ די כוח פון די אמת'ע רבנים מיט די מיטל פון ארויפשמירן אויף זיי כל מיני נאן-סענס! זיי טרעפן פירצות איבעראל און שרייען "אהן גיבן א ריפלעיסמענט"!

האלטסט נאך אלץ אז מיר ברויכן זיי גיבן א ריפלעיסמענט?!

יעצט לעצם הענין זאגסטטו אז זיי זענען די איינציגסטע וואס האקן, שטותים! איבעראל רעדט מען היינט פון די פגעי הטעכנאלאגיע! ס'ווענדט זיך נאר וועלכע שפראך מ'ניצט.

דער פותח האקט, גוט געשריבן

נעוואדע ווער דינגצעך מיט דעם, עקסטרעמיסטן זענען א שווערע פאלק, צומאל קומען זיי אבער צוניץ, ווען מען ברויך דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תלי׳, און די קענסט נישט האבן קיין טענות אז ער טוט עס אויף זיין סטייל
חביבי
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובה דורך שלוה »

חביבי, ס'נישט דא וואס צו ריפלעיסן. אלס איז שוין מסודר, מ'קען אין קיין מוסד נישט שיקן אן א אידישע פילטער. נעמט אריין אין קאפ א אינגערמאן היינט מיט א סמארטפון האט א פילטער, און דער וואס נישט וועט די אלע שארפע זאכען ממילא נישט העלפן. איך מיין דער פותח האשכול באציט זיך צו די ''שומרים'' קארטלעך וואס דרייען זיך ביי די קינדער לעצטענס מיט געפערליך נעגעטיווע סטעיטמענטס וואס אויף דעם זאגט ער אז ס'דארף זיך אויפהערן.
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובה דורך good-life »

קרעפטיג האט געשריבן:
good-life האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:אויב דער מוחים זענען גערעכט ווייסעך נישט זיי פרעגן סייווי נישט מיין מיינונג, אבער לדעתי איז נישט אזא שלעכטע זאך אז איינער איז מוחה עפטער אלל האלט עס די זאך אין די ראמען און עס זאל נישט זיין הפקירות

וועלכע הפקירות? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען קיינער וואלט ווען נישט גע׳רעדט, סאו דו האלסט אפשר אז מען וואלט אנדערש געדארפט רעדן כ׳הער, שאר דעך ארויף די ארבל און גיי רעד די וועג וואס מען דארף רעדן, האלסט נישט דערביי.. סאו וואס האסטו טענות, ווילאנג יענער רעדט וועט ער רעדן לויט זיין פארשטאנד,

זייט ווען איז די צרות ונסיונות הדור איבערגעגעבן געווארן לכל מאן דהוא צו רעדן און צו טוען מעשי נבלה, צו רודף'ן ערליכע אידן און זיי צו פייניגן?
רעדן איז איבערגעגעבן געווארן פאר די עיני העדה וצדיקי הדור, ורבני הדור, זיי טוען זייער פליכט באחריות, זיי פארשטייען וואספארא מסירת נפש פילטער ארויפלייגערס גייען דורך, זיי זענען מחזק, מעודד, און מאכן תקנות. זיי זאגן זייער קלאר די דעת תורה והלכה, אן דעם וואס ס'זאל זיין משתמע לתרי אנפין.
אייגענע מעשים תעתועים, ווי אויסלערנען יונגווארג חוצפא, טיילן קארטלעך און הייבן קינדער רודף'ן עלטערע באזעסענע אידן איז אן עון בל יכופר, עס פירט די מערכה אין די ערד אריין, עס ברענגט קאלטקייט צו אידישקייט פאר די אינגווארג, ווי אויבן געשריבן.

גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים, איך גאראנטיר דיר אז די מערכה האט נאך קיינעם נישט קאלט געמאכט צו אידישקייט... סמארטפאונס האט יא.
קרעפטיג האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איך ווייס נאר נישט פונקטלעך וועם דו ריפסט אן מיט אזעלכע עקסרעימע נעמען, ווי סטרא אחרא, שמוציגע מערכות, טריפה'נע שטיק, מסיתים ומדיחים, פאררעטער, וכדומה,

מסתמא מיינט ער די צעטלעך וואס דרייען זיך לעצטענס אין בית המדרש יעדע וואך וואס ברענגט אראפ קראנטע עדות'שאפט פון היבשע גרויסע ביזנעסלייט מיט זייערע נעמען און ביזנעס נאמען, וואס זאגן עדות אז זיי האבן ב"ה גרויס הצלחה אין זייער ביזנעס אן קיין סמארטפאון בכלל, און אפילו זיי האבן געמיינט אנפאנג אז זיי דארפן עס וויכטיג האבן זיי זיך איבערצייגט אז לא דובים ולא יער, זיי גייען אן נאך בעסער ווי פארדעם מיט א געהעריגע פליפ סעלפאון.

ס'איז א שיינע ליסטע, א נחת צו זען, א הייליגע מערכה.

לכבוד רב קרעפטיג.
די האסט קלאר געזאגט דיין מיינונג, נישט איין מאל נאר צוויי, איך האב קלאר געזאגט מיין מיינונג, כ'מיין גענוג קלאר, די האלטס אנדערשט, איך הער, האב הצלחה.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

שלוה האט געשריבן:חביבי, ס'נישט דא וואס צו ריפלעיסן. אלס איז שוין מסודר, מ'קען אין קיין מוסד נישט שיקן אן א אידישע פילטער. נעמט אריין אין קאפ א אינגערמאן היינט מיט א סמארטפון האט א פילטער, און דער וואס נישט וועט די אלע שארפע זאכען ממילא נישט העלפן. איך מיין דער פותח האשכול באציט זיך צו די ''שומרים'' קארטלעך וואס דרייען זיך ביי די קינדער לעצטענס מיט געפערליך נעגעטיווע סטעיטמענטס וואס אויף דעם זאגט ער אז ס'דארף זיך אויפהערן.

אקעי ידידי הרב שלוה ווען מאכסטו נייע קארטלעך,

איך ווייס נישט וואספארא נסיונות גייען זיין ווען די קינדערלעך גייען אונטערוואקסן... הוי ה״י... זיי מעגן אויך באקומען די חינוך זיך צו האלטן פעסט קעגן נסיונות הדור,
חביבי
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”