שלום בית שיעורים, מה זה?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:24 pm

בראווערמאנס שיעורים זענען זייער בייהילפיג.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:33 pm

ס'איז דא 2 סארטן שיעורים וואס מ'רעדט

1. שיעורים וואס זענען נישט אויסגעשטעלט אויף א סיסטעם פון א פראגרעם, נאר דא א שיעור דארט א שיעור, ווי למשל א שיעור פון ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש אויף כה תאמר, שיעורים פון ר' אהרן פרידמאן אויף קול הלשון, שיעורים פון הרב שטערנליכט, נתיב חיים וכו', די אלע זענען שיינע שיעורים מיט אינפארמאציע וואס א געזונטער מענטש קען נעמען און נוצן פאר זיך ווען ער דארף דאס (די אלע שיעורים זענען בחנם)

2. נאכדעם איז דא שיעורים וואס איז אויסגעשטעלט אויף א פראגרעם וואס מענטשן וואס ווילן נעמען א מהלך, באקומען א כלליות'דיגע קלארקייט, פארשטיין טיפער, קענען ווערן געהאלפן פון דעם, פארשטייט זיך אויך אז דאס איז נישט פאר מענטשן וואס זענען שוין א שווערן פראבלעם, פאר זיי איז דייקא יא וויכטיג גיין אויף א פריוואטע סעשן מיט א מומחה, אבער מענטשן וואס זענען סטאק דא דארט קענען פון דעם נעמען קלארקיט אין לעבן, ווי למשל די שיעורים פון הרב אלעזר פרידמאן, אדער פון הרב אייזנבערג, ר' משה בראווערמאן וכו' (פראדאקטיוו און להשיג איז נישט אוועקגעשטעלט ספעציעל פאר שלום בית, אבער מען קען ארויסנעמען פון דארט געוויסע כלים וואס זאלן העלפן פאר דעם אויך, איך וואלט דאס מער צוגעשטעלט צו די ערשטע קאטעגאריע)
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:41 pm

ווי האט מיר א יונגערמאן געזאגט:

אלס חתן האט אים איינער געגעבן צו הערן רבי אביגדור מיללערס טען קאמענדמענטס אויף שלום בית.
האט ער געקלערט צו זיך אז עס פעלט אים נישט אויס די אלע דרשות, ער איז א פיינער, ער קומט זיך זייער גוט דורך מיט יעדעם.

נאך די חתונה האט ער זיך דערוויסט, אז די אלע דרשות העלפן אים ניטאמאל.....
Definition of perfect: as good as it is possible to be

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:43 pm

קען מיר אפשר עמיצער מסביר זיין צו וועלכן 'סעשן' ר' איד'ל פון שאראש-פאטאק מיט א הונדערט יאר צוריק איז געגאנגען?

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:55 pm

ווען גימפל פון וויליאמסבורג, יעקיל פון מאנרא, שמעריל פון מאנסי זענען אויף געהאקטע צרות ביי זיך אין שטוב, פרעגן זיי נישט וואס ר' אידל פון שאראשפאטיק האט געטון, נאר לויפן גלייך צו זייער רב, דיין זאל זיי צושטעלן א מומחה

אגב, וואס האט ר' אידל פון שאראשפאטיק געטון ווען ער האט געהאט א לונגען אנטצינדונג?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:06 pm

זייער שיין! אבער, איין רגע, האסט דאך מיר גארנישט געענפערט!!!!!! דו כאפסט נישט מיין פוינט, אמאל האט מען געליטן, אבער נאך ווי געליטן, קיין שלום בית, קיין פעני אין קעשענע, קיין תאוות עולם הזה, מ'האט געגעסן זיבעציג יארע דעם זעלבן פרישטיג, געוואוינט זיבעציג יאר אינעם זעלבן הייזקעלע, נישט געהאט די לוקסוס פון געוואויר ווערן חדשות יעדע צוויי מינוט, און ניין מ'האט אויך נישט געהאט די לוקסוס צו גיי אויף ''סעשן'ס'' מ'האט געוויסט אז 'זה הוא' דאס איז, אט אזוי לעבט מען דורך די זיבעציג יאר בעלמא דין און מ'מוזר אנגיין ווייטער. משא''כ היינטצוטאגס איז יא דא די ''לוקסוס'' פון קיין נאכאנאנד צו שיעורים, זיך מחזק זיין, זיין דיפרעסט - יא זיין דיפרעסט איז א לוקסוס פון וואס אונזערע זיידע'ס האבן נישט אמאל גע'חולמט. ווי זאגט ר' שאול קליין: אונזערע זיידע'ס נאכן קריג האבן געוויסט אז אויב ווילן זיי אז אידישקייט זאל האבן אן המשכה קאן מען נישט קלאגן מ'מיז אנגיין ווייטער כאילו לא היה.
עכ''פ כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין, העמיר ענדיגן מיט אט די עפיזאד: געווען איידער'ן קריג א משוגעים הויז מיט מענטאל דיסארדער'ס חברה, עכ''פ אזוי האבן זיי זיך אנגעגעבן, ווי נאר די קריג האט זיך אנגעפאנגען, ס'איז געווען טעגליך הייסע נייעס, האבן איינ'ס נאכן אנדערן ארויסשפאצירט און א היימגעגאנגען איבערלאזנדיג די פילן דארט, פשוט דער עולם האט גענצליך אויפגעהערט צו טראכטען יומם ולילה וויפיל פראבלעמען מ'האט, מ'איז געווארן ביזי מיט צו האלטן די נייעס פון קריג. יא,יא, אזוי ווי דו הערסט, דער עולם גייט געפערליך ליידיג און מ'איז געווארן ביזי מיט ''מיינע'' פראבלעמען, ס'איז געווארן א סטיין צו האבן ''אייגענע'' פראבלעמען. ואכה''ל.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:14 pm

אלעס וואס דו זאגסט איז ריכטיג אמת ויציב, און דער רבש"ע זאל העלפן אז אזוי ווי ביז יעצט ב"ה ווייסטו נישט פון קיין פראבלעמען אין דיין לעבן, נישט ביי דיר און נישט ביי אנדערע, זאלסטו טאקע ווייטער קיינמאל נישט וויסן, ס'זאל דיר אלעמאל זיין לעכטיג און וואויל
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:48 pm

קודם, ש'כוח פאר דיי הערצליכע ברכה, כאמיר נישט גערישט דערויף, וכן למר. הער אבער צו חבר מיינער, ס'איז נישט ממש אזוי, די מיינסט אז איך בין עפעס פונעם פריערדיגן יארהונדערט, ניין בכלל נישט, יא, איך ליידט אויך פון ענקזייעטי, מייגרעין, דיפרעסיע, פאביע'ס, וכו', וכו'. און אוודאי דארף מען זיכן א וועג ארויס פון דאס אלע'ס, פארט אבער, ברויך מען וויסן די שורש הדברים, מ'מעג וויסן פון וואנעט נעמען זיך די אלע פראבלעמען. דאס וויסן דעם שורש הענין איז בלי ספק חצי נחמה.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:14 am

איך קען דיר רעפעררן צו א גוטן טעראפיסט, נאר אויב דו ווילסט... קום אין אישי

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:21 am

צום פוינט האט געשריבן:לענ"ד צו צאלן געלט פאר די שיעורים איז א שאד
פארוואס
ווייל רוב פון די אלע שיעורים זענען מער ווייניגער פארשידענע פסיכלאגישע געדאנקען און מחשבות רובא דרובא קייט יעדער איבער די זעלבע יסודות
טא וואס ברויך מען צאלן געלט דערפאר ???????? פסיכלאגישע דרשות איז דא גענוג אויף די מארקעט בחנם !!!!!
וכדברים האלה ניתן לומר אויף אלע ביזנעס קאנסאלטונט [כרעד אפילו פון די וואס טויגן אביסל]
די חברה מאכן נאר געלט אויף אפאר תמימי לב וואס כאפן נישט די נושא
הנלע"ד כתבתי והרוצה לחלוק יחלוק

דאס וואס דו פארשטייסט נישט איז דער תירוץ.

עס זענען דא מענטשן וואס זייער נאטור איז צו זיין א מקבל, ער גלייכט צו הערן און באקומען אינפארמאציע, אננעמען און טוהן, געווענטליך די סארט מענטשן הערן אויס די מגיד שיעור אין ישיבה און פאלגט איהם אויף טריט און שריט.

ווידעראום איז פארהאנדן א סארט מענטש וואס ער זוכט נישט כסדר צו באקומען עפעס פריש, און אפילו ווען ער באקומט עפעס, טוט ער דאס נישט, ער טוישט נישט זיין לעבן בלויז ווייל ער האט געהערט און אפילו פארשטאנען די וויכטיגקייט פון זיך טוישן אין א פראבלעם זיינעם, ווייל ער איז נישט א מענטש וואס נעמט זיך.

דא קומט אריין די שלום בית ארגענעזאציעס און קאנסאלטענטס, טאקע ווייל ער בעט אפאר ריינוש פארן שיעור אדער ראט, גייט דאס צוהעלפן דעם אינגערמאן צו כאפן מה חובותו בעולמו, ווייל דער מענטש טוישט נישט זיין מהלך המחשבה בלויז ווייל עס איז דא א בוך אין געשעפט מיט פסיכיאלאגישע געדאנקן, אבער מיט דעם וואס ער צאלט פון זיך, וויל ער נישט דערלייגן פונעם געשעפט, און פרובירט זיך צו פארבעסערן אדער פארבעסערן די ביזנעס.

דאס האב איך געהערט פון א מייסד פון א נאן-פראפיט ארגענעזאציע צו העלפן מענטשן, וואס בעט אויך געלט פאר די קורסן אפילו עס קומט נישט אן אין א פריוואטע קעשענע, הגם טייל טוען דאס חתונה צו מאכן די קינדער, אבער דאס פארענטפערט פארוואס דער אינגערמאן זאל וועלן גיין צו א קורס אפילו ער קען דאס לעזן און הערן אומזינסט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:24 pm

אה, כ'מיין אז צוליב דעם זעלביגן טעם בעטן מהרא''ש'ס מענטשן געלט פאר זייערע קונטריסים.

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:17 am

הרב החסיד האט געשריבן:קען מיר אפשר עמיצער מסביר זיין צו וועלכן 'סעשן' ר' איד'ל פון שאראש-פאטאק מיט א הונדערט יאר צוריק איז געגאנגען?

מען קען זאגן הונדערטע דרשות און טאעריעס פארוואס עס זענען היינט דא מער און מער שלום בית פראבלעמען,

אז יעדע מגיד זאגט זיין אפשאצונג וועלעך אויך זאגן וואס איך טראכט דערוועגן,

די רבוש״ע האט באשאפן א מאן און א פרוי נאטורלעך דארפן די צוויי האבן א קשר אויב זאכן זענען מסודר,

היינטיגע צייטן זענען די מענער נישט קיין מענער און די פרויען זענען נישט קיין פרויען און דאס איז גורם אן א שיעור פראבלעמען

איך וועל געבן איין קליינע דוגמא:

די נאטור פון א מאן איז צו נעמען גרויסע זאכן און עס מאכן קליין, ער סאלווד גרויסע פראבלעמען, ער איז גראונדעד, ער מאכט דעסישנס, און ער איז מסדר צומישענישן, וכו׳

די נאטור פון א פרוי פונקט פארקערט, נעמט יעדע פיצי זאך און מאכט דערפון א עסק גדול, יעדע קליינע דעסישן איז א גאנצע פראבלעם, יעדע עקסייטמענט איז ווערד צו נוצן אלע תשעה קבין און עס איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל,

די מאן דארף צוקומען צו די פרוי זי זאל אריינלייגן לעבעדיגקייט און דזשוס אין זיין לעבן, די פרוי דארף צוקומען צו די מאן איר צו גראונדן, און צוזיך קומען פון די גרויסע אישו פון יעדע טישו, דורך דעם וואס די מאן איז די פירער פון זיין שטוב און ער מאכט די דעסישנס

עס איז זייער מצוי אז מענער ווילן זיך נישט גראונדן זיי זוכן ענדזשוימענט און עקסייטמענט, און זיי מאכן נישט קיין החלטות אין לעבן, זיי ווייסן בכלל נישט ווי זיי זענען אויף די וועלט, און זיי פירן נישט זייער שטוב אלס מאן און טאטע, זיי האבן מורא פון די ווייב און קינדער........... און זיי נעמען נישט די לייצעס אין די הענט

און פון די אנדערע זייט איז זייער מצוי פרויען וואס טרייען זיך אליינס צו סעקיורן, זיי האבן מורא זיך צו עקספענדן, און זיי טרייען צו זיין שטארק, און צודריקן זייערע פרויערישע געפיהלן

יעצט קומען א טייל שלום בית מאכערס און זיי זאגן פארן מאן, דו דארפסט האבן מער הכנעה פאר דיין ווייב און די מעגסט נאר טון וואס זי וויל (כאילו זי ווייסט וואס זי וויל....) געב מער קאמפלימענטס, עס פעהלט פשוט אהבה, די מהלך איז שטארק אפעקטיוו צו מאכן דאס לעבן פון די מאן און די ווייב מער קאמפליצירט,

וואס עס דארף זיין די הדרכה פאר היינטיגע חתנים איז מיין ארעמע מיינונג, ואני הקטן האב שוין געגעבן אפאר מאל א שמועס׳ל פאר א חתן פאר די חתונה ע״ז הדרך, אז די פאוקעס פון די שיעור זאל זיין אויסצולערנען אחריות אויף די אייגענע מעשים, זיך אליינס אויפבויען, זיין אמת׳דיג און רעאליסטיש אין לעבן, סטאפן חלומען און זיין אנגעהאנגען אויף אנדערע, און אליינס קלאר מאכן וואס וויל איך אנקומען אין לעבן, און דערנאך אז עס איז דא א שטיקל מענטש צום טיש קען ער נאכדעם משפיע זיין און פירן זיין שטוב און נעמען די לייצעס אין די הענט,

דאס איז מיין בליק אויף די זאך
חביבי

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:01 am

חביבי האט געשריבן:
הרב החסיד האט געשריבן:
יעצט קומען א טייל שלום בית מאכערס און זיי זאגן פארן מאן, דו דארפסט האבן מער הכנעה פאר דיין ווייב און די מעגסט נאר טון וואס זי וויל (כאילו זי ווייסט וואס זי וויל....) געב מער קאמפלימענטס, עס פעהלט פשוט אהבה, די מהלך איז שטארק אפעקטיוו צו מאכן דאס לעבן פון די מאן און די ווייב מער קאמפליצירט,

וואס עס דארף זיין די הדרכה פאר היינטיגע חתנים איז מיין ארעמע מיינונג, ואני הקטן האב שוין געגעבן אפאר מאל א שמועס׳ל פאר א חתן פאר די חתונה ע״ז הדרך, אז די פאוקעס פון די שיעור זאל זיין אויסצולערנען אחריות אויף די אייגענע מעשים, זיך אליינס אויפבויען, זיין אמת׳דיג און רעאליסטיש אין לעבן, סטאפן חלומען און זיין אנגעהאנגען אויף אנדערע, און אליינס קלאר מאכן וואס וויל איך אנקומען אין לעבן, און דערנאך אז עס איז דא א שטיקל מענטש צום טיש קען ער נאכדעם משפיע זיין און פירן זיין שטוב און נעמען די לייצעס אין די הענט,

דאס איז מיין בליק אויף די זאך

גערעכט מיט'ן צווייטן שטיקל, אבער זייער אויבן אויף גערעדט אין דעם ערשטן שטיקל, אהבה און קאמפלימענט'ס איז א מוז, דאס איז נאכנישט קיין הכנעה

איך וואלט פארשטאנען דיינע ווערטער אז דו מיינסט צו זאגן, אז אודאי דארף מען געבן אהבה און קאמפלימענטן, אבער נישט א פרוי זאל דאס געבן פאר א פרוי, נאר צום ערשט זיי א געבויטער מאן מיט אחריות אויפ'ן לעבן, וואס איז משפיע אהבה אויף זיין פרוי, דאן ביזטו גערעכט

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:41 am

קאזאבלאנקא האט געשריבן:

עקזעקטלי! מצוצוםדיגע שלום בית מאכערס ווייסן נאר פון אהבה אהבה אהבה, אהבה האט שוין די יונגערמאן געגעבן גענוג, בדרך הלצה קען מען זאגן מען מאכט שלום פאר סאיז דא א בית, קודם דארף זיין א צורת בית פון א מאן, א ווייב, און נאכדעם די קינדער, און נישט ח״ו פארקערט אז די קינדער פירן די מאמע ביי די נאז און די מאן ווערט געפירט ביי די ווייב, דאס איז א עולם הפוך... בעפאר מען מאכט שלום בית זאל מען זיכער מאכן אז עס איז בכלל דא א בית...
חביבי

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:00 am

חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:17 am האט געשריבן:
הרב החסיד האט געשריבן:קען מיר אפשר עמיצער מסביר זיין צו וועלכן 'סעשן' ר' איד'ל פון שאראש-פאטאק מיט א הונדערט יאר צוריק איז געגאנגען?

מען קען זאגן הונדערטע דרשות און טאעריעס פארוואס עס זענען היינט דא מער און מער שלום בית פראבלעמען,

אז יעדע מגיד זאגט זיין אפשאצונג וועלעך אויך זאגן וואס איך טראכט דערוועגן,

די רבוש״ע האט באשאפן א מאן און א פרוי נאטורלעך דארפן די צוויי האבן א קשר אויב זאכן זענען מסודר,

היינטיגע צייטן זענען די מענער נישט קיין מענער און די פרויען זענען נישט קיין פרויען און דאס איז גורם אן א שיעור פראבלעמען

איך וועל געבן איין קליינע דוגמא:

די נאטור פון א מאן איז צו נעמען גרויסע זאכן און עס מאכן קליין, ער סאלווד גרויסע פראבלעמען, ער איז גראונדעד, ער מאכט דעסישנס, און ער איז מסדר צומישענישן, וכו׳

די נאטור פון א פרוי פונקט פארקערט, נעמט יעדע פיצי זאך און מאכט דערפון א עסק גדול, יעדע קליינע דעסישן איז א גאנצע פראבלעם, יעדע עקסייטמענט איז ווערד צו נוצן אלע תשעה קבין און עס איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל,

די מאן דארף צוקומען צו די פרוי זי זאל אריינלייגן לעבעדיגקייט און דזשוס אין זיין לעבן, די פרוי דארף צוקומען צו די מאן איר צו גראונדן, און צוזיך קומען פון די גרויסע אישו פון יעדע טישו, דורך דעם וואס די מאן איז די פירער פון זיין שטוב און ער מאכט די דעסישנס

עס איז זייער מצוי אז מענער ווילן זיך נישט גראונדן זיי זוכן ענדזשוימענט און עקסייטמענט, און זיי מאכן נישט קיין החלטות אין לעבן, זיי ווייסן בכלל נישט ווי זיי זענען אויף די וועלט, און זיי פירן נישט זייער שטוב אלס מאן און טאטע, זיי האבן מורא פון די ווייב און קינדער........... און זיי נעמען נישט די לייצעס אין די הענט

און פון די אנדערע זייט איז זייער מצוי פרויען וואס טרייען זיך אליינס צו סעקיורן, זיי האבן מורא זיך צו עקספענדן, און זיי טרייען צו זיין שטארק, און צודריקן זייערע פרויערישע געפיהלן

יעצט קומען א טייל שלום בית מאכערס און זיי זאגן פארן מאן, דו דארפסט האבן מער הכנעה פאר דיין ווייב און די מעגסט נאר טון וואס זי וויל (כאילו זי ווייסט וואס זי וויל....) געב מער קאמפלימענטס, עס פעהלט פשוט אהבה, די מהלך איז שטארק אפעקטיוו צו מאכן דאס לעבן פון די מאן און די ווייב מער קאמפליצירט,

וואס עס דארף זיין די הדרכה פאר היינטיגע חתנים איז מיין ארעמע מיינונג, ואני הקטן האב שוין געגעבן אפאר מאל א שמועס׳ל פאר א חתן פאר די חתונה ע״ז הדרך, אז די פאוקעס פון די שיעור זאל זיין אויסצולערנען אחריות אויף די אייגענע מעשים, זיך אליינס אויפבויען, זיין אמת׳דיג און רעאליסטיש אין לעבן, סטאפן חלומען און זיין אנגעהאנגען אויף אנדערע, און אליינס קלאר מאכן וואס וויל איך אנקומען אין לעבן, און דערנאך אז עס איז דא א שטיקל מענטש צום טיש קען ער נאכדעם משפיע זיין און פירן זיין שטוב און נעמען די לייצעס אין די הענט,

דאס איז מיין בליק אויף די זאך

הונדערט און איין פראצענט!
גענוי מיין מיינונג, נאר אין אנדערע ווערטער... (און דאס ניץ איך אויך ביי מיינע שלום בית סעסיעס, און ס'ארבעט ב"ה).

נאר צוצולייגן א דבר פשוט,
דאס וואס דו האסט געזאגט: די רבוש״ע האט באשאפן א מאן און א פרוי נאטורלעך דארפן די צוויי האבן א קשר אויב זאכן זענען מסודר עכ"ד. זייער ריכטיג.
אין דעם אליין איז דא א געפערליכע טויש פונעם אמאל, ווען דער קשר איז געווען 'משפיע ומקבל', דער מאן איז בראש - דער מלך, און די פרוי איז עושה רצון בעלה.
היינט...
זי האלט זיך אין דעם זעלבן פאזיציע ווי ער, אויב נישט מער... (סיבות איז נישט יעצט מקומו להאריך), און דא קומט אריין דער 'אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד', און קאנסעקווענצן זענען אנע גרעניץ...
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:13 am

בעצם אז מען טראכט אריין וויאזוי מען נעמט בחורים וואס א גרויס חלק פון זיי זענען נישט אויסגעבויעט, זייער טעג און נעכט זענען אנגעפיהלט מיט שטותים, זיי האבן נישט קיין שום אפטייטש אויף וואס הייסט לעבן, זיי האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען די טעם פון אחריות, זענען ביזי זיך ארומצורייסן מיט די משגיחים ומנהלים, און אויב זאגט מען זיי א ווארט קריטיק ווערן זיי הו... אויס מענטש, און הייבן אן צו שעלטן ווי א ...

און מיט וועם שטעלט מען זיי צאם, מיט מיידלעך וואס הערן השקפה שיעורים אין 12טע קלאס, וואס מען בויעט אויף אין זיי חלומות פון א תורהדיגע שטוב, וואס נעמען א חלק אין די שטוב ווירטשאפט, אדער אויב זיי ארבייטן האבן זיי שוין א שטיקל השגה וואס עס מיינט בזיעת אפיך תאכל לחם, זיי ווייסן וואס עס מיינט א ביל, וואס עס מיינט צייט, און מען זאגט פאר די בחור גיב אהבה... די בחור האט זיך פיינט אויב ער ווייסט אז עס עקזיסטירט בכלל אזא זאך וואס הייסט איך, און אויב נישט ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געטראפן... איז נאך ערגער... די בחור טרעפט די ערשטע דזשאב און ער איז ברוגז אז זיין בעה״ב פייניגט אים, ביז ער ווערט געפייערט אדער ער ווערט א מענטש... און אויב גייט ער אין כולל און די ווייב ארבייט, און ער בלייבט וויאזוי ער איז.. איז נאך ערגער, ער בלייבט סעלף סענטערט, זיין אהבה איז ליידיג, ער איז נאר ביזי זיין ווייב זאל נישט געוואר ווערן אז ער רייכערט... ער פאפט ער האקט ליגנטס גג על גג, און מען עקספעקט אז די זאך זאל ארבייטן?! זיין ווייב ווערט זיין צווייטע מאמע, און ער איז ביזי איר צו געפעלן און ער טרייעט צו ווערן וואוילע יונגעלע, ער פאלגט שוין מאמי, און ער קען זיך נישט אפרעדן ווייל דעי מאמע שרייעט נישט אויף אים... ביז עס קראכט, די פרוי איז נישט קיין בהמה, זי פיהלט די נישט האנעסטי נאך פאר זי כאפט אים עקטשולי ביי א ליגנט, זי הייבט אן טרייען צו נעמען די זאך אין די הענט און די בחור שטעלט זיך צו צו אלעם ער ווערט וואוילער און וואוילער און זי ווערט מער און מער פארלוירן, נאכדעם זאגט מען אים העי דו גיבסט נישט גענוג אהבה,

און אויב זאגט מען אים דו דארפסט זיין א מאן, פירן דיין שטוב, ווערט ער מעניפיולעיטער, ער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט זיין נארמאל, ער הייבט אן דריקן און קאנטראלען, מען קען נישט זיין קיין leader פאר מען האט self leadership.... פאר די חתונה וואס א בחור איז אין די כלים, ער הערט דעמאלטס וואס מען רעדט צו אים איז עס א גוטע געלעגנהייט צו עפענען די בחורס אויגן צו אחריות, קבלת עול, צו אמתדיגקייט, זיך צו באקענען מיט זיך, און אז ער זאל זיין די מענטש וואס שטעלט זיך אליינס צו זיין לעבן, און אויב נישט זאל ער נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, אויב ער וויל עפעס זאל ער זיין אפן און דירעקט, וכו׳ וכו׳ וכו׳

איך שרייב נישט קיין איין זאך גענומען פון קיין ביכער, די ביכער ווייסט יעדער וואס דארט שטייט אהבה און אלעס וואס איז נוגע ווען די יסוד איז דא, דאס וואס איך שרייב האב איך געזען מיט די אייגענע פליישיגע אויגן, הגם גארנישט איז נישט קיין כלל, נישט אלע בחורים זענען אזוי, אבער עס איז זייער זייער שכיח,
חביבי

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:16 am

באמערק איך יעצט אז פערפעקט שרייבט אויך אזוי, ב״ה אז עס זענען דא וואס זעהען די מציאות און אויך די צווייטע חלק... נישט אויסגערעדט זיין
חביבי

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:26 am

חביבי האט געשריבן:בעצם אז מען טראכט אריין וויאזוי מען נעמט בחורים וואס א גרויס חלק פון זיי זענען נישט אויסגעבויעט, זייער טעג און נעכט זענען אנגעפיהלט מיט שטותים, זיי האבן נישט קיין שום אפטייטש אויף וואס הייסט לעבן, זיי האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען די טעם פון אחריות, זענען ביזי זיך ארומצורייסן מיט די משגיחים ומנהלים, און אויב זאגט מען זיי א ווארט קריטיק ווערן זיי הו... אויס מענטש, און הייבן אן צו שעלטן ווי א ...

און מיט וועם שטעלט מען זיי צאם, מיט מיידלעך וואס הערן השקפה שיעורים אין 12טע קלאס, וואס מען בויעט אויף אין זיי חלומות פון א תורהדיגע שטוב, וואס נעמען א חלק אין די שטוב ווירטשאפט, אדער אויב זיי ארבייטן האבן זיי שוין א שטיקל השגה וואס עס מיינט בזיעת אפיך תאכל לחם, זיי ווייסן וואס עס מיינט א ביל, וואס עס מיינט צייט, און מען זאגט פאר די בחור גיב אהבה... די בחור האט זיך פיינט אויב ער ווייסט אז עס עקזיסטירט בכלל אזא זאך וואס הייסט איך, און אויב נישט ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געטראפן... איז נאך ערגער... די בחור טרעפט די ערשטע דזשאב און ער איז ברוגז אז זיין בעה״ב פייניגט אים, ביז ער ווערט געפייערט אדער ער ווערט א מענטש... און אויב גייט ער אין כולל און די ווייב ארבייט, און ער בלייבט וויאזוי ער איז.. איז נאך ערגער, ער בלייבט סעלף סענטערט, זיין אהבה איז ליידיג, ער איז נאר ביזי זיין ווייב זאל נישט געוואר ווערן אז ער רייכערט... ער פאפט ער האקט ליגנטס גג על גג, און מען עקספעקט אז די זאך זאל ארבייטן?! זיין ווייב ווערט זיין צווייטע מאמע, און ער איז ביזי איר צו געפעלן און ער טרייעט צו ווערן וואוילע יונגעלע, ער פאלגט שוין מאמי, און ער קען זיך נישט אפרעדן ווייל דעי מאמע שרייעט נישט אויף אים... ביז עס קראכט, די פרוי איז נישט קיין בהמה, זי פיהלט די נישט האנעסטי נאך פאר זי כאפט אים עקטשולי ביי א ליגנט, זי הייבט אן טרייען צו נעמען די זאך אין די הענט און די בחור שטעלט זיך צו צו אלעם ער ווערט וואוילער און וואוילער און זי ווערט מער און מער פארלוירן, נאכדעם זאגט מען אים העי דו גיבסט נישט גענוג אהבה,

און אויב זאגט מען אים דו דארפסט זיין א מאן, פירן דיין שטוב, ווערט ער מעניפיולעיטער, ער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט זיין נארמאל, ער הייבט אן דריקן און קאנטראלען, מען קען נישט זיין קיין leader פאר מען האט self leadership.... פאר די חתונה וואס א בחור איז אין די כלים, ער הערט דעמאלטס וואס מען רעדט צו אים איז עס א גוטע געלעגנהייט צו עפענען די בחורס אויגן צו אחריות, קבלת עול, צו אמתדיגקייט, זיך צו באקענען מיט זיך, און אז ער זאל זיין די מענטש וואס שטעלט זיך אליינס צו זיין לעבן, און אויב נישט זאל ער נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, אויב ער וויל עפעס זאל ער זיין אפן און דירעקט, וכו׳ וכו׳ וכו׳

איך שרייב נישט קיין איין זאך גענומען פון קיין ביכער, די ביכער ווייסט יעדער וואס דארט שטייט אהבה און אלעס וואס איז נוגע ווען די יסוד איז דא, דאס וואס איך שרייב האב איך געזען מיט די אייגענע פליישיגע אויגן, הגם גארנישט איז נישט קיין כלל, נישט אלע בחורים זענען אזוי, אבער עס איז זייער זייער שכיח,

קולע אל השערה, צום פינטל!
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:47 am

אוי וויי וויי חביבי על זה דוה לבנו
א קלארע אפשאץ אויפן מציאות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:20 pm

איך קען א יוד שוין אין די יארן קע"ה וואס פאר צענדליגער יארן פירט זיך די שטוב אזוי:

ער שטייט אויף 4:00 לערנען, די בני בית שטייט אויך אויף דעמאלט (גליקליכערהייט) אנצוווארמען די הייס וואסער און צוגרייטן א גלאז קאווע פאר'ן מאן, און נאכדעם גייט זי צוריק שלאפן.

וואלט מיט די הייניטגע חינוך\שיעורים\שלום בית סיסטעם'ס געקענט געשען אזא זאך? זיעכר נישט, ער רעכנט זיך נישט מיט איר... ער דארף נישט זיין אזא בטלן... וכו'
לעצט פאראכטן דורך שטאלצער יוד אום מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:22 pm

נוואדאי אזוי!

די גאנצע סדר העולם אידאך שוין אנדערש ליידער..

וואלט ווען אמאל געקענט פאסירן אז א פרוי זאל לויפן פאר פרעזידענט?? ס׳דאך היפך טבע הבריאה!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:27 pm

דאס איז נאך געבליבן פונעם אמאל... (ביי מאנכע...)

ער מאכט איר א קאווע שבת אינדערפרי.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:45 pm

נאכן פארשטיין וואס 'פערפעקט' און 'חביבי' שרייבן, און אלעס ארום 'שטעלן דעם בחור אין פלאץ', ער זאל האבן פלענער און אחריות'ן, וכו' וכו', קומט אריין נאך א זאך, וואס בעיני ראיתי, איך האב עס מיטגעהאלטן אין די ראמען פון מיין ארבעט מיט מענטשן.

א יונגערמאן, זיינע בחורי'שע יארן זענען געווען גאנץ פיין, נישט אויסגעצייכענט, אבער דורכשניטליך, איידער די חתונה האט מען אים אויסגעלערנט צו זיין נאכגעביג, צו געבן אהבה וכו', ער האט עס גענומען זייער ערנסט, ער וויל זיין וואויל, ער וויל האבן א געזונטע שטוב, אבער .... איין גרויסע זאך האט געפעלט.

מען האט אים נישט אויסגעלערנט, אז נאכגעביג איז נאר כל זמן 'איך' בין נאכגעביג, איך בין א מענטש, איך בין דער מאן, און 'איך' געב אוועק, וואו עס האט אויסגעקלאפט איז, אז זי האט אנגעהויבן אים צו פירן ביי די נאז, און וויבאלד זי האט 'אביסל' אנדערע השגות, האט זיך אים אנגעהויבן צו דרייען א קאפ, מען זאל גיין דא און דארט, ער זאל נישט אנעמען יענע דזשאב אבער יא די אנדערע, צוליב נישט גוטע סיבות, און ער איז געווען נאכגעביג, ווען עס איז געקומען צו די ענינים פון לבוש, אז זי האט געוואלט ער זאל טוישן קלייניגקייטן פון זיין לבוש, האט ער געכאפט אז עפעס איז דא.

דער יונגערמאן האט געדארפט הערן עטליכע שמועסן, ווי אזוי ער זאל איבערנעמען די לייצעס אין שטוב, אויף וועלכן וועג ער זאל געבן צו הערן אויף אן איידעלן אופן, אז דא איז א שטוב פון צוויי מענטשן, וואס איינער איז דער פירער, וואס איז טאקע 'נאכגעביג', ער געבט טאקע שעצונג און 'אהבה', אבער באשלוסן ווערן געטוהן דורך דער מאן, ספעציעל אין אנגעלעגנהייטן וואס זענען נוגע אידישקייט.

עס איז געווען א שטיקל אפעראציע, עס האט געפאדערט באגלייטונג, אבער אין א קורצע צייט איז עס אדורך, דער מעסעדזש איז געווען זייער קלאר, און זי האט גאנץ שנעל זיך געבויגן און צוגעשטעלט, צום צופרידנהייט פונעם מאן און אודאי פון די פרוי, זי האט נאר נאכדעם געפאדערט פון אים וותרנות, אז פאראלעל צו וואס זי בייגט זיך אין אידישקייט צו זיינע פרינציפן, זאל ער נאכגעבן פאר איר געוויסע אנדערע זאכן, דארט קען מען פארהאנדלען, דארט איז מען דורכגעקומען, און זיך פאראייניגט אויף איין מיינונג.

ביטע קיינער זאל מיר נישט כאפן דא אויפן ווארט, איך האב נישט געקענט דא אפשרייבן אלעס, ווייל דער קעיס האט געקאסט צענדליגער שעות פון ארבעט, אבער דער עיקר וויל איך זאגן, אז טיילווייז ארבעט איז געווען נאר צוליב נישט האבן געגעבן פארן יונגערמאן אין אנפאנג דעם אויטאריטי, אז 'ער' איז דער מאן, און אז די פרוי איז אונטער אים, לקיים מה שנאמר: והוא ימשל בך, וואס דאס איז איינגעבויעט אין נאטור פון דער פרוי ביז ווילאנג מען רייסט עס נישט ארויס.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:57 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך קען א יוד שוין אין די יארן קע"ה וואס פאר צענדליגער יארן פירט זיך די שטוב אזוי:

ער שטייט אויף 4:00 לערנען, די בני בית שטייט אויך אויף דעמאלט (גליקליכערהייט) אנצוווארמען די הייס וואסער און צוגרייטן א גלאז קאווע פאר'ן מאן, און נאכדעם גייט זי צוריק שלאפן.

וואלט מיט די הייניטגע חינוך\שיעורים\שלום בית סיסטעם'ס געקענט געשען אזא זאך? זיעכר נישט, ער רעכנט זיך נישט מיט איר... ער דארף נישט זיין אזא בטלן... וכו'

איז אזוי דרייען זיך נישט קיין פרויען דא... אוקעי מאך צו די פענסטער ווילעך נישט זיי זאלן הערן וואס איך זאג יעצט...

סאו זאגעך אזוי, צו די פרויען זענען מכבד מענער ווי אמאל איז נישט עכט קיין טענה ווייל איך בין אויך נישט ווי מיין זיידע פארלאנגעך נישט מיין ווייב זאל זיין ווי מיין באבע.....

איז אויב א מאן וויל פיהרן זיין לעבן און זיין שטוב איז טרייען צו טוישן די ווייב וועט אים נישט צופיל העלפן... וואס האט ער פון דעם אז זי וועט ווערן נארמאל און ער וועט בלייבן מממממ ממממ משוג.... די מאן דארף זיך אליינס בויען נישט זיין ביזי צו פיקסן זיין ווייב און דורך דעם פארלירן פאוקעס פון זיין אייגענע לעבן

וואס די מאן דארף יא טון איז, קער נעמען פון זיין אייגענע לעבן, זיין א אחראי און א נושא בעול אויף זיין אייגענע לעבן און אויף צוצושטעלן פאר זיין ווייב און קינדער, און צו פירן זיין שטוב, אליינס האבן זיין אחריות ווען ער זאגט יא און ווען ער זאגט ניין, ווען ער דארף עפעס אדער ער איז אומצופרידן זאל ער עס זאגן קלאר, און נישט בלאזן ווי א פרוי ווייל יענער האט אליינס געדארפט פארשטיין,

וואס די פרויען דארפן זיך טשעינדזשן איז מיר געקומען יעצט ידיעה אז אין מיסיס אייוועלט (אייוועלט לנשים...) האבן זיי שוין דארטן א מיטינג וואס זיי ברויכן זיך פארבעסערן
לעצט פאראכטן דורך חביבי אום מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חביבי

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 3:12 pm

כ'האב א הנאה דער עולם האט פארשטאנען מיין פוינט, מיט'ן דערמאנען וואס ר' איד'ל פון שאראש-פאטאק האט געטיען, האב איך דערמיט נישט אפגעפרעגט דאס גיין צו שיעורים, סעשן'ס, וכדומה, מען ברויך אבער פארט וויסן אין וואספארא פארקרימטע וועלט מיר לעבן היינטצוטאגס, און געדענקען אז בעצם ''אלקים עשה את האדם ישר'' אבער ''והם ביקשו חשבונות רבים'' נאטירליך זענען מיר געוואלדיג, נאר במשך הזמן אז געווארן א געוואלדיגע פארדרייעניש אין אט די ענינים ממש ווי ביי דור הפלגה, איך קלער אז מ'קען דאס די בעסטע מסביר זיין מיט די משל וואס כ'האב אמאל געהערט פון ר' בערל טויבער, לדעתי איז דאס א געוואלדיגע יסוד מיט וואס איך לעב שוין פיל יארן און איך זעה אלס מער און מער די אמת וואס ליגט דערין:
גייט אמאל א יונגערמאן זוכן א דשאב, ער וויל ווערן א דעליווערי מע''ן, גייט ער אהין פאר אן אינטערוויא, און ב''ה אלעס איז דורך געשמירט דעם נעקסטן טאג זיצט ער שוין ביים רעדל. א טאג שפעטער קומט זיין'ס א ברודער פאר אן אינטערוויא, ער וויל אויך טון די זעלביגע דשאב ווי זיין ברודער, למעשה ער קומט אריין צום אינטערוויא פרעגט מען אים, איר קענט ענגליש? ניין -ענפערט ער. איר האט לייסענ'ס? ניין! איר קענט זיך אויס מיט די גאסן אין די געגנט? ניין!. אויב אזוי קענט איר זוכן א צווייטן דשאב. וואס הייסט מיין ברודער איז נעכטן דא געווען אין אויפן פלאץ האט ער באקימען די דשאב???? ענפערט מען אים: הערצו אינגערמאן טייערער, דיין ברודער איז שוין דא אנגעקימען מיט די אלע קוואליפיקאציעס דעריבער איז ער שוין גרייט געווען פאר'ן דשאב, אבער דו, קודם לערן זיך ענגליש, לערן זיך דרייון, לערן זיך די וועגן, וועסטו אויך זיין ווי דיין ברודער.
לענינו. די היינטיגע בחורים קימען אריין בויען א שטוב נאך איידער זיי זענען בכלל א מענטש.! דעריבער טייערער חתן, קודם זיי א ''מענטש'' דערנאך א ''נערמאלער'' מענטש, דערנאך אביסל בעסער מדות, וכדומה, און הערשט דעמאלט קען מען רעדן וועגן שלום בית פראבלעמען, אבער אויב דו האלטסט נאך פארדעם, איז דאך ניטא צו וועמען צו רעדן.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט