מיינדפולנעסס: צו וואס קען מען דאס נוצען?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

מיינדפולנעסס: צו וואס קען מען דאס נוצען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לאור בקשת @נשמה.. עפען איך אן עקסטערן אשכול פאר מיינדפולנעסס.
נשמה האט געשריבן:לאמיר זיך האלטן צום עניאגראם.
חביבי מאך אשכולות פאר יעדע זאך עקסטער, אזוי וועט דער עולם זעהן דיין ארבעט. א טוט-בראש אין א שיינע באקסל, פארקויפסט זיך בעסער ווי אן א באקסל. אל תיגע לריק כחך.

דער שמועס האט זיך אנגעהויבען דא אינעם אניגראם אשכול
viewtopic.php?f=25&t=17336&start=1500

זונטאג יולי 31, 2016 9:53 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

@ספיידער, וואף, האסט געגעבן א ווארף אריין כלאחר יד דעם נושא פון מיינדפולנעס, א זאך וואס פארדינט פילייכט א באזודערער אשכול.
שוין געהאט באמערקט אויף עטליכע פון דיינע תגובות ספעציעל רעדענדיג פון די מענטש מיט זיינע געפילן וכולי אז דו טרעטסט אויפן מיינדפולנעס מהלך.

די חידוש וואס איך זע אין מיינדפולנעס איז אז די צוגאנג צו די נעגאטיווע געפילען איז פון גאנץ אן אנדערן ענגעל ווי אלע אנדערע מהלכים. בשעת אנדערע סייקאלעזשי מהלכים פראבירן צו היילן און עלימענירן געוויסע געפילן, איז די מיינדפולנעס צוגאנג צו זיצן מיט די געפילן אין א נאן זשאזשמענטעל וועג, און עס מיטלעבן. אויפהערן פייטן. פילן נישט נאר די חלק המחשבה פון א געפיל, נאר אויך די חלק ההרגש און די קליינליכע "סינסעישאנס" וואס קומען מיטן געפיל.
קומענדיג פון גאנץ אן אנדערן ענגעל קען מיינדפולנעס טאקע ארבעטען "צוזאמען" מיט גאר אסך טעראפי מהלכים אווי cbt און kt.

מיין שאלה איז, אפילו איינער קען מיט מיינדפולנעס זיין באקוועם מיט א נעגאטיווע מחשבה אדער פילינג, ווי אזוי אבער איז למשל ווען מען וויל זיך זעצען לערנען אדער עפעס אנדערש, א זאך וואס פעלט אויס א שטיקל חשק דערצו, און אן א חשק איז שווער צוצולייגן קאפ און מען ווערט שנעל אויסגעברענט. קען מיינדפולנעס העלפען פאר דעם אויך? (יתכן אז יא, זיין באקוועם מיט דעם פילינג וואס מען פילט בשעתן לערנען אן א געשמאק, און נישט פראבירן אנטלויפן דערפון, אבער עס ווערט שוין אביסל מער קאמפלעצירט). וואס זאגסטו?

---
ספיידער האט געשריבן:

הו די פרעגסט גוט, כ׳האב מיך נישט פריפעירט קיין שיעור...

לאמיר זעהן, מ׳קען עס פארענטפערן אויבן אויף אזוי:
לאמיר זעהן וואס איז דאס מיינדפולנעס

די פשוטע טייטש פון וויקיפידיא
1.
the quality or state of being conscious or aware of something.
"their mindfulness of the wider cinematic tradition"
2.
a mental state achieved by focusing one's awareness on the present moment, while calmly acknowledging and accepting one's feelings, thoughts, and bodily sensations, used as a therapeutic technique.

איז אזוי: מען קען זיין מיינדפול אויף עניטינג, מען קען זיין מיינדפול אויף די לערנען מען קען זיין מיינדפול אויף גדלות הבורא, שפלות עצמו, אויף א קאר א בוים בקיצור עניטינג, מיינדפולנעס מוז נישט זיין דוקא א הייליגע זאך, עס איז פשוט א שטארקע קאנצעטראציע צו זעהן די גאנצע מציאות אן ארויסלאזן אפילו א טראפ (מען קען אפילו זיין מיינדפול אף דזשאדזשמענט :lol: ) אויב א מענטש זעהט א מציאות און ער הייבט גלייך אן פייטן דערמיט, אדער עס אפצוטייטשן, זעהט ער דעמאלטס נישט די גאנצע מציאות ער וויל נישט זעהן די מציאות און ער איז ביזי זיך צו דיסטרעקטן

איז לגבי נוצן מיינדפולנעס אויף די אייגענע געפיהלן בשעת מען וויל באמת קאנצעטרירן אויף עפעס אנדערש ווי למשל לערנען איז די תירץ אויב האט מען די עקספיריענס און מען האט אויפגעבויעט דורך אסאך קאנצעטראציע עקסערסייז די כח פון מדבק זיין די מחשבה אין א געוויסע זאך קען מען אויך זיין גענוג פלעקסיבל עס צו דרייוון פון איין זאך צום צווייטן

לגבי נוצן מיינדפולנעס אויפצובויען חשק, אויפבויען חשק אממ... אוועקנעמען דיסטרעקשנס זיכער יא, און עס וועט אויך העלפן ארויסהאבן וואס זענען די זאכן וואס קוועטשן און נעמען אוועק די קאפ פון לערנען אן זיך דזשאדזשן און עס וועט זיכער העלפן צו לערנען מיט א ריינערע און קלארערע מח בעז״ה

איך האב נאך א נקודה וועגן זיך דזשאדזשן אויב דאס איז בהכרח א סתירה צו מיינדפולנעס אדער נישט, אבער עס ווערט שוין צו שפעט

דזשאסט איין קלייניקייט, איך האב אביסל גענוצט די ווארט מיינדפולנעס אנשטאט מעדיטעישן, לידיעה בעלמא עס זענען דא צוויי סוגים מעדיטעישן 1 גיידעד מעדיטעישן 2 נאן גיידעד מעדיטעישן aka מיינדפולנעס,

גיידעד מעדיטעישן איז וואס די מענטש קאנעקט זיין מחשבה צו א געוויסע זאך
נאן גיידעד מעדיטעישן/מיינדפולנעס איז ווי די מענטש לאזט זיין מחשבה וואלנערבל צו אויפכאפן יעדע פיצי חלק פון די מיינד אדער סענסעשנס וכו׳.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אגם איך קען גאר אסאך רעדן אין די סוגיא, ווייל איך האב עס אסאך געניצט, און איך ניץ עס נאך אלץ,

וועל איך אבער שרייבען ממש געציילטע ווערטער

אודאי העלפט עס גאר אסאך, אבער א מענטש דארף עס וויסען ווי אזוי צו ניצען און עס ניצען ווי א מענטש, נאטורליכערהייט און נישט ווי א ראובאט (און דעם קען מען גאר אסאך מאריך זיין, איך לאז עס איבער פאר די פארפעשאנעלס),

און אויב א מענטש גייט אדורך שווערע מצבים און לעבן וואלט איך אים געראטן צו האבן א טעראפיסט, ווייל ס'קען שעדיגען אין שווערע מצבים אויב טיט מען עס נישט ריכטיג,

דרך אגב זעה וואס כ'האב דא געשריבען פאר שווערע מצבים (כ'וואלט היינט ציטאגס געשריבען עטליכע קליינע שינוים אבער מ'קען שוין נישט פארעכטן די תגובה)
לעצט פארראכטן דורך געשמאקער אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 5:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@געשמאקער, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבן אינעם לינק.

דו רעדסט וועגן מעדיטעישאן און וועגן באדי סקען וואס זענען אינעם זעלבען גרופע אבער נישט דוקא פון וואס איך רעד.

איך רעד פון איין געוויסע נקודה אין מיינדפולנעס ווען א מענטש האט א שווערע זויערע מחשבה (וואס ברענגט אויטאמאטיש א שווערע פילינג און סינסעישאנס) זאל ער עס באהאנדלען אנדערש.

אנשטאט טוען וואס ער טועט געווענליך.
1. אונטערדריקען
2. איבערחזרן נאכאמאל און נאכאמאל אין קאפ
3. פארענטפערן מיט א פאזיטיווע תירוץ.

זאל ער זיין aware וואס עס שפילט זיך אפ בשעת ער האט די זויערע מחשבה.
זיין מחשבה, זיינע פילינגס, זיינע סינסעישאנס. באטראכטען אין א נאן זשאזמענטעל וועג. באטראכטען ווי אזוי די סענסעישאנס ווערען שווערער און לייכטער, ווי מען פילט עס דא און דארט.

זה הוא.

עס גיט פארן מענטש א געלעגענהייט צו האבן אן אנדערי סארט רילעישאנשיפ מיט זיינע שווערע פילינגס. נישט קיין צוגאנג פון אינטערדריקונג און אנטלויפן דערפון, נאר פון אפענקייט און באטראכטען ווי אן אביעקטיווער צוקוקער.

דער צוגאנג ריפלעיסד נישט קיין טעראפיסט, און איז אודאי נישט קיין סתירה צו פארשידענע מהלכים אין טעראפי. ואכמ"ל.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:געשמאקער, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבן אינעם לינק...........

איך האב מיך בעיקר באצויגען צו דעם
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: מען קען זיין מיינדפול אויף עניטינג, מען קען זיין מיינדפול אויף די לערנען מען קען זיין מיינדפול אויף גדלות הבורא, שפלות עצמו, אויף א קאר א בוים בקיצור עניטינג............

אויב האט מען די עקספיריענס און מען האט אויפגעבויעט דורך אסאך קאנצעטראציע עקסערסייז די כח פון מדבק זיין די מחשבה אין א געוויסע זאך קען מען אויך זיין גענוג פלעקסיבל עס צו דרייוון פון איין זאך צום צווייטן..............

און אויף דעם האב איך געשריבען אז
געשמאקער האט געשריבן:און אויב א מענטש גייט אדורך שווערע מצבים און לעבן וואלט איך אים געראטן צו האבן א טעראפיסט, ווייל ס'קען שעדיגען אין שווערע מצבים [ליין: מענטלי מצבים] אויב טיט מען עס נישט ריכטיג,

די לונק האב איך נאר ציגעלייגט נאכדעם, פשוט אלץ נאך אן עצה, כ'האב נישט קלאר געשריבען
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מעדיטעישן איז א שירעם נאמען וואס רעכנט אריין פארשידענע מהלכים, איין מהלך איז מיינדפולנעס.

ער:

https://www.amazon.com/Meditation-Dummi ... 1118291441

האלט אז א בעגינער זאל אנהייבן מיט קאנצעטראציע מעדיטאציע ווצב''ש ציילן דעם אטעם אדער איבערחזר'ן א פראזע (mantra), און שפעטער ווען מען האט שוין דעוועלאפט קאנצעטראציא קען מען אויברייטערן דעם אווערנעס צו די אנדערע חושים און געפיהלן ביז מיינדפולנעס.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אברך האט געשריבן:מעדיטעישן איז א שירעם נאמען וואס רעכנט אריין פארשידענע מהלכים, איין מהלך איז מיינדפולנעס.

ער:

https://www.amazon.com/Meditation-Dummi ... 1118291441

האלט אז א בעגינער זאל אנהייבן מיט קאנצעטראציע מעדיטאציע ווצב''ש ציילן דעם אטעם אדער איבערחזר'ן א פראזע (mantra), און שפעטער ווען מען האט שוין דעוועלאפט קאנצעטראציא קען מען אויברייטערן דעם אווערנעס צו די אנדערע חושים און געפיהלן ביז מיינדפולנעס.

עס איז זייער א ברייטע סוגיא.

מעדיטעישאן רופט מען געווענליך אן "עקסערסייז" וואס מען קאנצעטרירט זיך אויפן אטעם וכדומה און דאס העלפט דעם מענטש ווערן מער מיינדפול.

מיינדפולנעס צווישן אנדערע איז א "מהלך" ווי אזוי דער מענטש גייט צו צו זיינע מחשבות און געפילן, און באטראכט עס אין א נאן זשאזשמענטעל וועג.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

נו וויאזוי פראקטיצירט מען מיינדפולנעס ? לויט ווי איך האב פארשטאנען מאכט מען מיינדפולנעס מעדיטעישן, צו נוצן דיינע ווערטער מען "עקסערסייזט" די "מהלך".
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אברך האט געשריבן:נו וויאזוי פראקטיצירט מען מיינדפולנעס ? לויט ווי איך האב פארשטאנען מאכט מען מיינדפולנעס מעדיטעישן, צו נוצן דיינע ווערטער מען "עקסערסייזט" די "מהלך".

לאו דוקא..

מען קען מאכן מעדיטעישאן אן מיינדפולנעס.

און מען קען פראקטצירען מיינדפולנעס אן מאכן מעדיטעישאן און זיך קאנצערטרירן אויפן אטעמען וכדומה.

די מוזן נישט זיין פארבינדן, הגם מען רעדט אסך מאל פון דעם צוזאמען. אין מיינדפולנעס אליינס איז אויך דא פארשידענע מהלכים עס צו ניצן ווי מען וויל אנקומען. איך רעד פון דעם מהלך פון מיינדפולענס מיטן ציל צו העלפען זיך פארמעסטען מיט שווערע געפילן.

עס איז דא קליניק אין מעסעטשוטשעס וואס איז וועלט בארימט אין דעם געביט. זיי קאמבענירן CBT מיט מיינדפולנעס און רופן עס MBCBT.

דא האסטו זייער לינק
http://www.umassmed.edu/cfm/
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווארט מיר נאך צו הערן וואס אונזערע עקספערן @מתבונן און @ספיידער האבן דא צוצולייגן איבער דעם נושא.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

או הא... בא ללמד ונמצא למוד, איך וועל אי״ה צוריק קומען אבער קודם וועל איך שעירן א קורצע קליפ וואס כ׳האב געטראפן אין מיינע ארכיוון, פון Steven Heyes, ווי ער מאכט עקספוזשער אויף א מיינדפול וועג,

https://www.dropbox.com/s/6nu03op8mxmly ... M.mp4?dl=0

אויב איר וועט אויפפאסן ווי אנהייב איז די קליענט נישט מסכים און ער האט נישט קיין חשק צו טון די עקספאוזשער, נאכדעם וואס ער דיפיוזד די מחשבה (עס איז ארויסגעשניטן פונעם קליפ די עיקר חלק פון דיפיוזשן) אז די קליענט זעהט אז עס איז נישט אז ער האט א פחד פון עפעס נאר עס איז דא א מחשבה אדער געפיהל פון פחד אין אים, פארט די עקספאוזשער היבש רואיגער מיט מינימאלע יסורים
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווארט מיר נאך צו הערן וואס אונזערע עקספערן @מתבונן און @ספיידער האבן דא צוצולייגן איבער דעם נושא.


העיקר שכחת.... פון מיין רבי @שטארק זיך, זאל ווארפן דא א קלארקייט אויפן די נושא,
חביבי
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

חביבי האט געשריבן:או הא... בא ללמד ונמצא למוד, איך וועל אי״ה צוריק קומען אבער קודם וועל איך שעירן א קורצע קליפ וואס כ׳האב געטראפן אין מיינע ארכיוון, פון Steven Heyes, ווי ער מאכט עקספוזשער אויף א מיינדפול וועג,

https://www.dropbox.com/s/6nu03op8mxmly ... M.mp4?dl=0

אויב איר וועט אויפפאסן ווי אנהייב איז די קליענט נישט מסכים און ער האט נישט קיין חשק צו טון די עקספאוזשער, נאכדעם וואס ער דיפיוזד די מחשבה (עס איז ארויסגעשניטן פונעם קליפ די עיקר חלק פון דיפיוזשן) אז די קליענט זעהט אז עס איז נישט אז ער האט א פחד פון עפעס נאר עס איז דא א מחשבה אדער געפיהל פון פחד אין אים, פארט די עקספאוזשער היבש רואיגער מיט מינימאלע יסורים



Act און מיינדפולנעסס האבן געוויסע ענדליכקייטן, אבער מיינדפולנעס זעט אויס צו זיין אסך טיעפער און ברייטער.

לאמיך פראבירן אראפצושרייבן אפאר הויפט נקודות/חידושים וואס איך האב געטראפן אין מיינדפולנעס בשייכות צו מחשבות און געפילן.

1. חלק המחשבה.

איין גאר וויכטיגע נקודה איז אז די מענטש זאל זיין אוועיר אז איך בין נישט מיין מחשבה.

די כח המחשבה פונעם מענטש ברענגט כסדר ארויף פארשידענע געדאנקען. פאזיטיווע-נעגאטיוו, רעאליסטישע-אומרעאליסטישע, דמיון-פאקטן.

מענטשען זענען צוגעוואוינט אנצוקוקען אז אויב מיין מחשבה האט עפעס געטראכט איז פשט אז איך האב עס באטראכט און באשטעטיגט. ממילא טאמער למשל קומט אריין א געוויסע סארט פחד אוי איך בין קראנק (אפילו עס האט נישט געהעריגע בעסיס אדער בכלל נישט קיין בעסיס) מיינט דאס אז היימישער אינגערמאן האט געזאגט אז איך בין קראנק. דאס איז זייער אלאמירענד אז איך אליינס האב געזאגט אז איך בין קראנק, ברויך מען זען עפעס צו טוען ווי אמשנעלסטען דערוועגן. וואס טועט מען?

    מען שטופט עס אוועק מיט געוואלד. (ארבעט נישט, אווי די מעשה מיט די ווייסע בערן).

      מען פראבירט איבערצוצייגן און זיך אליינס פארענטפערן. קען אמאל ארבעטען אביסל, אבער טאמער די מחשבה קומט נאכאמאל ארויף וועט מען זיך נאכאמאל און נאכאמאל דארפן מטפל זיין און עס ווערט א מים שאין להן סוף.

        מען נעמט אן אז עס איז טאקע ריכטיג וואס די מחשבה זאגט. והא ראיה איך אליינס האב דאך אזוי געזאגט.

        טאמער אבער א מענטש ריעלייזד אז ווען א מחשבה קומט ארויף מיינט דאס נישט אז איך האב עפעס געזאגט און עס באשטעטיגט, נאר עס איז דא א כח המחשבה אינעם מענטש וואס האלט אין איין פראדוצירען מחשבות סיי בהקיץ סיי בחלום מיט אלע מיני מאדנע געדאנקען, קען ער צוגיין אינגאנצען אנדערש.

        למשל ער האלט אינמיטען לערנען קען עס אנקוקען ווי לעבן עם איז דא טעיפ רעקארדער וואס לאזט יעדע מינוט פאלן נאך א סטעיטמענט איבער אלע מיני נושאים. אינמיטען האט דער טעיפ רעקארדער געזאגט העי ביסט קראנק, וואס טועט דער מענטש? ער לאזט אים רעדן ווייטער. שטערט אים וואס דער טעיפ רעקארדער זאגט...? א מינוט שפעטער רעדט שוין דער טעיפרעקארדער וועגן פליען אויף די לבנה, גייט אים אויך נישט קיין סך אן. איך לערן יעצט, און איך ברויך נישט יעדע צען מינוט זיך מטפל זיין מיט סטעיטמענטס פונעם טעיפ רעקארדער...

        דאס איז נאמבער איינס. דאס אליינס איז אבער ווייט פון גענוג, עס איז דא דער חלק ההרגש און די חלק פון פיזישע סינסעישאנס וואס ווערן אקטיוועזירט בשעת א מחשבה קומט ארויף. פארדעם ברויך מען נאך נאמבער 2 און 3 א.א.וו.
        אוועטאר
        חביבי
        שר חמש מאות
        תגובות: 670
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
        לאקאציע: קרית יואל

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך חביבי »

        היימישער יונגערמאן! הערלעך שיין

        אין ACT שפראך רופט זיך די חלק -פון זעהן די מחשבות אנשטאט זעהן מיט די מחשבות- דיפיוזשן,

        און געס וואט איך האב אויף דעם אויך עפעס, א שיינע בילד,

        אין ACT איז מען זייער מקפיד נישט צו רעדן אן א משל/בילד, ווייל יעדע געדאנק וואס א מענטש זאגט קען מען הערן און אפטייטשן אויף גאר אסאך וועגן, משא״כ ווען דו געבסט א משל וואס די מענטש קאנעקט דערמיט כאפט ער פינקטלעך וואס דו ווילסט ארויסברענגען
        אטעטשמענטס
        image.jpeg
        image.jpeg (13.49 KiB) געזען 2576 מאל
        חביבי
        אוועטאר
        חביבי
        שר חמש מאות
        תגובות: 670
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
        לאקאציע: קרית יואל

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך חביבי »

        ס׳איז כדי מוסיף צו זיין דא די ווערטער פון די חשוב׳ע ניק @חושב מחשבות

        חושב מחשבות... האט געשריבן:ובא הכתוב השלישי....

        ווי פריער ארויסגעברענגט זייער קלאר דורך אונזער טיעפע ׳נשמה׳,

        ס׳נישט מעגליך צו לעבן און זיין מיינדפול ביזן ׳נשמה׳

        ס׳איז פונקט ווי ווען דו באטראכסט דיין חבר אויפן גאס, ווי ער וואקט אזוי ׳פארטראכט׳ און פלוצלינג געבט ער א שפרינג צוריק פאר פחד און עקעל ווען א קעצעלע האט אים שיעור נישט..
        און ער פראבירט אזוי זיך צו צוריק אריענטירן און צוריק גיין צו די פאריגע נושא.. און אפס ס׳נעמט זיך רעגענען, ער ווערט באזארגט אוי איך האב דאך נישט קיין שירעם, ער קוקט אהער און קוקט אהין פארלוירענערהייט, הייבט אן טאפן און זיינע טאשן האפענדיג צו טרעפן א בעג פאר זיין היט, און אה ענדליך געפונען עפעס אן אלטע פלעסטיג צו באשיצן זיין היט פון קאליע גיין, א שטיקעלע נחמה דערקענט זיך אויף זיינע באקן וכו׳

        איך שטיי און די זייט און איך באטראכט איהם..
        ווי דא ווערט ער פארטראכט שפעטער דעשראקן, באזארגט, פארלוירען, בשמחה

        ווען מיין חבר וואלט יעצט זיך באטראכט מיט מיינע גלעזער פון אינדרויסן באבאכטנדיג וואס ס׳פאסירט מיט איהם וואלט ער בשום אופן נישט געקענט מיטגיין מיט זיך אנשטאט צו זיין פארטראכט וואלט ער - פונקט ווי מיר - באטראכט צו ער איז פארטראכט, וואלט נישט געקענט ווערן דעשראקן נאטירלעך ווייל ער באטראכט זיין ספאנטאנישער רעאקציע,,

        די פיאסעצנער שרייבט: בענין זיך צו מעורר זיין צו הרגשים עמוקים אהבת ה׳ און יראת ה׳, איז ער מאריך זייער שטארק און איז מזהיר

        אז מ׳זאל נישט טראכטן ׳אודות המחשבה׳ און ער איז זייער קלאר מסביר אז ווען מ׳באטראכט זיך זעלבסט וואס די תוצאה איז און וויאזוי איך קוק יעצט אויס קען מען בשום אופן נישט מצליח זיין צו מעורר זיין קיים שום הרגש, ס׳ווערט גלייך אויסגעלאשן
        נאר וואס דען שרייבט ער אז מ׳זאל צולייגן חומר און האלץ צום פייער צו מרחיב זיין די הרגש און די עומק העיון עיין בהכשרת אברכים

        אבער און אנדערע פלאץ [דרך המלך און בעק ביי די בריוון פון די תלמידים] איז ער מבאר די גאנצע עומק הענין פון השקטה ווי דארט איז זייער שיין מבאר וויאזוי צו באטראכטן יעדע מחשבה פון דרויסן ממש כמו מיידפולנעס און די אויפטוה דערפון

        .


        און אנדערע ווערטער דיפיוזשן איז געמאכט זיך צו דיסקאנעקטן און אנקוקן די מחשבה פון אינדרויסן וואס וועט בעז״ה העלפן מיט מחשבות וואס שטערן די מענטש

        מחשבות און געפילן וואס א מענטש וויל יא האבן אזוי ווי אהבת ה׳, יר״ש, חשקת התורה וכו׳ וכו׳ וכו׳ איז אדרבה ואדרבה זאל מען זיך יא לאזן ווערן פארלוירן און איבערגענומען פון די געפיהל, און נישט באטראכטן די געפיהל פון אינדרויסן נאר פארקערט נתעצם ווערן מיט אלע רמ״ח ושס״ה אין די הייליגע געפיהלן,
        חביבי
        אוועטאר
        חושב מחשבות...
        שר האלפיים
        תגובות: 2814
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
        לאקאציע: בין שמים לארץ

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך חושב מחשבות... »

        ענין השקטה

        מכתב שכתב אחד מתלמידי האדמו"ר קלונימוס קלמיש שפירא מפיאסצנה הי"ד.

        מתוך 'דרך המלך' עמ' ת"נ- תנ"א

        בשנת תרצ"ו או צ"ז בעת שהייתי בחברותא אחת עם ידידי האברך היקר כמר יששכר נחמן זאב הי"ד זכינו בעשי"ת להיקרא אל הקודש פנימה בזכותו של האברך הנ"ל כי כנראה היה אדמו"ר מאד מסכים לחברותנו, ובעת שהיה קורא אותו גם אני נקראתי. בפעם הראשונה שמעתי אז את הענין השקטה, אבל חבל על דאבדין שאיני זוכר כל הענין רק מה שאזכור הנני כותב למזכרת.


        אדמו"ר זצללה"ה התחיל אז בהמאמר חז"ל (ברכות נז: ) חלום אחד משישים בנבואה. כנודע דרכו של האדמו"ר בספריו כי הישות של האדם הוא המתנגד להשראה ממרום, ואם דעתו ומחשבותיו ערים אז קשה שתשרה עליו השראה ממרום, ובעת שהאדם ישן ודעתו ומחשבותיו שוקטים אז דוקא כיוון שאין לו דעת לעצמו אפשר שתשרה עליו השראה ממרום, וזה העניין חלום אחד וכו'. כנודע גם מאמרו של אדמו"ר על מה שיותר מתעוררים בתפילה מאשר בתורה כי בתורה משתמשים יותר עם האנוכיות היינו איך לערין, איך קלער, אבל בתפילה להיפך העיקר הוא הביטול בה. אבל בעת שהאיש ישן אז אי אפשר לו לרצות דבר מה כי הלוא ישן הוא, ובכן העיקר לבוא בהקיץ בעת שאפשר לו לרצות למצב של שינה, היינו בהשקטת מחשבותיו ורצונותיו השוטפים באדם לבלי קץ כי כך דרכה של המחשבה שמסתבכת זו בזו וקשה לו להאדם לפרוש מהן ... ונתן בזה עצות ממשיות איך להשקיט מחשבותיו.


        ודיבר אז שיתחיל האיש להביט על מחשבותיו שעה קלה לערך איזה רגעים היינו מה אני חושב, אז ירגיש לאט לאט שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל. ואז יתחיל לאמר פסוק אחד כגון ה' אלוקים אמת כדי לקשר עכשיו ראשו החלל משאר מחשבות למחשבה אחת של קדושה , ואחר כך כבר יכול הוא לבקש צרכיו באיזה מידה שהוא צריך להתתקן בחיזוק אמונה או אהבה ויראה. וזכיתי לשמוע אז ממנו אופן השקטה בחיזוק אמונה. ואמר בלשונו הקדוש אני מאמין באמונה שלמה שהבורא הוא הנמצא היחידי בעולם ואין שום מציאות זולתו, וכל העולם וכל אשר בו, הם רק הארת אור ה'. וכך שינן איזה פעמים

        אבל לא שיאמר זאת בחוזקה כי כל העניין הוא רק להשקיט מחשבותיו ובאמירת בתוקף יכול הוא רק לעורר את האנוכיות שלו רק אדרבה באופן קל מאד. גם זכיתי לשמוע בעניין אהבה וזה היה לשונו (מתורגם מיידיש) רציתי מאד להיות קרוב להשם יתברך, הייתי מאד רוצה להרגיש התקרבות להבורא הגדול. ואמר אז שיכולים זאת ההשקטה לשמש לכל תיקוני המידות גרועות אבל לא באופן שלילי רק באופן חיובי באופן היפך המידה רעה, כגון מי שנלקה במידת העצלנות לא ידבר בעניין הרחקת העצלות רק בעניין קניית הזריזות. והסביר זאת בזה שרואים בחוש אצל תינוק שבאם בוכה ואומרים לו שלא יבכה כל מה שמוסיפים לדבר לו הוא יותר בוכה.


        גם אפשר להשתמש להשקטה בהבטה על שעון על המחוג הקטן שכמעט אינו זז משך איזה זמן,כי גם זה משקיט רצוניו ומחשבותיו, לאחר השקטה שזה צריך להביא לאיזה מין השראה ממרום ציוה לאמר הפסוק הורני ה' דרכיך בניגונו המיוחד של אדמו"ר. כמה נעים ונורא היה אז המחזה אשר זכיתי לראות ולשמוע בזכות חברי ידידי הנ"ל, ומאד הפליג אדמו"ר אז בענין הזה ואמר כי בטוח לו שיועיל הרבה. ודיבר כגון לענין אמונה לאחר ההשתמשות איזה שבועות בהשקטה אז כשיאמר זה א-לי ואנוהו יהי' בחינת מראין באצבע כמו שאיתא כל זה במדרש. בפעם הראשונה לא זכינו לעמוד על תחילת דעתו של אדמו"ר זצללה"ה ואחר איזה משך זמן זיכנו השם שנית לשמוע מפי קדשו הדברים בתוספת ביאור ומאוד הזהיר לנו לעשות זה הענין.
        סוף מעשה במחשבה תחילה.
        היימישער אינגערמאן
        שר חמשת אלפים
        תגובות: 5559
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

        @חושב מחשבות, דאס וואס דו ברענגסט פון פיאצעסנער , השקטה, איז מער א מעדיטעישאן עקסערסייז, און מיטן ציל צו מקשר זיין דעם מח בשרשו צו א געוויסע זאך כלשונו

        "שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל. ואז יתחיל לאמר פסוק אחד כגון ה' אלוקים אמת כדי לקשר עכשיו ראשו החלל משאר מחשבות למחשבה אחת של קדושה"

        דאס איז מעדיטעישאן צוצוקומען צו העכערס וכולי, דאכטזעך מיר אז רבי אריה קאפלאן האט א ספר וועגן דעם, דאס איז אנדערש אביסל פון וואס איך רעד יעצט צו נוצען מיינדפולנעסס זיך צו ספראווענען מיט שווערע מחשבות און געפילן.
        היימישער אינגערמאן
        שר חמשת אלפים
        תגובות: 5559
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

        היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
        לאמיך פראבירן אראפצושרייבן אפאר הויפט נקודות/חידושים וואס איך האב געטראפן אין מיינדפולנעס בשייכות צו מחשבות און געפילן.

        1. חלק המחשבה.

        איין גאר וויכטיגע נקודה איז אז די מענטש זאל זיין אוועיר אז איך בין נישט מיין מחשבה.
        .

        נאמבער צוויי

        פארשטיין די דריי זאכן וואס פאסירט ווען דער מענטש האט א נעגאטיווע מחשבה.

        •מחשבה
        •געפיל
        •סינסעישאנס

        אפילו דער מענטש ווייסט שוין און ער האט זיך שוין צוגעוואוינט צו קוקען אויף די מחשבה אלס א חלק נפרד פון זיך, איז דא נאך א גרויסע פראבלעם. ווען א מענטש האט א נעגאטיווע מחשבה פילט ער ווי ער ווערט באמבאדירט פון "אלע זייטן", ער ווייסט אפילו נישט פונקטליך פון ווי. איין זאך ווייסט ער אז ער פילט שרעקליך, און ער וויל זיך ארויסזען פון דעם מצב פאר יעדן פרייז. סא ווי אזוי קען ער זיך ארויסזען פון דעם מצב? די איי ציגסטע וועג וואס ער זעט איז ווייטער אדער דורך אונטערדריקן אדער דורך פארענטפערן, ביידע פון זיי זענען נישט קיין לאנג טערמיניגע סאלושענס, און רוב מאל קאנטער פראדאקטיוו.

        סא וואס איז יא די עיצה??? דער מענטש אנשטאט די צומישעניש און די קלעפ פון אלע זייטן, זאל ער אנהייבן באמערקען וואס פונקטליך דא קומט פאר, אז דא איז נישט איין זאך נאר נאר ער שפירט יעצט געטראפען פון דריי באזונדערע ענגעלס. מחשבה, געפיל, סינסעישאנס. יעדע זאך פאר זיך קען מען געהעריג אויסהאלטען און עס פעלט נישט אויס צו אנטלויפן דערפון.

        מען קען אנהייבן באטראכטען די זאך מיט אביסל נייגער אין א נאן זשאזשמענטעל וועג.

        וואס טראכט איך יעצט? סךהכל כך וכך
        ווי אזוי פיל איך יעצט? סך הכל כך וכך
        וואסערע פיזישע סינסעישאנס פיל איך? ווי פיל איך עס? ווי נאך? ווי שטארק איז עס? איז עס איינס אדער מערערע סינסעישאנס? איז עס אגאנצען צייט די זעלבע, אדער עס ווערט שטערקער און שוואכער.

        אויב קוקט מען אויף דעם אזוי רואיגערהייט קען מען זיך אויסלערנען צו לעבן מיט א נעגאטיווע מחשבה וואס קומט ארויף אן האבן דעם דראנג עס אוועקצושטיפן אדער אונטערדריקן. דאס אליינס אויב קען מען דאס עקאמפלישען איז א מיילסטאון וואס צוברעכט דעם סייקעל פון אנטלויפען פון שלעכטע פילינגס וואס האלטען אין איין צוריקקומען טאקע ווייל מען אנטלויפט דערפון וחוזר חלילה.
        היימישער אינגערמאן
        שר חמשת אלפים
        תגובות: 5559
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

        חושב מחשבות... האט געשריבן:

        [b]ודיבר אז שיתחיל האיש להביט על מחשבותיו שעה קלה לערך איזה רגעים היינו מה אני חושב, אז ירגיש לאט לאט שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל.[/b .

        באטראכטען די מחשבה, למשל צולייגן קאפ מיט נייגער וואסערע מחשבה גייט נעקסט אריינפליען אזוי דער פיאצעסנער זאגט איז אין מיין עקספיריענס אסך מער פאוערפול ווי סתם זיך קאנצעטרירן אויפן אטעמען.

        ביים קאנצעטרירן אויפן אטעם, נוצט מען דעם חלק המחשבה צו טראכטען פונעם אטעם. עס שטעלט נישט געהעריג אפ די קייט פון מחשבה, און אויסער דעם איז עס זייער boaring.

        נוצן אבער דעם קאפ צו קוקען פון אינדרויסען באטראכטען די מחשבה, ברענגט ארויס די חלק האנכי וואס איז נישט פארבונדען מיטן מחשבה. מען דארף דאס קענען נוצען אויך ווען מען וויל זיך קאנצעטרירן אויף עפעס, אנשטאט פראבירן אוועקשטופען אלע אנדערע זאכן, זאל מען בחדא מחתא בשעתן קאצעטרירען אויך האלטן אן אויג וועלעכע מחשבה גייט זיך נעקסט אריינכאפען....אין אזא פאל קומען די פרעמדע מחשבות אסך ווייניגער אריין, און מען קען עס אויך אויפכאפען תיכף ווען עס קומט אריין, צומאל אפילו אין די זעלבע סעקונדע.

        (כידוע דער מח פונעם מענטש ארבעט "פונקט פארקערט" ווי דער מענטש פראבירט עס שלעפען. א גאר אינטרעסאנטער פאראדאקס).
        היימישער אינגערמאן
        שר חמשת אלפים
        תגובות: 5559
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

        מיינדפולנעס קען ווערן גענוצט אנדערש צוצוגיין ווען א פיינפולע אדער א נעגאטיווע מחשבה קומט ארויף.

        איך ברענג א לעבעדיגע ביישפיל פון א קורצע (אמתע) טעראפי סעסיע פון א 15 יעריג קינד. דורך מיינדפולנעסאיז די קינד דראמאטיש אנדערש צוגעגאנגען צו זיינע שווערע געפילן, און די תוצאות אסך בעסער.


        Therapist
        Ok, what is the main issue you are depressed about?
        Patient
        Well a lot of things. I’m kinda stressed out about school etc
        Therapist
        Ok. let me ask you, when a negative thought comes to mind, how do you handle it?
        Patient
        Self harm
        Therapist
        like what?
        Patient
        Cutting
        Therapist
        Ok. And how does that help you with the negative thought?
        Patient
        The physical pain distracts me from my mental pain
        Therapist
        Ok. And what would happen if you are not getting distracted?
        Patient
        I don’t know id just beat myself up about it and probably just cry I guess
        Therapist
        Ok. So if you dont cut yourself you think it will be unbearable?
        Patient
        Yes
        Therapist
        Ok, Are you willing to try an experiment now?
        Patient
        Sure
        Therapist
        Ok. Take a deep breath and relax. And bring in some negative tought
        Patient
        Okay
        Therapist
        And start to fully experience the sadness and the sensations that arose from it
        Patient
        Yeah ok
        Therapist
        Ok .do you feel any physical sensation that arise from the sad feeling?
        Patient
        What does that mean? I’m not the smartest haha.
        Therapist
        Do you know what a sensation is Sensation means a "physical" symptom while you are sad or happy. It could be a lot of things tensed shoulders, fast heart bit, sweating etc etc
        Patient
        Yes I do
        Therapist
        Ok. Can you describe those sensations?
        Patient
        Well I’m crying now and I can feel my heart beating faster.
        Therapist
        Ok. Got it. Just keep focusing on your sensations, your heart, your eyes, your tears
        Patient
        Yeah
        Therapist
        Monitor if it becomes lighter or more severe
        And be fully comfortable experiencing those sensations.
        Patient
        Ok
        Therapist
        And feel like you connect to it. Feeling at peace being together with the sensations
        And fully accept the sensations. Dont try to change it. Accept it as it is.
        Patient
        Ok
        Therapist
        Are you able to accept the sensations?
        Patient
        I guess so
        Therapist
        Ok. Just be with it, monitor it, accept it, and be at peace with it for another minute
        Patient
        Ok
        Therapist
        Ok. Now briefly describe how was the expirance of monitoring your sensations
        Patient
        I don’t know how to really describe it. I kinda ended up slowly becoming calmer throughout it. I stopped crying but I still just felt sadness.
        Therapist
        Ok. Makes sense. Lets try experiment # Patient
        Patient
        Ok
        Therapist
        Bring up a negative thought, and start focusing on the sensations as earlier
        Patient
        Ok
        Therapist
        But in the same time you are becoming aware about the "feeling" of sadness as well
        Patient
        Yes
        Therapist
        So you notice both the physical sensations, as well as the sad felling
        Patient
        Yeah I do
        Therapist
        And you can monitor them both
        And accept it
        Patient
        Yeah
        Therapist
        And just be with it
        Not trying to change it. Its Ok the way it is
        You just keep watching both, you might notice some slight changes, up or down. Its OK
        Patient
        Okay
        Therapist
        And you feel at peace while monitoring it.
        Patient
        Yep
        Therapist
        So just be with it for another minute. You can be fully at peace with you monitor
        Patient
        Okay
        Therapist
        Ok. How was your expiriance?
        Patient
        Well it was better then last time. I felt like I accepted the negative thought more and I didn’t have any physical sensations.
        Therapist
        Ok. Fine. Do you think you will be able to repeat the above practice by yourself tomorrow?
        Patient
        I’ll try
        Therapist
        Now. If you can describe how it was different from the usual way you deal when a negative thought comes up
        Patient
        Well before I just felt like I needed to hurt myself to make the pain go away but now I know I can cope with it in a healthier way
        ארכיטעקט
        שר חמישים
        תגובות: 99
        זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:45 pm

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך ארכיטעקט »

        '
        אטעטשמענטס
        Screenshot_38.png
        Screenshot_38.png (30.47 KiB) געזען 1174 מאל
        אוועטאר
        גרויסע עם הארץ
        שר עשרת אלפים
        תגובות: 14528
        זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

        Re: מיינדפולנעסס: צו וואס קען מען דאס נוצען?

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

        פארוואס זאל א מענטש אנהייבן ענדערש מיט מעדיטעישן וואו מיט מיינדפולנעס? איך האלט פונקט פארקערט. מיינדפולנעס ווערסטו נישט פארלוירן, דו ביסט קאנצאטרירט אויף איין זאך, משא"כ מעדיטעישן, ביסטו דאך קאנצאטרירט אויף גארנישט, די ציהל איז דאך צו אויסליידיגן די קאפ פון גארנישט.

        ווען קען מיר מסביר זיין די פארקערטע הסבר?
        שרייב תגובה

        צוריק צו “תורת הנפש”