בלאט 1 פון 1

אינטערסאנטע ביכער אויף ענגליש

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:09 pm
דורך יהיה כן
איך דארף צישטעלן פאר איינעם לייען מאטריאל, בעסער ענגלישע, זאל אבער זיין אויסגעהאלטענע ביכער, פון ערליכע שומרי תומ"צ, נישט פון קיין פרייע חברה וכדו'
וואלט געוון בעסער אויף די האלאקאסט אדע מעמוארן פון יענע תקופה, אדער מעג זיין אויך אנדערע באלערנדע אינטרעסאנטע געלייענעכץ, לעבנס ביוגראפיע
ביטע ווער ס'קען רעקאמענדען אינטראסאנטע ציענדע לייען-סחורה [וואס איז געאייגענט פאר פרויען],

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:16 pm
דורך אברך
There's a new book from Nachman seltzer, 'Incredible' it's an amazing book a true story.

As long as I live from Aaron Margulies, vary inspirational.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:45 pm
דורך סמארט גאי
ס'איז ארויסגעקומען א בוך פון שיעורים פון הרב יצחק זלמן גיבס שליט"א, אויף ענגליש, יעדן שטיקעל שמועסט ער אויס נאך א פרט פון נפלאות הבורא.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:51 pm
דורך נערישער אינגרמאן
All For The Boss
די לעבן פון ר' יעקב יוסף הערמאן, באשריבן דורך זיין טאכטער "רחמה שטיין, זייער פאפולער.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:53 pm
דורך אברך
סמארט גאי האט געשריבן:ס'איז ארויסגעקומען א בוך פון שיעורים פון הרב יצחק זלמן גיבס שליט"א, אויף ענגליש, יעדן שטיקעל שמועסט ער אויס נאך א פרט פון נפלאות הבורא.


its called Adon Haniflaos

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:54 pm
דורך אברך
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:All For The Boss
די לעבן פון ר' יעקב יוסף הערמאן, באשריבן דורך זיין טאכטער "רחמה שטיין, זייער פאפולער.


ברוך הבא נ. יונגערמאן, מאכט אייך באקוועם.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:55 pm
דורך יהיה כן
שכוח אלע מגיבים [הגם עטליכע דערפון האט מען שוין אויסגעלייענט... באט עניוועי שכוח די טירחה...]
וואס נאך?
כל המרבה הרי"ז משובח

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 4:59 pm
דורך נערישער אינגרמאן
אברך האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:All For The Boss
די לעבן פון ר' יעקב יוסף הערמאן, באשריבן דורך זיין טאכטער "רחמה שטיין, זייער פאפולער.


ברוך הבא נ. יונגערמאן, מאכט אייך באקוועם.


ישר כח פאר די אויפנאמע.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:07 pm
דורך פון_צייט_צו_צייט
Going Forward
פון פעסקא פריעדמאן ע"ה א שוועסטער פון הרב ר' ברוך'ל מונקאטשער זצ"ל
דא האסטי א לינק עס צו קויפען http://www.artscroll.com/Books/9780899066158.html

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:24 pm
דורך פון_צייט_צו_צייט
דא האסטי נאך א פאר שטיק

DAUGHTER OF TWO MOTHERS (אין אידיש איז עס א טאכטער צווישען צוויי מאמעס)
THE SATMAR REBBE AND HIS ENGLISH PRINCIPAL פון הרב הערץ פרענקל ני"ו
The Torah Anthology ילקוט מעם לועז אין ענגליש דורך הרב ארי' קאפלאן
דא האסטי א לינק עס צו קויפען http://www.moznaim.com/the-torah-anthol ... z-main-098
The Little Midrash Says (אין אידיש איז עס דער מדרש דערציילט)
The Rebbe אויף די סאטמארע רבי פון ר' דוד דוב מייזליש
The Rebbe Speaks מהנ"ל
The Satmar Rebbe פון ר' חיים משה שטויבער

תן לחכם ויחכם עוד..

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:29 pm
דורך verveist
lieutenant Birnbaum
װעגען א איד װאס איז געװען א לוטענעט אין די אמעריקאנער ארמעי ביי די צװייטע װעלט מלחמה. זיין לעבען פארדעם אלץ א פרימע אמעריקאנער בחור װאס האט נישט געלערנט אין קיין ישבה װי אויך זיין לעבען דערנאך זיין שייכות מיט גדולים ועוד זייער אינטראסאנט

Holy woman
װעגען די באַקאנטע הייליגע קינדערלאזע פארפאלק די קרעמערס ז׳ל פון כפר גדעון, װאס דער סאטמערער רבי ז״ל איז געװען זייער שדכן
פלאות׳דיג
(א שאד עס איז נישט דא אויף זיי א היימישער לעבנס באשרייבונג אויף אידיש)

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:29 pm
דורך יהיה כן
די אלע דערמאנטע ביכער זענען מפורסם לכל, שוין אויסגעליינט...... זוך איך עפעס חדשות וואס איינער וואס איז א ליינערין האט עס נאך אולי נישט געלייענט...

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:32 pm
דורך פון_צייט_צו_צייט
דאס איז אביסעל א שווערע זאך ווייל ביכער קומען נישט ארויס יעדע וואך ..
אבער פארען שר שמונת אלפים וועל מיר עס טון ..
(טשעק ביי דיר אין אימעיל)

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 5:59 pm
דורך verveist
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:דאס איז אביסעל א שווערע זאך ווייל ביכער קומען נישט ארויס יעדע וואך ..
אבער פארען שר שמונת אלפים וועל מיר עס טון ..
(טשעק ביי דיר אין אישי)


קומען קומט ארויס יעדער װאך אבער נישט אלע זענען די קװאליטעיט

מסתם שוין געליינט אבער...

The unheeded cry
װעגען ר׳ מיכא-ל בער ז״ל ביים קריג

אויך דא א בוך װעגען מרס רעכע שטערנבוך ז״ל

אויב די טעמע פון ״עניגראם״ איז אייך אינטראסאנט Awareness

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 6:02 pm
דורך פון_צייט_צו_צייט
verveist האט געשריבן:
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:דאס איז אביסעל א שווערע זאך ווייל ביכער קומען נישט ארויס יעדע וואך ..
אבער פארען שר שמונת אלפים וועל מיר עס טון ..
(טשעק ביי דיר אין אישי)


קומען קומט ארויס יעדער װאך אבער נישט אלע זענען די קװאליטעיט

מסתם שוין געליינט אבער...

The unheeded cry
װעגען ר׳ מיכא-ל בער ז״ל ביים קריג

אויך דא א בוך װעגען מרס רעכע שטערנבוך ז״ל

אויב די טעמע פון ״עניגראם״ איז אייך אינטראסאנט Awareness


ער האט דאך געבעטען נאר פון איין געוויסע קוואליטעיט

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 6:43 pm
דורך יהיה כן
verveist האט געשריבן:
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:דאס איז אביסעל א שווערע זאך ווייל ביכער קומען נישט ארויס יעדע וואך ..
אבער פארען שר שמונת אלפים וועל מיר עס טון ..
(טשעק ביי דיר אין אישי)


קומען קומט ארויס יעדער װאך אבער נישט אלע זענען די קװאליטעיט

מסתם שוין געליינט אבער...

The unheeded cry
װעגען ר׳ מיכא-ל בער ז״ל ביים קריג

אויך דא א בוך װעגען מרס רעכע שטערנבוך ז״ל

אויב די טעמע פון ״עניגראם״ איז אייך אינטראסאנט Awareness


יאפס, דאס אלעס שוין געלייענט..., אבער נאך, און ענליכס צו דעם קוואליטעט, זוך איך, קען אויך זיין אלטע ביכלעך ארויס געקומען אין די זיבעציגער און אכציגער יארן אויכעט....

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 4:23 pm
דורך יהיה כן
ווייסט איינער אויב דער בוך 'וילכו שניהם יחדיו' פון הרב דוב כהן, איז איבערגעזעצט אויף ענגליש? און אויב יא, וויאזוי הייסט עס?

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 4:40 pm
דורך פון_צייט_צו_צייט
ווי איך פארשטיי איז עס דאס:
https://www.amazon.com/Surviving-Holoca ... 05&sr=1-11

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 4:47 pm
דורך יהיה כן
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז עס דאס:
https://www.amazon.com/Surviving-Holoca ... 05&sr=1-11


בכלל נישט.....
אויב ווייסט איר נישט..
הרב כהן'ס בארימטער בוך רעדט זיך פון זיינע ישיבה יארן אין חברון, און די מאורעות תרפ"ט, און נאך..

זעה דא: http://www.feldheim.com/authors/cohen-dov.html

קיין שייכות נישט מיט האלאקוסט היסטארי....
סאו ווילעך וויסן אויב עס איז שוין איבער געזעצט אין אנגלית?

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 2:31 pm
דורך קיקיון
פון זגותי שתחי' ס שאפע
א שטיקעל רשימה פון ביכער פון שרייבער א משהו מער ווי פון ערליכע שומרי תומ"צ,
מן הסתם וועסט דו דארפען זוכען איטליכע ביי SECOND HAND

זכרונות פון הרבנית גאבעל חמותו שך הרה"ג ר' שלמה בן צין הערבסט
זי איז געווען די טאכטער פון א איד וואס האט געהאט תורה וגדולה במקום אחד
א גביר אדיר א ת"ח מופלג וואס איז געווען אן אפטער גאסט ביי דעם חפץ חייםאון א דאטשע שכן
מיט דעם אחיזעזר, הרהגה"צ ר' ירוחם, הרהגה"צ ר ברוך בער ועוד ועוד
פון ידלדותה און אירע יארען בגלות סיביריע
בילד

זכרונת פון הרבנית העסא ע"ה זוגתו של אדמו"ר מבאבוב מהרנ"צ זי"ע פון די הצלה פון בית אבי'
בילד

וועגען גלות והצלת בית באבוב בימי הזעם מפי הרבנית העסא ע"ה
בילד

זכרונות פון ימי הזעם ואחריהם פון א גורער בחור תושב לאדזש
בילד

"דריי וועלטען" פון הרה"ח ר' יוסף מאיר מארקאוויטש סופר סת"ם
בילד

זכרונות פון הרה"ח ר' יצחק דאנאטה ז"ל
בילד
"איך וועל זיי איבערלעבען" פון הרה"ח ר חיים שלמה פריעדמאן ז"ל
בילד

ימי חייו פון הרה"ח ר' אהרון חזן ז"ל וואס האט געבויט אידישקייט און טאשקענט און מאסקווע

בילד
ימי חייו פון ר יחזקא' בראד יליד מעזשיבוזש א זון פון א ברעסלאווער חסיד וואס איז נתחנך געווארען
אין די חבד"סקער מחתרת חדרים און ישיבות
בילד

זכרותות פון הרב אברהם כהן מוהל מומחה מח"ס ברית אברהם הכהן ומיסד קרן אברהם הכהן
בילד

פעולות הצלה בבודאפעשט בשנת תש"ד מרשימות הרה"ח ר משה האצלער ז"ל
בילד

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 2:34 pm
דורך יהיה כן
א ריזיגן יישר כח אייך!! הרב קיקיון!!
(טייל פון אייער רשימה האבן מיר שוין געלייענט, [און אויך האב איך אין שטוב] אבער א טייל דערפון וועט מען אי"ה פארשאפן בל"נ)
שכוח נאכאמאל!!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:21 am
דורך פארשער
חיים אליאב איז דא צוריק!
https://www.artscroll.com/Books/9781422623770.html

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 2:55 pm
דורך פארשער
שוין דא צו באקומען אויף ארטסקראל.קאם

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:01 pm
דורך ווישוואש
verveist האט געשריבן:
Holy woman
װעגען די באַקאנטע הייליגע קינדערלאזע פארפאלק די קרעמערס ז׳ל פון כפר גדעון, װאס דער סאטמערער רבי ז״ל איז געװען זייער שדכן
פלאות׳דיג
(א שאד עס איז נישט דא אויף זיי א היימישער לעבנס באשרייבונג אויף אידיש)

דאכצעך אז ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען אין אידיש.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:00 am
דורך חזקי פרידמאן
IMG-20191003-WA0043.jpg
IMG-20191003-WA0043.jpg (135.23 KiB) געזעהן 364 מאל