בלאט 1 פון 4

דרייווען אין אויסלאנד - International Driving Permit

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:09 am
דורך ארבעטער
קען מען דרייווען אין דייטשלאנד\עסטרייך מיט נ"י דרייווערס לייסענס? אדער דארף מען האבן א אינטערנעשאנל?
אויב דארף מען א אינטערנעשאנל, וואס איז די פראסעס עס צו מאכן?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:40 am
דורך yid
מען דארף 2 בילדער פאספארט סייז
$20 טשעק אדער מאני ארדער
קאפי פון ביידע זייטן פון די לייסענס
אריינשיקן די אפלעקעשן
http://www.aaa.com/vacation/idpapplc.html

מיט זיי איז עס $25 אויב מען דארף עס שנעל $50 נעמען אויך אן קרעדיט קארד
http://www.thenac.com/international_driving_permit.pdf

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:41 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
שוין דא א שנירל דערוועגן דאכצעך, די טרעפערס ווערן געבעטן אהין צו טראגן

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:03 pm
דורך ארבעטער
yid האט געשריבן:מען דארף 2 בילדער פאספארט סייז
$20 טשעק אדער מאני ארדער
קאפי פון ביידע זייטן פון די לייסענס
אריינשיקן די אפלעקעשן
http://www.aaa.com/vacation/idpapplc.html

מיט זיי איז עס $25 אויב מען דארף עס שנעל $50 נעמען אויך אן קרעדיט קארד
http://www.thenac.com/international_driving_permit.pdf


Thanks a lot
סוי איך מעג נאר דרייווען דארט מיט א IDP?
ווי לאנג נעמט די פראסעס צו באקומען א IDP?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:12 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
עס נעמט 10 מינוט, גיי אריין אין עני AAA אפיס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:44 pm
דורך farshlufen
אין דייטשלאנד? גייסט זיין מער ווי זעקס חדשים?

https://de.usembassy.gov/u-s-citizen-se ... n-germany/

אידיש קענסטו?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:47 pm
דורך farshlufen
אין עסטרייך ברויך מען אבער אן אינטערנאציאנאלע לייסענס:

https://at.usembassy.gov/u-s-citizen-se ... s-license/

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:54 pm
דורך ארבעטער
Thanks
איך גיי פאר צוויי וואכן,איך גיי אנקומען אין דייטשלאנד עירפארט און דרייווען צו עסטרייך
סוי עס קוקט אויס אז איך וועל דארפן א IDP פאר עסטרייך

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:16 pm
דורך מיין אפיניען
I was in Vienna 4 weeks ago rented a car there no one asked me for international license

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:25 pm
דורך ארבעטער
מיין אפיניען האט געשריבן:I was in Vienna 4 weeks ago rented a car there no one asked me for international license

It's only needed if the police stops you

געשריבן: פרייטאג יולי 08, 2016 11:09 am
דורך blue moon
עצה טובה קמ"ל
איך האב אסאך געדרייווט אין עסטרייך. כמעט יעדעס מאל האט נאכגעפלגט א ספידיג טיקעט אין די מעיל. גיב זייער אבאכט. לגבי אינטערנאצינאלע דרייווער ליסענס איז וויכטיג צו האבן אין אלע אייראפעישע מדינות. געוויסע זענען שטרענגער אין אנדערע זענען בעסער.
עס קאסט 20 טאלער אין א פינף מיניטיגע בזוך צו טריפל עי.
אויף קיין פאל וועט דיר דאס די קאר רענטעל דערציילען וויל עס איז נישט זייער אחריות.

געשריבן: זונטאג יולי 10, 2016 6:18 pm
דורך ארבעטער
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:עס נעמט 10 מינוט, גיי אריין אין עני AAA אפיס

Thanks, The problem is that it takes 45 minutes to the nearest office
but I will have to do it

געשריבן: זונטאג יולי 10, 2016 6:29 pm
דורך ארבעטער
blue moon האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל
איך האב אסאך געדרייווט אין עסטרייך. כמעט יעדעס מאל האט נאכגעפלגט א ספידיג טיקעט אין די מעיל. גיב זייער אבאכט. לגבי אינטערנאצינאלע דרייווער ליסענס איז וויכטיג צו האבן אין אלע אייראפעישע מדינות. געוויסע זענען שטרענגער אין אנדערע זענען בעסער.
עס קאסט 20 טאלער אין א פינף מיניטיגע בזוך צו טריפל עי.
אויף קיין פאל וועט דיר דאס די קאר רענטעל דערציילען וויל עס איז נישט זייער אחריות.

יישר כח פאר די טיפס,
בד"וו, אויב האסטו נאך טיפס איט וויל בי עפרישעעטיט,
אפאר קשיות וואס איך האב:
וועל איך מיך קענען אימגיין דארט אפילו איך קען נישט דויטש?
איז דא א גרעניץ ציווישען דייטשלאנד און עסטרייך? און אויב יא, וועל איך מיך קענענן דורכקומען מיט זיי אויב איך קען נישט דויטש?
איז די פלאגס די זעלבע ווי דא? אדער דארף איך מיטנעמען קאנווערטערס פאר אלע מיינע כלים?

געשריבן: זונטאג יולי 10, 2016 11:08 pm
דורך yid
אין עסטרייך דארפסטו האבן קאנווערטערס זיי רעדן דויטש זייער ענליך צו אידיש און כמעט א יעדע מדינה אויב קענסטו ענגליש קעו מען זיך פארשטיין

געשריבן: זונטאג יולי 10, 2016 11:14 pm
דורך yid

געשריבן: זונטאג יולי 10, 2016 11:35 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך בין געווען עטליכע וואכן צוריק אין אייראפע איך האב געדינגן א קאר אין בודאפעסט און איך בין אריינגעפארן קיין סערביע. איך האב געזאגט פארן קאר רענטל אגענט אז איך פלאן אריינצופארן קיין סערביע. חוץ די פאר דאלאר וואס איך האב צו געצאלט פאר אביסל בעסערע אינשורענס האט ער מיר געגעבן א צעטעלע וואס איך זאל ווייזן ביים גרעניץ. אנקומענדיג ביים גרעניץ אריינפארענדיג האב איך געגעבן דעם צעטל איך האב צו אים קיין ווארט נישט גערעדט און ער צו מיר אויך נישט. ער האטעס באטראכט געווען צופרידן געזיגלט די פאספארטן און אריין קיין סערביע. צוריק ארויסקומענדיג האט ער געבעטן ״אויטא דאקומענט״ האב איך נאכאמאל געוואלט געבן דעם צעטל איז ער נישט געווען צופרידן. האב איך אים געגעבן דעם גאנצן רענטל ביכל ווי צו זאגן קלויב דיר אויס וואס די ווילסט. ער האט געזיכט א רגע ער האט געטראפן עפעס א קליין צעטעלע וואס מיט דעם איז ער געווען צופרידן און געגאנגען ווייטער.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז. אז ווען די קומסט אן צום גרעניץ נישט קיין חילוק וועלעכע די דארפסט נישט קענען זייער שפראך. געב אים דעם ביכל ער זאל נעמען וואס ער וויל. ער ווייסט אז די ווילסט דורכפארן און די זיכסט נישט קיין פארקינג דא. געווענטליך וועלן זיי נישט משוגע מאכן

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 12:27 am
דורך ווישוואש
דער צעטל האט געהאט א בילד פון אן אמעריקאנער פרעזידענט דערויף?

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 4:57 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
ווישוואש האט געשריבן:דער צעטל האט געהאט א בילד פון אן אמעריקאנער פרעזידענט דערויף?

איך ווייס נישט צו די מאכסט א וויץ צו נישט, ניין עס איז געווען א צעטל אין אונגאריש מיט די לעדער העד פון די קאר רענטל

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:03 pm
דורך farshlufen
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די מאכסט א וויץ צו נישט

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אין אונגאריש

געשריבן: דאנערשטאג יולי 14, 2016 6:18 pm
דורך blue moon
ארבעטער האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל
איך האב אסאך געדרייווט אין עסטרייך. כמעט יעדעס מאל האט נאכגעפלגט א ספידיג טיקעט אין די מעיל. גיב זייער אבאכט. לגבי אינטערנאצינאלע דרייווער ליסענס איז וויכטיג צו האבן אין אלע אייראפעישע מדינות. געוויסע זענען שטרענגער אין אנדערע זענען בעסער.
עס קאסט 20 טאלער אין א פינף מיניטיגע בזוך צו טריפל עי.
אויף קיין פאל וועט דיר דאס די קאר רענטעל דערציילען וויל עס איז נישט זייער אחריות.

יישר כח פאר די טיפס,
בד"וו, אויב האסטו נאך טיפס איט וויל בי עפרישעעטיט,
אפאר קשיות וואס איך האב:
וועל איך מיך קענען אימגיין דארט אפילו איך קען נישט דויטש?
איז דא א גרעניץ ציווישען דייטשלאנד און עסטרייך? און אויב יא, וועל איך מיך קענענן דורכקומען מיט זיי אויב איך קען נישט דויטש?
איז די פלאגס די זעלבע ווי דא? אדער דארף איך מיטנעמען קאנווערטערס פאר אלע מיינע כלים?


נעם מיט קאנווערטערס
ענגליש איז גיט כמעא אין גאנץ יוראפ
עס איז וויכטיג צו מעלדען די קאר רענטעל איז די פלאנסט צי קראסען קאנטריס. (אפי' אין די אי. יו.) ער וועט בעטן אפאר טאלער עקסטער. עס לויט זיך פארט.
פרעג די קאר רענטעל די דינים לגבי איזי פעס. (אדער הייוועי מאטאר קארד). צומאל איז עס אינקלאדעד אין די רענטעל, און צומאל דארף מען עס קויפן באזונדער.

אז די האסט א איזי פעס אין איין קאנטרי איז עס בפשטות נישט וועליד אין א אנדערע קאנטרי. פרעג דיך נאך. אין אונגארן קען מען עס קויפן אין אלע געז שטויציאנען. עס איז וועליד פאר א טאג / וואך / חודש.
די איזי פעס דארפסטו האבען אפי' די פארסט נישט דארך קיין טאלל באטס. עס זענען דא אן א שיעור סקענערס אויף די הייוועיס וואס קאנען דיך באשמירן מיט טיקעטס.
איך שטעל מיך פאר אז די ווילסט נוטצען ג.פ.ס: עצה טובה - שטודיר די מאפע בעפאר אזוי ווי אין די אלטע היים.. ווייס ווי די געפונסט דיך.
אני הקטן בין זיך נוהג אז איך דינג קארס נאר פון א ברענד וואס פיגורירט אין די יו. עס. משום כמה סיבות. ואכמ".

מאך זינער צו רעזערווירן א בעל בתישע קאר. די קליינטשיגע קען זיין שרעקליך. אויפ צום ווייניגסטענס מאך זיכער אז די דרייווערס סיט האט אן ארם רעסט.


העוו ע סעיף טריפ.

International Driving Permit

געשריבן: מוצ"ש מארטש 10, 2018 11:43 pm
דורך שטייט
איך האב נאכנישט געזעהן רעדן וועגן דעם, מאך איך אויף א פרישע אשכול.

די געזעץ זייט 1949 ווען ס'איז פארגעקומען די יונייטעד נעיטאן קאנווענשאן פאר טרעפיק, פארלאנגט אז יעדער וואס וויל פירן א קאר אין א צווייטע מדינה דארף האבן א אינטערנאציאנאלע דרייווינג פערמיט, וואס אנטהאלט איבערגעזעצט די לייסענס אויף 10 שפראכן.

לעצטנס זענען געוויסע קאר רענטאל'ס אין אויסלאנד געווארן שטרענג און פארדינגען נאר מיט א אינטערנאציאנאלע דרייווינג פערמיט IDP ווי עס ווערט גערופן.

טריפל עי איז איינ'ס פון די צוויי (thenac.com איז די צווייטע) אויטארייזט אין אמעריקע צו מאכן די איי,די,פי. ס'קאסט אינגאנצן $20 און איז גוט אויף א יאר, און איז וואליד אין 150 קאנטרי'ס, מיט'ן נישט גיין צו די אויבנדערמאנטע צוויי קען מען אריינפאלן מיט א פאלטשע לייסענס צו אנדערע פראבלעמען.

ס'לוינט זיך עס צומאכן צו פארשפארן עגמת נפש ביים רענטל דעסק, דא https://www.aaa.com/vacation/idpf.html האט איהר די לינק פאר די אפליקאציע, מ'דארף מיטשיקן צוויי פאספארט בילדער אויך.

הצלחה רבה און א גליקליכע רייזע.

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 6:51 pm
דורך קדוש ונורא
איינער האט געשריבן לעצטענ'ס און צייטונגען
אז און פולין וכדו' דארף מען האבן אינטענצאלע לייסענס

ווייסט איינער מער דערוועגן?
און צו און ארץ ישראל דארף מען אויך האבן אנדערע לייסענס צו קענען דרייווען?

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 10:55 pm
דורך so now what
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געשריבן לעצטענ'ס און צייטונגען
אז און פולין וכדו' דארף מען האבן אינטענצאלע לייסענס

ווייסט איינער מער דערוועגן?
און צו און ארץ ישראל דארף מען אויך האבן אנדערע לייסענס צו קענען דרייווען?


I don't know about Israel the price is $20, and it takes 20 minutes, and you get it on the spot


https://www.aaa.com/vacation/idpf.html

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 11:09 pm
דורך so now what
so now what האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געשריבן לעצטענ'ס און צייטונגען
אז און פולין וכדו' דארף מען האבן אינטענצאלע לייסענס

ווייסט איינער מער דערוועגן?
און צו און ארץ ישראל דארף מען אויך האבן אנדערע לייסענס צו קענען דרייווען?


I don't know about Israel the price is $20, and it takes 20 minutes, and you get it on the spot


https://www.aaa.com/vacation/idpf.html



Disclaimer: I am not taking responsibility for the following

Driving on a foreign license in Israel
Driving in Israel without a valid driver’s license is illegal. Olim (new immigrants), temporary residents, returning residents and tourists are permitted to drive in Israel with a foreign or international driver's license for one year following their date of entry into Israel.

The category of vehicle driven must match the category
    stated on the valid license.
    The age requirement must comply with the Israeli
      requirements for that category ( for a private car).

      Source: http://www.aaci.org.il/articlenav.php?id=22

      געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 11:16 pm
      דורך חיים אלכסנדר
      דרייוון אין פולין דארף נישט קיין IDP, אבער עטליכע רענטעלס צב"ש הערץ אין אלע זייערע אונטער קאמפאניס צב"ש 'דאלאר' וועלן שטרענג אנפאסירן און נישט ארויסגעבן קיין קאר אן קיין IDP. סא, פאר די פארסט קאל די קאר רענטעל און פרעג.

      גיב אכט, מען קען נישט קראסן קיין אוקריינע בארדער מיט קיין שום רענטעל - נישט אריין און נישט ארויס.

      אין אר"י דארף מען לכל הדיעות נישט קיין IDP